יעצט פאר ר"ה, איז געווען איינער וואס האלט זיך פאר גאר א גרויסע חזן, ער האט מסכים געווען צו אננעמען א שטעלע בלויז פאר $10,000 …
אבער קיינער האט אים נישט גערופן, בלויז איין ביהמ"ד האט מסכים געווען פאר $5,000 .
א ברירה האט ער דען געהאט? נו מסכים .
ס'קומט מעריב, דער גרויסע חזן הייבט אן ♪♪ההאא ♪♪ דער עולם בייגט זיך שוין איין צו זאגן ברכו, ער הייבט אן ♪ברכו את השם– ….ס'שטיל… די עולם הייבט אן שרייען נא… נו… אבער אין קול ואין עונה.
די רב דרייט זיך אויס צו אים, נא… מאכט ער מיט די הענט אויף ארויף (דהיינו ביסט מסכים פאר 10 אלפים?).
בלית ברירה (מ'האט דאך געדארפט ענדיגן דאווענען…) זאגט אים די רב נו… נא… און די דאווענען איז אריבער בשלום.
דער חזן איז געווען אן אדם גדול, אויף אזוי ווייט, אז די לאקאלע עקספערטן האבן געשאצט אז ס'וועט זיך שפירן א שטיקל ערדציטערניש אינעם ראיאן ווען ער פאלט כורעים…
מ'האט געדארפט האבן שישים גיבורים עם אויפצוהייבן, למעשה ס'קומט צו כורעים, בום.. ומשתחווים ומודים, ער ווארט מ'זאל עם אונטערהייבן …
זאגט עם די רב נא.. נו..?(ביסט מסכים פאר 5,000 ? )הרי טוב, אז נישט קענסטו ווארטן עד יו"כ הבא עלינו לטובה….
רבותי דער חזן ליגט נאך דארט….