מקורות ומנהגים בהליכה לקברי צדיקים

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

שמע מינה
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 1:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמע מינה »

יוראפ האט געשריבן:
וואס א חילוק האט געשריבן:און ער טענה'ט אז די סדר פלעגט אמאל גיין אז מ'פלעגט גיבן פאר די שמש פון די שול געלט (אדער ליכט) און דער שמש פלעגט אנצידן ליכט אין די שול לע"נ דעם נפטר!! און אט דאס טייטש נר 'למאור' און נישט נר 'להדליק' ד.ה. אז מען האט גענוצט די ליכט אז עס זאל לייכטן און נישט עס זאל סתם ברענען!!

געזעהן אמאל אין א ליקוט ספר נאכברענגענדיג [כ'מיין פון ראשונים] אז דער גאנצער איינפיר צו צינדן ליכט אין ביהמ"ד האט מען נאכגעמאכט פון בית תיפלות

חלילה, חלילה, חלילה.... קלאפ דיך דאס מויל.....
ס'טוט זיך א וועלט אין די פוסקים וועגן צינדן ליכט אין בית המדרש, בנוגע וועלכער פלאץ איז מער חשוב'ער, בנוגע חזקות, בנוגע יום טוב, ועוד ועוד, זאגסטו אז עס קומט גאר פון ....
דער הייליגער קדושת לוי ברענגט אין די קדושות פון חנוכה אז אויך בזמן הבית האט מען געצינדן ליכט אין די בתי כנסיות.
וואס דארפסטו מער ווי די ווערטער פונעם היילגן רא"ש אין א תשובה: "הוי יודע שנרות שמדליקין בביהכ"נ אינן אלא למצוה [כלומר: ולאו דווקא להאיר], שהרי אפי' בבוקר מדליקין אותן, ומכבדין שבתות וימים טובים בריבוי נרות, כדכתיב על כן באורים כיבדו ה', ומתרגמינן בפסניא יקרו ה'".
שמע מינה
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 1:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמע מינה »

און ווייטער, בנוגע נשמות, איז דאך באקאנט פון פיל צדיקים וואס האבן געזאגט אז די נשמות זענען נהנה פון די ליכט וואס מ'צינדט פאר זיי.
דער הייליגער רבי ר' מענדלע פון רימאנאוו זי"ע האט דאך געזאגט אז ער וועט מחזיק טובה זיין פאר די וועלכע צינדן א ליכטל לעילוי נשמתו, רבי מנחם מענדל בן ר' יוסף.
אויפן ציון פון הייליגן שאצער רב זי"ע דא אין לאנדאן איז ארויפגעדריקט אויפן טאוועל פון זיין צוואה די פונקטליכע סדר ווי אזוי צו צינדן ליכט לעילוי נשמתו, פאר די נשמה וואס גייט מודיע זיין די נשמה אז מען קומט צו אים, און דערנאך פאר זיין נשמה.
ועוד ועוד, אטו כי רוכלא ניזיל ונפרט הדברים הידועים לכל???
וואסארא מין גערעדעכטץ איז דאס?
שמע מינה
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 1:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמע מינה »

מיללער האט געשריבן:שמע מינה,
די מעשה מיט קבר דהמע"ה איז געווען מיטן מקור ברוך פון סערעט.

אז?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

שמע מינה האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:שמע מינה,
די מעשה מיט קבר דהמע"ה איז געווען מיטן מקור ברוך פון סערעט.

אז?



שמע מינה האט געשריבן:מ'זאגט אז ווען דער רבי זי"ע איז אמאל געווען ביים סערעטער רבין דער מקור ברוך אויף א באזוך אין אר"י, האט דער מקור ברוך געפרעגט דעם רבי'ן אויב ער גייט צום ציון פון דוד המלך, האט אים דער רבי געענטפערט אז ניין, צולייגענדיג אז די גאנצע קבר דוד המלך האט נישט קיין מקור, מ'ווייסט נישט פונקטליך ווי ער ליגט, האט דער מקור ברוך געזאגט: צען מעטער ארויף, צען מעטער אראפ, אין בעדפארד עוועניו ליגט ער זיכער נישט!
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

נעקסטע וואך גיפאלט די יארצייט פון מיינס א באבע. ס'איז מיר א גרויס אפקומעניש ארויסצופארן צום ביה"ח. איך וויל וויסן צו ס'איז עפעס אן ענין ווייל טאמער יא וועל איך מיך אנשטרענגן צו גיין
א דאנק אייך טייערע חברים
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

שמע מינה האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:
וואס א חילוק האט געשריבן:און ער טענה'ט אז די סדר פלעגט אמאל גיין אז מ'פלעגט גיבן פאר די שמש פון די שול געלט (אדער ליכט) און דער שמש פלעגט אנצידן ליכט אין די שול לע"נ דעם נפטר!! און אט דאס טייטש נר 'למאור' און נישט נר 'להדליק' ד.ה. אז מען האט גענוצט די ליכט אז עס זאל לייכטן און נישט עס זאל סתם ברענען!!

געזעהן אמאל אין א ליקוט ספר נאכברענגענדיג [כ'מיין פון ראשונים] אז דער גאנצער איינפיר צו צינדן ליכט אין ביהמ"ד האט מען נאכגעמאכט פון בית תיפלות

חלילה, חלילה, חלילה.... קלאפ דיך דאס מויל.....
ס'טוט זיך א וועלט אין די פוסקים וועגן צינדן ליכט אין בית המדרש, בנוגע וועלכער פלאץ איז מער חשוב'ער, בנוגע חזקות, בנוגע יום טוב, ועוד ועוד, זאגסטו אז עס קומט גאר פון ....
דער הייליגער קדושת לוי ברענגט אין די קדושות פון חנוכה אז אויך בזמן הבית האט מען געצינדן ליכט אין די בתי כנסיות.
וואס דארפסטו מער ווי די ווערטער פונעם היילגן רא"ש אין א תשובה: "הוי יודע שנרות שמדליקין בביהכ"נ אינן אלא למצוה [כלומר: ולאו דווקא להאיר], שהרי אפי' בבוקר מדליקין אותן, ומכבדין שבתות וימים טובים בריבוי נרות, כדכתיב על כן באורים כיבדו ה', ומתרגמינן בפסניא יקרו ה'".

יפה אמרת. וכבר נפסק בשו" ע שאף בלילה כשאין איש, ידלקו לכבד את ה' באורים
אוועטאר
וואנאוויטשער
שר חמש מאות
תגובות: 816
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 06, 2016 4:10 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואנאוויטשער »

ס'איז דא א תוס' אז לעכט אין בית מדרש איז אזוי ווי קרבנות...
המצפה לישועה
נו"נ לזקני הק' מוואניאוויטש זיע"א
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

הלשון האט געשריבן:איך זוך א תפלה וואס איז מיוחד צו זאגן ביי קברי צדיקים.

אויב איך געדענק גוט, הייבט זיך עס אן עפעס אזוי: שלום עליך מורי ורבי....


(מנהלים החשובים: אויב באלאנגט דער אשכול ערגעץ אנדערש, אדער אויב איז שוין דא אזא אשכול, ביטע אריבער פירן)

בקשה על מצבת הצדיק
(מספר לשון חכמים ח"ב סי' כב)
שלוׄם עליך אדוׄני הצדיק, שלוׄם לך ושלום על משכבך, שלוׄם על נפשך הקדוׄשה והטהוׄרה. אשריך שזכית ללכת בדרכי יוׄצרך ולעבדוׄ וּליראה אוׄתוׄ. ועשית מצות ומעשים טוׄבים. על כן גדוׄל שכרך והקדוׄש ברוּך הוא יחיש תחיתך וימהר עמידתך. ונזכה ונחיה לראוׄת פניך המאירים ומזהירים כזהר הרקיע. וזכותך תעמד לנו ותורתך מגן בעדנוּ. ותהיה נשמתך צרורה בצרור החיים והשלום את יי אלהים.
יעלזו חסידים בכבוׄד ירננו על משכבוׄתם. רננוּ צדיקים ביי לישרים נאוה תהלה. אור זרוּע לצדיק ולישרי לב שמחה.
רבוׄן העולמים ואדוׄני האדונים אב הרחמים. גלוי וידוע לפניך כי בשר אנחנוּ ואין בנוּ כח לכון וליחד יחודי שמוׄתיך הקדושים הראויים ליחד ולזוג בהשתטחות על קברי הצדיקים. וגם אין אתנוּ יוׄדע שרשי היחודים וזווגי המדות הקדושות לדבקא נפשא בנפשא ורוחא ברוּחא.
על כן יהי רצון מלפניך יי אלהינו ואלהי אבותינו שתהיה חשובה ומקבלת ורצויה לפניך ביאתנוּ על קבר הצדיק הזה כאילו כונו ויחדנו היחודים וזווגי המדות הקדושות בדבקות נפשא בנפשא ורוּחא ברוחא להאציל עלינו רוח טהרה וקדשה רוח דעת ויראת יי. ותתעורר נפש הצדיק הזה להתפלל עלינוּ. ותמליץ טוב בעדנו ויתעוררוּ הרחמים הגדולים לזכרנו בזכרון טוב מלפניך, ונזכה לטובה ולברכה לחסד וּלרחמים. לחיים טובים ולשלום.
ויהא רעוא דתתער נפש הצדיק הזה ותהוי סלקא ואזלא ושאטא לגבי אבהן דמיכי חברון לאודעא להוּ צלותא ובעוּתא דאנא בעי ומצלי ומתחנן בהאי שעתא. ותתחבר ותתעטר בזכותא דאבהן ותעוּל בההוא פתחא דבגן עדן, אודעא לרוּח ורוח סליק ואתעטר ומודע לנשמה. ונשמה אודעא לקדשא בריך הוא, וכלהו בעאן רחמי עלן, וחס קדשא בריך הוא עלן בגיניהון. ובגין זכוּתא דכלהווּ צדיקיא דזכו למדת כבוד דלעילא, וזכו לקשר קשרא עלאה, קשרא קדישא, קשרא דמהימנותא. וקדשא בריך הוא יריק עלן ברכאן ממבועא דנחלא ויתקימון גבן כלהו ברכאן בדיל שמה רבא.
אנא יי אבינו מלכנו אבינו אב הרחמן, עשה למען שמך הגדול, ולמען זכות אברהם ויצחק ויעקב, ומשה ואהרן ויוסף ודוד ופנחס ושלמה, ולמען זכוּת כל הצדיקים והחסידים, ולמען זכות הצדיק הזה, ותחוס ותחמל ותרחם עלי ועל כל בית ישראל ותחיינו חיים ארוכים טובים ומתקנים, ותפרש עלינו סכת שלומך, ותקננו בעצה טובה מלפניך, ותמלא ידינו מברכותיך ומעשר מתנות ידיך. ותורנוּ הדרך הטוב אשר נלך בו והמעשה אשר נעשה.
(ויוסיף לשאול על צרכיו ועל עניניו כאשר יחפוץ).
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

הלשון האט געשריבן:איך זוך א תפלה וואס איז מיוחד צו זאגן ביי קברי צדיקים.

אויב איך געדענק גוט, הייבט זיך עס אן עפעס אזוי: שלום עליך מורי ורבי....


(מנהלים החשובים: אויב באלאנגט דער אשכול ערגעץ אנדערש, אדער אויב איז שוין דא אזא אשכול, ביטע אריבער פירן)


פון הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע.
תרנגול האט געשריבן:יישר כח 'יוראפ' פארן צושיקן אין אימעיל.

שָׁלוֹם עָלֶיךָ עַל מִשְׁכְּבוֹתֶיךָ אֲדוֹנֵינוּ מוֹרֵנוּ וְרַבֵּינוּ (פב"פ). תְּהֵא נַפְשְׁךָ צְרוּרָה בִּצְרוֹר הַחַיִים אֶת יְיָ אֱלֹהֶיךָ תַּחַת כִּסֵא כְבוֹדוֹ, אַשְׁרֶיךָ בָּעוֹלָם הַזֶה וְטוֹב לָךְ לָעוֹלָם הַבָּא, אַשְׁרֶיךָ שֶׁזָּכִיתָ לָלֶכֶת אַחַר יוֹצְרָךְ בְּלֵבָב שָׁלֵם, וְהִצְדַקְתָּ אֶת הָרַבִּים וְהוֹרֵיתָ לְיִשְֹרָאֵל חֹק וּמִשְׁפָּט, עַל כֵּן גָדוֹל שְֹכָרְךָ וְיָשַׁבְתָּ בְּמַעֲלָה עִם הַמַלְאָכִים הַקְדוֹשִׁים אֲשֶׁר שָׁם אֵצֶל בְּנֵי עֶלְיוֹן. הָרַחֲמָן הוּא יָחִישׁ תְּחִיַּית אֲדוֹנֵינוּ מוֹרֵנוּ וְרַבֵּינוּ (פב"פ), וִימַהֵר עֲמִידָתְךָ, וִיזַכֵּנוּ לִרְאוֹת פָּנֶיךָ הַמַּזְהִירִים כְּזוֹהַר הָרָקִיעַ, וְיַּעֲמוֹד לָנוּ זְכוּתָךְ וְצִדְקַת תּוֹרָתָךְ וְתּוּמָתָךְ, תּוֹרָתָךְ תַּעֲמוֹד לָנוּ, זְכוּתָךְ יָגֵן בַּעֲדֵנוּ. בְּבַקָּשָׁה מִמְךָ יוֹצְרֵנוּ יוֹצֵר בְּרֵאשִׁית שֶׁתִּפְתַּח לִבֵּנוּ בְּתוֹרָתֶךָ וּלְאַהֲבַת חֶסֶד וְהַצְנֵעַ לֶכֶת, וְתַצְלִיחֵנוּ בְּכָל דְּרָכֵינוּ, וְאַל יִשְׁלְטוּ בָּנוּ אוֹיְבֵינוּ, וְאַל תִּתֵּן לַמּוֹט רַגְלֵנוּ, וְתַּעֲנֶה אוֹתָנוּ בְּרַחֲמִים בִּזְכוּת הַצַדִיק הַזֶה, וְאַל תַּעֲנִשֵׁנוּ כְּאִוַלְתֵּנוּ, וְאַל תִּגְמוֹל לָנוּ בִּפְעוּלוֹתֵינוּ, וְאַל תְּשַׁלֵּם לָנוּ כְּמַעֲשֵׂנוּ הָרָעִים, וּתְכַפֵּר לָנוּ עַל כָּל עֲוֹנֵינוּ, וְתִסְלַח לָנוּ עַל כָּל חֲטֹאתֵינוּ, וְתִמְחוֹל לָנוּ עַל כָּל פְּשָׁעֵינוּ, כְּדֵי שֶׁנִּהְיֶה בִּמְחִיצַת צַדִּיקִים נוֹחֲלֵי שְׁנֵי עוֹלָמִים. בָּרוּךְ מֵשִׁיב נְפָשׁוֹת לְגּוּפוֹת הַצַדִּיקִים וּמֵקִיצָן וּמַכְנִיסָן לְגַן עֵדֶן וּמְזַכָּן לְחַיֵי עוֹלָם הַבָּא, וְאַתָּה יָצַרְתָּ אֶת הַצַּדִּיקִם לִשְׁמֶךָ, וְקִדַּשְׁתָּ אוֹתָם לִשְׁמֶךָ, וְטִהַרְתָּ אוֹתָם לִשְׁמֶךָ, וּכְשֵׁם שֶׁזָּכִינוּ וּבָאנוּ וְרָאִינוּ צִיּוֹן שֶׁל זֶה הַצַדִיק אֲדוֹנֵינוּ מוֹרֵנוּ וְרַבֵּינוּ (פב"פ), כֵּן יְהִי רָצוֹן מִלִפְנֵי בּוֹרְאֵינוּ שֶׁנִּזְכֶּה וְנִרְאֶה אוֹתוֹ בַּחַיִּים, וְנִשְֹמַח בּוֹ וְהוּא יִשְֹמַח בָּנוּ, בָּרוּךְ הַמְקַיֵם דְּבָרוֹ וְנֶאֱמָן בִּבְרִיתוֹ, אַשְׁרֵיכֶם הַצַדִּיקִים, אַשְׁרֵיכֶם הַחֲסִידִים, אַשְׁרֵיכֶם הַיְשָׁרִים וְהַתְּמִימִים, אַשְׁרֵיכֶם עֲמָלֵי הַתּוֹרָה גִבּוֹרֵי כֹּחַ, אַשְׁרֵיכֶם מוֹסְדֵי אָרֶץ, מַה טָמוּן לָכֶם מַה צָפוּן לָכֶם, כְּדִּכְתִיב מָה רַב טוּבְךָ אֲשֶׁר צָפַנְתָּ לִירֵאֶךָ, דָּבָר שֶׁלֹא הָיָה יְכוֹלֶת בְּיַד הַנְּבִיאִים לַעֲמוֹד עָלָיו שֶׁנֶּאֱמַר עַיִן לֹא רָאֲתָה אֱלֹהִים זוּלָתֶךָ יֵעָשֶֹה לִמְחַכֶּה לוֹ. תְּפִלַתְכֶם תָּגֵן בַּעֲדֵנוּ בְּעֵת צָרוֹתֵינוּ, וּבִזְכוּתָם נִנָּצֵל מֵחָמָס הַמַלְכֻיּוֹת וִּמִשִׁיבּוּשֵׁי הַגַּיְיסוֹת, וּבִזְכוּתָם נִזְכֶּה לִרְאוֹת פְּנֵי מְשִׁיחֵנוּ וְתִּהְיוּ בַּחַיִּים וְנִשְֹמַח בָּכֶם וְתִשְֹמְחוּ בָּנוּ, בַּעֲגָלָא וּבִזְמַן קָרוֹב עִם כָּל יִשְֹרָאֵל חֲבֵרִים, וְנֹאמַר אָמֵן. זֵכֶר צַדִּיקִים לִבְרָכָה, זֵכֶר חֲסִידִים לִבְרָכָה, זֵכֶר שִׁפְלֵי רוּחַ לִבְרָכָה, זֵכֶר מַרְבִּיצֵי תּוֹרָה לִבְרָכָה, זֵכֶר אֲדוֹנֵינוּ מוֹרֵנוּ וְרַבֵּינוּ (פב"פ) לִבְרָכָה וְלִתְחִיָּה, אָמֵן:
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

דריידל האט געשריבן:נעקסטע וואך גיפאלט די יארצייט פון מיינס א באבע. ס'איז מיר א גרויס אפקומעניש ארויסצופארן צום ביה"ח. איך וויל וויסן צו ס'איז עפעס אן ענין ווייל טאמער יא וועל איך מיך אנשטרענגן צו גיין
א דאנק אייך טייערע חברים

ליגט מיר אין קאפ אז ר' ישראל דוד הארפענעס שרייבט אין ספר אז עס האט נישט א מקור צו גיין אין יארצייט ואדרבה אויב אין די צייט לערנט מען לטובת הנשמה איז עס מער חשוב
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה מאשקאוויטש »

Amazing האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:נעקסטע וואך גיפאלט די יארצייט פון מיינס א באבע. ס'איז מיר א גרויס אפקומעניש ארויסצופארן צום ביה"ח. איך וויל וויסן צו ס'איז עפעס אן ענין ווייל טאמער יא וועל איך מיך אנשטרענגן צו גיין
א דאנק אייך טייערע חברים

ליגט מיר אין קאפ אז ר' ישראל דוד הארפענעס שרייבט אין ספר אז עס האט נישט א מקור צו גיין אין יארצייט ואדרבה אויב אין די צייט לערנט מען לטובת הנשמה איז עס מער חשוב

א אנגענומענע מנהג ישראל איז פונקט גענוג פאר א שטארקע מקור.
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...
ראש פתוח
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 01, 2016 1:29 pm

צינדן ליכט לעי"נ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש פתוח »

כ'האב געזען א אינטערעסאנטע זאך אין ס' נשמת ישראל (הרב הארפענעס שליט"א) אז ס'איז קיין שום ענין צו צינדן ליכט נאך א נפטר ביי זיך אינדערהיים נאר אין ביהמ"ד דווקא

(דאכט זיך מיר אז ער שרייבט אז ס'איז כמעט בגדר בל תשחית) אם שגיתי אתי תלין משוגתי ואתכם הסליחה

ווייס איינער א מקור דערויף ?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ראש פתוח האט געשריבן:כ'האב געזען א אינטערעסאנטע זאך אין ס' נשמת ישראל (הרב הארפענעס שליט"א) אז ס'איז קיין שום ענין צו צינדן ליכט נאך א נפטר ביי זיך אינדערהיים נאר אין ביהמ"ד דווקא

(דאכט זיך מיר אז ער שרייבט אז ס'איז כמעט בגדר בל תשחית) אם שגיתי אתי תלין משוגתי ואתכם הסליחה

ווייס איינער א מקור דערויף ?



זע דא
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

לפקוד קברי צדיקים בראש חודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

ר״ח ווערט געברענגט מגייט נישט צו קברים,

קברי צדיקים גייט מען יא ? עני מקור?
על "טעם וריח" אין להתווכח
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

farshlufen האט געשריבן:
ראש פתוח האט געשריבן:כ'האב געזען א אינטערעסאנטע זאך אין ס' נשמת ישראל (הרב הארפענעס שליט"א) אז ס'איז קיין שום ענין צו צינדן ליכט נאך א נפטר ביי זיך אינדערהיים נאר אין ביהמ"ד דווקא

(דאכט זיך מיר אז ער שרייבט אז ס'איז כמעט בגדר בל תשחית) אם שגיתי אתי תלין משוגתי ואתכם הסליחה

ווייס איינער א מקור דערויף ?



זע דא


רבינו בחיי פרשת תרומה וזו לשונו: וידוע כי הנשמה נהנית בהדלקת הנרות והיא מתהלכת בעידוני ההוד והשמחה ומתפשטת ומתרחבת מתוך הנאת האורה. מפני שהיא חתיכת אור חצובה מאור השכל. ומן הטעם הזה נמשכת אחר האור שהוא מינה. אף על פי שהוא אור גופני, והנשמה אור רוחני זך ופשוט.

חוץ דעים איז דא נאך אסאך מקורות לא עת האסף פה. און טאמער שרייבט הרה"ג ר' ישראל דוד אנדערש ווי די מנהג ישראל, איז דאס נישט די ערשטע זאך וואס מיינע דיינים קריגן זיך מיט אים איבער זאכן ווי ער איז מכריע כנגד וויאזוי כלל ישראל פירט זיך.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

דער רבינו בחיי רעדט פון לעבעדיגע נשמות, עס האט קיין שייכות נישט מיט טוהן א טובה פאר א נשמה בעולם העליון.
געשטימט פאר ראשעק הול
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

דער בעל אלף למטה אויף די מטה אפרים האט אנדערש פארשטאנען ווי דיר. ער האט פארשטאנען אז די רבינו בחיי גייט ארויף בכלליות אויף נשמות.

עיין כאן http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 3&pgnum=66

עס איז דא נאך מקורות אויף דעים, והידענים יציינו.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

מנהג צו לייגן די לינקע הענט אויפ'ן קבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

זייענדיג ביים ציון הק'אין קרית יואל היינט , האב איך געזען אזויווי יעדעס יאר ווי דער עולם שטופט זיך ביים מצבה צו קענען לייגן די לינקע האנט, און רוב עולם לייגט אויך צו דעם קאפ צום האנט, אביסל אזויווי ביי נפילת אפיים, און מען זאגט פארשידענע זאכן, איך ווייס נישט פונקטליך וואס, טייל שטייען דארט פינעף צען מינוט אין א צו.

דער מקור פון לייגן די האנט קומט פון שערי תשובה אין אור"ח סי' רכ"ד בשם ברכי יוסף וז"ל:
קברי כו' עבה"ט ועיין בבר"י בשם מז"ה בעל חסד לאברהם בהגהותיו כת"י כ' כשישים ידו על הקבר יאמר פסוק ונחך ה' תמיד כו' תשכב בשלום ותישן בשלום עד בא מנחם משמיע שלום וכשישים ידו יכוון בפסוק ונחך שיש בו ט"ו תיבות כמנין קשרי היד ושמעתי שישים יד שמאלו דוקא ולא יד ימינו עכ"ל:

ווי מען זעהט אינעם לשון שטייט נאר אז מען זאל לייגן די הענט און זאגן די פסוקים, עס שטייט גארנישט וועגן זאגן בקשות דעמאלט, אדער וועגן צולייגן די קאפ צו די הענט .

צו איז דא עפעס אן אנדערער מקור אויף די אלע זאכן, אדער איז עס פשוט א טעות?
(איך האב געזעהן טייל עלטערע אידן האבן טאקע נאר צוגעלייגט די הענט, אבער זיי האבן אויך געזאגט תפילות ובקשות בשעת מעשה)
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14499
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

אין סקווירא גייט מען נישט אין בית החיים נאר ב ניסן
To apply for section 8 Click Here
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
קדוש ונורא
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 4:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קדוש ונורא »

וואס טוט זיך לגבי גיין אויף קברי צדיקים בארץ ובגולה 'חול המועד' ?
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

אין "מאמענט" ברענגן זיי פון א גרויסער פארשער וואס איינע פון זיינע פארש ארבעט איז די ענין פון מנהגים אז די גאנצע ענין פון צינדן ליכט לעילוי נשמת א נפטר, ווייל אמאל האט מען גענוצט די ליכט צו באלייכטן דאס ביהמ"ד צום לערנען און צום דאווענען, און אז מ'האט עס מנדב געווען לע"נ, איז דאס געווען די עלי'. מ'האט שוין גערעדט פון דעם דא, אבער יעצט וויל איך פרעגן צו איינער ווייסט צו בעלי מקובלים צינדן ליכט, אדער צדיקים, צו ווייסט איינער צו די רבי זצ"ל האט געצינדן ליכט אזוי ווי מיר צינדן, אזא לעכטעלע אין א ווינקעל? אז ס'איז א טובה פאר די נשמה?
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

מיר האבן דאך דא א ״נשמה״ אליין קען מען איהם דאך פרעגן צו ער האט א טובה פון א לעכטל
זה הקטן גדול יהי'
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

שמעתי פעם שיש ע"ז מקור מרבינו בחיי, אי"ה כשיהיה לי פנאי אחפש.
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3365
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

מחשב האט געשריבן:שמעתי פעם שיש ע"ז מקור מרבינו בחיי, אי"ה כשיהיה לי פנאי אחפש.

נשמה האט געברענגט א לינק צו די מקור פון רבינו בחיי

כתב רבינו בחיי ( שמות, כ " ה, ל " א): "וידוע כי הנשמה נהנית בהדלקת הנרות,והיא מתהלכת בעדוני ההוד והשמחה ומתפשטת ומתרחבת מתוך הנאת האורה,מפני שהיא חתיכת אור חצובה באור השכל,ומן הטעם הזה נמשכת אחר האור שהוא מינה,אע"פ שהוא אור גופני והנשמה אור רוחני זך ופשוט,ועל כן המשילה שלמה ע"ה לנר,הוא שאמר ( משלי, כ ', כ " ז) : ' נר ה'נשמת אדם".
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3365
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... 79&hilite=

זע דעם לינק און דער בלאט נאך דעם.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”