רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

דעסק האט געשריבן:טייל פון די מוסדות וואס דער רבי זי"ע האט אויפגעשטעלט אין דייטשלאנד נאכ'ן קריג:

תלמוד תורה אין פערנוואלד
Capture05.jpg


כולל שארית הפליטה מוסראלפינגן
Capture08.jpg


כולל שארית הפליטה באמבערג
Capture11.jpg

איז באקאנט ווער די מענטשן זענען?
רבי מנשה
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 2:01 pm

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי מנשה »

חתונות אין אמעריקע בערך 1945-46
Weddings 1946~2.jpg
Weddings 1946~2.jpg (434.5 KiB) געזען 1219 מאל
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

רבי מנשה האט געשריבן:חתונות אין אמעריקע בערך 1945-46
Weddings 1946~2.jpg

ס'איז שפעטער, קראסנער רב ז"ל איז נישט דאהי געוועזן אזוי פרי.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

ב-946 הגיע לארצות הברית לגייס כספים לעזרה לניצולי השואה
-------------------------------
ווער זאגט אז די חתונות זענען אין אמעריקא ?
דער אמעריקאנער פאן האט אויסגעפעלט?
מיר איז מער מסתבר אז אין די פי קעמפ אינטער די אמעריקאנער ארמיי
לעצט פארראכטן דורך קיקיון אום דינסטאג יוני 30, 2020 3:37 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

די לעצטע שורה רעכטס איז דער חתן מיט א פלאכע היט?
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

01 איז אמעריקא
02 נישט
03 איז אמעריקא, קראסנער רב רעכטס, ר' מנשה קליין לינקס.
04 איז נישט אמעריקא
05 איז אמעריקא, ספארהאן נאך בילדער פון די חתונה.
06 איז אויך אמעריקא.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
רבי מנשה
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 2:01 pm

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי מנשה »

ווי עס שיינט איז דאס א ספעציעלע בענקל פארן חתן:
Weddings.JPG
Weddings.JPG (193.42 KiB) געזען 1129 מאל
רבי מנשה
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 2:01 pm

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי מנשה »

https://we.tl/t-wNDBkyy0EP
קען איינער דראפבאקס'ן?
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

רבי מנשה האט געשריבן:https://we.tl/t-wNDBkyy0EP
קען איינער דראפבאקס'ן?

https://www.dropbox.com/s/rc6pksjlavtrp ... P.mp4?dl=0
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

חוח בין השושנים האט געשריבן:
ברוך'ל
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 08, 2020 5:46 pm

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך'ל »

יישר כח!
זכיתו יגן עלינו
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

וועמען זעהט מען אין 7 חוץ פון רבי חיים שלמה חוסטער? רבי משה ניישלאס?
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

חמרא טבא האט געשריבן:וועמען זעהט מען אין 7 חוץ פון רבי חיים שלמה חוסטער? רבי משה ניישלאס?

דער וואס זיצט צו רעכטס מיט די לאנגע בארד זעהט אויס ווי החסיד רבי יחזקאל רייך זצ"ל
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

יע יע כ׳האב זיך באצויגן צו די רבנישע געשטאלטן אויף די אנדערע זייט
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
אברהם אלבוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 423
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 15, 2018 10:45 am

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם אלבוים »

רבי מנשה האט געשריבן:https://we.tl/t-wNDBkyy0EP
קען איינער דראפבאקס'ן?


ווען און ווי איז דאס?
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

אברהם אלבוים האט געשריבן:
רבי מנשה האט געשריבן:https://we.tl/t-wNDBkyy0EP
קען איינער דראפבאקס'ן?


ווען און ווי איז דאס?

א דינער פאר די מוסדות אין בארא פארק
דביה תחדי נפשא
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

וועלכע יאהר?
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

רבי מנשה האט געשריבן:ווי עס שיינט איז דאס א ספעציעלע בענקל פארן חתן:
Weddings.JPG

מזעהט אין דעם חתן'ס אויגן זיינע עלטערן.. מקען פשוט וויינען.

ווער סזוכט א מוסר ספר זאל קוקן די בילדער פון די ערשטערע חתונות נאכן קריג.
מ.ד.יארמיש
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 16, 2019 8:11 pm

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מ.ד.יארמיש »

farshlufen האט געשריבן:01 איז אמעריקא
02 נישט
03 איז אמעריקא, קראסנער רב רעכטס, ר' מנשה קליין לינקס.
04 איז נישט אמעריקא
05 איז אמעריקא, ספארהאן נאך בילדער פון די חתונה.
06 איז אויך אמעריקא.

ALL THESE PICTURES WERE TAKEN IN AMERICA. ALL TAKEN BY HARRY TRAINER. THEY ARE FROM EARLY, TO MID 50'S
דעסק
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 08, 2018 2:06 pm

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעסק »

מפ"ק פון בנו כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א:
ווען דער טאטע זי"ע האט מייסד געווען די 'מפעל הש"ס' און די 'כולל ש"ס' דא אין אמעריקע, האט דער טאטע געזאגט: "ביי מיר איז חשוב איין יונגערמאן וואס לערנט אין אמעריקע, מער פון צענדליגע יונגעלייט וועלכע לערנען אין ארץ ישראל!" טאקע ווייל אין אמעריקע דער עמה-ריקא איז מען נישט אזוי שטארק מחשיב די תורה און עס איז פארהאן ווייניגער לומדי תורה קעגן ארץ ישראל, וואו דארטן איז דא גאר אסאך מקומות התורה, איז דאס אסאך מער ווערט!
(בשיח"ק עם הגאון ר' מלכיאל קוטלר שליט"א ר"י ביהמ"ד גבוה לעיקוואד, ג' פר' חיי שרה תשע"ג; בשיח"ק עם הגאון ר' ירמיה מנחם כהן שליט"א אב"ד פאריז, ד' פר' וארא תשע"ב ועוד)
צו איבערזעצן אייער מאטעריאל אויף אידיש [email protected]
דעסק
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 08, 2018 2:06 pm

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעסק »

"דער יונגער בחור'ל וועט נאך זיין פון די גרעסטע לוחמים אויף שיטת רבינו תם!"
Capture.PNG
Capture.PNG (575.45 KiB) געזען 882 מאל

בערך שנת תרע"ט ווען דער טאטע זי"ע איז געווען א יונגע בחור, איז ער געווען אין קאשוי. דעמאלט האט הרה"ק מקאלשיץ זצ"ל ארויסגעגעבן א קונטרס 'בין השמשות - נהר פר"ת' אויף שיטת רבינו תם און די גאונים בנוגע די זמן צאת הכוכבים.
כאטש דער טאטע איז געווען גאר יונג, האט דער קאלשיץ'ער רב געגעבן פארן טאטן איבערצוקוקן זיינע כתבי ידות פונעם חיבור, און אים געזאגט אז ער וויל הערן זיין חוות דעת דערויף. נאכן מעיין זיין דערין האט דער טאטע געהאט עטליכע סברות פארקערט פונעם קאלשיץ'ער רב. דער קאלשיץ'ער רב האט געברענגט ראיות פון אסאך פוסקים אז זיי האלטן ווי די שיטה פון רבינו תם. דער טאטע האט אבער געהאלטן אז מען מוז נישט לערנען פשט אין אלע פוסקים ווי שיטת רבינו תם, זיי קענען אויך אויסקומען ווי די שיטת הגאונים.
דער טאטע האט גענומען פאפירן און פארצייכנט זיינע הערות. ווען ער האט געגעבן די צעטליך פארן קאלשיץ'ער רב, נאך וואס ער האט אריינגעקוקט אין דעם טאטנס הערות, האט ער זיך אנגערופן אין פארנט פון די ארומיגע: "דער יונגער בחור'ל [ער האט גערופן דעם טאטנס אידישע נאמען בלשון חיבה], וועט נאך זיין פון די גרעסטע לוחמים אויף שיטת רבינו תם!"
(בשיח"ק עם הגה"צ ר' זלמן הלברשטם שליט"א אב"ד טשאקאווא, ד' פר' פנחס תשע"ב)
צו איבערזעצן אייער מאטעריאל אויף אידיש [email protected]
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

LYI האט געשריבן:
בשבילי נברא האט געשריבן:
רימנובער אייניקעל האט געשריבן:איך ציטיר פון א'שמעוס וואס האט געהאלטן כ"ק מרן אדמו"ר מצאנז שליט"א באזוכענדיג הרה"ח רבי שלום מרדכי בן רבקה רובאשקין און תפיסה לא עלינו,
שהמקום ירחם עליו ויוציאו מצרה לרוחה מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה השתא בעגלע ובזמן קריב .

ובתוך הדברים האט ער נאך געזאגט פון זיין טאטע הרה"ק מ'צאנז קלויזענבורג זיע"א ער וועט זיך נישט וואנדערן אויב מ'וועט אים פארציילען אז די אמערקאנער פאלק וועט נאך א'שיינעם טאג אויפשטעלן געטאס מיט לאגער'ס אויס צו הארגענען און אויס ראטען דאס אידישע פאלק ל"ע.
וייל זיי זענען די זעלבע רשעים און אנטעסעמיטן אזוי וואו די גוים ימ"ש און אייראפע און די ביטערע שווערע יארן
.

און בכלל פלעגט מיין טאטע זיע"א רעדן פון די רשעות מיט שלעכטקייט פון די אמערקאנער גוים און דעמאלטס האט מען עס נישט פארשטאנען אבער ליידער היינט פארשטייט מען אים.

געהערט פון איינער פון באי ביתו פון הרה"ק ר' הערשעלע מ'ספינקא זצ"ל אז ער פלעגט זאגן זייער ענליכע ווערטער, אז ווען מ'זאל גוט אריינטראכטן וועט מען זעהן אז די אמעריקאנער זענען נאך אין א געוויסען זין ערגער ווי די רוסן.


גהערט איינער האט געפרעגט האדמו"ר מחב"ד זצוק"ל
Do you think a holocaust could ever happen here in the United States?
האט ער גענפערט איין ווארט
OVERNIGHT

סאיז באקאנט אז די רבי ז"ל (מסאטמאר) איז כסדר געווען פארנימען צו רעדן אזאלעכע דיבורים וועלכע זענען שטארק משמע אז ער איז שטארק באזארגט אז אזאנס זאל זיך חלילה נישט איבערשפילן
דעסק
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 08, 2018 2:06 pm

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעסק »

"דאס הסתלקות פון סקווירא'ער רבי'ן האב איך שוין געוואוסט. נעכטן ביי די שטילע תורה האב איך געזען ווי מען פירט א איד מיט א מיטה"

Capture.PNG02.PNG
Capture.PNG02.PNG (130.49 KiB) געזען 1871 מאל

שבת ר"ח ניסן תשכ"ח - א טאג פארן הסתלקות פון הרה"ק מסקווירא זצ"ל - האט פאסירט ביים הייליגן טאטן זי"ע א מורא'דיגע זאך. יעדע וואך ביי שלש סעודות, נאכן זאגן תורה פלעגט דער טאטע זיצן מיט פארמאכטע אויגן מיט גרויס דביקות. נישט פאר א לאנגע צייט, נאר אפאר מינוט, מען פלעגט דאס רופן 'די שטילע תורה'. אין צאנז איז אויך אזוי געווען.
זונטאג ב' ניסן תשכ"ח איז דאך דער סקווירא'ער רבי זצ"ל נסתלק געווארן לגנזי מרומים. יענע גאנצן טאג, אזוי אויך עטליכע טעג דערנאך, איז דער הייליגער טאטע זי"ע געווען זייער שטארק צוקאכט פונעם הסתלקות און ער האט נישט געקענט קומען צו זיך! ווען מען האט געזאגט פארן הייליגן טאטן איבער די פטירה, האט זיך דער טאטע אויסגעדרוקט: "דאס הסתלקות פון סקווירא'ער רבי'ן האב איך שוין געוואוסט. נעכטן ביי די שטילע תורה האב איך געזען ווי מען פירט א איד מיט א מיטה" - אזוי ווי איינער זאגט, איך האב געזען אז עפעס איז נישט גוט...
אויך איז יענע טאג געווען א חתונה אין אמעריקע ביי איינער פון אנ"ש און דער הייליגער טאטע זי"ע וועלכע האט דעמאלט געוואוינט אין ארה"ק, האט געשריבן א בריוו פאר די בעלי שמחה דריי טעג נאכן הסתלקות פון הרה"ק מסקווירא זצ"ל (ה' ניסן תשכ"ח) און זיי געוואונטשן מז"ט אויפן שמחה, ווי צווישן אנדערע שרייבט דער טאטע אז ער קען זיך נאכנישט בארואיגן פון די שרעקליכע בשורה איבער די פטירה פונעם סקווירא'ער רבי'ן זצ"ל. דא איז א טייל פון לשון-קדשו אינעם בריוו: "בתוך כך שרציתי לכתוב וליתן טעלעגראם ליום שמחת לבם, צלצל הטלפון ובתוך-כדי-דיבור שמעתי מהבשורה הנורא רחמנא יצילנו, מהסתלקות הרב הצדיק משרידי דור העבר זללה"ה, ונדהמתי ולא יכולתי להמשיך המכתב ונדחה בכל מכל כל..." וכו'. "וממש אין כח אתי מרוב התלאות והשמועות אשר ממש כשל כח הסבל" וכו'. "ועתה נתחזקתי שלא לאחר את המצוה..." וכו'.
איך בין געווען א קינד דעמאלט, איך געדענק ווי דער הייליגער טאטע איז געווען אינגאנצן פארקאכט וועגן די הסתלקות!
(בשיח"ק בביקורו אצל כ"ק האדמו"ר מסקווירא שליט"א, ה' פר' מטו"מ תשנ"ד; ובביקור של כ"ק האדמו"ר מסקווירא שליט"א בבינ"ק של רבינו שליט"א, א' פר' וישלח תשנ"ה; בשבע ברכות בבית סקווירא, ב' פר' וישב תשס"ו; ועוד)
לעצט פארראכטן דורך דעסק אום מיטוואך יולי 01, 2020 12:33 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
צו איבערזעצן אייער מאטעריאל אויף אידיש [email protected]
דעסק
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 08, 2018 2:06 pm

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעסק »

IMG-20200629-WA0117.jpg
IMG-20200629-WA0117.jpg (185.71 KiB) געזען 1869 מאל
צו איבערזעצן אייער מאטעריאל אויף אידיש [email protected]
רבי מנשה
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 2:01 pm

Re: רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם בעל שפע חיים מצאנז-קלויזענבורג - ט' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי מנשה »

Weddings 1945-46.JPG
Weddings 1945-46.JPG (113.75 KiB) געזען 1866 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”