ר' אליעזר סילווער אב"ד סינסינעטי ומשפחתו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

מצבת הגאון האדיר רבי אליעזר זילבער (סילווער) ז"ל בעיר סינסינעטי
אטעטשמענטס
9-shvat-r-eliezer-silver-matzeiva.jpg
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

אינטערעסאנטע מצבה! שפיגעלט אפ דעם אדם גדול! גראד אן קיינע דריידלעך!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

http://moreshesamerica.blogspot.com/201 ... tpwww.html

באתר: CINCINNATI JUDAICA FUND נמצא אוצר בלום עם תמונות ומסמכים אודות הגאון רבי אליעזר סילבר אב"ד סינסינטי זצ"ל ועל יהדות ורבני העיר סינסינטי בכלליות.

הנה דוגמאות.

1. חתונת רא"ח קרליבך עם בתו של הרב שניאור זלמן שניאורסאן מפריז (יש תמונות מהמאורע אבל כנראה שזו תמונה חדשה):
http://www.cincinnatijudaicafund.com/in ... jects/1206
נראה רמ"ד ריבקין משמאל, ואחריו הגר"א סילבר, האדמו"ר מליובאוויטש (עם הגב) החתן במרכז שוחח עם החותן (מעומד) לידו רבי שמרי' גורארי' שוחח עם האדמו"ר ראי"ה מקאפשיניצא.

2. רבי אליעזר סילבר מבקר את הישיבה בנייטרא נראה משוחח עם הגרמ"ד ווייסמאנדל, הראשון מימין הוא רי"ז מאיער ז"ל מח"ס מהרש"א הארוך
http://www.cincinnatijudaicafund.com/in ... jects/1207

3. קאנווענשאן של אגודת ישראל שנת? נראים; ר"י ראזענהיים, ר"א סילבר, הדאמורי"ם מבאיאן, אמשינוב ובאבוב:
http://www.cincinnatijudaicafund.com/in ... jects/1208

4. הגאונים; ר"א קאלמנאוויטש, ר"א סילבר ורבי אהרן קאטלער זצ"ל:
http://www.cincinnatijudaicafund.com/in ... jects/1211

5. קבל"פ להר"א סילבר בארצה"ק. נראים; רש"י הילמאן, ר"א סילבר הגרא"ז מלצר והרי"מ טיקוצינסקי:
http://www.cincinnatijudaicafund.com/in ... jects/1216

6. הגר"א סילבר עם האדמו"ר מקאפישניצא והגר"א קאטלער:
http://www.cincinnatijudaicafund.com/in ... bjects/888

7. הגר"א סילבר במעמד חופה עם הגר"י קאמינעצקי:
http://www.cincinnatijudaicafund.com/in ... bjects/891

8. הגאונים; רבי יצחק הוטנר, רבי אהרן קאטלער ור"א סילבר:
http://www.cincinnatijudaicafund.com/in ... bjects/892

9. ר"א סילבר עם רי"י רודערמאן מבאלטימאר:
http://www.cincinnatijudaicafund.com/in ... bjects/894

10. עוד מאגודת ישראל עם ר"י ראזענהיים והאדמו"ר מבאיאן:
http://www.cincinnatijudaicafund.com/in ... bjects/895

11. ר"א סילבר בחתונה עם הרב ממאטעסדארף:
http://www.cincinnatijudaicafund.com/in ... on_id/3646

12. ר"א סילבר עם רבי יונתן שטייף:
http://www.cincinnatijudaicafund.com/in ... bjects/898

13. האדמו"ר מבאיאן מברך את החתן בחתונה (אולי בן/בת האדמו"ר מקאפישניץ) ורואים את ר"א סילבר:
http://www.cincinnatijudaicafund.com/in ... bjects/899

14. אוצר של 48 תמונות מחתונה, נראים בה כמה כדולי ישראל:
http://www.cincinnatijudaicafund.com/in ... on_id/3323
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

הגר"א סילווער עם האדמו"ר מהריי"צ מליובאוויטש זצ"ל
אטעטשמענטס
3.jpg
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

הגר"א סילווער עם האדמו"ר מקאפיטשניץ זצ"ל
אטעטשמענטס
Rebbe-and-Rav-Eliezer-Silver.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

מיללער האט געשריבן:http://moreshesamerica.blogspot.com/2014/11/blog-post.html?m=122.
במחנות העקורים בדייטשלאנד לאחר השואה תש"ו - תמונת מי על הקיר?

מהגאון רבי יהודה לייב צירלסאהן זצ"ל אב"ד קעשינוב
אטעטשמענטס
הרב_צירלסון.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יציב פתגם האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
בילד
http://moreshesamerica.blogspot.com/201 ... html?m=122.
במחנות העקורים בדייטשלאנד לאחר השואה תש"ו - תמונת מי על הקיר?

מהגאון רבי יהודה לייב צירלסאהן זצ"ל אב"ד קעשינוב

בילד


זייער מעגליך, אן אנדערער האט געוואלט קלערן אז דאס איז רבי שמעון שקאפ ז"ל אבער איך מיין אז איר האט רעכט.

אגב, אויך אין דעם אנדערן בילד דארט זעט מען דעם בילד אויפן וואנט, אינאיינעם מיט א בילד פון הייליגען חפץ חיים ז"ל אויף די רעכטע זייט:

בילד
מינצקער
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2011 3:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מינצקער »

ברור שזה הרב צירלסאן
שזה כשבא הרב סילבר מטעם ועד הצלה שהיה תחת הנהגת גדולי אג"י באמריקה שהרב סילבר היה אז היושב ראש שאג"י בימים ההם, משום זה כתוב על הקיר ויעשו כלם אגודה אחת
וכידוע היה הרב צירלסאון מראשי אג"י ברומיניה מש"ה תלו תמונתו על הקיר כמ"כ הח"ח בפוילין
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

עם הגאון רבי חיים מרדכי קאטץ ז"ל ראש ישיבת טעלז-קליוולאנד
אטעטשמענטס
RMK and RES Cincy.jpg
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

קבלת פנים להרב סילווער ז"ל באה"ק, מימין לשמאל: הגרש"י הילמן, הגר"א סילווער, הגרא"ז מלצר, הגרי"מ טיקוצינסקי. העומד: הרב אלחנן סורוצקין בנו של הגר"ז, יו"ר ועד הישיבות.
אטעטשמענטס
28613.jpg
ביקורת
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 17, 2018 11:57 am

פופציג יאהר נאך זיין פטירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקורת »

ט' בשבט תשכ"ח - ט' בשבט תשע"ח
אום אני חומה
שר האלף
תגובות: 1081
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 10:43 pm
לאקאציע: אין ביבליאטעק

Re: ר' אליעזר סילווער אב"ד סינסינעטי ומשפחתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אום אני חומה »

אינטרעסאנט מ' רעדט דא כמעט נישט וועגן זיין גדלות בתורה, זיינע גרויסע אויפטועונגען אין ועד הישיבות און ועד הצלה, זיין ברייטע שפראך כידוע
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: ר' אליעזר סילווער אב"ד סינסינעטי ומשפחתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

דער דברי יואל האט אים געזאגט דעם ווערטל שבו לכם פה עם החמור דאכצעך
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: ר' אליעזר סילווער אב"ד סינסינעטי ומשפחתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

ערט געזאגט אז וועגן דעם האט די וועג צו די עקידה גענומען דריי טעג ווייל ווען מ׳פארט מיט אליעזר קען מען נישט האבן קיין קפיצת הדרך
דביה תחדי נפשא
וללמוד אני צריך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

Re: ר' אליעזר סילווער אב"ד סינסינעטי ומשפחתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וללמוד אני צריך »

מיללער האט געשריבן:אז מ'רעדט פון אידישקייט אין אמעריקע בימים ההם, עס איז מיר לעצטענס אויסגעקומען צו דאווענען תפלת שחרית אין בית הכנסת קשר ישראל אין האריסבורג, פא. (בגלילות סקרענטאן...) זייענדיג דארט האב איך באמערקט די ספרים פון הרב ר' אליעזר סילווער ז"ל דערפאר וואס ער האט געדינט אלס דער ארטיגער רב איידער ער איז געגאנגען קיין סינסינעטי (אינצווישען איז ער געווען רב אין ספרינגפיעלד מאס.)

אזוי בלעטערענדיג בספריו האב איך געזעהן אז שפעטער האט אים ממלא מקום געווען דארט אין האריסבורג בנו ר' דוד לייב סילווער ע"ה אלס רב הקהילה, איז מיר פארשטענדליך אינטערעסאנט געווען צו דערגיין מה היה טיבו של בנו ומ"מ, זייענדיג דער זוהן פון דעם פאפולערן רב און עסקן ציבורי מפורסם לתהילה, אהיימקומענדיג האב איך אנגעשריבען א בריוול צו היינטיגען רב דארט ר' עקיבא מיילס הי"ו אנפרענגדיג אביסל תולדות ר' דוד לייב סילווער.

דער רב האט מיר געענטפערט מיט א ביכל אין ענגליש נעמליך 'Silver Lining וואס דער דערמאנטער ראביי סילווער האט געשריבען בשנת תשנ"ז אלט ווערנדיג 90 יאר (ער איז שפעטער אוועק ונטמן בהאריסבורג ולאחרונה נפנה גופו לאר"י) ער שרייבט דארט זיינע זכרונות און אביסל פון זיינע פעולות.

דאס הארץ איז מיר ממש אויסגעגאנגען לייענענדיג ווי ווייט א זוהן פון א רב מפורסם מתלמידי הגרח"ע מווילנא איז געגאנגען פון זיין פאטער, אלעס ווייל ער איז געבוירן געווארן און אויפגעקוואסן על אדמת אמעריקא בימים ההם אשר איש כל הישר בעיניו יעשה.

דער זוהן איז געבוירן אין נ.י. בשנת תרס"ז און קורץ דערנאך איז ער אריבער מיט זיין פאטער קיין האריסבורג, קיין תלמוד תורה איז געוויס נישט געווען איז ער געגאנגען אין פאבליק-שולע, זיין טאטע האט אים געדינגען א מלמד צו דער זייט ביז ער איז גרעסער געווארן און ער איז געפארן קיין נ.י. צו די דעמאלטסדיגע 'ישיבת רבנו יצחק אלחנן' (היינט ישיבה יוניבערסיטי) פון דארט איז ער שפעטער געגאנגען אין א סעקולערער קאליזש.

ער אליינס שרייבט אז זיין פאטער פאר זיך איז געווען א פשרה'לאזער איד, אבער אויף די שטוב האט ער שוין נישט געהאט אזא השפעה, ער איז געבליבען א רווק פאר עטליכע יאר און די קהילה אין האריסבורג האט אים אזוי אויפגענומען פאר רב (!) וואס איז געווען זיין מעלה? אז ער האט געקענט זאגען דרשות אויף ענגליש און די נייע מעמבערס האבן שוין קיין אידיש נישט געקענט.

אין די קהילה זעלבסט זענען עמטליך רוב מיטגלידער געווען מחללי שבתות (דאס שרייבט ער אליינס), קיין בארד האט ער זיך קיינמאל נישט געלאזט וואקסן טראץ וואס ער אליינס שרייבט אז עס האט וויי געטאן פאר זיין פאטער, און אזוי שרייבט ער נאך ווייטאגליכע פאקטן וואס ער מיט זיין מאדערנעם בליק נעמט אן דעם אמעריקאנעם 'בוחר הרע במיעוטו' תירוצים.

למעשה האט ער שפעטער חתונה געהאט מיט א טאכטער פון א רעליגיעזע פאמיליע אין נ.י. ער האט אויפגעשטעלט א שטוב פון דריי טעכטער און איין זוהן, די טעכטער זענען מער-ווייניגנער געווען לערערינס אין די פאבליק-שולעס, איינע האט געוואונט אין ראשטעסטער נ.י.

דער זוהן ור' אהרן סילבר האט אויך שטודירט אין YU און ער פארעכנט זיך אלס תלמיד פון רי"ד סאלאוויצק פון באסטאן, ער וואונט היינט אין ארץ ישראל ווי ער דינט אלס ראש-ישיבה אין ישיבת 'כרם ביבנה'.


רב מיללער וחבריו,

ס'איז מיר לעצטענס אויסגעקומען צו זיין אין דארט אין האריסבורג, פא. האב איך אפגעשטאט צו דאווענען מנחה - מעריב, דארט אין בית הכנסת כתר ישראל. ביים טויער איז געזעצן איינע פון די מתפללים ווי צו דינען אלס יושב בשער - וועכטער פונעם שול. שפעטער האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער איז גאר יענע טאג (אדער טעג) געווארן ערוועלט אלס דער פרעזידענט פון די קאנגרעגאציע 'כתר ישראל' - אותו היום מינוהו שופט עליהם.

ווי דער מנהג איז אין אמעריקאנער שוהלן נוצט מען אינדערוואכן עפעס א דומפיג פלאץ פאר די תפילת בימי החול. שבת נוצט מען דעם גרויסן שוהל. זייענדיג איינער וואס איז אביסל אינטרעסירט אין די אידישע היסטאריע דא אין אמעריקא, האב איך א פרעג געטוען דעם איד - דעם יושב בשער, וואו די גרויסע שול איז? האט מיר געזאגט אז מ'האט עס פונקט לעצטענס פארקויפט און מ'האלט אינמיטן ארויס-מופן פון דארט און דאס פלאץ איז נישט מסודר.

איך האב אבער דאך נישט געקענט שטילן מיין נייגער און איך בין אליינס געגאנגען פרובירן צו מאכן פתיחה אויף עטליכע טירן. יגעת ומצאת תאמין. איינע פון די טויערן האבן זיך געעפענט פאר מיר - פתחו לי שערי צדק אבא בם וכו'. איך האב דארט געטראפן א ריזן זאל. דאס ביהמ"ד איז נאך היפש אין טאַקט אבער פאלאזט. אויפן גאלעריע איז געווען אָנגעלייגט פיל מיט חפצים און שאכטלען פון ספרים. דעם מקום הארון – דער ארון קודש איז שיין.

נאכער האב איך מיר צוריקגעקערט צום מנחה/מעריב שטיבל. פונקט דעמאלס האט אריינשפאצירט א איד מיט הוט, און אפילו א בארד - א לוקסוס א בארד אין האריסבורג, פא. איך האב מיר תיכף צוגעשארט צו אים. איך האב אים געפרעגט צו ער וואוינט דא? האט ער מיר געענפערט א ברייטן יא! ער זאגט מיר אז ער איז א 'רבי' (מלמד) דארט פאר 27 יאר! ער זאגט מיר אז די חדר איז פארהאלטנסמענסינג גאנץ פרום. פון אלע געגענטן ארום קומען די פרומע קינדער דארט לערנען. קומענדע טאג תפלת שחרית האב איך טאקע געדאווענט שחרית אין א ליטווישע ישיבה, ישיבת דגל ישראל אין לאנקעסטער, פא. דער ראש ישיבה דארט אַן עכטע ישיבה'שע סאָרט, דערציילט מיר א בחור דארט אז ער שיקט זיינע קינדער קיין האריסבורג, פא. צו דעם דערמאנטן ישיבה. אגב ס'איז בערך דריי פערטל שעה וועג.

צוריק צום מלמד: דערציילט ער מיר דער אז צוליב דעם שוואכן ציבור, קאוויד קען די קהילה נישט אויסהאלטן דעם גרויסן שוהל פינאנציעל האבן זיי דאס געוואלט פארקויפן. איינע פון די אפציעס, אדער אפפערס איז געווען אז א קירכע זאל דאס ר"ל אפקויפן. איינע פון די מתפללים האט דאס נישט אויסגעהלטן און ער האט דאס אפגעקויפט מיט זיין אייגן געלט כדי עס זאל חלילה נישט אריינפאלן אין הענט פון גוים - שלא יפול ביד אויב. שפעטער האט איך באגעגענט דעם לקח טוב אליין. נאך מנחה – מעריב האב איך געכאפט א שמועס מיט אים. ער האט מיר געזאגט אז וויל עס ווייטער פארקויפן אפילו פאר דברי חול נאר, נישט פאר א קירכע.

דער מלמד האט מיר מגלה געווען אז דער ערשטער רב פון די שוהל איז געווען רבי אליעזר סילבער ז"ל. אייינמאל ער האט מיר דאס געזאגט האט די גאנצע שוהל באקומען אין מיינע אויגן אן אנדערע צורה. נאך רבי אליעזר סילבער האט איבערגענומען רבי חיים בנציון נאטלאוויטץ א תלמיד און מוסמוך פון רבי חיים עוזר גרודזנסקי, און תרצ"ג האט מען אויפגענומען רבי אליעזר סילבער זוהן - ראביי/הרב דוד [לייב] סילבער ע"ה.

נאכ'ן כאפן א שמועס מיט דעם לוקח פונעם שוהל בין צו געגאנגען צום ראביי - הרב אלישע פריעדמאן הי"ו. ער האט מיר געשאנקען א ביכל פונעם לעצטיגן דיננער וואס איז פארגעקומען לטובת דעם בית המדרש. ער האט מיר אויך זייער געוואלט שענקען דעם בוך פון הרב דוד ל. סילבער, דעם אויבערמאנטן סילווער לייניג בוך. ער האט דאס געזוכט און געזוכט אבער ס'איז נישט געווען בנמצא.

ער האט מיר מגלה געווען אז זיי בויען יעצט א נייע שול, בערך א האלבע מייל פון די יעצטיגע שוהל.

בין הדברים האט מיר ראביי פריעדמאן געזאגט אז הרב דוד סילבער האט אן איידעם אין וועסט פאם ביטש, פלארידא, מיטן נאמען יואל מאריס, זיין אייניקל הבחור דניאל מאריס ע"ה איז געווען היי יאר ל"ג בעומר פון די הרוגי מירון.

דערנאך האט ער מיר אריינגעפירט אינעם גרויסן אלטן שוהל. ער האט מיר אנגעצייגט די שאכטלען מיט די אלטע ספרים און געזאגט אז איך קען נעמען כל מה שליבי חפץ. "עווריטיג מאוסט גאו, ווי אר מאווינג אוט העיר סאון". ער האט צוגלייגט אז דאס איז אמעריקאנער ספרים וואס מ'קען לכאורה נישט טרעפן ערגעץ וואו. ער האט ארויסגענומען איין ספר דאס איז געווען א טהרת יו"ט פונעם העלמיץ'ער רב ז"ל.
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: ר' אליעזר סילווער אב"ד סינסינעטי ומשפחתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

חמרא טבא האט געשריבן:ערט געזאגט אז וועגן דעם האט די וועג צו די עקידה גענומען דריי טעג ווייל ווען מ׳פארט מיט אליעזר קען מען נישט האבן קיין קפיצת הדרך


ער האט עס געזאגט בדרך צחות נאכדעם וואס ר' אליעזר האט איהם פארגעווארפן אינמיטן א נסיעה פארוואס ער מאכט נישט קיין קפיצת הדרך.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

Re: ר' אליעזר סילווער אב"ד סינסינעטי ומשפחתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יישר כח כבוד הרב וללמוד פארן מיטיילן די מערקווידיגע איינצלהייטן
מודה ומהלל
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 10:52 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מודה ומהלל »

יציב פתגם האט געשריבן:קבלת פנים להרב סילווער ז"ל באה"ק, מימין לשמאל: הגרש"י הילמן, הגר"א סילווער, הגרא"ז מלצר, הגרי"מ טיקוצינסקי. העומד: הרב אלחנן סורוצקין בנו של הגר"ז, יו"ר ועד הישיבות.

הנה התמונה יותר ברורה.
אטעטשמענטס
קבלת פנים להרב אליעזר סילבר.JPG
קבלת פנים להרב אליעזר סילבר.JPG (81.19 KiB) געזען 564 מאל
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9224
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: ר' אליעזר סילווער אב"ד סינסינעטי ומשפחתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

וללמוד אני צריך האט געשריבן:
רב מיללער וחבריו,

ס'איז מיר לעצטענס אויסגעקומען
......

זייער שיין! יישר כח סיי פארן נאשן די אינפארמאציע, און עקסטער פארן אהערקומען און עס מיטטיילן פארן ציבור.
---
יש מבין
שר חמש מאות
תגובות: 681
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 05, 2020 11:27 am

Re: ר' אליעזר סילווער אב"ד סינסינעטי ומשפחתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש מבין »

שלשה מכתבים מהגאון הרב אליעזר סילבער. אינטרעסאנטע בריוון וועגן געבן הכשרים פאר 'היינז' און נאך.


https://uk.bidspirit.com/ui/lotPage/app ... A8?lang=he
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”