מרן מהר"י ט"ב מסאטמאר זצ"ל - כ"ו אב תשל"ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: מרן מהר"י ט"ב מסאטמאר זצ"ל - כ"ו אב תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

לעצטנס איז מיר אויסגעקומען אדורכצוליינען די קונטרסים הגיד מרדכי פון ר' מרדכי שטויבער זז"ג, אפגערעדט מיט וואספארא זאפט עס איז געשריבן האב איך אבער אויך געזעהן דארטן עטליכע חידושים וואס איך האב בכלל נישט געוואוסט (נישט אז איך בין דער גרעסטער חכם וידען, אבער איך רעד פון זאכן וואס איך וואלט געקענט וויסן).

צווישן אנדערע שרייבט ער, אז דער רבי האט געהאט א הארץ אטאקע בשנת תשי"ז און ער האט שטרענג פארארדענט אז קיינער טאר נישט געוואויר ווערן דערפון.

איינער האט שוין געהערט דערפון אמאל?
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
גוט צו זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 30, 2021 4:09 pm

Re: מרן מהר"י ט"ב מסאטמאר זצ"ל - כ"ו אב תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוט צו זיין גוט »

כידוע.
(כמדומה לי הרה"ח ר"ש פעקעטע שליט"א איז געווען הויז-בחור דעמאלט, אויב דינט מיין זכרון גוט, והמעוררים יגיבו).
אוועטאר
שאראש-פאטאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: מרן מהר"י ט"ב מסאטמאר זצ"ל - כ"ו אב תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאראש-פאטאק »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:לעצטנס איז מיר אויסגעקומען אדורכצוליינען די קונטרסים הגיד מרדכי פון ר' מרדכי שטויבער זז"ג, אפגערעדט מיט וואספארא זאפט עס איז געשריבן האב איך אבער אויך געזעהן דארטן עטליכע חידושים וואס איך האב בכלל נישט געוואוסט (נישט אז איך בין דער גרעסטער חכם וידען, אבער איך רעד פון זאכן וואס איך וואלט געקענט וויסן).

צווישן אנדערע שרייבט ער, אז דער רבי האט געהאט א הארץ אטאקע בשנת תשי"ז און ער האט שטרענג פארארדענט אז קיינער טאר נישט געוואויר ווערן דערפון.

איינער האט שוין געהערט דערפון אמאל?

איך האב געמיינט תשי״ח איז עס געווען

אין קדושת יואל דף רכ ווערט געברענגט א תורה וואס די רבי האט געזאגט תשל״א
ווייסט איינער ווען די רבי האט עס געזאגט ליל שבת ביי זיך אינדערהיים אדער ביי ס״ג אדער פרייוועט פאר איינעם?
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: מרן מהר"י ט"ב מסאטמאר זצ"ל - כ"ו אב תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

שאראש-פאטאק האט געשריבן:אין קדושת יואל דף רכ ווערט געברענגט א תורה וואס די רבי האט געזאגט תשל״א
ווייסט איינער ווען די רבי האט עס געזאגט ליל שבת ביי זיך אינדערהיים אדער ביי ס״ג אדער פרייוועט פאר איינעם?

וואס איז דיין שאלה אויב די רבי האט בכלל געזאגט תורה אין די נישט געזינטע יארן?
אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: מרן מהר"י ט"ב מסאטמאר זצ"ל - כ"ו אב תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא טשיפס »

שאראש-פאטאק האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:לעצטנס איז מיר אויסגעקומען אדורכצוליינען די קונטרסים הגיד מרדכי פון ר' מרדכי שטויבער זז"ג, אפגערעדט מיט וואספארא זאפט עס איז געשריבן האב איך אבער אויך געזעהן דארטן עטליכע חידושים וואס איך האב בכלל נישט געוואוסט (נישט אז איך בין דער גרעסטער חכם וידען, אבער איך רעד פון זאכן וואס איך וואלט געקענט וויסן).

צווישן אנדערע שרייבט ער, אז דער רבי האט געהאט א הארץ אטאקע בשנת תשי"ז און ער האט שטרענג פארארדענט אז קיינער טאר נישט געוואויר ווערן דערפון.

איינער האט שוין געהערט דערפון אמאל?

איך האב געמיינט תשי״ח איז עס געווען
אין עוד מלבדו
סעקרעטאר
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 11:45 am
לאקאציע: אין אפיס

Re: מרן מהר"י ט"ב מסאטמאר זצ"ל - כ"ו אב תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעקרעטאר »

לייטער האט געשריבן:
שאראש-פאטאק האט געשריבן:אין קדושת יואל דף רכ ווערט געברענגט א תורה וואס די רבי האט געזאגט תשל״א
ווייסט איינער ווען די רבי האט עס געזאגט ליל שבת ביי זיך אינדערהיים אדער ביי ס״ג אדער פרייוועט פאר איינעם?

וואס איז דיין שאלה אויב די רבי האט בכלל געזאגט תורה אין די נישט געזינטע יארן?

ר' עזריאל ע"ה האט פארציילט אז ווען ער פלעגט משמש זיין רבינו הק' זי"ע אויף די עלטערע יארן (בשנות תשכ"ח-ל"ט)
האט אסאך מאל געקענט פאסירן אז דער רבי האט אים געבעטן צו לערנען צוזאמען בחברותא (אין די געזונטע יארן האט דער רבי כמעט קיינמאל נישט געלענרנט בחברותא)
פארציילט ער דארט אין ספר "עזר בקודש" אז מ'האט געלערנט חומש רש"י און דער רבי האט יעדעס מאל אריינגעטייטשט אין די פסוקים הערליכע פשטים און טייטשן
ר' עזריאל זאגט דארט אז חבל על דאבדין ער איז געווען אזוי טרוד מיט'ן רבין אז ער האט ניטאמאל געהאט דעם קאפ אויפן פלאץ עס אראפצושרייבן למשמרת.

קאן זיין אז דער תורה וואס ווערט נאכגעברענגט אין קדושות יואל איז איינע פון די תורות וואס ר' עזריאל האט געדענקט

א חוץ דעם האט דאך דער רבי געזאגט תורה יעדעס יאר כ"א כסלו חוץ תשכ"ט אדער תש"ל.
פסח ביים סדר איז אויך דא תורות פון די נישט געזונטע יארן
ל"ג בעומר תשל"ד האט דער רבי אויך געזאגט תורה. בעת דער רבי האט קיינמאל נישט געזאגט קיין תורה ל"ג בעומר ביים טיש (כידוע המעשה מהרה"ק מרובניץ זצ"ל)
הושענא רבה איז אויך דא דרשות פון יענע יארן (טאקע נישט אזוי לאנג ווי אין די געזונטע יארן)
ועוד...
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובה דורך מי יודע »

סעקרעטאר האט געשריבן:

אוודאי האט די רבי געזאגט תורה, נישט אזוי ווי אין די געזונטע יארן, אבער ס'איז דא היבשע תורות, וואס איך דערמאן מיך יעצט אין קעמפ עקב תשל"ד איז דא עפעס א תורה, ס'איז א פתיחה אין די ל' יארן, א קורצע אבער א תורה
יו"כ דאכט זיך איז דא עפעס, ועוד ועוד
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
שאראש-פאטאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: מרן מהר"י ט"ב מסאטמאר זצ"ל - כ"ו אב תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאראש-פאטאק »

מי יודע האט געשריבן:

יישר כח איך האב געמיינט אז די רבי פלעגט בכלל נישט זאגען
גוט צו זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 30, 2021 4:09 pm

Re: מרן מהר"י ט"ב מסאטמאר זצ"ל - כ"ו אב תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוט צו זיין גוט »

סעקרעטאר האט געשריבן:ר' עזריאל ע"ה האט פארציילט

איך געדענק איין אזא ענין, (כ'געדענק נישט דעם מקור יעצט), ביים לערנען חומש רש"י פרשת וישב, ביי די ווערטער פון רש"י הק' "ביקש יעקב לישב בשלוה, קפץ עליו רוגזו של יוסף... האט דער רבי זי"ע געזאגט, אז די כוונה איז, דורכדעם וואס יוסף הצדיק האט אראפגעברענגט זיין פאטער קיין מצרים, האט ער דאך שוין געקענט זיצן בשלוה אין ארץ גושן זיבעצן יאר...
האט זיך ר' עזריאל אנגערופן: נו וואס טוט זיך דער רבי שטענדיג מתאונן זיין אז ער קען שוין היינט נישט מחדש זיין חידושים, איך זעה דאך אז דער רבי קען יא?
האט דער רבי זי"ע רעאגירט: אוי, דו ווייסט מיט וואס פאר א קאפ מ'האט מיר באשאנקען פון הימל?!...
זכותו יגן עלינו.
אברהם27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:06 pm

Re: מרן מהר"י ט"ב מסאטמאר זצ"ל - כ"ו אב תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם27 »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:לעצטנס איז מיר אויסגעקומען אדורכצוליינען די קונטרסים הגיד מרדכי פון ר' מרדכי שטויבער זז"ג, אפגערעדט מיט וואספארא זאפט עס איז געשריבן האב איך אבער אויך געזעהן דארטן עטליכע חידושים וואס איך האב בכלל נישט געוואוסט (נישט אז איך בין דער גרעסטער חכם וידען, אבער איך רעד פון זאכן וואס איך וואלט געקענט וויסן).

צווישן אנדערע שרייבט ער, אז דער רבי האט געהאט א הארץ אטאקע בשנת תשי"ז און ער האט שטרענג פארארדענט אז קיינער טאר נישט געוואויר ווערן דערפון.

איינער האט שוין געהערט דערפון אמאל?

where can i see this?
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: מרן מהר"י ט"ב מסאטמאר זצ"ל - כ"ו אב תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

סעקרעטאר האט געשריבן:אין די געזונטע יארן האט דער רבי כמעט קיינמאל נישט געלענרנט בחברותא

ריכטיג, עכ"פ בקביעות זיכער נישט, ער האט אמאל געכאפט דא דארט א איד א ת"ח און געזיצן מיט איהם א נאכט צוויי און דורכגעאקערט א ענין וכדומה.

חוץ כידוע, מיטן שאפראנער רב ז"ל ר' הערשל מייזליש פלעגט דער רבי האבן א קביעות צו לערנען די סוגיות פון ישיבה.
לעצט פארראכטן דורך אונגארישע הייזער אום דינסטאג אוגוסט 10, 2021 12:18 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: מרן מהר"י ט"ב מסאטמאר זצ"ל - כ"ו אב תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

אברהם27 האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:לעצטנס איז מיר אויסגעקומען אדורכצוליינען די קונטרסים הגיד מרדכי פון ר' מרדכי שטויבער זז"ג, אפגערעדט מיט וואספארא זאפט עס איז געשריבן האב איך אבער אויך געזעהן דארטן עטליכע חידושים וואס איך האב בכלל נישט געוואוסט (נישט אז איך בין דער גרעסטער חכם וידען, אבער איך רעד פון זאכן וואס איך וואלט געקענט וויסן).

צווישן אנדערע שרייבט ער, אז דער רבי האט געהאט א הארץ אטאקע בשנת תשי"ז און ער האט שטרענג פארארדענט אז קיינער טאר נישט געוואויר ווערן דערפון.

איינער האט שוין געהערט דערפון אמאל?

where can i see this?

עס ווערט פארקויפט אין די געשעפטן, מקוואות וכדומה.

כאפט אריין צו קויפן די קונטרסים ווייל אין די געדרוקטע ספר וועט מען שוין לכאורה ארויסשניידן אסאך חלקים...
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35249
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: מרן מהר"י ט"ב מסאטמאר זצ"ל - כ"ו אב תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:כאפט אריין צו קויפן די קונטרסים ווייל אין די געדרוקטע ספר וועט שוין לכאורה ארויסשניידן אסאך חלקים...

אונגארישע הייזער האט געשריבן:לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
סעקרעטאר
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 11:45 am
לאקאציע: אין אפיס

Re: מרן מהר"י ט"ב מסאטמאר זצ"ל - כ"ו אב תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעקרעטאר »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:לעצטנס איז מיר אויסגעקומען אדורכצוליינען די קונטרסים הגיד מרדכי פון ר' מרדכי שטויבער זז"ג, אפגערעדט מיט וואספארא זאפט עס איז געשריבן האב איך אבער אויך געזעהן דארטן עטליכע חידושים וואס איך האב בכלל נישט געוואוסט (נישט אז איך בין דער גרעסטער חכם וידען, אבער איך רעד פון זאכן וואס איך וואלט געקענט וויסן).

צווישן אנדערע שרייבט ער, אז דער רבי האט געהאט א הארץ אטאקע בשנת תשי"ז און ער האט שטרענג פארארדענט אז קיינער טאר נישט געוואויר ווערן דערפון.

איינער האט שוין געהערט דערפון אמאל?

אין איינע פון די בענדער באילנא דחיי פארציילט הרה"ח ר' אהרן יודא שווארטץ (פרעזידענט חברא קדישא דקיט"ל)
אז ווען ער האט געהאט די זכיה משמש צו זיין דעם רבין אין זיין טאג (כידוע איז אין יענע יארן געווען די משמרות הויז בחורים)
איין טאג ווען דער רבי האט געהאלטן אינמיטן פארהערן די ישיבה האט דער רבי געבעטן פון אים א טיי (כ'געדענק נישט פונקטליך)
למעשה דער רעבעצין איז פונקט נישט געווען אין שטוב דעמאלטס און ער זעט אז דער רבי איז עפעס נישט בסדר (כ'מיין דער רבי האט אים געזאגט אז די הארץ דרוקט אים)
האט ער די ערשטע זאך ארויסגעשיקט די בחורים פון שטוב און דער רבי איז זיך געגאנגען אנשפארן פאר א וויילע, און דער רבי האט אים אנגעזאגט "בשום אופן רופן א דאקטער"
אינצווישן איז די רעבעצין אהיים געקומען, און אהרן יודל האט איר פארציילט דברים כהוויתן, איז זי געווארן היסטעריש און גלייך אריבערגערופן דעם דאקטער (כמדומה לי איז עס געווען דר. בורסטין)
דער דר. האט באשטעטיגט אז דער רבי האט געליטן פון א מילדע הארץ האטאקע,
און פארארדנט אז דער רבי מוז יעדן גיין שפאצירן אויף די פרישע לופט.

דער רבי איז בכלל נישט געווען אזוי צופרידן פונעם דאקטערס עצה, גיין שפאצירן אין וויליאמסבורג,
אין יענע יארן איז וויליאמסבורג געווען באוואוינט מיט די פארטא-ריקאנע שמוציגע חברה
פארן רבין האט עס בכלל נישט געשמעקט.
האט ר אהרן יודל בארואיגט דעם רבין אז מ'וועט גיין שפאצירן מיט אפאר בחורים, דער רבי האט איינגעשטימט אויפן פלאן.
דעם נעקסטן נאך שחרית איז דער רבי ארויס פון ביהמ"ד 550 בעדפארד אין באגלייטונג פון א גרופע תלמידי הישיבה און אנגעהויבן אראפ שפאנען בעדפארד עוו. ביז ראטליזש סט. (ביים גרעניץ פון שטאט)
און דערנאך זיך איינגעדרייט אויף ראטליזש ביז לי עוו. און ארויף לי עוו. ביז קליימער צוריק לביתו נאוה קודש

ענדיגט ר אהרן יודל צו: וואס זאל איך ענק זאגן "גאנץ וויליאמסבוירג איז אויף געווען ווען דער רבי האט ארום שפאצירט אין שטאט אין א שיינעם העלן טאג אינמיטן די וואך מיט די בחורים.

שוין איך בין פארפארן......
ואידך פרישא זיל גמור
הלוא הם כתובים בספרי באילנא דחיי (כ'מיין חלק ג')
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: מרן מהר"י ט"ב מסאטמאר זצ"ל - כ"ו אב תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

farshlufen האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:כאפט אריין צו קויפן די קונטרסים ווייל אין די געדרוקטע ספר וועט שוין לכאורה ארויסשניידן אסאך חלקים...

אונגארישע הייזער האט געשריבן:לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?

כאניש קיינאנונג וואס איר ווילט פון מיר, עס איז א נארמאלע זאך אז ווען א מענטש געבט ארויס זיינע פריוואטע זאכן אין א קונטרס פארמאט שרייבט ער אסאך מער היימיש און דעטאלירט ווי ווען ער דרוקט א ספר, און נאכדערצו ביי אזא מענטש ווי ר' מרדכי, ופשוט הוא.

קאן זיין איר האט אפשר אנדערע חשבונות דא, ווייסעך נישט, דאס זענען געווען מיינע כוונות מיטן שרייבן די אויבענדערמאנטע ווערטער.

ואתכם הסליחה
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
School Lane
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 7:45 pm

Re: מרן מהר"י ט"ב מסאטמאר זצ"ל - כ"ו אב תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך School Lane »

כהאב געמיינט איך ווייס שוין אלעס!
לעצטענס געהערט אז ווען די רבי ז"ל האט געהאט די סטראק תשכ"ח האט מען אים נישט אריין געפירט און שפיטאל, האט איר שוין געהערט איינער האבען א סטראק און מען פירט נישט אריין און שפיטאל?
School Lane
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 7:45 pm

Re: מרן מהר"י ט"ב מסאטמאר זצ"ל - כ"ו אב תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך School Lane »

איינער ווייסט עפעס פון דעם?
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: מרן מהר"י ט"ב מסאטמאר זצ"ל - כ"ו אב תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

School Lane האט געשריבן:כהאב געמיינט איך ווייס שוין אלעס!
לעצטענס געהערט אז ווען די רבי ז"ל האט געהאט די סטראק תשכ"ח האט מען אים נישט אריין געפירט און שפיטאל, האט איר שוין געהערט איינער האבען א סטראק און מען פירט נישט אריין און שפיטאל?

יא יא, געליינט ערגעץ א באשרייבונג שוין יארן צוריק וואס ר' עזריאל האט דערציילט פון יענע טעג אז די רבי איז געווען אינדערהיים שבת, ער האט זיך אויפגעהויבן אינמיטן געגאנגען צום פענסטער, ס'איז מיר אויך געווען אינטערעסאנט דעמאלטס
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
איגערקע
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2015 12:56 am

Re: מרן מהר"י ט"ב מסאטמאר זצ"ל - כ"ו אב תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איגערקע »

איז דא ערגעץ דידזשעדל א ריקארדינג פונעם רבינס לויה?
אוועטאר
שאראש-פאטאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: מרן מהר"י ט"ב מסאטמאר זצ"ל - כ"ו אב תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאראש-פאטאק »

מי יודע האט געשריבן:
School Lane האט געשריבן:כהאב געמיינט איך ווייס שוין אלעס!
לעצטענס געהערט אז ווען די רבי ז"ל האט געהאט די סטראק תשכ"ח האט מען אים נישט אריין געפירט און שפיטאל, האט איר שוין געהערט איינער האבען א סטראק און מען פירט נישט אריין און שפיטאל?

יא יא, געליינט ערגעץ א באשרייבונג שוין יארן צוריק וואס ר' עזריאל האט דערציילט פון יענע טעג אז די רבי איז געווען אינדערהיים שבת, ער האט זיך אויפגעהויבן אינמיטן געגאנגען צום פענסטער, ס'איז מיר אויך געווען אינטערעסאנט דעמאלטס

זייער אינטערסאנט וועגען ר׳ עזריאל האט געזאגט אז ער ער האט אנגעטון תפילן פאר די רבי די וואך נאך די סטראק דאס מיינט אז נאכען וואקען צו די פענסטער אין די רבי געווארען באוויסטלאז פאר א וואך???
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: מרן מהר"י ט"ב מסאטמאר זצ"ל - כ"ו אב תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

ווייס איך נישט ווי אלט איר זענט אבער דאס האט מען אלעמאל געוויסט אז מ'האט דעם רבין נישט אריינגעפירט נאכן סטראוק נאר דאקטער נייווירטה און דאקטער בענדער זענען אראפגעקומען אין שטוב

למעשה אפילו כהיום ביי א סטראוק איז נישט שייך קיין סאך צו טוהן אויסער געבן מעדיקעישאן צו דינער מאכן די בלוט, די עיקר עבודה איז די ריהעב טעראפי נאכן זיך אויפוועקן

אבער דעיס אז די רבי האט געוואקט צום פענסטער גלייך נאכן סטראוק לייגט זיך נישט אויפן שכל, אפשר רעדט ער פון עטליכע טעג שפעטער
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: מרן מהר"י ט"ב מסאטמאר זצ"ל - כ"ו אב תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

קרייסלער האט געשריבן:ווייס איך נישט ווי אלט איר זענט אבער דאס האט מען אלעמאל געוויסט אז מ'האט דעם רבין נישט אריינגעפירט נאכן סטראוק נאר דאקטער נייווירטה און דאקטער בענדער זענען אראפגעקומען אין שטוב

למעשה אפילו כהיום ביי א סטראוק איז נישט שייך קיין סאך צו טוהן אויסער געבן מעדיקעישאן צו דינער מאכן די בלוט, די עיקר עבודה איז די ריהעב טעראפי נאכן זיך אויפוועקן

אבער דעיס אז די רבי האט געוואקט צום פענסטער גלייך נאכן סטראוק לייגט זיך נישט אויפן שכל, אפשר רעדט ער פון עטליכע טעג שפעטער

זיי ברענגען דאס אין עזר בקודש, געציילטע טעג נאכן סטראוק

די תפילין האט ר' עזריאל אנגעטוהן פארן רבי'ן יעדען איינציגן טאג, ער האט דאס שפעטער דערציילט פארן רבי'ן און ער האט איהם זייער מכיר טובה געווען דערפאר.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

Re: מרן מהר"י ט"ב מסאטמאר זצ"ל - כ"ו אב תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:ווייס איך נישט ווי אלט איר זענט אבער דאס האט מען אלעמאל געוויסט אז מ'האט דעם רבין נישט אריינגעפירט נאכן סטראוק נאר דאקטער נייווירטה און דאקטער בענדער זענען אראפגעקומען אין שטוב

למעשה אפילו כהיום ביי א סטראוק איז נישט שייך קיין סאך צו טוהן אויסער געבן מעדיקעישאן צו דינער מאכן די בלוט, די עיקר עבודה איז די ריהעב טעראפי נאכן זיך אויפוועקן

אבער דעיס אז די רבי האט געוואקט צום פענסטער גלייך נאכן סטראוק לייגט זיך נישט אויפן שכל, אפשר רעדט ער פון עטליכע טעג שפעטער

זיי ברענגען דאס אין עזר בקודש, געציילטע טעג נאכן סטראוק

די תפילין האט ר' עזריאל אנגעטוהן פארן רבי'ן יעדען איינציגן טאג, ער האט דאס שפעטער דערציילט פארן רבי'ן און ער האט איהם זייער מכיר טובה געווען דערפאר.
אטעטשמענטס
IMG_4925.jpg
IMG_4925.jpg (213.66 KiB) געזען 2271 מאל
אוועטאר
שאראש-פאטאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: מרן מהר"י ט"ב מסאטמאר זצ"ל - כ"ו אב תשל"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאראש-פאטאק »

אין אגרות מהרי״ט ח״ג (מהדורת דוגמא וואס מען האט געטיילט ביי א חתונה) איז דא נכתב פון די אהבת ישראל מוויזניץ שרייבט ער
״החיים והשלום וכט״ס לכבוד ידידי מחו׳ הרהגאו״ן הצדיק חו״פ בנש״ק כקש״ת מו״ה יואל שליט״א אבד״ק סאטמאר״
ווי אזוי איז די רבי א מחותן?
( ווען איך טריי ארויף צו לייגען א בילד פון די מכתב קימט ארויף א ערער אז די פייל איז צו גרויס ביטע אויסלערנען ווי אזוי מען לייגט ארויף א בילד)
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”