ר' שמואל מאשקאוויטש דומ"ץ אונגוואר ומשפחתו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

ר' שמואל מאשקאוויטש דומ"ץ אונגוואר ומשפחתו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אין אונגוואר איז געווען א דיין בשם ר' שמואל מאשקאוויטש, ווייסט איינער מער פרטים איבער אים?

חד מבני חבריא האט אפירגעטראפן דעם בייגעלייגטען מציבה בסביבות קברת הרב הכולל בניו יארק, פון ר' חיים מאשקאוויטש בנו של הנ"ל, אולי קען דאס זיין אינטערעסאנט פאר איינער וואס האט אמאל געזוכט איבער די משפחה.
אטעטשמענטס
IMG_20120715_143354.jpg
חכם לב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 05, 2012 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם לב »

מיללער האט געשריבן:אין אונגוואהר איז געווען א דיין בשם ר' שמואל מאשקאוויטש, ווייסט איינער מער פרטים איבער אים?

חד מבני חבריא האט אפירגעטראפן דעם בייגעלייגטען מציבה בסביבות קברת הרב הכולל בניו יארק, פון ר' חיים מאשקאוויטש בנו של הנ"ל, אולי קען דאס זיין אינטערעסאנט פאר איינער וואס האט אמאל געזוכט איבער די משפחה.

ווערט דערמאנט אין כמה ספרים, אויך אין יד יוסף הל' פסח א גאנצע משא ומתן מיט אים
חכם לב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 05, 2012 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם לב »

מיללער האט געשריבן:אין אונגוואהר איז געווען א דיין בשם ר' שמואל מאשקאוויטש, ווייסט איינער מער פרטים איבער אים?

חד מבני חבריא האט אפירגעטראפן דעם בייגעלייגטען מציבה בסביבות קברת הרב הכולל בניו יארק, פון ר' חיים מאשקאוויטש בנו של הנ"ל, אולי קען דאס זיין אינטערעסאנט פאר איינער וואס האט אמאל געזוכט איבער די משפחה.

דער ר' שמואל האט אויך געהאט א זון ר' מנחם וואס האט געוואוינט אין ניו יארק, ער איז געווען אן איידעם ביי ר' יהודה א"ש זצ"ל א זון פון אמרי א"ש זי"ע, ער ווערט דערמאנט צווישן די פרענומעראנטן אויפן ספר חומת א"ש פון ר' מנחם א"ש זי"ע צוזאמען מיט זיינע פינף איידעמער, ס'איז משמע דארט אז אלע פינף איידעמער זענען געווען תלמידים פון ר' מנחם א"ש.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

חכם לב האט געשריבן:

היינט האט א צווייטער חבר נכבד פון מורשת חכמי אמעריקא, געטראפן די מציבה פון דעם אנדערן זון פון דעם אונגווארער דיין, וואס האט אויך געוואונט דא אין נעוויארק. ר' מרדכי מאשקאוויטש ב"ר שמואל דומ"ץ אונגוואר איז געוווען אן איידעם ביי ר' יהודא א"ש מסאבראנץ בנו של המהר"ם א"ש מאונגוואר.

ולפי"ז איז משמע אז 'חכם לב' האט זיך וטעה געווען און פארמישט דעם נאמען צווישן מנחם און מרדכי.
אטעטשמענטס
IMG_8489.jpg
חכם לב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 05, 2012 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם לב »

גערעכט! יעצט נאכגעקוקט און ס'שטייט דארט הנגיד המופלג מו"ה מרדכי מאשקאוויטש

אגב, ווייסט איינער פון א דיין מיט'ן נאמען ר' משה גליק, אין אונגוואר אדער ערגעץ סביבות אונגוואר, וואס האט זיך געצויגן קיין אמעריקא בערך אין די תר"ע יארן?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

גליק? גר בניו יארק ובשיקאגא?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
חכם לב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 05, 2012 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם לב »

farshlufen האט געשריבן:גליק? גר בניו יארק ובשיקאגא?

איך ווייס נישט
געקומען אהער מיט זיין פרוי רבקה,
לעצט פארראכטן דורך חכם לב אום דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 12:50 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

חכם לב האט געשריבן:גערעכט! יעצט נאכגעקוקט און ס'שטייט דארט הנגיד המופלג מו"ה מרדכי מאשקאוויטש

אגב, ווייסט איינער פון א דיין מיט'ן נאמען ר' משה גליק, אין אונגוואר אדער ערגעץ סביבות אונגוואר, וואס האט זיך געצויגן קיין אמעריקא בערך אין די תר"ע יארן?

דא האט איר דעם לינק צו ספר הנ"ל מיט די נעמען, זעהט אויס אינטערעסאנט, איז דא ערליכע אייניקלעך כהיום?
אטעטשמענטס
mosko.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

כבוד המאור הגדול מ'וויל, צייכנט מיר איין אז דא:
viewtopic.php?p=685170#p685170

זעהט מען חתימת הדיין רבי שמואל מאשקאוויטש מאונגוואר ביחד עם חימת הגאון בעל קיצוש"ע משם.
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

תודה רבה להרב מסקרענטאן נר"ו

דער ר' שמואל חד מחברי בי דינא באונגוואר, די אנדערע צוויי זענען געווען דער באקאנטער ר' שלמה גאנצפריד בעל הקיצור, און דער גאב"ד דמתא אנגעהויבן ביים מהר"ם אש ובנו ר' מנחם ואחריו ר' חיים הערש מאנהיימער.

ביי די מיהאלעוויצע אסיפה בתרכ"ו חתמ'ט ער ערשט מיטן גאנצן אונגווארער בית דין.
אטעטשמענטס
New Picture (2)_712x1200.jpg
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

ר' דוב בעריש עלעפאנט ר' חיים הערש מאנהיימער'ס א תלמיד, פארציילט פאר זיין זון זכרי' [בהקדמת ספר רבו "עין הבדלח"] וואס ער האט אונטערגעהערט אמאל א שמועס צווישן די צוויי אונגווארע דיינים גייענדיג אהיים פון שול נאך א דרשה פון ר' חיים הערש, האט ער געהערט ווי ר' שלמה דער דיין זאגט פריוואט פארן דיין ר' שמואל אז אפילו דער גרויסער גאון דער מהר"ם אש האט אזא דרשה מיט אזעלכע חידושים נישט געזאגט אפילו ער איז געווען אזא גרויסער גאון.
אטעטשמענטס
1234.jpg
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

דער כתב סופר אין א בריוו צו זיין פלומעניק דער לאפאשער רב ר' צבי הירש ווייס, איבער דאס אונגווארער רבנות נאכן פטירה פון הגאון ר' מנחם א"ש בשנת תר"ל. האט תרעומות פארוואס ער און ר' שמואל מאשקאוויטש דער אונגווארער דיין זענען אים חושד אז ער טוט נישט גענוג פאר אים.
ר' צבי הירש האט געבעטן דער כתב סופר ער זאל שתדל'ן פאר אים אלס קרוב, ר' צבי הירש זייענדיג אן איידעם ביים מהר"ם א"ש, און שוואגער פון ר' מנחם א"ש האט געוואלט האבן דאס רבנות, און דער כתב סופר דארף זיך פארענטפערן ופיו פתח בדברי חכמה נפלאה ובמליצת לשונו מפשט עקמומיות והסיר תרעומתו.
דער בערעגסאזער רב שרייבט [אג"ס ח"ב בהגה למכתב כ"ו שכתב הכת"ס לר' מאיר פערלס שישאר בקראלי ולא ילך לא"ש] אז די צוויי דיינים ר' שלמה גאנצפריד און ר' שמואל מאשקאוויטש זענען געקומען צו די חתונה פון ערלויער רב וואס איז געווען אין קליינווארדיין [דאס איז געווען לכאורה דעם ערלויער רב'ס ערשטע זיווג, איך דענק ער האט געהאט אסאך זיווגים, ביים צווייטן אדער דריטן איז ער געווארן אן איידעם אין רוסישן אוקריינע און געוואוינט אפאר יאר אין אומאן!] און דארט האבן זיי שואל עצה געווען מיטן כתב סופר איבער דאס אונגווארער רבנות און דער כתב סופר האט שטארק געשטופט דעם גאון בעל עין הבדלח.
בין הדברים שרייבט אים דער כת"ס "וביותר אני תמה למה לא עלה על דעתם, עכ"פ כת א', לשום עיניהם על פר"מ נ"י, הלא הוא כבן עיר ונתגדל על ברכי מר חותנו גאון ישראל וקדושו זצ"ל, ומפורסם בגדולת תורתו במק"א כ"ש במקומו, והתמי' קיימת לי מתחלתו, לכן היותר נראה לי כי "יודעים בו שהוא בן צורישדי אבל מחזיקים אותו בשלמיאל" והאמת כן נראה למסתכל בקנקן ולא במה שיש בו, וכמדומה עושה עצמו בכוונה כן, ואין זה דרך וכו'..
עס שיינט ווי ר' צבי הירש זייענדיג ר' יאסעלע זבארובער'ס אן אייניקל [שהי' מתלמידי החוזה מלובלין] און אויפגעצויגן ביים זיידן, איז נישט געגאנגען אנגעטאן ווי א אשכנז'ישע רב, וכדרך מהחסידים השפיל עצמו וכבודו בכוונה ולא הסתכל ולא חשש לגופו, זיין אייניקל שרייבט אז זעקס יאר איז ער געזיצן ביים שווער דער גרויסער גאון בעל אמרי אש אין אונגוואר, "ופרש עצמו מכל חמדת עוה"ז ולא פשט מלבושיו ונעל לא חלץ".
צוריק צו ר' שמואל מאשקאוויטש..
אטעטשמענטס
12345.jpg
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

אינטרעסאנט אז ביי די באניהאדער משפחת מאשקאוויטש איך אויך דא די נעמען מרדכי, חיים און שמואל.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:
היינט האט א צווייטער חבר נכבד פון מורשת חכמי אמעריקא, געטראפן די מציבה פון דעם אנדערן זון פון דעם אונגווארער דיין, וואס האט אויך געוואונט דא אין נעוויארק. ר' מרדכי מאשקאוויטש ב"ר שמואל דומ"ץ אונגוואר איז געוווען אן איידעם ביי ר' יהודא א"ש מסאבראנץ בנו של המהר"ם א"ש מאונגוואר.
.

מצבת זוגתו בתו של הרב מסאבראנץ זצ"ל

קרעדיט: מכון מורשת חכמי אמעריקא
אטעטשמענטס
IM004278~2.jpg
IM004278~2.jpg (199.71 KiB) געזען 158 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”