פרינדזשעס.. האט געשריבן:זאגטס אלע מיט, מיטן נוסח המקובל.
חזו"ק:
באשמורת הבוקר ווען איך בין אויפגעשטאנען,
און די זייגער האט מיך געטוען דערמאנען,
כ'האב געגעבן א דריק אויפן קנעפל,
איז אויסגעדרייט דאס קעפל,
דאס ווען איך געווען על מיטתי,
נפשי בשאלתי ועמי בבקשתי.
גם אני בחלומי שוין פון נעכטן נאכט
אז כ'וועל אויפשטיין פרי איך האב געטראכט
אבער די אומשטענדן האבן געבראכט
אז המפיל נאך צווייע האב איך געמאכט
בשעה מאוחר בבית המדרש באתי
ומנין גדול סליחות שם מצאתי
---------------
א מליצה ישרה געהערט דערויף
פאר די וואס שטייען נעבעך שפעט אויף
אינפלאציע ביי געלט טוט כסדר שטייגן
די זעלבע ביי די צייט ווען מען טוט אויפשטיין און זיך לייגן
היום ניינע כפינעווע אמאל עשו
נא שתקבל המליצה שמצאתי
---------------------
איינער וואס האט מיר דערויף פארגעהאלטן
פונעם אייבערשטן מען קען זיך נישט באהאלטן
דו זאגסט שחר קמתי מיטן שיינעם ניגון
אבער די ווערטער איז א גרויסע ליגן
ווען זאגסטו 'בצפרא דשבתא' שאלתי
מיד הלך ממני ולא ענה בקשתי
------------------
אבער באשעפער טראץ מיין דורכפאל
נישט אויפגעשטאנען פארטאגס צו סליחות דערווייל
איך טו אבער נישט אויפגעבן
מארגן וועל איך מיך נישט לאזן פון די אויגן וואס קלעבן
רק בזריזות אקום מיד ממיטתי
תבא בעזרתי שאקיים קבלתי
----------------
מאד נהנתי וישר כח מילתי