רבי חיים סאלאווייטשיק מבריסק זצ״ל - כ״א אב תרע"ח

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

רבי חיים סאלאווייטשיק מבריסק זצ״ל - כ״א אב תרע"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

לכבוד די יארצייט כ״א אב

הג״ר חיים איז געבוירן בשנת תרי״ג צי זיין טאטע הג״ר יוסף דוב באקאנט אלס ר׳ יאשע בער די בעל בית הלוי, פון אלס קליין קינד האט מען שוין געזען אז לגדולת נוצר אין זיין טאטע האט זיך כסדר אויפגעטון מיט אים פאר די גדולי ישראל וואס זענען אין געקומען באזוכן. ווען ער איז אלט געווען אינגאנצן זיבן און צוואנציג יאר איז ער שוין אויפגענומען געווארן אלס ר״מ אין די באקאנטע ישיבת וואלאזין צי די זייט פון זיין זיידע פון זיין רביצין די נצי״ב , ביז א קורצע צייט איז רבי חיים נתפרסם געווארן מיט זיינע הפלא׳דיגע שיעורים און מיט זיין נייע שיטה אין לערנען.

עס איז באקאנט ווי שטארק גדולי ישראל האבן געווייטאגט אויפן דרך הלימוד פון חידוד און פילפול, למעשה קען מען זאגן איז רבי חיים געווען דער וואס מן שמים קזכו לו אינטער ציברענגען דעם דרך הלימוד , ר׳ חיים מיט זיין געוואלדיגע טיפע הבנה פון מחלק זיין צווישן גאר דקותדיגע דינים האט אריינגעברענגט א געוואלדיגע מתיקות און עריבות אין די תורה הקדושה. אזוי ווי יעדע נייע זאך זענען געווען אנפאנג פארשידענע גדולים וואס האבן זיך מתנגד געווען צי זיין דרך הלימוד אבער למעשה ווערט זיין דרך הלימוד געלערנט היינט אין אלע ישיבות איבער די וועלט למחצה לשליש או לרביע.

מיט זיין דרך הלימוד האט ר׳ חיים פארענטפערט די הארבסטע קשיות , זיין פאטער דער בית הלוי האט אמאל געזאגט ״וואס איז דער חילוק צווישן מיך און מיין זון חיים? ווען איך ענטפער א תירוץ פרייט זיך סיי דער מקשן מיט זיין געלונגענע קשיא און סיי איך מיט די שיינע תירוץ אבער ביי מיין זון גייען ביידע ארויס טרויעריג ווייל נאך וואס ער ענפערט זעהט מען אז די קשיא איז בכלל נישט שווער געווען...״

נאך זיין טאטנס פטירה איז רבי חיים אויפגענומען געווארן אלס רב אין די עיר ואם בישראל בריסק במקום פון זיין טאטע ר׳ חיים האט געפירט די שטאט מיט א שטארקע האנט, רבי חיים איז אויך שפעטער אויסגעוואקסן אלס דער רבן של כל בני הגולה און ביי יעדע ציבורישע זאך האט מען זיך גערעכנט מיט זיין מיינונג.

ר׳ חיים איז באקאנט מיט זיין שארפע קנאות פון איין זייט און זיין געוואלדיגע אהבת ישראל צי יעדן יחיד פון די אנדערע זייט, ר׳ חיים האט גאר שטארק לוחם געווען קעגן די ציונות אין מזרחי אויך איז ר׳ חיים געווען פון די איינציגסטע רבנים און ליטא וואס האבן זיך מתנגד געווען צי די רעיון פון אגודת ישראל.

פון די אנדער זייט איז ר׳ חיים געווען א בעל חסד ממש א יחיד בדור, זיין שטוב איז געווען פתוח לרווחה לכל צרוע ולכל זב פשוטו כמשמעו , זיין זון די בריסקע רב האט פארציילט אז נישט איינמאל האט זיך געמאכט אז ר׳ חיים האט נישט געהאט ווי זיך צי לייגן שלאפן ווייל זיין בעט איז שוין געווען פארכאפט פון עפעס א גאסט...

כאטש וואס רבי חיים איז געקומען פינעם ליטווישן חדרהאט ער געהאט א געוויסע וארעמקייט צי חסידות, ר׳ חיים איז גאר נאנט געווען מיט די ליובאוויטשע רבי די רש״ב און זיי פלעגן אפט שמועסן עניני חסידותאזוי אויך מיטן מלאך וואס איז שפעטער ארויסגעקומען קיין אמעריקא, ווי אויך האט זיך ר׳ חיים געגרויסט מיט דעם אז זיין זיידע הגר״ח מוואלאזען איז נישט געווען פון די תלמידי הגר״א וואס האבן אונטער געשריבן אויפן חרם קעגן די חסידים.

ר׳ חיים איז נפטר געווארן כ״א אב שנת תרע״ח ומנו״כ אין ווארשא נעבן די נצי״ב.

עס איז נאך דא גאר אסאך צי שרייבן בפרט וועגן זיין דרך הלימוד און וועגן זיינע פעולות למען הכלל וקצרתי מאד מחמת חוסר הזמן

(וועגן די ליטווישע דרך הלימוד וואס איז ביסודו פון ר׳ חיים האט מען שוין דא ארום גערעדט viewtopic.php?f=5&t=27345
לעצט פארראכטן דורך למדן וצדיק אום זונטאג אוגוסט 09, 2015 10:30 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

Chaim_Soloveitchik.JPG
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

מצבת הגר"ח מבריסק זצ"ל בביה"ח בווארשא (לצד מצבת הנצי"ב מוואלאזין זצ"ל)

800px-פולין_313.jpg
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

יציב פתגם האט געשריבן:
Chaim_Soloveitchik.JPG

איך האב אמאל געליינט ערגעץ אז די בילד איז געהאנגען ביי די סטייפלער גאון אין סוכה איינמאל האט זיך די סטייפלער פארטראכט אויף די בילד און ער האט זיך אנגערופן ״מזעהט אויף די בילד ווי ר׳ חיים זאגט מיר וועסטו נישט פאפן...״
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

הספר החדש "רבן של כל בני הגולה", תולדות הגר"ח מבריסק זצ"ל

_Wstn172_f_TemporaryALL_500px_146270.jpg_1.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

למדן וצדיק האט געשריבן:עס איז באקאנט ווי שטארק גדולי ישראל האבן געווייטאגט אויפן דרך הלימוד פון חידוד און פילפול, למעשה קען מען זאגן איז רבי חיים געווען דער וואס מן שמים קזכו לו אינטער ציברענגען דעם דרך הלימוד , ר׳ חיים מיט זיין געוואלדיגע טיפע הבנה פון מחלק זיין צווישן גאר דקותדיגע דינים האט אריינגעברענגט א געוואלדיגע מתיקות און עריבות אין די תורה הקדושה. אזוי ווי יעדע נייע זאך זענען געווען אנפאנג פארשידענע גדולים וואס האבן זיך מתנגד געווען צי זיין דרך הלימוד אבער למעשה ווערט זיין דרך הלימוד געלערנט היינט אין אלע ישיבות איבער די וועלט למחצה לשליש או לרביע.



אפשר קענט איר עלאבארירן איבער די באהויפטונגען:
1. וועלכע "גדולי ישראל" האבן "געווייטאגט" איבער'ן דרך הלימוד פון חידוד און פלפלול?
2. פון וועלכע "דרך הלימוד בחידוד ופלפול" רעדט איר? פון דער בעל החילוקים ר' יעקב פאללאק, פונעם של"ה הק' איבער רעגנשבורגערס און אוישברענגערס?
3. ר' חיים האט "אונטערגעברענגט" א דרך הלימוד? אדער "אויפגעברענגט" א נייע? און פארוואס איז נישט גילטיג דא דער כלל פון אלו ואלו דא"ח?
4. וועלכע גדולים האבן זיך מתנגד געווען צו זיין דרך הלימוד, און ווער זאגט אז זיי האבן נישט געהאט א שטארקע טענה, אז איר זאלט דערויף שרייבן "מן השמים קזכו ליה"
5. עס קען זיין אז מ'זאגט נאך סברות פון רבי חיים אין רוב ישיבות, מען איז זיך מפלפל בחידושיו, אבער צו זאגן אז זיין "דרך הלימוד" ווערט היינט געלערנט אין "אלע ישיבות" איז לפע"ד איבערגעטריבן. מ'דארף גוט ארויסהאבן דעם "דרך הלימוד" פון רבי חיים, און מ'דארף גוט וויסן וואס עס טוט זיך בעולם הישיבות "פון איבער די וועלט" צו קענען מאכן אזא באמבאסטישע דערקלערונג.
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

די דרך הלימוד פון חידוד און פילפול האב איך טאקע געמיינט בעיקר דאס וואס מאיז מייחס צי הג״ר יעקב פאללאק, אבער עס איז ידוע וואס די חתם סופר שרייבט שוין אז דאס איז בכלל נישט געווען זיין דרך ווי דער נאמען ׳חילוק׳ ווייזט אן אז אדרבא זיין דרך איז געווען צי מחלק זיין דברים הנראים כדומה און נישט מדמה זיין ווייטע דינים וואס האבן נישט קיין שייכות, ווי אויך דער דרך הלימוד פון זיך שטעלן אויף זייטיגע בליציגע קשיות וואס זענען נישט נוגע צי די עצם הסוגיא וואס פון דעם רעדט די שלה״ק.

רובא דרובא גדולי ישראל האבן זיך מתנגד געווען צי דעם דרך הלימוד , והדברים עתיקין וידיעין , איך געדענק נישט יעצט אויפן פלאץ די פילצאליגע מראה מקומות, די באקאנטע וואס האבן געשריבן קעגן דעם זענען טאקע די של״ה, די פני יהושע (דאכט זיך אין די הקדמה) די חתם סופר, און די אבני נזר אין די הקדמה צי די אגלי טל בשם זיין שווער די קאצקער. ווי אויך קען מען דאך זעהן אין די ספרים פון די גדולי ישראל אז זיי האבן נישט אזוי געלערנט אפי׳ זיי זענען געווען בכח צי מחדש זיין אזאנע חידושים, ווי למשל די נודע ביהודה וואס זיין ספר דורש לציון איז פיל מיט אזאנע פילפולים (דוכט זיך אז ער שרייבט טאקע אז דאס זענען חידושים נאר מימי חורפו) אבער אין שו״ת און אין צל״ח איז נישטא קיין זכר פון אזעלכע סארט חידושים, אזוי אויך קען מען זעהן הג״ר עקיבא אייגער אין זיין ספר דרוש וחידוש לעומת די שו״ת. און אפילו די גדולי ישראל וואס האבן יא מחזק געווען דעם דרך הלימוד און האבן אפט געזאגט אזעלכע חידושים איז דאס נאר געווען בתורת צי ווייזן אביסל די מורא׳דיגע חכמה וואס ליגט אין די תורה הקדושה, אדער בתורת אגדה און אזלכע חידושים פלעגן טאקע נאר בעיקר געזאגט ווערן שבת , חנוכה אדער שבועות, עס זענען דא וואס שרייבן אויך אז עס איז געווען אין דעם הויכע ענינים פון מיחד זיין יחודים דורכן צאמברענגען דינים הנראים רחוקים זה מזה (א שיינע מאמר וועגן דעם האב איך געזען אמאל אין קונטרס דולה ומשקה פון ר׳ יצחק לעבאוויטש שליט״א מוואדריטש), אבער צי לערנען אזוי אויף א רעגלמעסיגע מהלך מיין איך האט קיינער נישט מסכים געווען.


אין די באשרייבונגען און אין די זכרונות פון ישיבות פון דער אלטער היים ליינט מען אפטמאל ווי אזוי די ראשי ישיבות האבן זיך ארום געשלאגן מיט די בחורים מציונים וואס האבן נאר געוואלט הערן און מחדש זיין בדרך החידוד והפילפול , למעשה דאס וואס מהערט נישט היינט קיין זכר פון די דרך הלימוד אין די ישיבות איז בלי ספק צי פארדאנקען רבי חיים וואס האט מיט זיין נייע דרך הלימוד איינגענומען די וועלט, די דרך הלימוד פון ר׳ חיים כמתכונתו ממש מיט זיין ארגינאלע שפראך ווערט היינט טאקע נאר געלערנט אין די בריסקע ישיבות אין ירושלים, אבער כמעט אלע ישיבות אין די וועלט זענען נשפע היינט מער ווייניגער פון זיין דרך הלימוד, די וועג ווי אזוי מגידי שיעורים היינט זענען מסביר א הו״א און מסקנא אדער א מחלוקה וכו׳ איז מער ׳לומדיש׳ געשטימט, א מגי״ש היינט וואס וועט מסביר זיין א מחלוקה אדער א הו״א און א מסקנא וכו׳ מיט א ׳לשיטתו׳ חידוש וועט מען אנקוקן ווי פון די לבנה. און ווי איר שרייבט מען דארף גוט ארויסהאבן די יסודות פון די דרך הלימוד פון ר׳ חיים דאס צי קענען מסביר זיין און עס איז טאקע זייער שווער צי מסביר זיין אבער המבין יבין...

עטליכע פון די גדולי ליטא האבן זיך אנפאנג מתנגד געווען צי זיין דרך הלימוד איך געדענק שוין נישט אבער פונקטליך ווער.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

קופסת אתרוג שקיבל הגר"ח מבריסק מהנהלת הישיבה דוואלאזין

1588.JPG
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

שלשה תמונות מצויירות מהגר"ח סאלאווייציק זצ"ל

01.jpg
15.jpg
0001zr.jpg
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

posen-Yosef-Moshe-ad-3.png
posen-Yosef-Moshe-ad-3.png (19.77 KiB) געזען 2773 מאל
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

א גרויסן יישר כח פארן אהער ברענגען די בילדער, איצטערט כאפענדיג א בליק אויף די נוסח המצבה זעה איך אז איך האב א טעות געהאט און ר׳ חיים איז נפטר געווארן שנת תרע״ח נישט תרע״ט ווי פריער געשריבן און איך האב עס גלייך פאראכטן...
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

דער מארגען זשורנאל 17 אוגוסט 1918.png
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

יציב פתגם האט געשריבן:הספר החדש "רבן של כל בני הגולה", תולדות הגר"ח מבריסק זצ"ל

_Wstn172_f_TemporaryALL_500px_146270.jpg_1.jpg


אנומלט מסיים געווען דעם ביכל, דער מלר איז פיינע נייעס, זייער גוט און געשמאק געשריבן. באזונדער דראמאטיש אראפגעלייגט די וואלזשינער ישיבה, בתפארתה וחורבנה.

כדרכו איז עס נאר אביסל צופיל אויפגעבלאזן, יעדע מינדוויכטיגע מעשה'לע באקומט א בלאט צוויי מיט אריכות והתפעלות. ס'איז אבער פארט געשמאק צו ליינען אין א לאנגווייליגע שבת נאכמיטאג.
אוועטאר
ישראל אברהם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 5:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל אברהם »

קטע מתוך תיאור של עיתונאי שנפגש עם הגאון ר' חיים מבריסק בשנת תרע"ח באטוואצק.

אריינגעהענדיג צום רב האב איך איהם געפונען ווי ער איז געזעסען אין דער אפענער וועראנדע ביי אטיש אנגעווארפען מיט ספרים.

זיין לויטער גלאט פנים מיט די פיינע אריסטאקראטישע מאניערען, געראַמט מיט די שניי-ווייסע לאקען;
זיינע אויסערגעוועהנליכע גרויסע בעברעמטע רעדער-אויגען אונטער'ן הויכען האלב-געקנייטשטען ראזאווע שטערען;
זיינע לאנגע ווייסע האהר וואס האבען ווייט פון דער סאמעטענער יארמעלקע ארויסגעשטארצט,
שטעלט פאר א בילד-טיפ פון א פערצייטישען גדול און רופט ארויס צו זיך גענוג כבוד און אבשיי.

ווי פערשטיינערט בין איך ביי דער טֹהיר געבליבען שטעהן.

אבער דער רב'ס ליכטיגער שמייכעל און זיין ליעבלעך אויסשטרעקען צו מיר די האנד האט מיך פון צומישונג ארויסגענומען, איך בין נעהנטער צוגעטראעטען.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

לכבוד די יא''צ פין הגאון רבי חיים בריסקער זצ''ל ברענג דא ארויף.

אגב קינדליין האט געברענגט א מעשה ביי "דערציילן א מעשה לכבוד די יא"צ" אפטיילונג..
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי חיים סאלאווייטשיק מבריסק זצ״ל - כ״א אב תרע"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט די יא''צ פין הגאון הגדול רבי חיים בריסקער זצוק"ל
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי חיים סאלאווייטשיק מבריסק זצ״ל - כ״א אב תרע"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט די יארצייט פין הגה"ק רבי חיים בריסקער זי"ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי חיים סאלאווייטשיק מבריסק זצ״ל - כ״א אב תרע"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

מומחה יוחס האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 11:38 pm
היינט נאכט די יארצייט פין הגה"ק רבי חיים בריסקער זי"ע
היינט ביינאכט
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
אלטע שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
לאקאציע: פה אשב

Re: רבי חיים סאלאווייטשיק מבריסק זצ״ל - כ״א אב תרע"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע שרייבער »

מומחה יוחס האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 2:18 pm
מומחה יוחס האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 11:38 pm
היינט נאכט די יארצייט פין הגה"ק רבי חיים בריסקער זי"ע
היינט ביינאכט
קוקט אויס ווי די בריסקע גלייכן נישט אייוועלט...
ספרי ודברי תורות רביה"ק זי"ע דא(ויואל משה, עה"ג ועה"ת, וישלח תורה, בנש"ק תורה)
______________________________________________________
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבי חיים סאלאווייטשיק מבריסק זצ״ל - כ״א אב תרע"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

הגאון ר' חיים היה רבה של בריסק, אבל מימיו לא חתם את עצמו בשם "אב בית דין דקהילת בריסק". ברוב ענוותנותו הטהורה סלדה נפשו מתארים, ואפילו בתוארו האמיתי כאב"ד בריסק לא רצה לחתום. פעם אחת בלבד השתמש ר' חיים בתוארו כרבה של בריסק: הדבר היה כשהודיעוהו שאלמנה אחת, הגרה בירכתי העיר צריכה סיוע ועידוד. כששמע זאת, הזדרז ללכת לבקר אצלה. מלווהו כפי הנראה היה צעיר יותר וזריז יותר. ביקשו ר' חיים שיקדימו אצל האלמנה ויאמר לה: 'הרב מבריסק מגיע לכאן'. כאן השתמש ר' חיים בתוארו לשמח ולהרנין לב אלמנה: הרב מבריסק מגיע לכאן... !!
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבי חיים סאלאווייטשיק מבריסק זצ״ל - כ״א אב תרע"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

בנו, ר' יצחק זאב תיאר את אביו: "אבי הגאון ר' חיים מבריסק היה 'איש חסד' פשוטו כמשמעו!!! מעולם לא ננעלה דלת ביתנו. לא ביום ולא בלילה, ולא רק אנשים במצוקה הגיעו לאבא, אלא אף אדם משועמם היה עולה ומכין שתי כוסות תה ונכנס לחדרו של אבא שקיבלו תמיד בסבר פנים יפות כאילו הוא המתיו לו, זוכר אני כילד שהייתה אלמנה בשכונתנו שפונתה מביתה מחמת שלא שילמה שכר דירה, ואך טבעי היה הדבר,שעלתה להתנחל עם ששת ילדיה בבית אבא שקיבלם ואירחם במשך חודשים ארוכים. כאשר במקרים אחדים היו נשים, אשר הביאו את התינוק ונטשוהו בביתנו. אבא שילם למינקת וגידל ילדים אלו כבניו ממש, ואף דאג לשדכם וחיתן אותם מכספו האישי!!! הוא אשר אמרתי: 'אבא היה 'איש-חסד' גדול מאוד-מאד,
יתירה מזאת: זכורני, שפעם שאלו את אבא, לשם מה יש דלת בכניסה? הרי היא אינה חדלה מלסוב על צירה מריבוי הנכנסים והיוצאים?!? ואבא ענה: "רוצה אני לצאת ידי חובת מזוזה אף לשיטת הרמב"ם,שפסק שרק פתח, שיש בו דלת חייב במזוזה" !!!
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”