ר' שלמה סופר מדאלינא

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

תלמוד
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 15, 2011 11:09 pm

ר' שלמה סופר מדאלינא

תגובהדורך תלמוד » מאנטאג פאברואר 20, 2012 1:28 pm

הרה"צ רבי שלמה סופר (רובין) פון דאלינא האט זיך נאך מסתופף געווען בצל פון די תלמידי בע"ש. אויך איז ער געפארן צו אסאך צדיקי הדור ווי צום רבין פון לובלין שפעטער קיין קאסוב און דערנאך קיין זידיטשוב

זייער אסאך מקובל'דיגע מעשיות און מאמרים פון חוזה ווערן דערציילט אין זיין נאמען

בסוף ימיו איז ער געפארן צום עטרת צבי און וויבאלד ער האט געהאט אריכות ימים האט ער נאך אנגעיאגט צו פארן אויך צו רבי אייזיק'ל און דערציילט פאר אים פארשידענע מעשיות פון רבין פון לובלין

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18558
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג פאברואר 20, 2012 1:37 pm

אין ספה"ק חקל יצחק פרשת תצא ברענגט ער א טייער ווארט פון הרה"ק רבי שלמה דאלינער זי"ע
(איב האב נישט יעצט ביי מיר די חקל יצחק קען איך עס נישט אראפברענגען)

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » דאנארשטאג פאברואר 23, 2012 9:33 pm

איך האב פונקט זיך אנגעטראפן אז ער איז געווען תלמיד פון "דברי משה" פון די תלמידי בע"ש.

http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/heb ... 89_104.pdf

מי הוא זה הדברי משה?

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 11020
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג פאברואר 23, 2012 9:58 pm

אפשר אים?
http://hebrewbooks.org/19660
ר' משה מדאלינא

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » פרייטאג פאברואר 24, 2012 7:14 am

דאלינא דאלינא גז"ש

משה אמת ותורתו
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 16, 2010 7:33 pm

הגאון רבי מתתיהו רובין מדאלינא בעל בית דוד

תגובהדורך משה אמת ותורתו » זונטאג פאברואר 26, 2012 10:31 am

און ווער איז דאס דער גאון ר' מתתי' רובין - אויך פון דאלינא, דער מחבר פון דעם ספר "בית דוד" אויף מסכתות הש"ס?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 26041
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג פאברואר 27, 2012 10:43 am

משה אמת ותורתו האט געשריבן:און ווער איז דאס דער גאון ר' מתתי' רובין - אויך פון דאלינא, דער מחבר פון דעם ספר "בית דוד" אויף מסכתות הש"ס?


ר' נפתלי אהרן ווקשטיין האט אמאל געהאט א גאנצע מאמר באריכות איבער דעם ר' מתתיהו רובין מדאלינא.

תלמוד
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 15, 2011 11:09 pm

תגובהדורך תלמוד » פרייטאג מארטש 02, 2012 1:08 pm

איר מיינט מסתמא דאס
http://yuchasin.co.il/?page_id=665

אבער דארט ווערט נישט דערמאנט קיין שום קשר מיט אונזער רבי שלמה (נאר אז ביידע רופט מען מיט די לעצטע נאמען רובין\ראבין)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 26041
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג מאי 03, 2013 12:53 pm

משה אמת ותורתו האט געשריבן:און ווער איז דאס דער גאון ר' מתתי' רובין - אויך פון דאלינא, דער מחבר פון דעם ספר "בית דוד" אויף מסכתות הש"ס?


מצאתי פה בספר ילקוט קרית ארבא לרמ"ח גליקזאהן מחברון, שאמו סימא בילא היתה בתו של ר' זאב וואלף זצ"ל בן בתו של הרב הצדיק המפורסם רבי יצחק מדאלינא הנקרא בפי כל רבי איצקל ר' מתתיעס זצוקלה"ה זי"ע.

אולי המדובר בנו של ר' מתתי' מדאלינא הנ"ל?
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=58


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט