רבי ישראל האגער מוויזשניץ זי"ע - האהבת ישראל - ב' סיון תרצ"ו
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
די וואך שטייט אין הייליגן ספר 'אמרי נועם' א מורא'דיגע זאך.
שמעתי מצדיק אחד אז ווען ער שטייט אויף בלילה בשירות ותשבחות, הערט ער די קול כנפי החיות ווי זיי זענען מזמר בשירה.
שטייט נישט ווערט דער צדיק איז, (י"א המהרצ"ה)
האט געזאגט דער אהבת ישראל, דאס מיינט זיכער דער שווער אליינס.
זעט מען וואס ער האט געהאלטן פון אים.

טריסקער האט געשריבן:מומחה יוחס האט געשריבן:טריסקער האט געשריבן:יערסלוב האט געשריבן:טריסקער האט געשריבן:ס'האט נישט מיט ר"ת, דער אהבת ישראל איז אוועק ערב שבת ביי קבלת שבת, אבער ס'איז נאך געווען מבעוד יום, און וויבאלד אז ר"ח גייט מען ממילא נישט אויפן ציון האט מען קובע געווען די עליה לציון און די יא"צ סעודה נאכדעם אויף ב'.
(געהערט פון הרב חיים יעקב פרענקל שליט"א בשם רבי יהודה'לע דזיקובער)
ווייל אין וויזניץ האלט מען נישט זמן ר"ת,
אין דער אהבת ישראל איז יא אוועק אין ב' סיון אין ביי זיי הייסט דאס נישט מבעוד יום
אין וויזניץ אינדערהיים האט מען יא געהאלטן ר"ת
נישט אמת
פין כ''ק אדמו''ר מווישזניץ מונסי שליט''א האב איך פין איהם געהערט קלאר אז מען האט נישט געהאלטן ר''ת אינדערהיים אין ווישזניץ נאר א פריערדיגע זמן
יעצט זאג דו מיר פון ווי וויזשניץ מאנסיער רבי זז"ג נעמט דאס, כ'ווייס פון ווי און טאקע וועגן דעם האב איך זיך נישט גערעכנט מיט דעם (אויב ווילסטו וויסן מער קלאר שיק מיר אן אישי).
פון ווי נעמסטו אזא זאך?
אינערגעץ האט מען נישט געהאלטן ר''ת (72). חוץ פון בעלז, החל מהשר שלום.. און צאנז .
בכלל איז ביי חסידים געווען משנים קדמוניות אנגענומען שיטת הגאונים כפסקן של בעל התניא בסידורו, והמנורה הטהורה.
הרב מאירים, איר האט א גרויסן טעות אין כמעט אלע חסידישע הויפן האט מען געהאלטן זמן ר"ת, נאכמער: מ'פלעגט צינדן שבת לעכט ביז א האלבע שעה נאכן שקיעה (פארהאן א קול קורא פונעם ווארקא רבי מיטן חידושי הרי"ם אז שפעטער פון א האלבע שעה נאכן שקיעה זאל מען נישט צינדן), און מ'פלעגט דאווענען מנחה נאכן שקיעה איבעראל, וויזניץ איז געווען פון די איינציגסטע הויפן וואס האבן געהאלטן ר"ת אבער דאך געדאוענט מנחה מעריב גאר פרי.
- עין טובה
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4062
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
- לאקאציע: 127.0.0.1
טריסקער האט געשריבן: נאכמער: מ'פלעגט צינדן שבת לעכט ביז א האלבע שעה נאכן שקיעה (פארהאן א קול קורא פונעם ווארקא רבי מיטן חידושי הרי"ם אז שפעטער פון א האלבע שעה נאכן שקיעה זאל מען נישט צינדן)
איך האף אז דו מיינסט נישט צו זאגן אז אין וויזניץ האט מען געצינדן א האלבע שעה "נאכן" שקיעה, די זמן ערב שבת אין גרויסווארדיין איז געווען 40 מינוט פאר די שקיעה.
טריסקער האט געשריבן:וויזניץ איז געווען פון די איינציגסטע הויפן וואס האבן געהאלטן ר"ת אבער דאך געדאוענט מנחה מעריב גאר פרי.
איך כאפ נישט וואס דו זאגסט, מ'האט זיכער נישט געהאלטן די (היינטיגע) ר"ת. מוצאי שבת אין גרויסווארדיין, און אפילו אין וומס"ב ביז די צעלעמער רב זצ"ל איז געווען די זמן 40 מינוט נאכן שקיעה.
...
טריסקער האט געשריבן:הרב מאירים, איר האט א גרויסן טעות אין כמעט אלע חסידישע הויפן האט מען געהאלטן זמן ר"ת, נאכמער: מ'פלעגט צינדן שבת לעכט ביז א האלבע שעה נאכן שקיעה (פארהאן א קול קורא פונעם ווארקא רבי מיטן חידושי הרי"ם אז שפעטער פון א האלבע שעה נאכן שקיעה זאל מען נישט צינדן), און מ'פלעגט דאווענען מנחה נאכן שקיעה איבעראל, וויזניץ איז געווען פון די איינציגסטע הויפן וואס האבן געהאלטן ר"ת אבער דאך געדאוענט מנחה מעריב גאר פרי.
איך וועל נישט ענטפערן אויף מלתא דעבידא לאגלויא, (די לוח פון וויזניץ יענע יארן איז בנמצא)
היצט לנקודה.
''איבעראל'' דאס הייסט גאנץ יוראפ , האבן געהאלטן ר''ת לפי המנחת כהן ואחריו המ''א בסי' של''א, והחת''ס בתשו' אור''ח סימן פ', ותלמידיו... חות דעת בספרו דרך החיים, ועוד הרבה. אז ווען מ'זעהט ג' כוכבים בשמים איז לילה ודאי לכל דבר. אפילו קודם שיעור ד' מילין. און דאס האט געהייסן צאת הכוכבים, אדער לילה.
בערך א פערטל שעה פאר דעם, איז געווען בין השמשות, און ביז דאן איז געווען ודאי יום אפי' נאך שקיעה.
און וויבאלד עס זענען דא מענטשען וואס זעהן די כוכבים פריער ווי אנדערע, ממילא איז דאך שווער צו מצמצם זיין דעם שיעור בין השמשות. שטייט אין כמעט אלע פוסקים פון יענע צייט, אז מ'מוז צינדן ליכט ערש''ק כאטש א האלבע שעה פאר צאת הכוכבים (לאפוקי א פערטל שעה).
לפי זה קומט אויס אז צו מאכן א סטעיטמענט, אז ביז א הלבע שעה נאך שקיעה (עכ''פ דא אין נוא יארק) קען מען נאך טוהן א מלאכה, איז מתיר זיין חילול שבת ממש. ווייל גאר אסאך טעג אין יאהר איז שוין דא ג' כוכבים בינונים פאר א האלבע שעה נאכן שקיעה.
(וכאמור, דער הייליגער שר שלום, ומקצת תלמידיו, ובצאנז,האט מען (אין זייער ביהמ''ד) געהאלטן מוצש''ק לחומרא זמן 72 מינוט שוות כפשטות לשון ר''ת.)
- עין טובה
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4062
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
- לאקאציע: 127.0.0.1
טריסקער האט געשריבן: ס'האט נישט מיט ר"ת, דער אהבת ישראל איז אוועק ערב שבת ביי קבלת שבת, אבער ס'איז נאך געווען מבעוד יום, און וויבאלד אז ר"ח גייט מען ממילא נישט אויפן ציון האט מען קובע געווען די עליה לציון און די יא"צ סעודה נאכדעם אויף ב'.
(געהערט פון הרב חיים יעקב פרענקל שליט"א בשם רבי יהודה'לע דזיקובער)
הערשט יעצט געזעהן... די אהב"י איז נסתלק געווארן ווען די בעל תפילה האט געהאלטן אינמיטן ספירה, ביי די ווארט "היום", די זייגער האט זיך אפגעשטעלט ביי יציאת נשמה.
זעה אטעטשירט:
...
עין טובה האט געשריבן:טריסקער האט געשריבן: נאכמער: מ'פלעגט צינדן שבת לעכט ביז א האלבע שעה נאכן שקיעה (פארהאן א קול קורא פונעם ווארקא רבי מיטן חידושי הרי"ם אז שפעטער פון א האלבע שעה נאכן שקיעה זאל מען נישט צינדן)
איך האף אז דו מיינסט נישט צו זאגן אז אין וויזניץ האט מען געצינדן א האלבע שעה "נאכן" שקיעה, די זמן ערב שבת אין גרויסווארדיין איז געווען 40 מינוט פאר די שקיעה.
ניין, בעיקר אין פולין האט מען אזוי געצינדן, דעריבער איז די קול קורא ארויס דורך 2 פולישע צדיקים. אין וויזניץ האט מען געצינדן פארן שקיעה.
די 40 מינוט זמן איז לפי שיטת מנחת כהן וואס איז געווען דאן די אפציעל אנגענומענע שיטה (אויסער ביי רוב חסידיות וואס האבן געהאלטן ר"ת).
מאירים האט געשריבן:טריסקער האט געשריבן:הרב מאירים, איר האט א גרויסן טעות אין כמעט אלע חסידישע הויפן האט מען געהאלטן זמן ר"ת, נאכמער: מ'פלעגט צינדן שבת לעכט ביז א האלבע שעה נאכן שקיעה (פארהאן א קול קורא פונעם ווארקא רבי מיטן חידושי הרי"ם אז שפעטער פון א האלבע שעה נאכן שקיעה זאל מען נישט צינדן), און מ'פלעגט דאווענען מנחה נאכן שקיעה איבעראל, וויזניץ איז געווען פון די איינציגסטע הויפן וואס האבן געהאלטן ר"ת אבער דאך געדאוענט מנחה מעריב גאר פרי.
איך וועל נישט ענטפערן אויף מלתא דעבידא לאגלויא, (די לוח פון וויזניץ יענע יארן איז בנמצא)
היצט לנקודה......................
ווי קען מען דאס זעהן?
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....
איך וואלט גאר הנאה געהאט צו זעהן א לוח פון סיון תרצ"ו, דאס קען אסאך לייכטער מאכן דעם נושא.
לגבי די זמנים פון ר"ת, מנחת כהן און בעל התניא: די אפציעל אנגענומענע שיטה און אייראפע איז געווען שיטת המנחת כהן; רוב חסידית'ן האבן געהאלטן ר"ת (לקולא ולחומרא); די זמן הבעל התניא איז בכלל נישט געווען פארשפרייט, בעיקר זיינע תלמידים און חסידים לדורותיהם האבן דאס געהאלטן.
לגבי די מעשה אז די אהב"י איז נסתלק געווארן אינמיטן ספירה ציילן: טענה'ט מיר א וויזניצע אייניקל אז ס'איז נישט קיין סתירה, וויבאלד די הלכה איז אז אויב מ'דאווענט מעריב מבעוד יום דארף מען ציילן ספירה בציבור (נאר ס'פארהאן א מחלוקת אויב די ציבור זאל יוצא זיין די ברכה פונעם ש"ץ על תנאי, אדער אליין מאכן די ברכה) און שפעטער נאכן צאה"כ איבערציילן. קומט אויס אז די פאקט אז דער אהב"י איז אוועק ביי ספירה ציילן איז נישט קיין סתירה צו דעם אז ער איז אוועק פארן זמן ר"ת וואס ער איז געגאנגען מיט דעם.
ווי געזאגט וועט דאס אפירברענגען א לוח פון גראסווארדיין פון דעמאלטס זיין א גרויסע הילף.

https://winners-auctions.com/en/node/13549
Two Photographs of the Rebbe Rabbi Yisrael Hager, the "Ahavat Yisrael" of Vizhnitz
* A rare photograph in which the Rebbe is seen with a group of disciples outside of Israel [the second on the right is the ritual slaughterer of the Wilkowisk community, Rabbi Meir].
Size: 9x14 cm. A stain in the center of the upper section. Fine condition.
* Photograph of the Rebbe next to his brother Rabbi Pinchas

- אטעטשמענטס
-
- Rabbi Yisrael Hager, the Ahavat Yisrael of Vizhnit.jpg (28.73 KiB) געזען 2980 מאל
-
- the Rebbe next to his brother Rabbi Pinchas.png (580.34 KiB) געזען 2980 מאל
געהערט פון א איד וואס זיין טאטע האט געלערנט ביים סאטמארע רב אין קראלע,
אז איינמאל האט ער געהערט אז דער וויזניצער רבי דער אהבת ישראל גייט אדורך פאהרן די שטאט מיט די באן, האט ער געהאט חשק צו זעהן דעם וויזניצער רבי׳ן, אבער ער האט נישט געוואלט קיינער זאל וויסן ווייל מ׳האט גערעדט דעמאלטס אין די ישיבה אויף אים, איז ער געפאהרן באהאלטענערהייט, ווען ער איז אנגעקומען צום באן טרעפט ער דארט צו זיין גוט מזל א בחור פון די ישיבה, און דער בחור קומט צי צו אים אין פרעגט אים וואס טוסטו דא? האט ער מורא געהאט צו ענטפערן, האט ער געזאגט אז ער ווארט אויף זיין פעטער, ווען דער באן איז אנגעקומען איז ער צוגעגאנגען נעמען שלום, רופט זיך אהן דער אהבת ישראל צייגנדיג אויף זיך: נו! בין איך דען נישט א פעטער...
ווען ער איז צוריקגעקומען אין די ישיבה האט ער געהערט אז מ׳שושקעט זיך אונטער זיין ריקן, היתכן ער איז געגאנגען צום וויזניצער רבי, ווען דער סאטמארע רב איז אריינגעקומען האט ער באמערקט אז עפעס רודערט זיך, האט ער געפרעגט וואס גייט פאר? האט מען אים געזאגט אז דער בחור איז געגאנגען צום וויזניצער רבי, האט זיך דער סאטמארע רב אנגערופן, וואס איז דען, ער איז דאך געגאנגען זעהן אן ערליכער איד.
דער זעלבער איד האט דערציילט אז ער איז שפעטער נאכאמאל געוועהן ביים אהבת ישראל, ווען דער אהבת ישראל איז געוועהן אין דעברעצין,
ווען ער איז אריין אין שטוב איז דער רבי פונקט ארויסגעגאנגען פאר א מינוט, זענען אריינגעקומען די גבאים און מסדר געוועהן די געלט, האט ער געטראכט צו זיך, אז ביי זיין רבי׳ן האט ער קיינמאל נישט געזעהן אזא זאך, ס׳זעהט דאך אויס ווי א באנק,
ווען דער אהבת ישראל איז צוריק אריינגעקומען אין די שטוב, האט ער געגעבן א מיש אויס די געלטער, אין געט זיך א רוף אהן: איז דען דאס א באנק...

בלעטל האט געשריבן:מאירים האט געשריבן:איך וועל אי''ה פרובירן.
לגבי שיטת המ''כ .. וכו' ביי חסידים איז שיטת הגאונים געווען אנגענומען, עכ''פ ווי ווייט איך ווייס.
ועי' במנורה הטהורה שפוסק כהגאונים.
דא זע איך האט ער אויך אנגעפירקלט מיט פארדרייטע היסטאריע.. ווי טריסקער זאגט.
ווי איז פארדרייט?
אז עס געפעלט אייך נישט די היסטאריע, קענסט איר עס איבערשרייבן,
איך האב מקורות, וואס האסטו חוץ פון א קיבארד??
[quote="טריסקער"]איך וואלט גאר הנאה געהאט צו זעהן א לוח פון סיון תרצ"ו, דאס קען אסאך לייכטער מאכן דעם נושא.
לגבי די זמנים פון ר"ת, מנחת כהן און בעל התניא: די אפציעל אנגענומענע שיטה און אייראפע איז געווען שיטת המנחת כהן; רוב חסידית'ן האבן געהאלטן ר"ת (לקולא ולחומרא); די זמן הבעל התניא איז בכלל נישט געווען פארשפרייט, בעיקר זיינע תלמידים און חסידים לדורותיהם האבן דאס געהאלטן.
לגבי די מעשה אז די אהב"י איז נסתלק געווארן אינמיטן ספירה ציילן: טענה'ט מיר א וויזניצע אייניקל אז ס'איז נישט קיין סתירה, וויבאלד די הלכה איז אז אויב מ'דאווענט מעריב מבעוד יום דארף מען ציילן ספירה בציבור (נאר ס'פארהאן א מחלוקת אויב די ציבור זאל יוצא זיין די ברכה פונעם ש"ץ על תנאי, אדער אליין מאכן די ברכה) און שפעטער נאכן צאה"כ איבערציילן. קומט אויס אז די פאקט אז דער אהב"י איז אוועק ביי ספירה ציילן איז נישט קיין סתירה צו דעם אז ער איז אוועק פארן זמן ר"ת וואס ער איז געגאנגען מיט דעם.
ווי געזאגט וועט דאס אפירברענגען א לוח פון גראסווארדיין פון דעמאלטס זיין א גרויסע הילף.[/quote