משפחת פלאהר מחב"ד והמלאכים

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

משפחת פלאהר מחב"ד והמלאכים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ביקסאד האט געשריבן:
אנדי פעטיט האט געשריבן:אין וויליאמסבורג איז דאך דא די ביהמ"ד נתיבות עולם בנשיאות הרה"צ ר' מאיר וועבערמאן שליט"א און אויך אין מאנסי איז דא א שיינע חבורה.
דאס בית המדרש פון הרב ר' חיים [אח"ד] פלאהר שליט"א.

ר' ברוך אמסעל זאל געזונט זיין האט היינט געשטעלט א בילד פון די מציבה פון הרה"ח ר' יהודה ארי' ב"ר יוסף יצחק פלאהר, ר' יהודא לייב איז דער זיידע פון די באקאנטע פלאהר משפחה וואס טייל פון זיי (ר' יוסף ב"ר אהרן ב"ר יהודה לייב ומשפחתו) זענען געווארן צוגעצויגען צום מלאך און זענען עד היום א חלק פון די 'מלאכים' קהילה.

אנדערע חלקים פון די פלאהר משפחה זענען געבליבען ליובאוויטשער חסידים ברחבי העולם, ר' אהרן הנ"ל האט זיך מדשך געווען מיט רבי'שע משפחות (חתנו ר' אברהם לאנגנער ב"ר אורי מקנעהניטש כמו"כ השתדך עם משפחת מארגנשטערן נכדי קאצק) און איז געווען א מוסטער פון א חסידישער איד אין אמעריקא בימים ההם.

כנראה איז נאך ר' יוסף יצחק אבי ר' יהדה לייב הנ"ל געקומען דא אין אמעריקא וואס מאכט די פלאהר משפחה אלס איינע פון די איינצעלנע משפחות וואס זענען שוין זעקס-זיבען דורות על אדמת אמעריקא אידן יראים ושלמים.

אפשר קען איינער מרחיב זיין בדיבור על משפחת פלאהר (אז עס וועט זיך מאכן עפעס איז צום האפן אז די גבאים וועלן אפטיילן דערפון א באזונדערע אשכול)

מציבת ר' יהודא לייב פלאהר הנ"ל:
http://kevarim.com/rabbi-yehuda-aryeh-f ... ment-16128
רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 671
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רב טקסט »

ווי ס'איז מקובל ביי די קינדער פון ר' יוסף פלאהר איז זיין עלטער זיידע ר' יוסף יצחק נישט געקומען קיין אמעריקע.
זיין זיידע ר' יודא לייב איז געקומען בערך תרנ"ב-תרנ"ד (אויב כ'האב נישט קיין טעות פלעגן זיי זאגן אז ס'זעט אויס צו זיין תרנ"ב אדער נ"ג, אבער לעצטנ'ס איז זיי געלונגען אנצוקומען צו געוויסע דאקומענטן ווי ס'ווייזט אויס תרנ"ד), פון שטאט שאץ זייענדיג 28 יאר. מיט 2 זין דער עלטערער (בער'ל) איז שוין געווען בר מצוה, און דער יונגערער איז ר' אהרן וואס איז דאן געווען א קנאפע 2-3 יאר. (דעם עלטערן האט מען געוואלט לאזן אין ישיבה אין אייראפע, און אזוי אויך ווען מ'איז געגאנגען זיך געזעגנען פון הרה"צ ר' מרדכי'לע נאדווארנער האט ער נישט געלאזט מיטנעמען דעם עלטער'ן, ווען ר' יודא לייב האט געבעטן א ברכה פון ר' מרדכי'לען אז די קינדער זאלן בלייבן שומרי שבת אין די טרפה'נע אמריקע האט אים ר' מרדכי'לע געזאגט נער איינער דורות יראים ושלמים, אבער דער עלטערער זון כאטש ער אליין האט זיך געהאלטן איז ליידער נישט געבליבן פון איהם קיין ערליכע דורות).

ר' אהרן'ס קינדער:
1. ר' יוסף הנ"ל ז"ל וואס איז געווען מתלמידי המלאך, אבי משפח' פלאהר הנודעים בינינו, (אן איידעם פון ר' שמעון שיין אבי משפח' שיין, גערטנער, פלאהר, סאלאף).
2. ר' יצחק פלאהר ז"ל (אינטרעסאנט אז ר' אהרן האט צוטיילט די נאמען פון זיין זיידען ר' יוסף יצחק צווישן די 2 קינדער) וואס איז געווארן צוגעצויגן צום ריי"צ ווען ער איז אנגעקומען קיין אמעריקע, וממנו מסתעפים די משפחת פלאהר פון ליובאוויטש (כאמור איז די משפחה פון שאץ). ר' יצחק איז געווען דער גרויסער אתרוגים אימפארטירער פון איטאליע, און זיין אלמנה (לבית מארגענשטערן) וואס האט יארן שפעטער חתונה געהאט צו ר' שאול וואגשאל זז"ג איז ממשיך מיט דעם עד היום הזה.
3. ליבא לאי"ט אלמנת ר' אברהם לאנגנער. (שמעתי פעם פון איינע פון ר' יוסף'ס קינדער אז מ'זאגט נאך אז זי הייסט ליבא נאכ'ן זיידע ר' יודא לייב).
4. פייגא ז"ל אשת ר' שמואל שיין ז"ל (בן ר' שמעון הנ"ל).
דאס איז וואס איז מיר באקאנט

צוריק צו ר' יודא לייב אבי השושלת בארה"ב.
ר' יודא לייב איז געווען א חסיד פונעם אהבת ישראל (פריער איז ער געווען א חסיד פונעם צמח צדיק, און געלערנט בחברותא מיט'ן אהבת ישראל) און אינטרעסאנט איז אז ער איז נפטר געווארן ג' סיון תרצ"ו איין טאג נאך זיין רבי'ן, די משפחה דערציילט אז יענעם שבת ב' סיון יום פטירת רבו האט ער געפרעגט וואס טוט זיך מיט'ן רבי'ן.
ר' יודא לייב איז געווען א גרויסער תלמיד חכם, ס'דא א בריוו (דוכט זיך אז ס'ליגט ביי ר' י"ל פלאהר אין קר"י) פון ר' אברהם שפירא דער טאטע פון ר' מאיר שפירא ווי ער שרייבט אז ער געדענקט נאך רי"ל פון שאץ און ער איז שוין דעמאלט'ס געווען בקי ביד החזקה להרמב"ם בע"פ. שמעתי מהחסיד ר' אלימלך פלאהר אז ס'איז מקובל ביי זיי אז רי"ל איז אמאל געווען א טוען אין ד"ת און אינמיטן האט איינע פון די דיינים זיך אנגערופן צו איהם ר' יודא לייב איך קען זיך מיט אייך נישט שפארן ווייל איר האט פיל מער אביי ורבא ווי מיר געלערנט. עוד סיפר אז אמאל איז ער געווען ביי א דרשה פון א רב און דער רב האט געזאגט ס'דא עפעס א פארוואארפענע רא"ש ערגעץ אז כך וכך האט רי"ל זיך אנגערופן ס'גארנישט קיין פארווארפענע רא"ש ס'איז א רא"ש אין מס' בכורות אדער ווייס איך וואו.
ואי"ה עוד חזון למועד
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

די מציבות פון ר' אהרן פלאהר ואשתו אין דער אלטער סטראפקאווער חלקה אויפן מאונט חברון סעמיטערי
אטעטשמענטס
IMG_0774.JPG
IMG_0773.JPG
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: משפחת פלאהר מחב"ד והמלאכים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

לידיעה בעלמא (ווייל איך האב עס געטראפן, און איך האב נישט וואס צו טוהן דערמיט):

אין די בוקאווינער מעטריקל אויף JewishGen (נישט JRI) איז פארהאן אסאך סחורה אויף משפחת פלאהר - ר' יהודה לייב, אבותיו, אחותיו, וכו' בשאץ.

אבל לענייני: אויף ר' יהודה לייב שרייבט מען אז זיין שווער האט געהייסן ר' מנחם נחום שעכטער. אין די מעטריקל טרעפט מען טאקע אזוי, ר' יעקב [מנחם] נחום שעכטער פון גורהאמאר.

אבל כד עיינית בה, וועט איר טרעפן אז 'שעכטער' איז א געטוישטער נאמן, במקור האט ער געהייסן 'קרייטנער' (ב"ר בערל), און ער וזוגתו (בת ר' אהרן שטופ) זענען ביידע געוועהן פון גאליציע - ער פון סקאלא, זי פון טלוסט.
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

Re: משפחת פלאהר מחב"ד והמלאכים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

הסרפד האט געשריבן:לידיעה בעלמא (ווייל איך האב עס געטראפן, און איך האב נישט וואס צו טוהן דערמיט):

אין די בוקאווינער מעטריקל אויף JewishGen (נישט JRI) איז פארהאן אסאך סחורה אויף משפחת פלאהר - ר' יהודה לייב, אבותיו, אחותיו, וכו' בשאץ.

אבל לענייני: אויף ר' יהודה לייב שרייבט מען אז זיין שווער האט געהייסן ר' מנחם נחום שעכטער. אין די מעטריקל טרעפט מען טאקע אזוי, ר' יעקב [מנחם] נחום שעכטער פון גורהאמאר.

אבל כד עיינית בה, וועט איר טרעפן אז 'שעכטער' איז א געטוישטער נאמן, במקור האט ער געהייסן 'קרייטנער' (ב"ר בערל), און ער וזוגתו (בת ר' אהרן שטופ) זענען ביידע געוועהן פון גאליציע - ער פון סקאלא, זי פון טלוסט.

יישר כח
קען צוניץ קומען
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”