רבי זאב וואלף מזיטאמיר זצ"ל - ט"ו אדר תקנ"ז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

א חסיד
שר האלפיים
תגובות: 2697
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2014 3:45 pm

תגובהדורך א חסיד » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 11:33 pm

פארוואס קען שושן פורים נישט אויס פאלן ערב שבת? אוודאי יא!!

נחוניא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 9:36 am

גרויסער יחסן האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:
סטרעטענער אייניקל האט געשריבן:בספר "אור המאיר" השלם הוצאת "אבן ישראל" ווידעבסקי, במבוא הספר [ערך רבי אלישע פאקשאר], כותב שהרה"ג רבי דוד אורטינבערג מבארדיטשוב בעמח"ס "תהלה לדוד", שהיה צאצא של רבינו, העיד שהסתלקותו היתה בערב חג השבועות.
וכן היה מקובל אצל הרה"ח רבי מרדכי שטערענבערג זצ"ל, נכד הרה"ק רבי פנחס מקאלק בן רבינו.
ומסורת היתה בידיהם שנפטר לעתותי ערב, וכאשר חזרו מבית החיים כבר היה אחרהגיע התקדש ליל החג.
וכותב על אלו שאומרים שהיאהרצייט הוא בפורים, שטעות היא בידם.

המקור שיומא דהילולא הוא בשושן פורים הוא מהרב צבי ווייל שהיה מגיע בכל שושן פורים לעריכת שולחה"ט של צדיקי ראחמיסטריווקא ובכל שנה היה מזכיר שהיום הוא ההילולא של הרה"ק בעל אור המאיר.
הרה"ח ר' שלמה טלינגטור היה מספר בשם הגה"ח ר' דוד ארטינבערג ז"ל שהיארצייט הוא ערב שבועות, וכשחזרו מהקבורה כבר החשיך ליל יום טוב.
אם קבלה נקבל, אבל הסיפור יתכן גם בערב שבת ולאו דוקא בערב שבועות...

איין פראבלעם איז דא אז שושן פורים קען קיינמאל נישט אויס פאלן ערב שבת (אא"כ בזמן הבית)...

אין מיין לוח שטייט אז אין די יארן תקנ"ב, תקנ"ה, תקנ"ו און תקנ"ט [וואס בערך דעמאלט איז דער אור המאיר נסתלק געווארן] איז ט"ו אדר געווען פרייטיג.
אדר שני תקנט.png
אדר שני תקנט.png (70.33 KiB) געזעהן 1503 מאל

גרויסער יחסן
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 08, 2018 8:18 pm

תגובהדורך גרויסער יחסן » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 9:08 pm

גערעכט איך האב א טעות געהאט

מיקא
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » דאנארשטאג ינואר 02, 2020 5:09 pm

וויאזוי האט געהייסן די פאטער פונעם אור המאיר?

נחוניא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » דאנארשטאג ינואר 02, 2020 6:17 pm

מיקא האט געשריבן:וויאזוי האט געהייסן די פאטער פונעם אור המאיר?

דאכט זיך אז עס איז נישט באקאנט.
עס זענען דא וואס זאגן אז ער האט געהייסן "מאיר" און על שמו הייסט די ספר אור המאיר.
אבער איך מיין אז עס האט נישט קיין געהעריגע מקור.

אליעזר לאנדא
שר חמש מאות
תגובות: 624
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 15, 2019 11:42 am

תגובהדורך אליעזר לאנדא » מאנטאג ינואר 06, 2020 12:13 am

נחוניא האט געשריבן:
מיקא האט געשריבן:וויאזוי האט געהייסן די פאטער פונעם אור המאיר?

דאכט זיך אז עס איז נישט באקאנט.
עס זענען דא וואס זאגן אז ער האט געהייסן "מאיר" און על שמו הייסט די ספר אור המאיר.
אבער איך מיין אז עס האט נישט קיין געהעריגע מקור.

אין קובץ שושילתא ב איז דא א כתב יוחסין פון ר' פנחס לאנדא, שרייבט ער "אפי' שם אביו לא ידוע, אבל אני חושב ששם אביו היה ר' מאיר כי שידוע כי ר' זאב היה בן אחיו של הרב הגה"ק ר' יחזקאל זצ"ל בעל הנודע ביהודה והצל"ח וידוע כי לר' יחזקאל זצ"ל היה אח ושמו ר' מאיר זצ"ל [ואני חושב שבשביל זה קרוי ר' זאב זצ"ל את ספרו אור המאיר על שם אביו זצ"ל]"
האט דאס הענט אדער פיס ??

נחוניא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » מאנטאג ינואר 06, 2020 10:30 am

אליעזר לאנדא האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:
מיקא האט געשריבן:וויאזוי האט געהייסן די פאטער פונעם אור המאיר?

דאכט זיך אז עס איז נישט באקאנט. עס זענען דא וואס זאגן אז ער האט געהייסן "מאיר" און על שמו הייסט די ספר אור המאיר. אבער איך מיין אז עס האט נישט קיין געהעריגע מקור.

אין קובץ שושילתא ב איז דא א כתב יוחסין פון ר' פנחס לאנדא, שרייבט ער "אפי' שם אביו לא ידוע, אבל אני חושב ששם אביו היה ר' מאיר כי שידוע כי ר' זאב היה בן אחיו של הרב הגה"ק ר' יחזקאל זצ"ל בעל הנודע ביהודה והצל"ח וידוע כי לר' יחזקאל זצ"ל היה אח ושמו ר' מאיר זצ"ל [ואני חושב שבשביל זה קרוי ר' זאב זצ"ל את ספרו אור המאיר על שם אביו זצ"ל]"
האט דאס הענט אדער פיס ??

קיין סתירה דערויף האב איך דערווייל נאך נישט געהאט.
איך זוך באמת איינער וואס איז בן אחר בן פונעם אור המאיר זאל נעמען א Y-DNA טעסט צו זען אויב זיי זענען טאקע בא"ב פון משפחת הנו"ב.
דערווייל בין איך נאך נישט אנגעקומען.
בכלל איז מיר א חידוש אז איך האב נאך נישט נישט געטראפן די משפחה פונעם אור המאיר אין די צענזוס רעקארדס.
דעריבער בין איך מסופק אויב זיין משפחה נאמען איז טאקע געווען לאנדא.

בארדיטשוב'ער אייניקל
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2020 4:19 pm

Re: רבי זאב וואלף מזיטאמיר זצ"ל - ט"ו אדר תקנ"ז

תגובהדורך בארדיטשוב'ער אייניקל » מאנטאג יוני 08, 2020 5:55 pm

מיין עלטע עלטע זיידע האט געהייסען יעקב יוסף דעבארמדיגער זיין ווייב האט געהייסען יהודית מילכה זי איז אייניקל פונעם אור המאיר מיר ווייסען נישט ווי אזוי טאמער איינער קען מיר אפשר ארויס העלפן וועל איך דאנקבאר זיין

נחוניא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

בניו של בעל "אור המאיר"

תגובהדורך נחוניא » דאנארשטאג יולי 30, 2020 3:56 pm

די משפחה פונעם אור המאיר זענען פארשריבן אינעם קראסנא קוויטל ווי פאלגענד:
ק' זיטאמר
זאב וואלף בן יהודית (עטי' אסתר בת לאה), בני' ישראל דוב בער, מנחם מענדל, צבי הירש.
בנו יוסף בן עטיל, טויבא בת פעריל, בני' דוד, יחיאל מיכל שי', פנחס.
בנו אברהם בן שרה בילא, עטי' בת שיינא, בני' הינדא בילא, יהודית מלכה שיהי' לה רפואה לחולי, משה ליב.


מחמת איזה סיבה האט מען ביז היינט מחליט געווען אז "טויבא בת פעריל" איז די זיווג שני פונעם אור המאיר (וואס ווי עס ווערט געברענגט האט ער חתונה געהאט מיט די אלמנה פונעם ברית כהונת עולם וועלכער איז נפטר געווארן ט"ו תשרי תקמ"ח), און די קינדער דוד, יחיאל מיכל און פנחס זענען די קינדער פונעם אור המאיר, און דער פנחס איז טאקע זיין זון רבי פנחס מקאלק דער שווער פון רבי יוחנן מראחמיסטריווקא.

איי פארוואס שטייט יוסף בן עטל עקסטער און נישט מיט די אנדערע קינדער? האט נישט געהאט קיין תירוץ.

יעצט אבער האבן מיר געטראפן אינעם בארדיטשובער בית החיים די פאלגענדע מציבה: [פ"נ] אשה משכלת וכשירה מרת יהודית מילכה בת ר' אברהם נכד הרב הקדוש והנורא ר' זאב מזיטאמר כלתו של הרב מפיקוב נפ' ח' אלול תריו"ד. ווי עס קומט אויס איז דאס די מציבה פון אשת רבי שמואל שמעלקא מפיקוב (וועלכער איז נפטר געווארן בשנת תר"ז) און אין די סענסוס פון פיקוב שטייט טאקע אז זיין פרוי איז מלכה בת ר' אברהם און זי איז געבוירן בשנת תקמ"ב.

אינעם ספר "מספד תמרורים" (לעמבערג תרע"א) שרייבט הג"ר זאב זינגער זיין יחוס ווי פאלגענד: "אא"ז ר' שמעלקי חתן ר' אברהם בער בהה"ק ר' זאב מזיטאמיר". די חוקרי היחס האבן פארשטאנען אז ער מיינט זיכער רבי ישראל בער, נאר ער האט בטעות געשריבן "אברהם בער". אנדערע האבן געוואלט גאר זאגן אז ער האט געהייסן "אברהם ישראל דוב בער".

למעשה זעט מען קלאר אינעם קראסנא קוויטל אז דער זון פונעם אור המאיר הייסט "ישראל דוב בער", אבער מען זעט אויך במפורש "בנו אברהם בן שרה ביילא" און ער האט א טאכטער "יהודת מלכה", דאס איז לכאורה די רביצין פון רבי שמואל שמעלקא.

היוצא לנו אז מען האט אויסגערעכנט צום ערשט דער אור המאיר מיט זיינע נאך נישט חתונה'געהאטע קינדער, דערנאך גייט מען צוריק צו זיינע צוויי עלטערע קינדער וואס האבן שוין חתונה געהאט. און עס קומט אויס אז דער אור המאיר האט געהאט דריי זיווגים:

מזוגתו הראשונה שרה בילא
א] רבי אברהם. זוגתו עטיא בת שיינא. יוצ"ח: הינדא בילא. יהודית מילכה [נולדה תקמ"ב אשת רבי שמואל שמעלקא מפיקוב]. משה ליב.

מזוגתו השניה עטיא אסתר
ב] רבי יוסף. זוגתו טויבא בת פערל. יוצ"ח: דוד. יחיאל מיכל. פינחס.
ג] רבי ישראל דוב בער [חתן רבי חיים מקראסנא].
ד] רבי מנחם מענדל [מוזכר ברשימת הפ' לספר קורא מראש בשנת תקע"א בין תושבי עיר בארדיטשוב].
ה] רבי צבי הירש [חתן רבי דוד בן רבי אברהם דוב מחמעלניק]

מזוגתו השלישית - אלמנת הברית כהונת עולם
ו] רבי פנחס מקאלק

נחוניא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: רבי זאב וואלף מזיטאמיר זצ"ל - ט"ו אדר תקנ"ז

תגובהדורך נחוניא » דאנארשטאג יולי 30, 2020 8:21 pm

א חשוב'ער ידען האט מיר אנגעמערקט, אז לכאורה איז דער זון ר' יוסף געווען עלטער פונעם זון ר' אברהם, ווייל ער שטייט פריער אינעם קוויטל.
ווי אויך איז נישט מסתבר אז ר' יוסף איז געבוירן פון עטיא אסתר, ווייל עס שטייט אינעם קוויטל "יוסף בן עטיל" און נישט "יוסף בן עטי' אסתר".
לפי זה קומט גאר אויס אז דער אור המאיר האט געהאט פיר זיווגים:

זוגתו הראשונה - עטיל
א] רבי יוסף

זוגתו השניה - שרה בילא
ב] רבי אברהם

זוגתו השלישית - עטיא אסתר
ג] רבי ישראל דוב בער
ד] רבי מנחם מענדל
ה] רבי צבי הירש

זוגתו הרביעית - אלמנת הברית כהונת עולם
ו] רבי פנחס מקאלק

בארדיטשוב'ער אייניקל
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2020 4:19 pm

Re: רבי זאב וואלף מזיטאמיר זצ"ל - ט"ו אדר תקנ"ז

תגובהדורך בארדיטשוב'ער אייניקל » דינסטאג מארטש 09, 2021 6:01 pm

דאס איז פאלגענד יעקב יוסף בן חיים דוב בן לוי יצחק בן אלימלך בן שמואל שמעלקא מ'פיקוב ובארדיטשוב איך דארף עפעס פרטים פין יעקב יוסף'ס ווייב וואס האט געהייסען יהודית מילכה מיר ווייסען אז זי איז געווען א קרוב מיט רבי דודיא בעל תהלה לדוד וואס מיין עלטער זיידע איז אויף געוואקסען ביי איהם ער האט געברענגט קיין באיאן

אוועטאר
מומחה יוחס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5399
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי זאב וואלף מזיטאמיר זצ"ל - ה' סיון לכמה מקורות

תגובהדורך מומחה יוחס » זונטאג מאי 16, 2021 12:47 am

היות אין אסאך פלעצער איז אנגענומען אז דער יא''צ איז היינט ה' סיון (איך האב אלע מאל נאר געוויסט פין ה' סיון, היינט זעה איך דא דער ערשטע מאל - אינטערסאנט אז כ'האב קיינמאל נישט באמערקט - אז איז דא אנדערע מקורות אין גירסות) ברענג איז עס דא ארויף

זי"ע ועכי"א
איך בין די פרעזידענט פון אמעריקא


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט