ר' מנחם בראדי ה'באר מנחם' מקאלוב זצ"ל - ח' אב תרצ"ח

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

בדיעבד
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 08, 2011 6:48 pm

ר' מנחם בראדי ה'באר מנחם' מקאלוב זצ"ל - ח' אב תרצ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדיעבד »

היינט פרייטאג ח' אב געפאלט אויס די 73'טע יארצייט פונעם קאלובער רב כ"ק מרן הגה"ק רבי מנחם ב"ר אברהם בראדי זי"ע בעל מח"ס "באר מנחם".

דער באר מנחם זצוק"ל איז געווען קודם רב אין טאהש (זייענדיג דארט אן איידעם) און נאכדעם איז ער געווארן רב אין שטאט קאלוב, אין קאלוב האט ער געפירט דאס רבנות און מרביץ תורה געווען אין זיין באקאנטען גרויסע קאלוב'ער ישיבה ווי עס האבן געלערנט א גרויסע צאל תלמידים פון אומגעפער 250 ביז 300 בחורים אויפאמאל, במשך די יארען ער האט אויפגעשטעלט פילע טויזענט'ער חשובע תלמידים מופלגים לשם ולתפארת, דאהי אין אמעריקע האמיר נאך געהאט בתוכינו פילע הונדערטער קאלוב'ע תלמידים, עס איז נאך היינט דא זקנים לאויושט"א תלמידים פונעם הייליגען באר מנחם זי"ע.

אלע זיינע תלמידים פלעגן כסדר רעדן פון די גדלות בתורה ובמעשים פון זייער גרויסן רבין מיט א אויסטערלישע נאסטאלגיע און בענקעניש, הן פון זיין גרויסן כח התורה זייענדיג א גאון עצום ובקי נפלא בכל חדרי התורה, און הן פון זיין עבודת התפלה וואס ער פלעגט אראפ לייגן א דאווענען מיט א געוואלדיגע מתיקות און ווארעמקייט מיט זיין הערליכע שטימע וואס ער איז געווען באשאנקן, באזונדער זיין כח הקדושה וואס אידן האבן פארציילט אומצאליגע סיפורים וואס מ'האט ביי אים געזעהן גאר גרויסע זאכן,

דער באר מנחם זצוק"ל איז נסתלק געווארן ח' אב בשנת תרצ"ט לפ"ק, ער האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער ל"ע, אבער די אלפי תלמידים וואס ער איז געווען געטריי צו זיי ווי א אייגענע טאטע דאס ווערט פאררעכענט ווי זיינע אייגענע קינדער!

ווי געשריבן האט ער נישט איבערגעלאזט קיין קינדער, איז א גרויסע זכות פאר די נשמה די וואס קענען לערנען משניות אדער צינדן ליכט לע"נ אין טאג פון יארצייט, דער צדיק וועט זיכער זיין א מליץ יושר בגנזי מרומים.

זכותו הגדול יגן עלינו ועל כל ישראל אמן

עס איז שוין געשריבן געווארן מערערע מאל דא אין פארום איבערן באר מנחם זי"ע די מנהלים ווערן געבעטן עס אריין ברענגן דא, יש"כ. ביים קומענדיגן געלעגנהייט וועל איך בל"נ ממשיך זיין פארשידענע ענינים ששמעתי מתלמידים.
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

יישר בח בדיעבד פארן גרינדן דעם אשכול.

זיין רבנות אין טאהש איז געווען ווייל זייענדיג אן איידעם ביים הייליגן שרף פון טאהש זצ"ל וואס איז אוועק אינגערהייט און זיין זוהן איז נאך געווען א אינגל האבן זיינע איידעמער איבערגענומען דאס רבנות, מקודם איז געווען דער הייליגער קאסאניער בעל בני שלשים זצ"ל און נאכער הרה"ק בעל באר מנחם זצ"ל ביז דער ממלא מקום זצ"ל האט עס איבער גענומען. פון די אלע אויבן דערמאנטע איז שוין דא דא אשכולות, (ביסט טאקע זיכער אז ס'נישטא פונעם באר מנחם'ן אן אשכול?).

זיין ספר איז זייער א בא'טעמ'ט ספר, גוט אראפגעשריבן, שיינע דרוק (כ'רעד פון די ערשטע דרוק). זיין לעצטע משב"ק הרה"ח ר' ארי' לייביש גראסס ז"ל האט דאס איבערגעדריקט עטליכע מאל דאהי אין אמעריקע, נאכדעם וואס עס האט געהאלטן אין איין אויסגיין פון מארקעט, ער האט ביי א יעדן הוצאה צוגעלייגט נאך עובדות און ענינים.

איינע פון זיינע תלמידים וואס דער עולם איז באהאווענט מיט אים איז געווען הרה"ח ר' אברהם מרדכי פאלאטשעק ז"ל פון די שבת פעקלעך, ער פלעגט א יעדעס יאר מאכן א יארצייט סעודה אין מחנה רב טוב אין נעפענאק.

יהא זכרו ברוך.
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

מצבת קודש
אטעטשמענטס
Poster2.jpg
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

דאס האב איך געשריבען און אן אנדערע אשכול
scy4851 האט געשריבן:מיינע ביידע עלטערן ע"ה זענען גיבורען אין קאלוב.
פון קאלוב און פונעם באר מנחם האב איך געהערט אסאך.
מיין טאטע ע"ה אליינס האט גלערענט ביי אים. קודם האט ער געלערענט ביים מנחת אלעזר צוויי יאהר, דערנאך האט ער געלערענט און קאלוב ביים באר מנחם.

עס איז געדריקט אינעם הקדמה פון באר מנחם א מעשה מיט איינער ווער עס האט נישט גיהאט קיין קונדער און האט ציגעגאנוועט דעם אפיקומן ביים באר מנחם'ס סרר און האט עס נישט צירוקגעגעבען ביז דער רבי זאגט איהם צי קונדער.
מיינע עלטערען האבען זייער גיט געדענקט די מעשה, מיין מאמע האט מיר אפילו געזאט דער נאמען פון דעם יוד און זי האט אויך גיט געדענקט דאס קונד וואס איז געבוירן פונעם באר מנחס ברכה.
זיי האבען מיר געזאגט אז ווען דאס קונד איז געבוירען געווארן האט זיך געקאכט און גאנץ אונגערען וועגען די מעשה.

scy4851 האט געשריבן:איך האב אסאך געהערט פון מיינע עלטערען ע"ה וועגען ז' אדר און קאלוב.
עס איז געווען א גאר א גרויס געפארעכטס קיין קאלוב.
דורשניטלעך איז נאך געלעגען די ווינטער שניי און מיין מאמע ע"ה האט מיר געזאגט אז דער וועג פונעם באן ביז צום בית החיים איז געוון אזוי מעראסטיק פין דער גרויסע עולם אז ווען א פרעמדער, וואס איז נאך קיינמאל נישט געוון אין קאלוב, וואלט געקומען, וואלט איהם נישט געווען וויכטיג צי פרעגען דירעקשאנס צום בית החיים. ער וואלט נאר געדארפט נאכפאלגען דעם אויסגעטרעטענער וועג אין ער וואלט אנגעקומן.

כמעט אלע אדמורים פון אונגערען, רומעניא, און גאליציע זענען געקומען. יעדער האט געהאט זיין סטאנציע.
ביי מיין מאמעס טאטע איז געווען דער סטאנציע פונעם מנחת אלעזר. דאס איז געווען איבער דעם ווייל ער פלעגט נאך צי קומען צי מיין עלטער זיידע [וועליכער איז אויך אן עלטער זיידע פאר ר' יוסף חיים גרינוואלד] אין ווייל מיין זיידא האט געווינט און דעם הויז, האט דער מנחת אלעזר אנגעהאלטען דער חזקה.
די אלע אדמורים פלעגן צי פירען א לחיים טיש איש איש על אכסניו, אבער נאכמיטאג פלעגט דער באר מנחם פירען א טיש וויא מען האט זיך געוואשען און אלע אדמורים וואס זענען געווען און קאלוב בשעת דעם טיש זענען אלע דארט געווען.
איך האב געהערט פון מיין טאטען ע"ה אז ער האט זייער גיט געדענקט די טישען פון ווען ער האט דארט געלערענט, און ער האט מיר דערציילט אז עס איז געווען אן אויסטערלישער מעמד ציקוקען וויא עס זיצען אזויפל רביים מיטען באר מנחם בראש.

the SCY is the limit
געגאנגען ווייטער
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען ווייטער »

scy4851 האט געשריבן:דאס האב איך געשריבען און אן אנדערע אשכול

עס איז געדריקט אינעם הקדמה פון באר מנחם א מעשה מיט איינער ווער עס האט נישט גיהאט קיין קונדער און האט ציגעגאנוועט דעם אפיקומן ביים באר מנחם'ס סרר און האט עס נישט צירוקגעגעבען ביז דער רבי זאגט איהם צי קונדער.
מיינע עלטערען האבען זייער גיט געדענקט די מעשה, מיין מאמע האט מיר אפילו געזאט דער נאמען פון דעם יוד און זי האט אויך גיט געדענקט דאס קונד וואס איז געבוירן פונעם באר מנחס ברכה.
זיי האבען מיר געזאגט אז ווען דאס קונד איז געבוירען געווארן האט זיך געקאכט און גאנץ אונגערען וועגען די מעשה.

איך מיין אין די ספר באר מנחם (אין אנפאנג) שטייט דארט אז ער האט געבעטן זיין רעבעצין זאל אנווינטשען ווייל זי איז א בנש"ק אין זי האט צוגעזאגט ער וועט האבן א קינד,
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6776
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

הגה"ק בעל באר מנחם מקאלוב זי"ע
אטעטשמענטס
קאל__.jpg
ברוז
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 17, 2017 5:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוז »

מצבת אביו בעיר ברעזנא.
אטעטשמענטס
image (2).jpg
image (2).jpg (162.1 KiB) געזען 2339 מאל
שה אחד
שר חמש מאות
תגובות: 809
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שה אחד »

טעות אין קעפל.
דער באר מנחם איז נסתלק געווארן אום תרצ"ח נישט תרצ"ט.
שה אחד
שר חמש מאות
תגובות: 809
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שה אחד »

איינער האט א קלארע בילד פון די מצבה?
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

ס'איז נישטא
Tachlis Hayediah
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 16, 2015 5:18 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Tachlis Hayediah »

געגאנגען ווייטער האט געשריבן:
scy4851 האט געשריבן:דאס האב איך געשריבען און אן אנדערע אשכול

עס איז געדריקט אינעם הקדמה פון באר מנחם א מעשה מיט איינער ווער עס האט נישט גיהאט קיין קונדער און האט ציגעגאנוועט דעם אפיקומן ביים באר מנחם'ס סרר און האט עס נישט צירוקגעגעבען ביז דער רבי זאגט איהם צי קונדער.
מיינע עלטערען האבען זייער גיט געדענקט די מעשה, מיין מאמע האט מיר אפילו געזאט דער נאמען פון דעם יוד און זי האט אויך גיט געדענקט דאס קונד וואס איז געבוירן פונעם באר מנחס ברכה.
זיי האבען מיר געזאגט אז ווען דאס קונד איז געבוירען געווארן האט זיך געקאכט און גאנץ אונגערען וועגען די מעשה.

איך מיין אין די ספר באר מנחם (אין אנפאנג) שטייט דארט אז ער האט געבעטן זיין רעבעצין זאל אנווינטשען ווייל זי איז א בנש"ק אין זי האט צוגעזאגט ער וועט האבן א קינד,

דער איד האט געהייסען ר' ישעי פרידמאן פון קאלוב - דאס אינגעלע איז געבוירן פורים דערויף - מען האט אים א נאמען געגעבן ברוך מרדכי - דער באר מנחם האט נישט געוואלאט צוזאגן - ער האט געזאגט פאר ר' ישעי, איר פארשעמט מיך איך קען נישט דע זאכן - און די רביצן פון באר מנחם האט אים געזאגט, די קענסט יא צוזאגן - האט ער איר געזאגט, די קענטסט צוזאגן ווייל די ביזט א טאכטער פון טאשער צדיק - האט זי געזאגט, לאזן מיר ביידע צוזאגן - און אזוי האבן זיי ביידע מבטיח געווען פאר ר' ישעי א בן זכר - געהערט פון ר' יושע ארי' גרינוואלד נ"י אחיו של ר' יוסף חיים שליט"א אויף א נסיעה יארן צוריק אויפ'ן וועג צו קאלוב.
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4860
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

שה אחד האט געשריבן:איינער האט א קלארע בילד פון די מצבה?

אין ספר באר מנחם (תש"ס) איז דא א שווארץ אין ווייסע בילד מיט קלארע ווערטער.

די הקדמה צום ספר איז הפלא'דיג שיין אראפגעלייגט די טאג טעגליכן סדר היום פונעם רב דורך א נאנטער משב"ק (הרב גראס), ווי אויך אסאך שיינע זאכן פון די ישיבה, ס'לוינט זיך דורכצוליינען.
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4860
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

Tachlis Hayediah האט געשריבן:
געגאנגען ווייטער האט געשריבן:
scy4851 האט געשריבן:דאס האב איך געשריבען און אן אנדערע אשכול

עס איז געדריקט אינעם הקדמה פון באר מנחם א מעשה מיט איינער ווער עס האט נישט גיהאט קיין קונדער און האט ציגעגאנוועט דעם אפיקומן ביים באר מנחם'ס סרר און האט עס נישט צירוקגעגעבען ביז דער רבי זאגט איהם צי קונדער.
מיינע עלטערען האבען זייער גיט געדענקט די מעשה, מיין מאמע האט מיר אפילו געזאט דער נאמען פון דעם יוד און זי האט אויך גיט געדענקט דאס קונד וואס איז געבוירן פונעם באר מנחס ברכה.
זיי האבען מיר געזאגט אז ווען דאס קונד איז געבוירען געווארן האט זיך געקאכט און גאנץ אונגערען וועגען די מעשה.

איך מיין אין די ספר באר מנחם (אין אנפאנג) שטייט דארט אז ער האט געבעטן זיין רעבעצין זאל אנווינטשען ווייל זי איז א בנש"ק אין זי האט צוגעזאגט ער וועט האבן א קינד,

דער איד האט געהייסען ר' ישעי פרידמאן פון קאלוב - דאס אינגעלע איז געבוירן פורים דערויף - מען האט אים א נאמען געגעבן ברוך מרדכי - דער באר מנחם האט נישט געוואלאט צוזאגן - ער האט געזאגט פאר ר' ישעי, איר פארשעמט מיך איך קען נישט דע זאכן - און די רביצן פון באר מנחם האט אים געזאגט, די קענסט יא צוזאגן - האט ער איר געזאגט, די קענטסט צוזאגן ווייל די ביזט א טאכטער פון טאשער צדיק - האט זי געזאגט, לאזן מיר ביידע צוזאגן - און אזוי האבן זיי ביידע מבטיח געווען פאר ר' ישעי א בן זכר - געהערט פון ר' יושע ארי' גרינוואלד נ"י אחיו של ר' יוסף חיים שליט"א אויף א נסיעה יארן צוריק אויפ'ן וועג צו קאלוב.

פאר פונקטליכקייט, אין די הקדמה שטייט אז דאס קינד איז געבוירן ז׳ אדר און די ברית איז געווען פורים, און וויבאלד די רב פלעגט פארן צו שמחות פון די תלמידים איז ער געפארן צום ברית און ס'איז געווען זייער א דערהויבענע פורים.
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4860
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: ר' מנחם בראדי ה'באר מנחם' מקאלוב זצ"ל - ח' אב תרצ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

ס'שטייט אויך אז ער האט געפירט די ישיבה פאר 55 יאר (!) דאס מיינט אז די ישיבה איז געגרינדעט געווארן אום שנת תרמ"ג.

ווייסט איינער ווי אלט דער רב איז געווען דאן, אדער ווי אלט איז ער געווען ווען ער איז אוועק?
באר מים
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 7:14 am

Re: ר' מנחם בראדי ה'באר מנחם' מקאלוב זצ"ל - ח' אב תרצ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באר מים »

הרב ר' ישעי' גראס שליט"א מלונדון [עסקן גדול במיוחד עבור הבתי קברות באונגארן]
אמר לי שהציון והאוהל של הבאר מנחם בקאליב הוא מוזנח מאוד וצריך לתקנו ומי שרוצה לעזור יחשב למצוה גדולה
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3423
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

מארגען איז די יארצייט
ער האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: ר' מנחם בראדי ה'באר מנחם' מקאלוב זצ"ל - ח' אב תרצ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

מזאגט אז ער האט געהאט טויזענעטע טויזענטע תלמידים מווייסט נישט פונקטליך ווייל ער האט געהאט יעדע יאר 250 תלמידים פון די 55 יאר פון האבון זיין ישיבה נישט מעגליך צו וויסען פונקטליך
intellectual
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 pm

Re: ר' מנחם בראדי ה'באר מנחם' מקאלוב זצ"ל - ח' אב תרצ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך intellectual »

אין די הקדמה ווערט געברענגט בשם ר' שלום אלי פעלבערבוים ז"ל וואס ער האט געהערט פון זיין טאטע, בשנת תרפ"ה האט אים די באר מנחם געזאגט "אז ביז אהער האלט ער שוין ביי 12 טויזענט תלמידים און ער קען די מהות און התנהגות פון יעדן באזונדער.

יעצט רעכן צו די תלמידים פון די נאכפאלגענדע 14 יאר.

זכותו הגדול יגן עלינו.
גערעכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2023 4:38 pm

Re: ר' מנחם בראדי ה'באר מנחם' מקאלוב זצ"ל - ח' אב תרצ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכט »

נדיר אין בנמצא כמעט חתימתו על ספרים ! למכירה באישי

ספר עם חתימתו הטהורה של הרה"ק המפורסם הבאר מנחם מקאלוב זצוק"ל רבינו הקדוש מנחם בראדי מגדולי ראשי ישיבות בהונגריה חדב"ן השרף מטאהש רבי משולם פייש ( הראשון ) זצ"ל וממלא מקומו בעיר טאהש למשך זמן ורבו המובהק של הרה"ק מטאהש קאנאדא זי"ע.

היה מפורסם לאיש קדוש מאוד, פועל ישועות, נערץ ונקדש בכל הונגריה.

בספר עבודת עבודה כתב תלמידו הרבי מטאהש : וכאשר אנו מזכירים את שמו של רבי מנחם בראדי, רצוני שתדעו שאנו מדברים כאן מאיש צדיק וקדוש מאוד, שהיה משכמו ולמעלה גבוה מכל העם, והיה ענק מאוד בתורה ועבודה, זכיתי ללמוד בישיבתו הק' כמה שנים, וכל הנהגותיו נחקקו היטב בזכרוני, ואני חוזר במחשבתי תמיד, את מה שראיתי בו בימים ההם, כי כל תנועותיו היו כשולחן ערוך, והנהגותיו היו נפלאות מאוד, ותמיד ראו שבוער בו אש קודש לה', ער איז זייער געטליך געווען והיה תענוג לשהות במחיצתו... !!
גערעכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2023 4:38 pm

Re: ר' מנחם בראדי ה'באר מנחם' מקאלוב זצ"ל - ח' אב תרצ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכט »

.

גערעכט האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 09, 2023 1:14 pm
נדיר אין בנמצא כמעט חתימתו על ספרים !

ספר עם חתימתו הטהורה של הרה"ק המפורסם הבאר מנחם מקאלוב זצוק"ל רבינו הקדוש מנחם בראדי מגדולי ראשי ישיבות בהונגריה חדב"ן השרף מטאהש רבי משולם פייש ( הראשון ) זצ"ל וממלא מקומו בעיר טאהש למשך זמן ורבו המובהק של הרה"ק מטאהש קאנאדא זי"ע.

היה מפורסם לאיש קדוש מאוד, פועל ישועות, נערץ ונקדש בכל הונגריה.

בספר עבודת עבודה כתב תלמידו הרבי מטאהש : וכאשר אנו מזכירים את שמו של רבי מנחם בראדי, רצוני שתדעו שאנו מדברים כאן מאיש צדיק וקדוש מאוד, שהיה משכמו ולמעלה גבוה מכל העם, והיה ענק מאוד בתורה ועבודה, זכיתי ללמוד בישיבתו הק' כמה שנים, וכל הנהגותיו נחקקו היטב בזכרוני, ואני חוזר במחשבתי תמיד, את מה שראיתי בו בימים ההם, כי כל תנועותיו היו כשולחן ערוך, והנהגותיו היו נפלאות מאוד, ותמיד ראו שבוער בו אש קודש לה', ער איז זייער געטליך געווען והיה תענוג לשהות במחיצתו... !!
בידספיריט | שאילת שלום להגאון רבי משה
https://us.bidspirit.com/ui/lotPage/rar ... A9?lang=he
אטעטשמענטס
Screenshot_20230405-010657_Drive.jpg
Screenshot_20230405-010657_Drive.jpg (189.34 KiB) געזען 410 מאל
OFFLINE
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 26, 2023 12:43 pm

Re: ר' מנחם בראדי ה'באר מנחם' מקאלוב זצ"ל - ח' אב תרצ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך OFFLINE »

א קלארע בילד פונעם מציבה אינעם ביה"ח החדש בעיר קאלוב, אונגארן
באר מנחם קאלוב.jpg
באר מנחם קאלוב.jpg (319.69 KiB) געזען 298 מאל
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24586
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ר' מנחם בראדי ה'באר מנחם' מקאלוב זצ"ל - ח' אב תרצ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט דער יא''צ פון דער באר מנחם מקאליב זי"ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
ברייטע טירן
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 09, 2022 2:15 am

Re: ר' מנחם בראדי ה'באר מנחם' מקאלוב זצ"ל - ח' אב תרצ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברייטע טירן »

זיין מציבה איז אינגאנצן אנגעשריבן מיט הזכרות, זעט אויס אז ס'איז געווען א מנהג אזוי ביי די תלמידים.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”