ווייסט איינער אפשר וועלכע צייט אין יאר תרצ"ג איז הגה"ק רבי יוסף צבי דושינסקיא זי"ע אוועקגעפארן פון חוסט קיין ארץ ישראל? און מער פרטים וואס איז פארבונדען דערמיט.
די קבלת פנים אין אה"ק פאר מהרי"ץ דושינסקיא איז פארגעקומען ו' אלול תרצ"ג, און די נסיעה האט זיכער געדויערט מער ווי א חודש צוויי אדער מער, ווייל א חודש פריער ביום ו' מנחם אב איז נפטר געווארן די חוסטער דיין רבי שמואל דוד הכהן פרידמאן זצ"ל און ביי די לויה זענען אלע קאנדידאטן פאר די חוסטער רבנות פארבעטן געווארן אויפצוטרעטן מיט דברי הספד, ובתוכם דער ויגד יעקב מ'פאפא זצ"ל, רבי יואל וועליטשקער-אשכנזי זצ"ל הי"ד אב"ד טרעסיף און רבי יהושע גרינוואלד זצ"ל - וועלכער איז צום סוף ערוועלט געווארן אלס רב אין חוסט.
דאכט זיך מיר איך האב אמאל געזעהן אין ספר "מרפה לנפש" פונעם פריימאן'ער רב הגה"צ ר' רפאל זילבער זצ"ל אז ער האט געוואוינט אין חוסט אין פלעגט פארלערנען שיעורים אין ביהמ"ד עץ חיים אדער עצי חיים, כ'האב נישט די ספר תחת ידי נאך צוקוקן אבער אזוי ליגט מיר אין מיין שוואכע זכרון
יא ס'איז געווען א סיגוטער קלויז מיט 150 מתפללים, געגרינדעט נאכ'ן עצי חיים'ס הסתלקות דער סאטמאר רב זצ"ל איז געקומען זיך משתתף זיין ביים חנוכת הבית פון די שוהל
מיללער האט געשריבן:מציבה פונעם חוסטער דיין רבי שמואלד דוד פר"מ זצ"ל אויף די לינקע זייט פונעם אוהל הרבנים. נעבן אים איז די מציבה פונעם דערמאנטן רבי משה טעיטשער ז"ל
ר' משה טעטשער ז"ל דער ראש הקהל אין חוסט איז געווען א קרוב משפחה מיט'ן חוסטער דיין ר' שמואל דוד פריעדמאן ז"ל, דעם חוסטער דיין'ס מאמע מרת רחל און ר' משה טעטשער'ס שוויגער מרת בילא [די מוטער פון זיין ווייב מרת מלכה] זענען ביידע געווען טעכטער פון הרבני החסיד המפורסם ר' יעקל פארקאש ז"ל, ר' יעקל פארקאש האט געעפענט דער ערשטער חסידי'שער ביהמ"ד אין חוסט, דער ביהמ"ד איז געווען סטאנציאנירט אינעם מאגאזין-געביידע וואס איז געווען אין זיין הויף, אין די שפעטערע יארן האט דארט געדינט אלס בעל תפלה אין די ימים נוראים זיין אייניקל הרה"ח ר' משה טעטשער ז"ל.
יציב פתגם האט געשריבן:אין די שטאט חוסט האבען געוואוינט אסאך חשובע רבנים און תלמידי חכמים, עס איז כדאי צו עפענען א אשכול איבער זיי. די רבני העיר: הגה"ק מהר"ם א"ש זצ"ל. הגה"ק רבי יעקב גאטליעב זצ"ל. הגה"ק מהר"ם שיק זצ"ל. הגה"ק רבי עמרם בלום זצ"ל בעל שו"ת "בית שערים". הגה"ק רבי יואל צבי ראטה זצ"ל בעל שו"ת "בית היוצר". הגה"ק רבי משה גרינוואלד זצ"ל בעל "ערוגת הבושם". הגה"ק רבי אברהם יוסף גרינוואלד זצ"ל בעל שו"ת "אבני שהם". הגה"ק רבי יוסף צבי דושינסקיא זצ"ל בעל שו"ת "מהרי"ץ". הגה"ק רבי יהושע גרינוואלד זצ"ל בעל שו"ת "חסד יהושע". די דיינים: הגה"צ רבי יעקב קטינא זצ"ל בעל "רחמי האב". הגה"צ רבי שמואל דוד הכהן פריעדמאן זצ"ל בעל שו"ת "שרגא בטהרה". הגה"צ רבי יעקב הכהן פריעדמאן זצ"ל הי"ד. רבנים און תלמידי חכמים: הרה"ק רבי ישראל יעקב לייפער מנדבורנא-חוסט זצ"ל. הגה"צ רבי פנחס נפתלי ירושלמי זצ"ל בעל "נפש טובה".
איך וועל בעטן וועס ס'קען זאל צושטייער געבן מיט נאך נעמען, בילדער, מצבות, מעשיות, בריוו'ן, דאקומענטן, ועוד, ועוד.
וואס איז מיט הגה"צ רבי נפתלי לאנדא חוסט'ר דיין זצ"ל ?
תרנגול האט געשריבן:ר' משה טעטשער ז"ל איז געווען ראש הקהל און כלל-טוער אין חוסט. ער איז געווען א שטארקער וויזניצער חסיד, א נאנטער מקורב מיטן אהבת ישראל מוויזניץ זי"ע. אט איז א בילד פון ר' משה אינאיינעם מיטן אהבת ישראל אויף א וואגן, ווען דער אהב"י האט באזוכט אין חוסט אין יאר תרצ"א.
די אכסניא פונעם אהבת ישראל איז ביי יענעם באזוך איז געווען אין שטוב פון הרה"ח ר' יעקל (יעקב) ראזענפעלד דער זון פון ר' משה טעטשער. עס איז געווען אויסגעהאנגען פארנט פון די אכסניא א שילד מיטן אויפשריפט 'מה טובו אוהליך יעק"ב משכנותיך ישרא"ל'

לעצטנס באגעגנט אין א ספר צווישן די פרענומעראנטן אין שטאט חוסט אויסגערעכנט: רבי משה גרינוואלד [הערוגת הבשם זי"ע] אב"ד רבי אליעזר דוד גרינוואלד [הקרן לדוד זי"ע] ראב"ד חוסט ווייסט איינער צוזאגן פון א תקופה אז דער קרן לדוד זאל האבן געדינט אלס ראש בית דין אין חוסט?
יציב פתגם האט געשריבן:ווייסט איינער אפשר וועלכע צייט אין יאר תרצ"ג איז הגה"ק רבי יוסף צבי דושינסקיא זי"ע אוועקגעפארן פון חוסט קיין ארץ ישראל? און מער פרטים וואס איז פארבונדען דערמיט.
די קבלת פנים אין אה"ק פאר מהרי"ץ דושינסקיא איז פארגעקומען ו' אלול תרצ"ג, און די נסיעה האט זיכער געדויערט מער ווי א חודש צוויי אדער מער, ווייל א חודש פריער ביום ו' מנחם אב איז נפטר געווארן די חוסטער דיין רבי שמואל דוד הכהן פרידמאן זצ"ל און ביי די לויה זענען אלע קאנדידאטן פאר די חוסטער רבנות פארבעטן געווארן אויפצוטרעטן מיט דברי הספד, ובתוכם דער ויגד יעקב מ'פאפא זצ"ל, רבי יואל וועליטשקער-אשכנזי זצ"ל הי"ד אב"ד טרעסיף און רבי יהושע גרינוואלד זצ"ל - וועלכער איז צום סוף ערוועלט געווארן אלס רב אין חוסט.
יציב פתגם האט געשריבן:אין די שטאט חוסט האבען געוואוינט אסאך חשובע רבנים און תלמידי חכמים, עס איז כדאי צו עפענען א אשכול איבער זיי. די רבני העיר: הגה"ק מהר"ם א"ש זצ"ל. הגה"ק רבי יעקב גאטליעב זצ"ל. הגה"ק מהר"ם שיק זצ"ל. הגה"ק רבי עמרם בלום זצ"ל בעל שו"ת "בית שערים". הגה"ק רבי יואל צבי ראטה זצ"ל בעל שו"ת "בית היוצר". הגה"ק רבי משה גרינוואלד זצ"ל בעל "ערוגת הבושם". הגה"ק רבי אברהם יוסף גרינוואלד זצ"ל בעל שו"ת "אבני שהם". הגה"ק רבי יוסף צבי דושינסקיא זצ"ל בעל שו"ת "מהרי"ץ". הגה"ק רבי יהושע גרינוואלד זצ"ל בעל שו"ת "חסד יהושע". די דיינים: הגה"צ רבי יעקב קטינא זצ"ל בעל "רחמי האב". הגה"צ רבי שמואל דוד הכהן פריעדמאן זצ"ל בעל שו"ת "שרגא בטהרה". הגה"צ רבי יעקב הכהן פריעדמאן זצ"ל הי"ד. רבנים און תלמידי חכמים: הרה"ק רבי ישראל יעקב לייפער מנדבורנא-חוסט זצ"ל. הגה"צ רבי פנחס נפתלי ירושלמי זצ"ל בעל "נפש טובה".
איך וועל בעטן וועס ס'קען זאל צושטייער געבן מיט נאך נעמען, בילדער, מצבות, מעשיות, בריוו'ן, דאקומענטן, ועוד, ועוד.
פרענומעראנטן אין שטאט חוסט אויסגערעכנט: רבי משה גרינוואלד [הערוגת הבשם זי"ע] אב"ד רבי אליעזר דוד גרינוואלד [הקרן לדוד זי"ע] ראב"ד חוסט ווייסט איינער צוזאגן פון א תקופה אז דער קרן לדוד זאל האבן געדינט אלס ראש בית דין אין חוסט?
יציב פתגם האט געשריבן:די דיינים אין חוסט: הגה"צ רבי יעקב קטינא זצ"ל בעל "רחמי האב". הגה"צ רבי שמואל דוד הכהן פריעדמאן זצ"ל בעל שו"ת "שרגא בטהרה". הגה"צ רבי יעקב הכהן פריעדמאן זצ"ל הי"ד.
לויט ווי איך ווייס איז דער דיין הגה"צ רבי יעקב הכהן פריעדמאן זצ"ל הי"ד געווען א זון פון הגה"צ רבי שמואל דוד הכהן פריעדמאן זצ"ל
איך בין נאר נייגעריג, אויב ער איז געווארן דיין נאך פטירת אביו איבערנעמענדיג דעם פאטער'ס פלאץ, אדער ער איז שוין געווען דיין דארט נאך בחיי אביו?
תרנגול האט געשריבן:ר' משה טעטשער ז"ל איז געווען ראש הקהל און כלל-טוער אין חוסט. ער איז געווען א שטארקער וויזניצער חסיד, א נאנטער מקורב מיטן אהבת ישראל מוויזניץ זי"ע. אט איז א בילד פון ר' משה אינאיינעם מיטן אהבת ישראל אויף א וואגן, ווען דער אהב"י האט באזוכט אין חוסט אין יאר תרצ"א.
די אכסניא פונעם אהבת ישראל איז ביי יענעם באזוך איז געווען אין שטוב פון הרה"ח ר' יעקל (יעקב) ראזענפעלד דער זון פון ר' משה טעטשער. עס איז געווען אויסגעהאנגען פארנט פון די אכסניא א שילד מיטן אויפשריפט 'מה טובו אוהליך יעק"ב משכנותיך ישרא"ל'
דאכט זיך מיר איך האב אמאל געזעהן עפעס א קונטרס אויף ר' משה טעטשער איינער ווייסט ווי מקען דאס באקומען?