פייש קרויז האט געשריבן:ס'איז דא צו אים א תשובה אין דברי יואל, דער רבי שרייבט אויף אים דאכט זיך, בקי בכל חדרי תורה, ער איז געווען א תלמיד פון אבני נזר, און א מורא'דיגער גאון, ער איז אפאר מאל געקומען צום רבין, דער רבי איז אמאל געווען אין באלטימאר ביי אים, האט ער זיך אויסגעדרוקט אז ער האט נישט געגלייבט אז ס'איז נאך דא בימינו אזעלכע תלמידי חכמים.
לויט ווי עס שטייט אינעם נייעם ספר "מיכאל באחת" האט זיך דער סאטמאר רבי ז"ל קיינמאל נישט געטראפן מיט הרב פארשלעגער פא"פ.
בעל דעת האט געשריבן:און דער איד איז געלאפען לעצטענס עטליכע וואכן א בשרייבונג וועגען אים, ווי זיי האבען אים אראפ געלייגט האב מיר דא געהאט נישט לאנג צירוק ממש איינער גדולי הדורות
איז דא א וועג צו פארשאפן די מאמרים פונעם "איד"? איך בין זייער נייגעריג צו זעהן צו זיי לויפן אין זעלבן גאנג פונעם נייעם ספר
פרשיסחא האט געשריבן:יוסף שרייבער האט געשריבן:ווער איז דער מו"ל פונעם ספר?
רבי בן ציון בערגמאן.
דער ספר האט הסכמות פון דעם גאב"ד רבי יצחק טובי' ווייס שליט"א, און פון רבי שאול אלתר שליט"א בן הפני מנחם מגור.
---
דער בריוו פון אים פאר 'המאור' איז נתפרסם געווארן אין 'המאור' נאך די פטירה פון רבי מיכאל'ן, דער מו"ל שרייבט דארט אז דער בריוו האט ער דערהאלטן פון אים א יאר פאר דעם, נאך די פראטעסט אין וואשינגטאן אין יאר תשי"ח, און די דרשה פון בעל ויואל משה מסאטמאר אין דעם כינוס כללי פון התאחדות הרבנים וואס איז דעמאלטס נתפרסם געווארן אויפן 'המאור' אויכעט, און אצינד מיט זיין פטירה האט זיך דעראמנט דאס צו מפרסם זיין.
עס קען זיין עפעס מאדנע?
ספיציעל אז מען ווייס אז אין 'המאור' איז פאראהן נאך זאכן וואס איז נישט הונדערט פראצענט...
1. ווער איז דער ר' בנציון בערגמאן? און וואס האט ער מיט הרב פארשלעגער?
2. עס ווערט דארט דערמאנט א מכון וואס גייט אינהייבן דורקן זיינע 50 בענדער כתבי-יד, אונטערן נשיאות פון א פלומעניק בשם אברהם משה פרידמאן, איז פארהאן מער פרטים איבער דעם מכון און איבער דעם פלומעניק?
3. צו המאור איז באגלייבט אדער נישט אז דא נישט די רעדע, אבער עס איז א פקאט אז בו בעת וואס הרב פארשלעגער איז אנטלאפן פון פרסום און ער האט אין ערגעץ נישט געלאזט דרוקן זיינע חידו"ת, האט נאר דער המאור זוכה געווען צו זיין הסכמה און ער האט דארט געשיקט עטליכע מאל חידושים און תשובות (זעה אינעם נייעם ספר א מדור בפ"ע פון זיינע כתבים צום המאור).
און איבער דעם אבני נזר'ס מיינונג כלפי ציונות, האט שוין דער סטראשעלער דא אנגעוויזן אז דער "אביר הרועים" דערציילט דאס זעלבע ווי הרב פארשלעגער, ועפ"י שני עדים יקום דבר.