משפחת חיאל ברימאנוב

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

הרב מגאליציען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 8:48 pm

Re: משפחת חיאל ברימאנוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב מגאליציען »

אליעזר לאנדא האט געשריבן:
הרב מגאליציען האט געשריבן:
סטראפ האט געשריבן:
איך האב אראפגעשיקט א חוקר צו די ארכיוון און לעמבערג (לבוב), דארט איז דא עטליכע סארט פראפערטי רעקארדס פון רימנאב, די איינציגסטע רעקארדס וואס זענען דא פון רימנאב. די רעקארדס פון תק"ף (1820) זענען 11 עמודים, ממילא האט ער מיך קאפירט די גאנצע ליסטע. אויף יעדע עמוד איז דא די נעמען, און דערנאך פארשידענע חשבונות פון די מאס פון די פראפערטי וכדומה. איך וועל דא צוביסליך ארויפלייגן אי"ה אלע נעמען, נאר די נעמען, אהן די חשבונות, א האלבע עמוד אויף אמאל, וויבאלד די פייל איז צו גרויס.
אפשר קען איינער מאכן א רשימה פון אידישע נעמען, (אדער אלע נעמען), איך בין נישט אזוי גוט מיט אפליינען סקריפט, ספעציעל די אלטע.
ייש"כ פאר'ן מיטטיילן. ס'קען נאך אמאל צונוץ קומען.

אגב, איך זעה אויף מרים וויינער'ס סייט אז ס'איז פארהאן אזעלכער רעקארדס פון פריער אויך 1785-8 (תקמ"ה-ח')
איך ווייס נישט אויב עס איז אינטערסאנאנט, אבער איך האב באגעגענט א חשבון פון אלע אידן אין גאליציע בשנת תקפ"ט דא פון רימנוב איז דא [איך האף אז איך האב גוט פארשטאנען]
כ'האב נישט יעצט קיין צייט דאס אדורך צוטוהן. אבער פון אויבן אויף שטימט נישט דער צאהל בפרט אין זאלקאווער קרייז. 6 אידן אין זאלקאווא? 4 אידן אין סקאהל? 9 אידן אין בעלזא? ועוד
הרב הכולל למדינת גאליציא יצ"ו
באר רחובות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 28, 2022 4:42 pm

Re: משפחת חיאל ברימאנוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באר רחובות »

עס קומט זיך א גרויסען יישר כח פאר הרב 'סטראפ', ער ברענגט דא אזוי שיין ארויס ווי אזוי מען קען אויפזיכען פרטים איבער אלטע משפחות, דאס איז א מוסטער פאר איינעם וואס וויל ארבעטען אויף זיין יחוס, עס איז דא א וועלט פון פארשידענע ערטער ווי מען קען טרעפן זאכען איבער יוחסין. אין עס מיטיילן מיט אנדערע, אזוי קענען זיך איינעם דעם אנדערען העלפען.

איצטער אפאר קליינע הערות. א. "עס איז דא א ספר תולעת יעקב, שנדפס 1799, תקמ"ט", דארף זיין, תקנ"ט. ב. "עס איז שטארק מסתבר אז וויבאלד זי איז נתגדל געווארן ביי איהר פעטער אין שטוב מיום הוולדה", פון ווי נעמט איר דאס? אין יגל יעקב שטייט עס נישט.

אויך, איז געווען צוויי דיינים אין רימנוב בשם 'מרדכי'? ווייל די איידעם פון רבי מענדיל מרימנוב האט אויך געהייסען רבי מרדכי אבד"ק זילקובא, ואח"כ אבד"ק רימנוב. קענט איר קלאר מאכען וועלכע יארן די צוויי זענען געווען?
פיישל
שר חמש מאות
תגובות: 579
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 1:22 am

Re: משפחת חיאל ברימאנוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיישל »

באר רחובות האט געשריבן:
עס קומט זיך א גרויסען יישר כח פאר הרב 'סטראפ', ער ברענגט דא אזוי שיין ארויס ווי אזוי מען קען אויפזיכען פרטים איבער אלטע משפחות, דאס איז א מוסטער פאר איינעם וואס וויל ארבעטען אויף זיין יחוס, עס איז דא א וועלט פון פארשידענע ערטער ווי מען קען טרעפן זאכען איבער יוחסין. אין עס מיטיילן מיט אנדערע, אזוי קענען זיך איינעם דעם אנדערען העלפען.

איצטער אפאר קליינע הערות. א. "עס איז דא א ספר תולעת יעקב, שנדפס 1799, תקמ"ט", דארף זיין, תקנ"ט. ב. "עס איז שטארק מסתבר אז וויבאלד זי איז נתגדל געווארן ביי איהר פעטער אין שטוב מיום הוולדה", פון ווי נעמט איר דאס? אין יגל יעקב שטייט עס נישט.

אויך, איז געווען צוויי דיינים אין רימנוב בשם 'מרדכי'? ווייל די איידעם פון רבי מענדיל מרימנוב האט אויך געהייסען רבי מרדכי אבד"ק זילקובא, ואח"כ אבד"ק רימנוב. קענט איר קלאר מאכען וועלכע יארן די צוויי זענען געווען?
מ'רעדט דא פון א שפעטערע תקופה פון ר' מענדל'ס א איידעם
סטראפ
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 28, 2016 12:12 pm

Re: משפחת חיאל ברימאנוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראפ »

א גרויסן ישר כח פאר די חיזוק.
איך פרוביר אלעס צו מיטיילן, אפילו זאכן וואס זענען אנגעקומען מיט גרויס האראוואניע אין אסאך געלט. פארוואס נישט ארויסהעלפן אנדערע?
איך האף אויך אז די עולם וועט צולייגן נאך פרטים...
דאס אז זי איז נתגדל געווארן בבית דודה, שטייט אין די תולדות פון בעל יגל יעקב, זעה בייגעלייגט.
בשעת מעשה האב איך מברר געוועהן אז רבי מרדכי חתן רמ"מ מרימנאב האט שוין נישט געלעבט בשעת מרת זעלדא איז געבוירן אין חתונה געהאט. ווי אויך איז דאך קלאר מקובל ביי משפחת גאטליעב אז זיי זענען אייניקלעך פון א שוועסטער פון רבי מענדעלע און נישט פון רבי מענדעלע גופא.
איך האב מיך אבער געמוטשעט צו טרעפן ווען רבי מרדכי חתן רמ"מ זצ"ל איז נסתלק געווארן, איך געדענק נישט די פרטים, אבער אויב איינער האט מער פרטים וואלט עס געוועהן א גרויסע טובה.
אגב, דארף מען מברר זיין, ווער איז געוועהן א אייניקעל פון א שוועסטער פון רבי מענדעלע? רבי אריה לייבוש? אדער אשתו מרת רבקה לבית חיאל?
עס איז דא איין ענף פון משפחת חיאל וואס האט קלאר מקובל אז זיי זענען אייניקלעך פון רבי מענדעלע. אפשר פון א שוועסטער? אדער אפשר האבן זי געוויסט אז זיי זענען אייניקלעך פון א רב (כלומר דיין) אין רימנאב, און איינער האט שוין צוגעלייגט אז מן הסתם רבי מענדעלע?
אטעטשמענטס
1.png
1.png (86.66 KiB) געזען 777 מאל
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: משפחת חיאל ברימאנוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

סטראפ האט געשריבן:
, נאך תרמ"ב האט מען דערווייל נאכנישט ארויפגעלייגט דא. איז דאס ריכטיג אדער איך האב נישט גוט געקוקט? וואס טוט זיך נאך תרמ"ב? ווען איז דא דעי רשימה און ווען נישט?
איך האב יעצט גענדעגט לייגן לינקס צו אלע ביכער
היסטארישע גאליציאנער "האנד-בוכן" מיט אסאך ווערטפולע אינפארמאציע

בסופו האב איך געלייגט אפאר לינקס צו פוילשע סייטס, מיט דער חשבון אז מסתמא קען מען טרעפן נאך אינטערסאנטע זאכן
יעצט טרעף איך צוויי ביכער אויף רימנוב, ביידע האבן א קורצע מאמר אויף דער אידישע ביה"ח מיט בילדער פון דער מציבות עמוד 57 עמוד 41 אז מען באניצט זיך מיט גוגל טרעסעליעט איז עס נישט אזוי שווער [דא זענען ניין ביכער אויף רימנוב פון יענע סעריע]
דא עמוד 109 איז דא א מאמר איבער דער בית המדרש ברימנוב, זייער אינטערסאנט איז בעמוד 115 א רשימה פון בעה"ב ברימנוב בשנת תרי"ב, ובתוכם פיהר ממשפחת חיאל [יהודה, מרדכי, שמואל, ישראל]

[כל העמודים הם בהאתר לא בה"בוך"]

מענין לענין דא איז דא א ביך אויף פרעמישלא געדריקט תרס"ג ובסופו העתק [בלה"ק] מן פנקס העיר, דאס איז געדריקט במק"א ?
ביה"כ ברימנוב בחורבנה 1 2 3
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: משפחת חיאל ברימאנוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

אליעזר לאנדא האט געשריבן:
סטראפ האט געשריבן:
אינטערסאנט איז בעמוד 115 א רשימה פון בעה"ב ברימנוב בשנת תרי"ב, ובתוכם פיהר ממשפחת חיאל [יהודה, מרדכי, שמואל, ישראל]
דאס זענען מסתמא דער פראפטי רעקארדס משנת תרי"ב וואס איהר דערמאנט אויבן, פון ווי נעמט איהר עס ?
-----
יעצט זעה איך אז עס איז שוין דא אויף jewishgen
לעצט פארראכטן דורך אליעזר לאנדא אום מיטוואך יאנואר 11, 2023 10:48 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
באר רחובות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 28, 2022 4:42 pm

Re: משפחת חיאל ברימאנוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באר רחובות »

"דעי מציבה אין פון רימנאב. איז דאס אפשר א טאכטער פון הגאון רבי מרדכי חיאל?
זי איז זיכער נישט א טאכטער פון הגאון רבי מרדכי חתן הרה"ק רמ"מ מרימנאב, ווייל דעמאלט וואלט געשטאנען נכדת הרה"ק מרימנאב".

ווער זאגט דיר אז ס'מיינט ר' מרדכי הדיין, אפשר גאר אן אנדערען ר' מרדכי?
סטראפ
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 28, 2016 12:12 pm

Re: משפחת חיאל ברימאנוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראפ »

באר רחובות האט געשריבן:
"דעי מציבה אין פון רימנאב. איז דאס אפשר א טאכטער פון הגאון רבי מרדכי חיאל?
זי איז זיכער נישט א טאכטער פון הגאון רבי מרדכי חתן הרה"ק רמ"מ מרימנאב, ווייל דעמאלט וואלט געשטאנען נכדת הרה"ק מרימנאב".

ווער זאגט דיר אז ס'מיינט ר' מרדכי הדיין, אפשר גאר אן אנדערען ר' מרדכי?
אין הכי נמי
דאס איז אבער קלאר אז איהר טאטע איז געוועהן א רב, 'בהרב' (אין יענע יארן) מיינט אלעמאל א רב, אין זצ"ל איז זייער זייער זעלטן אין יענע יארן
סטראפ
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 28, 2016 12:12 pm

Re: משפחת חיאל ברימאנוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראפ »

איך ווייס נישט צו דער עולם איז באקאנט, אבער צווישן די פראפערטי רעקארדס אין לעמבורג (אויף רוב אויב נישט כמעט אלע שטעט אין דערפער אין גאליציע), איז דא איין סארט וואס איז זייער הילפבאר. עס ריפט זיך Tabula Krajowa. דהיינו געווענדליכע פראפערטי רעקארדס געבן נאר די נאמען פון די בעה"ב, אמאל העלפט עס צי וויסן אויב דער מענטש האט טאקע געוויאנט אין דעי שטאט, אדער צו זעהן ווער האט דארט געוואינט נאך איהם, וכדומה, אבער עס העלפט נישט קיין סאך. מה שאין כן די Tabula Krajowa זענען קאנטראקטען אדער צוואות וואס מענטשען האבן פארשריבן איבער די לאקאלע רעכטן פון זייער פרפערטיס, און אסאך מאל ווערט דארט אויסגערעכנט פארשידענע משפחה מיטגלידער, און מען ווערט געוויאר אסאך בעניני יחוס. זעה דא דערוועגן בפרטיות, ציזאמען מיט א ליסטע וועלכע שטעט אין דערפער האבן די סארט רעקארדס.
https://www.geshergalicia.org/galitzian ... -archives/

בנוגע לעניננו, ממשפחת חיאל מרימנאב, נאך אסאך הארעוואניע, האב איך מצליח געוועהן צו אראפשיקן א מומחה צו די ארכיוו אין לעמבערג, צווישן איין באמבע/בלעקאוט אין צווייטן. ער אליינס איז נתפעל געווארן וויפיל מאל עס ווערט דארט דערמאנט משפחת חיאל, צומאל אלס חתימת עדות אויף דאקומענטן (אפשר צוליב זיי זענען געוועהן די דיינים), און צומאל איבער זייער אייגענע פראפערטיס.
די זאך איז אז די סארט דאקומענטן זענען נישט קיין טבלאות מיט נעמען, אזוי ווי רשימת מאטריקאל (לידה, נישואין, פטירה), נאר גאנצע אנגעפילטע פאפירן, אין דאס דארף מען טרענסילעיטאן. איך האב בס"ד א קיימא לן פון 73 עמודים פון דעי ביכער, וואס עס ווערן דארט דערמאנט חיאל פון רימנאב.
דאס קען זיין זייער טייער צו איבערטייטשען, אדער עכ"פ ארויסנעמן וואס עס איז נוגע. איינער האט אפשר א געדאנק ווער עס קען דאס טוען?

צווישן דעי דאקומענטן ווערט אויך דערמאנט לכה"פ איינמאל 'ברוך מרגליות', דער וואס חתמענט אויף ספר תולעת יעקב. ווי אויך עטליכע מאל אליעזר מרגליות.
עס ווערט אויך דערמאנט 'אברהם קאנארפאגיל' דאס איז הגאון החסיד המופלג מחבר ספר בארות המים פון הרה"ק ר"ר הערש מרימנאב, און מחבר פירוש על ספר טעמי מצות, וחתן הרה"ח הנגיד רבי ישראל חיאל, בן הדיין רבי אליעזר. מיר וועלן נאך בעז"ה מגלה זיין נאך פרטים איבער איהם.

פארשטייט זיך דארט ווערט דערמאנט כמה וכמה פעמים שמואל חיאל, מיט לייב חיאל. דארט איז אויך דא עפעס א מלכה רייזל חיאל, כנראה מיט א שייכות צו משפחת ישראל חיאל.

און תר"ו ווערט דארט דערמאנט 'אליעזר חיאל', זעהט אויס ווי סתם א חתימה אויף עדות. אבער נישט זיכער.

אויף איין עמוד חתמענט 'יהודה וועניג'. און ספר טעמי מצות ביי פרענומעראנטן פון רימנאב רופט איהם רבי אברהם אבלי ,'ש"ב', דאס איז ככל הנראה קרוב מצד משפחת חיאל, וויבאלד רבי אבלי איז נישט געוועהן במקורו פון רימנאב

די חוקר זאגט מיר אז אויף איין דאקומענט משנת תרי"ט 1859 איז דא אליעזר מיט ברוך חיאל, איך זעה דאס נישט אויף יענע דאקומענט (יענע דאקומענט איז אפשר אויף לאטייניש, אזוי ווי עטליכע פון זיי), ווי קימט רבי אליעזר חיאל בתרי"ט, ער איז דאך לכאורה נסתלק געווארן לפי תרט"ו, שאז יש נכד הנקרא על שמו, ווי אויך אין די האנט בוך ווערט שוין זיין זוהן רבי מרדכי דערמאנט אלס רב בתרי"ז. מען וועט נאך דארפן אויסגעפונען.

עס ווערט דארט דערמאנט עטליכע מאל משנטשען ממשפחת 'סעגאל'.

אז רבי אברהם אבלי שרייבט אויף זיין שווער רבי ישראל חיאל 'הנגיד' זאלט איהר איהם גלייבן, ווייל עס טוט זיך דארט ערענסטע קאנטראקטן מיט רבי ישראל חיאל. ווי אויך רבי שמואל חיאל. אויף איין פלאץ שטייט קלאר רבי שמואל מיט זיין ברודער ישראל חיאל.
סטראפ
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 28, 2016 12:12 pm

Re: משפחת חיאל ברימאנוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראפ »

אגב, איינער ווייסט אפשר ווער עס האט בילדער פון די בית החיים באיסטריק?
די משפחה פון רבי אפרים יצחק שיינער (חתן רבי שמואל חיאל) ליגן לכאורה דארט. זיי זענען ככל הנראה אייניקלעך פון הרה"ק רבי שמעון מיאראסלאב, איך האב שטארק חשק דאס בודק צו זיין.
דארט איז דא עטליכע הונדרעט מציבות וואס שטייען נאך.
באר רחובות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 28, 2022 4:42 pm

Re: משפחת חיאל ברימאנוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באר רחובות »

סטראפ האט געשריבן:
אגב, איינער ווייסט אפשר ווער עס האט בילדער פון די בית החיים באיסטריק?
די משפחה פון רבי אפרים יצחק שיינער (חתן רבי שמואל חיאל) ליגן לכאורה דארט. זיי זענען ככל הנראה אייניקלעך פון הרה"ק רבי שמעון מיאראסלאב, איך האב שטארק חשק דאס בודק צו זיין.
דארט איז דא עטליכע הונדרעט מציבות וואס שטייען נאך.

פאר דעם וואס וויל זיכען, איז כדי ארויסצושרייבען די ענגלישע ספעלינג.

Ustrzyki Dolne, Poland

קוק דא
https://www.google.com/maps/place/Jewis ... 0827?hl=en
סטראפ
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 28, 2016 12:12 pm

Re: משפחת חיאל ברימאנוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראפ »

אביסל מער קלארקייט:
און א דאקומענט משנת תר"ו 1846 ווערט דערמאנט בתוך הדאקומענט (ולא בחתימה) די פאלגענדע 4 מענטשען, כל אחד מהם ווערט דערמאנט עטליכע מאל: א) בונם שימאן (אדער סימאן). ב) לייב אבראהאם. ג) אליעזר חיאל. ד) ישראל חיאל.

און א דאקומענט משנת תרי"ט 1859 ווערט דערמאנט בתוך הדאקומענט כזה: ברוך חיאל & אליעזר חיאל & ליבא חיאל (Leiba), גלייך פאר די 3 נעמען שטייט עפעס א דאטום משנת 1828 תקפ"ח. דאס הייסט הגם דעי דאקומענט איז געשריבן געווארן תרי"ט, דערמאנען זיי דעי 3 מענטשען כלפי תקפ"ח. מי יודע אפשר זענען זיי 3 געשוויסטער.

נאך נעמען וואס ווערן דערמאנט אין די דאקומענטן, בלי סדר: יהודה אליהו חיאל (הי' בן הדיין רבי מרדכי, ואכ"מ). מאיר ריינער. בעריש פרעגער (ה"ה הגאון אב"ד רימנאב). חיים העללער?. מנשה ורעכל וואלף (כנראה אשתו) !! איכל וואלף (כנראה בנם), אסתר וואלף, נפתלי וויינבערגער, יוסף לאקס, רייזל אבראהאם, הערש ואסתר מעללער, נתן קארן, רבקה הארוויץ (כנראה הרבנית?),

בתרכ"א איז דא א לאנגע שטר צווישן לייב חיאל און חיים פינקאס.

בתרל"ח איז דא א דאקומענט וואס דערמאנט די פאלגענע נעמען: נעכע סימאן (שימאן?), דוד לייב שוואלב?, לייב חיאל (הראש הקהל), יצחק נפתלי חיאל (הדיין).

בתרל"א איז דא א דאקומענט פון די פאלגענדע נעמען: ישראל וזיסל חיאל (זיסל איז געוועהן זיין ווייב כנודע ממקום אחר), יצחק חיאל וקילא שענקעל, מלכה רייזל חיאל, אברהם שענקעל, אברהם ..., נעכא שענקעל, פייבל פייבל (כנראה די ערשטע מיט די לעטע נאמען זענען געוועהן די זעלבע, ער ווערט אזוי אויסגערעכנט צוויי מאל), אברהם קאנארפאגיל (הוא הגאון רבי אברהם אבלי חתן ר' ישראל חיאל). כנראה כל אלו ממשפחת רבי ישראל חיאל, אך אינו מוכרח.

דאס אלעס איז א קליינע חלק פון וואס עס איז דא דארט בס"ד
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: משפחת חיאל ברימאנוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

באר רחובות האט געשריבן:
באר רחובות האט געשריבן:
סטראפ האט געשריבן:
אגב, איינער ווייסט אפשר ווער עס האט בילדער פון די בית החיים באיסטריק?
די משפחה פון רבי אפרים יצחק שיינער (חתן רבי שמואל חיאל) ליגן לכאורה דארט. זיי זענען ככל הנראה אייניקלעך פון הרה"ק רבי שמעון מיאראסלאב, איך האב שטארק חשק דאס בודק צו זיין.
דארט איז דא עטליכע הונדרעט מציבות וואס שטייען נאך.

פאר דעם וואס וויל זיכען, איז כדי ארויסצושרייבען די ענגלישע ספעלינג.

Ustrzyki Dolne, Poland

קוק דא
https://www.google.com/maps/place/Jewis ... 0827?hl=en
אדער דא
http://cmentarze-zydowskie.pl/ustrzyki.htm
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: משפחת חיאל ברימאנוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

הרב מגאליציען האט געשריבן:
כ'האב נישט יעצט קיין צייט דאס אדורך צוטוהן. אבער פון אויבן אויף שטימט נישט דער צאהל בפרט אין זאלקאווער קרייז. 6 אידן אין זאלקאווא? 4 אידן אין סקאהל? 9 אידן אין בעלזא? ועוד
אויב קוק איך די זעלבע נומערן ווי אייך, איז דאס די צאהל פון וויפיל שטעטלעך מיט אפיציעלע יידישע קהלות געהערן צו יעדען קרייז-שטאט.
באר רחובות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 28, 2022 4:42 pm

Re: משפחת חיאל ברימאנוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באר רחובות »

סטראפ האט געשריבן:
אליעזר לאנדא האט געשריבן:
סטראפ האט געשריבן:
די נחל זר"ד האב איך קיינמאל נישט געהערט, הפלא ופלא
אז איהר לייגט א האנט אויף דעם ביטע זיי אונז מודיע [דער איינציגסטע פלאץ וואס איך געזעהן שטיקליך פון דעם, איז בספר בית פנחס עמ"ס תמורה שנדפס מחדש ע"י ר' יחיאל פאפיר שליט"א]
סטראפ האט געשריבן:
פון וועלכע יאר רעדט מען דא? מסתבר אז דאס איז רבי שמואל חיאל פון פאר די מלחמה, א עורך דין אין רימנאוו, ואחר המלחמה בחולון בארץ ישראל, ער איז געוועהן א איהר אייניקעל פון רבי שמואל חיאל הראשון
דאס איז משנת פון תרס"ז, עס קען זיין דער צווייטע ?
סטראפ האט געשריבן:
איז דאס די זעלבע פלאץ וואס איהר פריער געשריבן אז דארט רעדט מען פון שמואל חיאל?
מיין פילטער וויל דערווייל נישט אריינלאזן אין די אלע אנדערע פלעצער חוץ הספריי הלאומית, זענען דא דארטן עפעס אינטערסאנט?
יא
דער צוויי סייט'ס הנ"ל זענען פון דייטשע צייטונגן ובתוכם אסאך אידישע-דייטשע, פון זוכען עטליכע מינוט האב איך געטראפן וואס איך האב געברענגט אבער מסתמא איז דא מער
[א. אויבן איז דא א קנעפעל צו זעהן דער text נאך דעם ניצט מען google translate ב. אז איהר בעט דער פילטער קאמפאני עס צו עפענן, בעט פאר דער גאנצע סייט, אז נישט וועט איהר זיך מיטשענן מיט יעדער בלאט עקסטער]
סטראפ האט געשריבן:
די דאקומענטן פון צוויי קינדער פון ר' שלום לעקער האט איהר געזעהן אויף jri? יד ושם האט איהר געזעהן?
איך קלער אז אפשר האט ר' שלום געוויאנט אויך אין א אנדערע שטאט, ווייל ער ווערט כמעט נישט דערמאנט, קען זיין?
ראיתי [איהר טרעפט צוויי קינדער אויף jri ? איך זעה נאר איינס], איך זיך מער, ער האט געוואוינט אין רימנוב, ולכן האט זיין איידעם דארט אויך געוואוינט וכן יוצ"ח [למשפחת פריינד, קעניג, ציטראנענבוים] ביז דער מלחמה
סטראפ האט געשריבן:
אגב, און דור דעה האב איך נישט געזעהן ר' לייב חיאל, נאר אין אם לבינה פון הרב קעמהעלער, געדענקט איר אפשר ווי דאס איז אין דור דעה?
כנראה האב איך זיך צומישט, איך שיהיה איז קמעהלער'ס מקור "ספר החסידות" לאהרן מארקוס (עמוד 118 במהדורת תל אביב תשי"ד)
סטראפ האט געשריבן:
הגאון רבי מרדכי ראב"ד רימנאב, און אזוי אויך די מעשה השידוך בצאנז, ....
אינטערסאנט צו וויסן וואס איז געוועהן זיין יחס פון משפחת חיאל צו ר' יוסף רימנוב'ער ווייל צאנז'ר רב איז געוועהן ברוגז אויף איהם מכח רוזין/סא"ג [אויף משפחת ציטראנענבוים הנ"ל זאגט מען אז זיי זענען געקומען צו איהם אלץ מתנגדים, אבער זיי זענען למעשה פארכאפט געווארן ..]
על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון:
א) מען האט מברר געוועהן ביי משפחת הרב מצעשנוב, ביי זייער זיידע איז נאר געלעגן עטליכע בלעטער בכתב יד פון דעם נחל זר"ד, וואס איז בעיקר פון זמיגראד, ממילא קלערן זיי אז הרב נפתלי ברויפעלד האט קיינמאל הישט געענדיגט שרייבן דעם ספר, ער האט נאר געשריבן דעי פאר בלעטער. אבער הישיש הרב מאיר ווענדער שליט"א לרפו"ש מח"ס מאורי גליציה ועוד, זאגט היינט און א שמועס אז ער איז געוועהן בקשר מיט א שוועסטער פון רבי נפתלי (ער גדענקט נישט דעם נאמען), ער זאגט אז די ספר איז זיכער דא, עס איז דא אין הספרייה הלאומית, און זיכער אויך אין גרויסע לייבעריס אין אמעריקא. דאס האב איך מברר געוועהן ביי די צוויי מענטשען. איך זעה עס אבער נישט אין הספרייה הלאומית.

ב) בנוגע שמואל חיאל הנזכר בתרס"ז, דאס איז זיכער נישט די ערשטע, די ערשטע ר' שמואל איז נפטר געווארן ערגעץ בשנות התר"מ, פון דארט און ווייטער איז דא אסאך אייניקלעך מיט דעם נאמען. למעשה אין רימנוב גופא ווייס איך נאר פון איין שמואל, זיין פאטער איז געוועהן ר' אברהם יעקב, בן הראש הקהל רבי לייב, ב"ר שמואל, דעי אברהם יעקב ווערט שוין דערמאנט און רביד הזהב בשנת תר"ל, וחכמת הנפש בשנת תרל"ו, ממילא איז ער שוין געוועהן חתונה געהאט בתר"ל. למעשה אויף JRI זעהט אויס אז זיין זוהן שמואל איז געבוירן תרמ"ח, איז אביסל כנאפ אז ער זאל זיין דעי שמואל חיאל בתרס"ז, ווער ווייסט אפשר איז געוועהן נאך א שמואל חיאל ברימנאב?
דער דיין רבי מרדכי האט געהאט א זוהן רבי יהודה אליהו ברימנאב, ער האט געהאט א זוהן שמואל וואס האט געווינט אין סאניק, ער האט שוין געהאט קינדער בתחילת התר"ס
מען דארף גוט מעיין זיין, ווייל כנראה האט רבי אברהם יעקב געהאט קינדער פון די תרמ'ס און ווייטער, אפשר איז געוועהן נאך א ר' אברהם חיאל אין רימנאב אויך.

ג) טעיתי וראיתי צוויי קינדער פון רבי יהושע ציטראנענבוים אויף JRI, דאכט זיך אז אין פרענונעראנטן פון רימנאב איז דא עפעס ציטראנענבוים מיט קעניג אין פריינד, איהר האט שוין בודק געוועהן? בסוף ספר משפחת חיאל מגאליציע בכת"י, האב איך א העתק פון אלע פרענומעראנטן פון רימנאב, איך קען בודק זיין.

ד) בנוגע משפחת חיאל מיט צאנז, האט איהר אנגערירט א וויכטיגע נקודה. כנראה זענען משפחת חיאל געוועהן זייער נאנט אין הויף פון רבי יוסף מרימנאב, ואכמ"ל, נישט נאר דאס, זיי זענען געוועהן טשארטקובע חסידים!!! דהיינו אין ספר רימנאב שרייבט אברהם אייזן א גאנצע מאמר איבער זיין טאטע הגאון רבי משה מרדכי אייזן דומ"ץ רימנאב, רבי משה מרדכי איז געוועהן א איידעם ביי הגאון רבי יצחק נפתלי חיאל זצ"ל, רבי משה מרדכי איז נסתלק געווארן בגיל צעיר בחיי חמיו, אין איבערגעלאזט קליינע קינדער, דעי אברהם אייזן דערמאנט אסאך זיין זיידע (אהן א נאמען) וואס איז געוועהן דיין אין רימנאב, דאס מיינט ער ככל הנראה רבי יצחק נפתלי, (בפרט וואס איף האף נאך דא צו מברר זיין אז די טאטע פון רבי משה מרדכי האט געווינט אין איסטריק, אין ער איז געוועהן נישט קיין צווייטער ווי הגאון רבי אליעזר אייזן זצ"ל אבד"ק איסטריק, ומגדולי חסידי טשארטקוב!! ומחבר ספר שאינני זוכר עכשיו השם), צוריק צום ענין, דארט שרייבט אברהם אייזן אז זיין משפחה זענען געוועהן הייסע טשארטקבע חסידים, עס איז משמע אז ער מיינט זיין זיידע אויך, אבער אינו מוכרח, ראה רצוף.
אברהם אייזן-ספר רימנוב.png
איך ווייס אויך קלאר אויף צוויי קינדער פון הדיין רבי יצחק נפתלי, אז זיי זענען געוועהן פייערדיגע טשארטקבע חסידים, דהיינו בנו החסיד המפורסם רבי אליעזר חיאל הי"ד מרישא, ובנו הגאון החסיד והנגיד רבי צבי עקיבא חיאל מחיראב. רבי אליעזר מרישא הנ"ל האט געהאט א איינקעל א ספרא רבה ולוחם מלחמת ה' פארן קריג, רבי אלטר אלימלך חיאל מרישא, וואס האט געשריבן געוואלדיגע מאמרים אויף הרה"ק רבי ישראל זצ"ל דער צווייטע טשארטקבע רבי, לאחר פטירתו, (און איין מאמר שרייבט ער ווי שטארק עס האט געברענט פאר הרה"ק מטשארטקאב די מצב ביי די יוגענט אין גאליציע, וואס זענען געפאלן ווי די פליגן און די טעג צווישן די צוויי מלחמות, ער ברענגט ארויס ווי דאס גאנצע שטרעבן פון הרה"ק הנ"ל איז געוועהן צוריקצושטעלן די יוגענט מיט די עלטערע דור, עד כדי כך אז ער רופט איהם די 'רבי פון די יוגענט', ראה רצוף).
אלטער חיאל.png
עכ"פ דאס איז טאקע א שטיקל קשיא, ווי קומט הגאון רבי מרדכי קיין צאנז, ובניו אחריו קיין טשארטקוב?
איז דאס גענוג א פירכא אויף צו זאגן אז די יגל יעקב איז א אייניקעל פון א אנדערע רבי מרדכי?
אפשר איז רבי יצחק נפתלי, אדער בניו, געווארן טשארטקאבע חסידים בהשפעת הרה"ק רבי יוסף מרינאב?
אגב, איך קען מיך נישט אויס, אבער איינער זאגט מיר אז טשארטקוב איז נישט אזא סתירה מיט צאנז, די עיקר איז געוועהן סאדיגורא
מען דארף אויך פארצייכענען, אז איהר אליין האט דאך אויסגעטראפן אז הגאון רבי מרדכי חיאל איז געוועהן א מחותן מיט הגאון ראב"ד טארנא, דעי ראב"ד טארנא איז דאך געוועהן א צאנזע חסיד...
ווידער די אנדערע מחותן פון רבי מרדכי חיאל, הגאון רבי אליעזר אייזן אב"ד איסטריק איז געוועהן א טשארטקאבע חסיד...

וועל איך זיין א זוכר נשכחות, ר' אליעזר ב"ר נחמיה אייזין, האט מחבר געווען די ספר ארבעה טורים אבן.
סטראפ
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 28, 2016 12:12 pm

Re: משפחת חיאל ברימאנוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראפ »

איך וויל דא פארלייגן א שטיקל חידוש בנוגע חקר יוחסין בגאליציע. איך בין קלאר מקדים אז איך האב נישט געהאט צייט מעיין צו זיין אין דעם כל צרכו, טאקע צוליב דעם לייג איך עס דא ארויף אז די עולם זאל מיר ארויסהעלפן מברר זיין.
אין אונגארן, בדרך כלל, אויב איינער שטאמט פון משפחת פריעדמאן, אדער לעבעוויטש, אדער רוב אנדערע נעמען, מיינט נאכנישט אז ער איז א קרוב מיט אלע אנדערע פריעדמאנ'ס אדער לעבעוויטש'עס וכדו', ווייל עס איז פשוט אז בעת די חק אז יעדער זאל אדאפטירן א משפחה נאמען, האבן מער ווי איין משפחה בוחר געוועהן די זעלבע משפחה נאמען.

איך מיין אז אין גאליציע איז די נושא היפש אנדערש, אין גאליציע זענען כנראה געוועהן אסאך מער משפחה נעמען ווי אין אונגארן, אין כנראה "רוב" (דאס הייסט טויזענטער!) משפחה נעמען פון גאליציע זענען נעבעך כמעט אפגעוויטש געווארן, וויבאלד פון דארט זענען אסאך מער אומגעקומען, הי"ד.
דאס אז רוב נעמען פון גאליציע איז כמעט נישט געבליבן קיין זכר, דאס איז פשוט, געטס נאר א קוק אין דאקומענטן דאדער פרענומראנטן פון גאליציע, וועט איהר זעהן. איך האב אמאל געזעהן א ליסטע וואס איינער האט ציזאמגעשטעלט אויף דעם, עס איז איום ונורא.
די חידוש אבער איז, אז אויב איהר וועט מעיין זיין אין רעקארדס אויף JRI אדער אין פרענומעראנטן פון גאליציע, נאך אביסל רגילות וועט איהר אליינס וויסן ביי יעדע שטאט, אדער געגענט, וולכע משפחה נעמען צו ערווארטן, היפש אסאך משפחה נעמען וועט איהר נישט טרעפן נאר אין איין שטאט, אדער בדרך כלל אין עטליכע שטעט, אלע אין איין געגענט, און ווען איהר וועט טרעפן דעי נאמען אין א אנדערע שטאט, וועט זיך שנעל ארויסשטעלן אז דאס איז איינער וואס קומט פון די שטאט ווי דעי נאמען באלאנגט, ער איז נאר געווארן א איידעם אין א אנדערע שטאט.
אוודאי געוויס איז אין גאליציע אויך דא עטליכע נעמען וואס מען האט געניצט איבעראל, אזוי ווי 'כ"ץ' פאר א משפחה פון כהנים, און אזוי אויך איז מן הסתם דא אין אונגארן זעלטענע נעמען וואס נאר איין משפחה האט גענוצט, אבער מיר רעדן 'בדרך כלל'.

מען דארף נאך גוט מעיין זיין, און עס וועט זיך מן הסתם ארויסשטעלן עטליכע כללים אין פרטים אין חילוקי יסודות אין דעם ענין, וואס וועלן העלפן פארשען משפחות אין גאליציע!
ווי געזאגט האב איך נישט געהאט צייט צו מעיין זיין אין דעם, איך וועל דא פארלייגן עטליכע דוגמאות, אלע פון אויסעווייניג, קען זיין אז אין עטליכע בין איך מיר טועה, אבער זייטס מעיין, אויף א געוויסע פראצענט איז דאס זיכער אזוי.

משפחת דיאנמיץ וועט איהר נאר טרעפן אין ראדים וסביבותיה.
משפחת שוועקר אין פשעמישעל.
משפחת פייסעקאוויץ בסביבות באליגראד, ומקורם מלעמבערג.
משפחת טאק בסביבות בלאזשוב ודינוב.
משפחת שענקעל, טארנא.
משפחת חיאל ברימאנוב, אין אלע פון אנדערע שטעט זענען אפשטאמיגע פון רימנאב.
משפחת ניישטיין יסודם בלעמבערג, אין פון דארט פארשפרייט אין טורקא ליטאוויסק דראהביטש ותו לא.
משפחת לאקספרייזער וכן משפחת סאממער בגלילות איסטריק באליגראד.
משפחת ליעבער ג"כ בגלילות באליגראד סאנוק וקצת בבלאזשוב.
משפחת ווייטמאן באליגראד וזאגארש וכדו'.
משפחת שטאף דוקלא.
משפחת חאראפ בגלילות איזיראן (מחוז טארניפאל).
איך קען גיין ווייטער אין ווייטער, און איך האב כמעט זיכער אויך געמאכט טעותים, אבער אויב איך וועל עס נישט דא פארלייגן וועט עס נישט אזוי שנעל קומען לידי שיקול, דעריבער שאו ידיכם קודש!
סטראפ
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 28, 2016 12:12 pm

Re: משפחת חיאל ברימאנוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראפ »

צוריק צו מרת רבקה אשת הצדיק רבי אריה לייבוש מרימנאב, ואחות הגאון רבי מרדכי ראב"ד רימנאב. מיר האבן ארויסגעברענגט אז כנראה איז זי געוועהן א שוועסטער פון רבי מרדכי חיאל ראב"ד רימנאב, וואס ער איז געוועהן ראב"ד אין יענע יערן. עס איז זייער נישט מסתבר אז אין די זעלבע צייט איז געוועהן נאך א דיין בשם רבי מרדכי. [און לכאורה לפי די יארן איז נישט מעגליך אז זי איז א שוועסטער פון הגאון רבי מרדכי אב"ד רימנאב, וחתן רמ"מ זצוק"ל]. ובפרט אז אין די דאקומענטן פון איהר טאכטער זעלדא, וואס איז אויפגעוואקסן בבית דודה רבי מרדכי, שטייט בפירוש אז זי איז לבית 'חיאל'.
א אייניקל פונעם יגל יעקב האט ארויפגעברענגט א השערה אז אפשר איז בעלה רבי ארי' לייבוש אויך געוועהן למשפחת 'חיאל', אין דעריבער רופט זיך די טאכטער 'חיאל'. בפרט אז מרת רבקה האט חתונה געהאט מיט איינער בגיל שמונים, וואס דאס פאסט זיך מער אריין פאר איינער מבני המשפחה צו טוען אזא זאך.
דאס איז א השערה רחוקה, אבער איך וויל דא צולייגן אביסל הענט און פיס צו דעי השערה.
אין די פרישע דעקומענטן פון לעמבערג, איז דא א דאקומענט משנת תרי"ט, ווי א גוי פארקויפט א שטח אין רימנאב פאר א צווייטע גוי, כנהוג ווערט אויסגערעכנט אין די קאנטראקט פון ווי האט דער מוכר באקומען דעם שטח, ווער זאגט אז דאס איז טאקע זיינס? דעריבער שטייט דארט אז לפי א דאקומענט משנת תקפ"ח! האט דער גוי אפגעקויפט דעם שטח פון ברוך חיאל & אליעזר חיאל & לייב חיאל [Leiba] & נאך איינער (אפשר געצל ק... ווער קען דאס אויסליינען?).
1.png
1.png (371.66 KiB) געזען 551 מאל
דעי לייב חיאל קען לכאורה נישט זיין די שפעטערע ראש הקהל ברימנאב, בן רבי שמואל בן הדיין רבי אליעזר, ווייל יענע ראש הקהל איז געבוירן בסביבות תק"ץ, ממילא האט ער נאכנישט נושא ונותן געוועהן בנכסי אביו בתקפ"ח, דאס איז לכאורה ברור. זעהט מען אז עס איז געוועהן נאך א ארי' לייבוש חיאל, אולי איז דאס בעלה של מרת רבקה?
בפרט אז אלע ממשפחת חיאל ברימנאב זענען לפי חקירתנו מזרע הדיין רבי אליעזר, אויב אזוי פארוואס איז נישט דא קונדער פון דעי רבי לייב וואס האט פארקויפט די קרקע בתקפ"ח, אך לפי האמור אפשר איז דאס דעי רבי לייב וואס האט נאר געהאט 2 טעכטער אין נישט קיין זוהן.
כמובן איז דאס אלעס השערות בעלמא, ותו לא. איך ברענג עס נאר אראפ צו אויפוועקן די פולע אייניקלעך פונעם יגל יעקב זיי זאלן ארויסהעלפו מיט די בירור, און שרייבן הערות ובירורים.
אגב, די מערסטע מסתבר איז אז רבי ברוך ורבי אליעזר ור' לייב זענען געוועהן ברודער, אין ר' געצל אפשר א שוואגער, און זיי האבן געיארשענט דעי קרקע פון זייער פאטער [וואס לפי 'ספר רימנוב' זענען משפחת חיאל געוועהן איינוויאנער אין רימנאב פאר בערך 400 יאר], ממילא האבן זיי געהאט דעי קרקע בשותפות. כמובן איז דאס אויך נאר א השערה.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: משפחת חיאל ברימאנוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

סטראפ האט געשריבן:
אין די פרישע דעקומענטן פון לעמבערג, איז דא א דאקומענט משנת תרי"ט, ווי א גוי פארקויפט א שטח אין רימנאב פאר א צווייטע גוי, כנהוג ווערט אויסגערעכנט אין די קאנטראקט פון ווי האט דער מוכר באקומען דעם שטח, ווער זאגט אז דאס איז טאקע זיינס? דעריבער שטייט דארט אז לפי א דאקומענט משנת תקפ"ח! האט דער גוי אפגעקויפט דעם שטח פון ברוך חיאל & אליעזר חיאל & לייב חיאל [Leiba] & נאך איינער (אפשר געצל ק... ווער קען דאס אויסליינען?).
די לעצטע נאמן איז פעסיל 'קאסיל'(?)
מסתופף בצל צדיקים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 19, 2020 5:45 am

Re: משפחת חיאל ברימאנוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתופף בצל צדיקים »

איך האב פינקט באגעגנט אין די אלטע ג'ורנאל פון ניו הייווען א געוויסער rabbi dr arthur chiel פון קאנעטיקעט האט ער עפעס א שייכות
https://jewishhistorynh.org/tours-publi ... new-haven/
https://drive.google.com/file/d/1mmF_ZA ... vad7J/view
אטעטשמענטס
Screenshot (31).png
Screenshot (31).png (203.65 KiB) געזען 537 מאל
מסתופף בצל צדיקים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 19, 2020 5:45 am

Re: משפחת חיאל ברימאנוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתופף בצל צדיקים »

זיין מצבה אין
Bnai Jacob Memorial Park
New Haven, New Haven County, Connecticut, USA
אטעטשמענטס
125649275_1442959810.jpg
125649275_1442959810.jpg (12.53 KiB) געזען 536 מאל
מסתופף בצל צדיקים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 19, 2020 5:45 am

Re: משפחת חיאל ברימאנוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתופף בצל צדיקים »

דא זענען די מצבות פון זיין ברודער און עלטערען אללע רבנים אבער עס קוקט אויס א שטארקע ירידת הדורות...
אטעטשמענטס
120035388_849dd4ef-4652-47d8-82fb-d029eaa823e8.jpeg
120035388_849dd4ef-4652-47d8-82fb-d029eaa823e8.jpeg (39.56 KiB) געזען 536 מאל
229790494_3e64f8d0-5752-4757-b327-cbd47f6ed030.jpeg
229790494_3e64f8d0-5752-4757-b327-cbd47f6ed030.jpeg (29.31 KiB) געזען 536 מאל
229790494_7c8e39ab-bc6d-4599-8d0b-7eb4e8612517.jpeg
229790494_7c8e39ab-bc6d-4599-8d0b-7eb4e8612517.jpeg (31.57 KiB) געזען 536 מאל
מסתופף בצל צדיקים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 19, 2020 5:45 am

Re: משפחת חיאל ברימאנוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתופף בצל צדיקים »

Name
Solomon Chiel
Birth
Piatkowa, Austria, Hungary
Departure
3 Sep 1920 Rotterdam, Holland
Residence
Pennsylvania
אטעטשמענטס
240269753_6d9de860-6404-458e-a3bd-2d4d179ee744.jpeg
240269753_6d9de860-6404-458e-a3bd-2d4d179ee744.jpeg (30.92 KiB) געזען 535 מאל
סטראפ
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 28, 2016 12:12 pm

Re: משפחת חיאל ברימאנוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראפ »

מסתופף בצל צדיקים האט געשריבן:
Name
Solomon Chiel
Birth
Piatkowa, Austria, Hungary
Departure
3 Sep 1920 Rotterdam, Holland
Residence
Pennsylvania
פיין געטראפן. דעי אלע זענען קינדער פון רבי שלמה בן יצחק אייזיק, ר' יצחק אייזיק אין געוועהן בן רבי שמואל חיאל ואשתו מרת צארטיל. רבי שמואל ואשתו צארטיל האבן געוואינט אין קריפטש, און אויך אין פיאטקאווע, (לויט א רעקארד פון א ברודער פון רבי יצחק אייזיק, ר' אברהם ישראל, בצירוף דעי רעקארד וואס איהר האט געברענגט), בסוף ימיו האט רבי שמואל געוויאנט און א דערפל נעבן בלאזשוב, אפשר איז דאס דעי פיאטקאווע?.
רבי שמואל האט געהאט א איידעם החסיד המפורסם רבי ברוך יהודה ווערטענטייל, מגדולי חסידי הגה"ק בעל צבי לצדיק מבלאזשוב, וממיסדי ק"ק בלאזשוב אחר המלחמה. ר' ברוך יהודה האט עדות געזאגט פאר זיין הסתלקות אז ער האט קיינמאל נישט מסיח דעת געוועהן פון זיין רבי דער צבי לצדיק, און אז ער איז מאמין באמונה שלימה אז זיין רבי האט קיינמאל נישט גערירט א חפץ פון איין זיין טיש צון צווייטן אהן א יחוד!
און א פנקס פון רבי ברוך יהודה ז"ל, שרייבט ער אז זיין שווער רבי שמואל חיאל ליגט און בלאזשוב, אין זיין שוויגער מרת צארטיל ליגט אין קריפטש. און דעי פנקס האב איך באמערקט, וואס די אייניקלעך ווייסן נישט, אז מרת צארטיל איז געוועהן א אייניקעל פון הצדיק הקדוש רבי דוד מקריפטש, וואס גרויסע צדיקים האבן געזאגט אז ער איז געוועהן פון די ל"ו צדיקים.
אין די משפחה איז מפורסם אז די מאמע פון דעם שמואל חיאל איז געוועהן מרת שבע. אבער זיין טאטע ווייסט מען נישט. [ער איז זיכער נישט דעי שמואל חיאל פון רימנאב בן הדיין רבי אליעזר, ער איז געוועהן אסאך אינגער פון איהם, ער איז אויך נישט מצאצאיו, ווייל ער איז זיכער געבוירן נאך בחייוו].
אין וויליאמסבורג האט געווינט פאר די קריג החסיד המפורסם שאין גומרים עליו את ההלל מו"ה משה חיים חיאל ז"ל, א שוחט און מוהל מומחה, לערך תשט"ו נסע לארץ ישראל ושם מנו"כ, ער איז געוועהן בן החסיד הנגיד רבי צבי עקיבא חיאל מחיראב, בן הדיין השלישי הגאון רבי יצחק נפתלי חיאל מרימנאב. רבי משה חיים האט נישט געוויסט קיין פשרות דא אין אמעריקא, זיין אייניקל א עלטערע פרוי א אלמנה האט מיר געזאגט אז איהר זיידע האט אמאל גערעדט וועגן די אמעריקאנע רבנים ממשפחת חיאל [וואס איהר האט דא אראפגעברענגט], איהר זיידע איז געוועהן שטארק ברוגז אויף זיי, זיי זענען געוועהן זיינע קרובים, אין ער האט נישט געוואלט האבן שייכות מיט זיי, וויבאלד זיי זענען געווארן אמעריקאנעירט, אבער לבסוף האט איהר זיידע אויסגעפירט: 'מיין טאטע וואלט זיי נישט אוועקגעווארפן'.
קומט אויס זיי זענען פון דעי משפחה, איך ווייס אבער נישט וויאזוי.
אפשר קען איינער ארויסהעלפן?
סטראפ
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 28, 2016 12:12 pm

Re: משפחת חיאל ברימאנוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראפ »

רבי ברוך יהודה שרייבט אין זיין פנקס אז זיין שווער רבי שמואל חיאל איז נפטר געווארן ו' אדער י' חשון. ומנו"כ בעיר בלאזשוב
לפי זיין פנקס קומט אויס אז זיין שווער ר' שמואל איז נפטר געווארן סביבות תרפ"ב-תרפ"ד
אפשר קען איינער טרעפן זיין מציבה אין בלאזשוב ויתברר מי הי' אביו, ולטובה גדולה יחשב, ויהי' לו חלק בפיענוח משפחה חשובה זה שכמעט נשכח
זעה דעם כתב יד פון רבי ברוך יהודה:
11.png
11.png (94.81 KiB) געזען 494 מאל

פטירת אם חמותי מרת פיגה ז"ל, נכד הה"צ כ"ק צדיק נסתר ר' דוד מקריוויש, ח' תמוז, מ"כ בקריוויש.
יום פטירת אב חמותי מו"ה ארי' שוועבער ז"ל, ה' אלול תר"ס, מ"כ בבלאזוב.
יום פטירת חמותי מרת צארטיל ז"ל, ח' אייר, ליל שב"ק פ' אמור לשנת תרס"ח לפ"ק, כ"ג לעומר, בבלאזוב, מ"כ בבלאזוב.
יום פטירת חמי מה"ר שמואל (חיאל), י' חשון, מ"כ בעיר בלאזוב.

דאס הייסט אז מרת צארטיל (אשת ר' שמואל חיאל), ואביה ר' ארי' שוועבער, ליגן אויך אין בלאזשוב. מרת פיגה ליגט אין קריפטש.
רבי ארי' שוועבר נזכר כמה פעמים בפרענומעראנטן אצל בלאזשוב.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”