איטשע האט געשריבן:הסרפד האט געשריבן:אליעזר לאנדא האט געשריבן:איטשע האט געשריבן:רש״י׳ס חוס, וואס איז מוסמךף איז ווי פאלגענד.
רבינו שלמה ירחי
בן ר׳ יצחק
בן ר׳ שלמה
מצאצאי רבי יוחנן הסנדלר
עד כאן, די רעשט איז אלס פאנטאזיעס.
ניין, ר׳ יוחנן הסנדלר איז נישט געווען קיין אייניקל פון רבן גמליאל׳ס דינאסטיע.
ירחי איז מוסמך ?
ניין, ס'איז איין אלטע טעות. עס האט זיך אנגעהויבן לכאורה פון א טעות פון א משומד, און פון דארט איז עס אהן גענומן געווארן ביי אלע כריסטן, ביז דער שפתי חכמים האט עס נאך געשריבן בספרי שפתי ישנים, וואס כידוע האט זיך באנוצט מיט רשימות פון ספרים וואס ער האט געטראפן ביי כריסטן. ומשם, צו אלע ספרים...
"ירחי" מיינט דאך פון לוניל, און רש"י איז נישט פון לוניל.
(איך געדענק נישט פון ווי דעם ביאור שטאמט, איך האב עס געזעהן מיט יאהרן צוריק) (אח"כ מצאתי, עס איז פון צונץ, וקבל את האמת ממי שאומרו...)
אגב, און להאא"ה כריסטליכע 'מפרשים' אויפן 'ביבל' איז געוועהן נארמאל צו ברענגן רש"י אלץ Jarchi ביז פאר אנדערטהאלבן הונדערט יאהר צוריק בערך, און זעלטן טרעפט מען עס נאך היינט, אויב שרייבט יענער נאך אלטע ספרי און.
אינטערעסאנט, נישט געוואוסט.
אויב אזוי וורס איז די ר״ת פון רש״י?
משחר טל ילדותי אמרו לנו רבי שלמה יצחקי (דהיינו בן יצחק).