חוקר משפחות האט געשריבן:כדאי לבדוק גם קשרי משפחה במשלמי מעות קדימה של בכורי נפתלי, מופיע שם כמדומני ר' שמואל הענע כש"ב, וכן ר' ויינברג כחתן.
אין ביכורי נפתלי - אמרי חיים, שטייט ביי די שמות הפארמענענטן, ביים שטאט אשצעק (ווי רבי עזריאל חיים איז געווען רב) שרייבט ער, חתני ר' משה מרדכי וויינבערג, און אין שטאט יענדזיעב שרייבט ער מחותני ר' שלום לייזער וויינבערג.
וואס דאס איז מן הסתם דעם ר' משה מרדכי'ס טאטע,
דארף מען טרעפן זייערע דורות ווייטער, אפשר ווייסט איינער פון זיי איבער דעם ספר צרור החייים (פון אים. - ס'דא נאך אפאר ספרים מיט דעם נאמען) און עשר נפלאות ווי מ'קען דאס טרעפן, ווייל דארט קען מען מן הסתם טרעפן נאך אינפארמאציע איבער זיי.