רבי אברהם לאנגנער מקנהעניטש זצ"ל - כ"ח תמוז תרע"ז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5089
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך אוגוסט 05, 2015 12:24 pm

ווארשיינליך האבן די מחברים דאס נישט פארזעהן און עס מחמת סיבה געשפירט פאר א הכרח צו פארשלייערן אונטער די געקינצעלטע ווערטער "כשהגיע לפרק האיש מקדש בנה את ביתו עם הרבנית הצדיקת מרת ציפורה וכו' שטייט נישט נשא וואס דאן איז די נידון וועגן א זוו"ר און שני. ד"ה אז אנשטאט אריינגיין אין א דו"ד וועגן ערשטן זווג האבן זיי דאס געשריבן אויף אן אופן פון וד"ל...
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

הצבי
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 10:13 pm

תגובהדורך הצבי » מיטוואך אוגוסט 05, 2015 4:15 pm

צדק בזה הרב בן בוזי, כפי שדברתי עם נכד המחבר, ואכן זיוגו הראשון הי' בת הגה"צ רבי ישראל ברויד זצ"ל, ואגב מש"כ הרב מילער בשם ר' מאיר וואנדער שהי' חתן הגביר ר' ישראל ברויד, טעות הוא, ר' ישראל הי' אדמו"ר והי' לו חסידים, אחד מהם הי' החסיד הידוע רבי משה גאלינער זצ"ל שעליו נכתב ערך מיוחד בספר גנזי אור הנ"ל.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 26026
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אוגוסט 05, 2015 4:17 pm

הצבי האט געשריבן:צדק בזה הרב בן בוזי, כפי שדברתי עם נכד המחבר, ואכן זיוגו הראשון הי' בת הגה"צ רבי ישראל ברויד זצ"ל, ואגב מש"כ הרב מילער בשם ר' מאיר וואנדער שהי' חתן הגביר ר' ישראל ברויד, טעות הוא, ר' ישראל הי' אדמו"ר והי' לו חסידים, אחד מהם הי' החסיד הידוע רבי משה גאלינער זצ"ל שעליו נכתב ערך מיוחד בספר גנזי אור הנ"ל.


צ"ל רבי ישראל מבראדי, והכוונה לרבי ישראל לאנגנער מבראדי כנ"ל
-

למה השמיטו את זיווגו הראשון מתולדותיו?

הצבי
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 10:13 pm

תגובהדורך הצבי » מיטוואך אוגוסט 05, 2015 4:24 pm

הרב מילער, קענט איר אפשר ארויפלייגען די צענזוס רעקארד וואס איר האט געטראפען אדער שיקען א לינק.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 26026
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אוגוסט 05, 2015 4:39 pm

הצבי האט געשריבן:הרב מילער, קענט איר אפשר ארויפלייגען די צענזוס רעקארד וואס איר האט געטראפען אדער שיקען א לינק.

זייער גערן

מפקד הצענזוס שנת תר"ץ של משפחת רבי אורי לאנגנער:
https://familysearch.org/ark:/61903/1:1:X4KK-L74

שם האב: [רבי] אורי בן 35
שם האם: Celia (צפורה) בת 30
צאצאיהם: אברהם בן 6, חי' [בלומא] בת 4 ופנחס [יהושע] בן 2 (כולם נולדו בניו יורק)
גם גר עמהם אחיינתם הבתולה טויבא פעסיל בת 6 שנה (בת מי?) שנולדה בגאליציה

מפקד הצענזוס שנת ת"ש של משפחת רבי אורי לאנגנער:
https://familysearch.org/ark:/61903/1:1:KQTZ-JLF
כל הפרטים כדלעיל אבל הפעם תחת גר שם חמותו של רבי אורי, מרת טויבא פעסיל בת 70 שנולדה באוסטריה (גאליציע)

רישום פטירת מרת טויבא רבקה פעסיל (חמותו של רבי אורי לאנגנער):
https://familysearch.org/ark:/61903/1:1:2WT1-XYP
הפרטים:
אלמנה בת 73 מרת טויבא רבקה בת משה פעסיל, שם אמה חי' גאן, שם בעלה Sol
דירתה באמעריקא: 328 איסט 4 סט. בניו יארק
נפטרה ביום דעצעמבער 7 1946 ונטמנה ביום שלאחריו על הביה"ח "בית דוד"

הצבי
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 10:13 pm

תגובהדורך הצבי » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2015 11:00 am

לשאלת הרב מילער
בזיוו"ר נתפרדה ל"ע החבילה אחרי כמה שנים שלא זכו לזש"ק (וגבה טורא בין המחותנים שהיו אנשים אחים בן ונכד רבי יהודה הערש השני) ולא רצה שידברו מפרשה כאובה זו, ולכן השמיטוה מתולדותיו, ובפרט לאחר שכמה מיו"ח כבר השתדכו עם צאצאי חותנו הראשון.

אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5089
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2015 1:54 pm

יש דו"ד בזה בספרי השו"ת ואכה"מ
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 26026
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2015 2:02 pm

הצבי האט געשריבן:לשאלת הרב מילער
בזיוו"ר נתפרדה ל"ע החבילה אחרי כמה שנים שלא זכו לזש"ק (וגבה טורא בין המחותנים שהיו אנשים אחים בן ונכד רבי יהודה הערש השני) ולא רצה שידברו מפרשה כאובה זו, ולכן השמיטוה מתולדותיו, ובפרט לאחר שכמה מיו"ח כבר השתדכו עם צאצאי חותנו הראשון.

תודה רבה, וכבוד ה' הסתר דבר

אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6118
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » פרייטאג אוגוסט 07, 2015 1:25 am

רבי אורי לאנגנער מקניהניטש זצ"ל בחופה עם הגרי"ש כהנמן זצ"ל

1590.JPG

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1906
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » מיטוואך אוגוסט 03, 2016 12:26 pm

זכותו יגן עלינו

הרה"ק מסאטמאר האט געזאגט אז זיין ציון איז א מקום מסוגל צו פויעלן אלע ישועות
און ס'איז א סגולה צו צינדן א ליכט פאר 40 טעג צו געהאלפן ווערן מיט וואס מ'דארף
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

שישא
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2009 11:41 am

תגובהדורך שישא » מיטוואך אוגוסט 03, 2016 10:41 pm

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:הרה"ק מסאטמאר האט געזאגט אז זיין ציון איז א מקום מסוגל צו פויעלן אלע ישועות
און ס'איז א סגולה צו צינדן א ליכט פאר 40 טעג צו געהאלפן ווערן מיט וואס מ'דארף


ווייסט איינער ווער איז דער מקור פאר די ווינדערליכע מימרא בשמו הק'?

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18512
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך אוגוסט 03, 2016 10:50 pm

שישא האט געשריבן:
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:הרה"ק מסאטמאר האט געזאגט אז זיין ציון איז א מקום מסוגל צו פויעלן אלע ישועות
און ס'איז א סגולה צו צינדן א ליכט פאר 40 טעג צו געהאלפן ווערן מיט וואס מ'דארף


ווייסט איינער ווער איז דער מקור פאר די ווינדערליכע מימרא בשמו הק'?

נאר אויפן ריבניצער מעג מען זאגן?

שישא
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2009 11:41 am

תגובהדורך שישא » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2016 11:26 am

איך בין חלילה נישט מפקפק צו דער מקום איז מסוגל צו פועלן, די שאלה איז נאר צו מרן מסאטמאר האט אזוי געזאגט, איך דענק נישט אזעלכע סארט מימרות בשמו הק'.
אזא מימרא ברויך א גוטן מקור, איז דא א מקור אדער נישט?

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1906
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2016 12:59 pm

סאטמאר רב האט נאכגעזאגט אז ווען ער איז געווען אין בודאפעסט, האט אים זיין שווער דער פלאנטשער רב געזאגט, אז ווען מ'ברויך א ישועה גייט מען ארויס אויף דעם קנעהנטישן ציון, און מ'ווערט געהאלפן

און סאטמאר רב האט דאס דאהי איבערגעזאגט פאר זיינע אייניקלעך כמה פעמים
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

שישא
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2009 11:41 am

תגובהדורך שישא » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2016 2:43 pm

הייסט דאס אז מרן מסטאמאר האט דאס גאר נאכגעזאגט פון שווער, טאקע א גרויסער חידוש.
איז כאטש דא איין נאמען פון אן אייניקעל וואס האט דאס געהערט פון סאטמאר רב?
נאכאמאל, וויבאלד דאס איז גאר א גרויסער הפלגה פון מרן מסאטמאר, וואס האט זיך בכלל נישט געווארפן מיט אזעלכע הפלגות, וואלט כדאי געווען צו וויסען ווער דער מקור איז.

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1906
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2016 3:18 pm

דער סאטמאר רב ווען ער האט גערעדט אמאל צו הרה"ח ר' שרגא האלבערשטאם זצ"ל, האט ער אים געזאגט (נאכן הערן פון אים אז ער איז א אייניקל פון קנעהנטיש)
אז ער ווייסט פון אסאך אידן וואס דארפ'נדיג א ישועה אין בודאפעסט, זענען זיי ארויף צום ציון פון דעם קנעהנטיש'ן צדיק און זענען געהאלפן געווארן בדבר ישועה ורחמים, (א אנדער מאל האט ער געזאגט, אז דער שווער זיינער האט אים דערציילט אותות ומופתים אויף דעם צדיק ווען דער סאטמאר רב איז געווען אמאל אין בודאפעסט)
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6118
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דאנארשטאג יולי 27, 2017 12:07 am

אודות הרה"ק רבי אברהם מקניהעניטש זי"ע בגליון עלים לתרופה (פר' מטו"מ-דברים תשע"ז)
צוגעלייגטע
רבי אברהם מקניהעניטש 1.pdf
(99.66 KiB) דאונלאודעד 71 מאל
רבי אברהם מקניהעניטש 2.pdf
(88.34 KiB) דאונלאודעד 63 מאל

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1906
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » דאנארשטאג יולי 27, 2017 12:38 am

ייש"כ הרב יציב פארן ארויף לייגן די עלים לתרופה,
זייער שיין באשריבן דארט.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6118
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » פרייטאג פאברואר 16, 2018 2:48 pm

20180216_102717.jpg
20180216_102717.jpg (261.29 KiB) געזעהן 1624 מאל

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » פרייטאג פאברואר 16, 2018 3:09 pm

ווער איז די היינטיגע ממלא מקום? כ'אב געזען ערגעץ א בילד אבער כ'אב נישט געקענט כאפן ווער דאס איז, אפשר קען איינער ארויסהעלפן?

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1906
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » מיטוואך יולי 11, 2018 1:42 pm

עפעס א אייניקל רופט זיך מקנעהניטש, אבער נישטא קיין ביהמ"ד כפי ידיעתי
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

א חסיד
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2014 3:45 pm

תגובהדורך א חסיד » מיטוואך יולי 11, 2018 4:56 pm

רבי אורי קנעהניטשער האט געהאט אן איידעם רבי פייוויש הלברשטאם פון קשאנוב און איינער פון זיינע קינדער רופען זיך קנעהניטשער רבי

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1906
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » מיטוואך יולי 11, 2018 6:06 pm

וועלכער זון?
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2684
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » מיטוואך יולי 11, 2018 6:31 pm

ר' אורי

אוועטאר
געדיך אוואש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2015 1:33 pm

תגובהדורך געדיך אוואש » מיטוואך יולי 11, 2018 8:17 pm

יא, זיין יארצייט דערמאנט מיר אז קומענדיגע יום הקדוש וועט אויספאלן מיטוואך, אזוי ווי היינט!

אזוי האט אים פריערדיגער בעלזער רב זי"ע מרמז געווען ווען ער איז געווען ביי אים אין ראצפערט


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט