קען א לעקטער אויפטון ווען מ'איז הונגעריג?...

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2914
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

קען א לעקטער אויפטון ווען מ'איז הונגעריג?...

תגובהדורך שאץ מאץ » מאנטאג דעצמבער 22, 2008 9:39 am

קען א לעקטער אויפטון ווען מ'איז הונגעריג?...

די קעלט רייסט, די ווינטן בלאזן, די פינגער'ס פרירן, פון הימל לאזט זיך אראפ עמער'ס מיט שניי, אין איינע פון די טיפע טבת נעכט שפאצירט זיך אונזער ר' יענקל אין די שניידיגע קעלט, צו יעדע פאר מינוט ציט ער זיך צוזאם זיין אויבעראק שטערקער זיך צו באשיצן פון די ביטערע קעלט,

ער האלט שוין אויפן וועג אהיים פון זיין לאנגע רייזע, זייענדיג ביים רבי'ן אויף יו"ט, עפ"י חשבון וואלט ער שוין לאנג געדארפט זיין אינדערהיים נאך עטליכע וואכן בעפאר די גרויסע קעלטן און שנייען, נאר עפ"י סיבה און נאך אסאך עיכובים איז ער שוין ענדליך דא מיט בלויז געציילטע מייל אוועק פון זיין שטעטל, ווי נאר ער וועט ארויס קומען פון דעם געדיכטן וואלד וועט ער שוין קענען זעהן פון דערווייטן די ווייסע דעכער פון זיין שטעטל,

למעשה פונקט אינעם לעצטן פאזע ווערט אים די וועג נאך אסאך שווערער ווי ביז איצט, ער טראכט מיט שרעק זענדיג ווי דער ווינט בלאזט גאנצע בערג מיט שניי, ווער ווייסט צו באלד ווערט ער באדעקט מיט א בארג שניי, און ווער וועט בכלל וויסן אים אויפצוזיכן דא אונטער דעם בארג שניי ביז פסח צייט ווען די שניי לאזט זיך אויף,

זיין הארץ איז פיל מיט אומעט און יאוש, די געזיכטער פון זיין דערשראקענע ווייב און קינדער קומען אים ארויף אין זכרון, זיינע אויגן זענען שוין פיל מיט שניי שטיקער קוים וואס ער זעהט א טריט אהינציר, און ווען שרעק האט שוין געטראפן א פלאץ אין הארץ פון אונזער ארימע ר' יענקל, האט ער זיך שוין אנגעהויבן צו שרעקן אויך פון די הונגעריגע וועלף, מיט וואס דער געדיכטע וואלד איז באשאנקען געווארן צו אסאך משפחות,

טריט נאך טריט זינקען זיינע פיס אין די פרישע שניי, לאזנדיג טיפע סימנים פון זיינע פיס טריט, אבער פון מינוט צו מינוט ווערן די פיס טריט פארשטאטערט און ווי אויך פארדעקט פון די פריש געפאלענע שניי, די שטארקע הונגער און דארשט באגלייט מיט שרעק לאזן נישט די שוואכע פיס זיך הייבן מיט א שנעלן טעמפא, עס קוקט אים שוין אויס ווי דער וועג איז ווי א אייביגקייט,

ער פראבירט זיך צו דמיון'ען ווי גוט ס'וועט זיין דאס ערשטע טריט אריין אין זיין ווארעמע שטוב, ווי עס ווארט אים אוודאי אפ א ווארעמע טיי, מיט פרישע קליידער, מיט די פרייליכע פנים'ער פון זיין הויז געזונט, דער דמיון העלפט אים צו אביסל צו פארשנעלערן זיינע טריט, אט דאכט זיך אים אז ער זעהט א ליכטיגקייט פון דערווייטן, ער קלערט ביי זיך, צו איז דען דער כח הדמיון אזוי גרויס אז מ'קען ממש זעהן פיזישע לעכטיקייט?, אבער ניין, וואס א מינוט ער גייט ווייטער זעהט ער ס'איז גארנישט קיין דמיון ס'איז באמת א קליינליכע שיין פון דערווייטן,

עס הייבט אים אן צו ווערן ווארעם אין די ביינער, זיין הונגער און דארשט לאזט נאך, זיין שרעק ווערט צובלאזן ווי א זייפן בלאז, פיל מיט גוטמוטיגקייט שפאנט ער געשווינד צום ציל פון די שיין.

טייערע ליינער, לאמיר אביסל אריין קריכן אין די געדאנקען פון ר' יענקל'ען,

צו העלפט אים די שיין וואס ער זעהט, פארגרינגען זיין הונגער?, אויסדריקלעך ניין,
צו העלפט אים די שיין וואס ער זעהט, צו ווערן אויס דארשטעריג?, אויסדריקלעך ניין,
צו העלפט אים די שיין וואס ער זעהט, צו ווערן אויס מיד?, אויסדירקלעך ניין,
צו העלפט אים די שיין וואס ער זעהט, אנצוווארעמען זיינע ביינער? אויסדריקלעך ניין,

נו אויב אזוי, פארוואס ווערט ער שוין יעצט ביים זעהן די שיין פון די ווייטע לעכטיגקייט, סיי זאט, סיי אויסגערוט און סיי ווארעם?, ס'איז דאך יעצט נישט ווארעם און נישט גארנישט, אלא מאי, די האף און די טרייסט פון זעהןן דעם שיין אינעם געדיכטן וואלד איז ווי צו זעהן דעם שיין פונעם ענד פונעם טונעל, און דאס איז אזוי שטארק אז דאס מאכט אים שוין זאט און ווארעם בלויז מיט שיין אליין.

איך גלייב, אז יעדער כאפט שוין גלייך ווי מיר צילן, מיר שטייען שוין עטליכע חדשים אין יאר תשס"ט, נאך דעם וואס יעדער איד האט געבעטן שמחה לארצך וששון לעירך ועריכת נר לבן ישי משיחך, אז ס'זאל שוין אויפשיינען אורו של משיח אור חדש על ציון תאיר, האפנדיג מוצאי די הייליגע טעג אז אורו של משיח שטייט שוין ביים שוועל, ווייל בן דוד בא במוצאי שביעית צום סוף שמיטה יאר, אלע סימנים ווייזן דאך אויף די גאולה, למעשה, דער ווינטער ריקט זיך אן די ווינטן פון וואל סטריט בלאזן אריין א קעלט אין די גאנצע עקענאמישע וועלט, די שניי לאזט זיך אראפ מיט צרות מצרות שונות, פון באמביי הערט זיך גאר שווערע און ווייטאגליגע בשורות וואס ציטערט אויף יעדנ'ס הארץ, עטליכע משפחות בלייבן יתומים אן א אנלאנער, יונגע קינדער ובתוכם א יונגע ישיבה בחור לאזט איבער די שטורעמישע וועלט, צו דארף מען דען אויסרעכנען די שווערע צרות בלויז פון ר"ה ביז יעצט חנוכה?....

וואס געשעהט, אונזער טריט ווערט שווער, אונזערע געמיטער ווערן געפאלן, מ'טראכט ווער ווייסט ווער איז נעקסט, ווי מ'קוקט זיך אום אויף וועלכן זייט מ'וויל, זעהט מען א אנגעווייטאגטע איד, מ'קען קיין שמועס נישט געבן, אויב רעדט מען פון סיי וועלכע צרה דארף מען זיך דעם קאפ דרייען זעהן צו איז נישט איינער פון די מיט שמוסער אזא איינער וואס האט נישט מיטגעמאכט איינער פון די פראבלעמען וואס ווערט געשמוסט,

כ"ד כסלו אויף דערנאכט, ווען דער זון נייגט זיך צום יום כ"ה, צינדן זיך אן די הייליגע חנוכה לעכטעלעך מיטאמאל ביי אלע פענסטער און טירן, ווי נאר מ'זעהט די לעטיגקייט שיינען, ווערט יעדנ'ס הארץ פרייליך און זאט מיט אמונה און שמחה די טריט הייבן זיך מיט א געזאנג חשוף זרעך קדשיך, פרעגט זיך די פראגע צו איז שוין די ישועה דא?, צו איז דען די פרנסה גוט?, צו האבן שוין די יתומים צוריק זייערע עלטערן?, ניין, וואס יא, דער שיין פון די מנורה איז דער סימן אז דער באשעפער פארלאזט אונז נישט, סוף כל סוף וועט אויפשיינען דער אור און מיר וועלן אלע געהאלפן ווערן אויפאמאל מיט יעדע ישועה, ס'וועט זיין אור חדש על ציון תאיר ונזכה כלנו במהרה לאורו,

מיט האפנדיגע הערצער הייבן מיר אונזער געמיט און מיר בעטן, מ'י ש'עשה נ'יסים (ר"ת שמן) לאבותינו וגאל אותם מעבדות לחירות, הוא יגאל אתנו בקרוב ויקבץ נדחינו מארבע כנפות הארץ, חבירים כל ישראל ונאמר אמן,

(מיוסד עפ"י השער יששכר מאמר ימי אורה אות צ"ח)

איצט דעם זעלבן רעיין אויפן גראם
(קרעדיט מ.ד. פארן ממציא זיין די גראמען)

(ניגון לעכטעלע לעכטעלע)

(ערשטע פאל)

אינמיטן די נאכט א איד שפאצירט,
די גרויסע ווינטן אין די ביינער ער שפירט,
פון די שטארקע קעלט ממש ער פרירט,
ער געט זיך אליינס א פרעג,
צו איז דען דא א סוף צו דעם וועג,
איך גיי שוין דא עטליכע וואכן און טעג,

(2'טע פאל)
די שנייען מאכן נישט גרינגער,
עס שפירט זיך א שטארקע דארשט און הונגער,
אזוי גייט ער טיף אינמיטן די טונקעלע וואלד,
ער גייט צוביסלעך שפאן נאך שפאן,
פון דערווייטן זעהט ער א קליינע שיין,
ער וועט פרייליך ס'איז אין שוין נישט קאלט,

(הויכע פאל)
ער זאגט:
"לעכטעלע לעכטעלע" דו שיינסט און ברענסט,
שיינען פאר מיר די קענסט,
אין טיפן וואלד ביסטו מיין איינציגע טרייסט,
ווי נאר איך קום צו דיר באלד,
וועט מיר שוין נישט זיין קאלט,
און דיין ווארעמע שטוב באקום איך א נייע גייסט,

(2'טע פאל)
שנעל איז ער אהין געלאפן,
א לעכטיגע שטוב דארט געטראפן,
געגעסן געטרינקען און געווארן זאט,
זיך אראפ געזעצט און אפגערוהט,
נאך אפאר שעה איז ער שוין נישט מיד,
די ליכטיגע שיין וועט ער געדענקען א לאנגע צייט,

***

(ערשטע פאל)
פון אנפאנג יאר ראש השנה,
יעדער איד בעט מיט כוונה,
צום נייען יאר אויפן וועג מ'לאזט זיך ארויס,
שמחה לארצך,
ועריכת נר לבן ישי משיחך,
באשעפער מיט דיין לעכטיגקייט לייז אונז אויס,

(2'טע פאל)
ס'קומט אבער די ווינטער נעכט,
די מצב ווערט פינסטער און שלעכט,
איבעראל א פינסטערנישט א חשכות,
וויפיל אידן ווערן נעבאך נענש,
פון טונקלקייט זיי זעהן - ניש,
אינדרויסן דרייט זיך דער מלאך המשחית,

(הויכע פאל)
ס'קומט אבער די נעכט פון חנוכה,
פירסומא ניסא אין די גאסן בשוקא,
מ'פארמערט א לעכטעלע יעדן טאג און טאג,
זאגט מען לעכטעלע לעכטעלע דו שיינסט און ברענסט,
שיינען פאר מיר דו קענסט,
ווייל דו ביסט די איינציגסט זאך וואס איך פארמאג,

(2'טע פאל)
אט די לעכט איז אונזער נחמה,
אז אפי' אין גלות אין דעם מדבר שממה,
זעהן דעם נר מצוה ואור תורה,
באשעפער באהאלטן דעם חושך, מפני אור,
שיק אונז דעם עני רוכב על החמור,
ויוצאינו מאפילה לאורה,

(ניגון אור חדש סקולעני)
אור חדש, יבנה המקדש,
על ציון תאיר,
ונזכה, ונחי',
נאך זוכה זיין זיין היי יאר,

אוי, אור חדש, מיט משיח'ן בראש,
ס'זאל לייכטן דיין מנורה,
ויאר לנו, כלנו,
במהרה במהרה לאורו,

אור חדש, ס'וועט זיין מתוק מדבש,
על ציון תאיר,
ונזכה, מ'בעט בכל פה,
זעהן דעם אור הבהיר,

אוי, אור חדש, תיקר שירת רש,
מיר בעטן ביים בורא,
ונזכה, ביום הזה,
במהרה במהרה לאורו,

אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 12:45 am

תגובהדורך קענסט מיך? » מאנטאג דעצמבער 22, 2008 9:44 am

מורא'דיג, איז שוין דא אויף א טעיפ די הערליכע גראמען? אויב נישט איז כדאי עס ארויסצוגעבן לאור עולם!

אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלטעבחורל » מאנטאג דעצמבער 22, 2008 11:47 am

שאץ! סימער געלונגען, יעפ; נארוואס ארויס געקראכן פוו די געדאנקען פון ר' יענקעלע...

יעצט בין איך מיינע געדאנקען. טראכט איך אזוי:

קען מען זיך באגיין אן שאץ?
קען מען לעזן דיינס אנארטיקל אן אריינעמען זיסע ידיעות?
קען מען אוועק גיין פון דיין ארטיקל אן טראכטן דערפון דערנאך?
קען מען אויפטוישן דיינע גראמען מיט א צווייטער?

זעכער אז נישט. איך האב פשוט נישט געהאט די צייט צו אריינגעבן די ווערטער וואס עס קומט זיך דיר, אבער עס שיינט מיר אז עס איז נישט דא די ווערטער.

דו ביסט דאך זיס ווי ספלענדע! אָלרייט? גיב אונז נאר ווייטער, מירק פרינטען זעעע כסדר, אין ווען מען האט איבריגע פון די סארט "מינוט" באהעפטן מיר זילךמיט מיטן קרעטשמע. שאָץ! זאלסט וויסן אז דו ביסט אָלרייט. קאַנטיניו...


איך זינג מיר יעצט:
'שאץ - מאץ' דו שיינסט אין די ברענסט,
שאץ גיב נישט אויף ווייז וואס דו קענסט,


דאנק שאַץ.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 26452
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג דעצמבער 22, 2008 12:07 pm

וויפיל איך מיין נאר אז איך האב שוין ארויס אונזער שאץ, ווער איך נאר געוואויר אז איך האב אים היבש אונטערגע''שאצ''ט.

אן עקסטערן ישר כח באזונדער
פאר מ.ד. פאר די גראמען הערליך מיט וואונדער
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12473
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג דעצמבער 22, 2008 12:28 pm

להוי ידוע: איך האב נאכנישט געליינט דעם ארטיקל, אבער פון מיין ערשטן בליק קען קיין לעקטער "נישט" אויפטוען ווען מ'איז הונגעריג. כ'מיין, סידאך נישט קיין עסן, וואס ווילסטו שאץ? וויאזוי זאל איך זאט ווערן פון א לעקטער.

אבער מ'קען קיינמאל נישט וויסן, איך וועל ליינען דיין ארטיקל, אפשר האסטו יא א וועג וויאזוי איך קען זאט ווערן דערפון.

ימים ידיברו.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12473
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג דעצמבער 22, 2008 12:44 pm

אהההההההההההה, ס'שוין א אנדערע מעשה.

גוט אז די האסט גענדיגט מיט די "אור חדש" ניגון פון סקלען, ווייל איך בין שוין געווען דארט אין וואלד אין א מרה שחורה, איך האב געמיינט אז מיט די היינטיגע קעלט אין די שניי צו דער זייט וועל איך שוין דארט פארבלייבן אויף אייביג.

האללאו, רב שאץ. דיין ארטיקל איז זייער רייך און שרייבעריש אראפגעשריבן, דאס איז שוין חוץ דער עצם רעיון פון דער ארטיקל, עס קוקט אויס ווי פון א בוך.

די גראמען? כ'מיין, זאג דעם מ.ד. פון וועם די נעמסט דיינע גראמען אז ער מעג אויך אריינקומען דא אין קרעטשמע און אינז כסדר מהנה זיין מיט זיינע מעשי ידי אומן. ס'איז להפליא. כ'מיין אז די קענסט אריינגיין אין די גראמען ביזנעס.. (דאס איז נאך פארן ליינען דיין "בדחן" ארטיקל)

א לעכטיגען חנוכה.

זינגט אלע: אוי לעכטעלע לעכטעלע די שיינסט די ברענסט....
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28311
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג דעצמבער 22, 2008 12:50 pm

יישר כח פאר די דברי חיזוק, און מיט "יישר כח" מיינען מיר טאקע צו ווינטשן אז די כוחות זאלן אריינקומען אין דיינע פינגער, און זאלסט אונז קענען באקלאפן מיט אזעלכע שיינע תגובות אויף א טעגליכן שטייגער.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14187
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג דעצמבער 22, 2008 9:57 pm

שאץ דאס איז עפעס א געוואלדיקער חיזור פאר מיר געווען.

ס'קומט דיר א שכויח גדול ומבורך.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שלעפער
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 03, 2008 10:06 am

תגובהדורך שלעפער » מאנטאג דעצמבער 22, 2008 10:08 pm

א ריזיגען שכוח הרב שאץ פון מיר און פון אלע באטייליגטע ביי דו חנוכה פארטי היינט נאכט, מיר האבן עס אפגעזינגען און עס איז געווען עפעס מוראדיג.

זאנוויל
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 11:59 am

תגובהדורך זאנוויל » מאנטאג דעצמבער 22, 2008 10:13 pm

שאץ איך וויל נישט אויסקוקן ווי די פראסטע בעלי בתים אין ביהמ"ד, וואס ווען די רב געט א שיעור מוז ער יעדע צווייטע ווארט אינטער ברימען מיט אים אינאיינעם, ווי כאילו ער קען גאנץ ש"ס ד' חלקי שלחן ערוך, און ער קומט בלויז צום שיעור צי זען אויב דער רב ווייסט טאקע וואס ער רעדט, און צום סוף נאך זיין לאנגע דרימל שרייט ער שכוח שכוח! א פיינער שיעור געוועזן היינט, א שטייגער ווי די רב ברויך זיין שכוח....

דערפאר בלייב איך שטיל וד"ל.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג דעצמבער 23, 2008 3:09 am

צו א לעקטער קען אויפטון ווייס איך שוין פונעם ארטיקל,

אבער אז שאצל קען אויפטוהן ווען מען איז טינקעלדיג, און דער ענטפער דעראויף איז א דירעקטער יא, דאס איז נישט קיין חידוש אז ווען מען איז מסיים א שאץ ארטיקל ווערט ליכטיג כאור יום.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דינסטאג דעצמבער 23, 2008 11:35 am

ס'נישטא וואס צו רעדן, אז דער ארטיקל איז עפעס נורא'דיג. און ווען עס קומט נאך באגלייט מיט חרוזים, דאן איז דאך דאס נורא נוראות.

ש"ץ, וואס אן ארטיקל מער איך ליין פון דיר, ווער איך אלס מער באגייסטערט פון דיר. אין דעם ארטיקל האב איך קענען געלערנט אין דיר נאך א טאלאנט. דו באזיצט אין דיר זעלטענע כשרונות און טאלאנטן, און דאנק ג-ט אז מיר זענען נהנה דערפון.

בשייכות צו די פראגע אינעם קעפל פון דעם ארטיקל, וואלט איך געגאנגען מיט א טריט ווייטער און געענטפערט מיט אן הקדמה:

דיין פראגע שניידט שטיקער, און דער תירוץ דערויף צעשניידט דאס אויף פיץ פיצלעך. יא! עס איז פאראן אמאל א פאל וואס לעקטער קען שטילן הונגער. באקאנט דעם ישמח משה אין פר' אמור אויפן פסוק 'זכרון תרועה', ווי ער איז מסביר אז א הונגעריגער מענטש קען צומאל שטילן זיין הונגער מיט מיוזקאלישע אינסטרומענטן, אבער דאס קען נאר פאסירן אויב די אינסטרומענטן זענען עפעס אויסטערליש זיס אזש עס זאל אים פארווישן דעם הונגער-פיין. פארוואס? ווייל די טבע הבריאה איז אז הונגער שטילט מען עסן, אויב וויל מען ערזעצן דאס עסן מיט עפעס אנדערש דאן מוז דער ערזאץ זיין עפעס אויסטערליש געשמאק מער ווי דער סטאנדארדט.

יא, א לעקטער קען אויפטון ווען מ'איז הונגעריג! ווייסט אבער וואס פאר א לעקטער? נאר אזא סארט לעקטער ווי עס איז דער גרויסער ליכט פונעם אורו של משיח. דער גרויסער אור וואס שיינט און לייכט אריין אין די טיפקייט פון יעדן אידישן מאמין, און באגלייט דעם כלל ישראל שוין אזויפיל טויזנטער יארן אינעם גרעסטן פראסט און חשכות, טאקע דייקא נאר אזא ליכטיקייט קאן אונז זאט מאכן און שטילן דעם הונגער!

אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 12:45 am

תגובהדורך קענסט מיך? » דינסטאג דעצמבער 23, 2008 12:12 pm

אויף די פראגע צו ס'קען אויפטוהן? ניין און נאכאמאל ניין, עס עסט זיך אסאך געשמאקער אין די טונקל!

און איצטערט צו די ארטיקל בעצם, גוט אראפגעלייגט און געשמאק צום ליינען.

אוועטאר
wildturkey
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 22, 2008 11:11 pm

תגובהדורך wildturkey » דינסטאג דעצמבער 23, 2008 2:02 pm

שאץ, א העליכע רעיון געשריבן,
מיט דיין קלארע דיבורים געטריבן.
א ליכטיגע שיין פארצינדט זיך,
אוי וועט נאך זיין גוט! זאגט זיך געמוטליך.
יא! אמונה איז וואס האלט אונז שוין אזוי לאנג,
און בקרוב וועלן מיר מקבל זיין משיח מיט געזאנג.
טרינקט נישט wild turkey אום שבת, ווייל עס פארלעשט דעם עיר קאנדיציע

אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3032
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

תגובהדורך אלחנן » דינסטאג דעצמבער 23, 2008 2:28 pm

הרב שאץ שכוח פארן באלאכטען די יו"ט חנוכה אונעם קרעטשמע
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מיטוואך דעצמבער 24, 2008 3:08 pm

יישר כח שאץ פאר די טייערער דיבורים און אן עקסטערן יישר כח פאר מ.ד. פאר די הערליכע חרוזים.

לעווי
שר האלף
תגובות: 1918
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » פרייטאג דעצמבער 26, 2008 6:35 am

יישר כח רבי ר' שאץ שליט"א פאר די ווארימע חיזוק ווערטער. החייתנו!
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2323
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 8:11 pm

איך האב עס הערשט יעצט געליינט, א גרויסע ישר כוח.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18577
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 11:42 pm

איך בין אויך הערשט יעצט אנגעקומען דערצו, און ארויס פון התפעלות, כאטש מ'האלט שוין נאך חנוכה, אבער די ארטיקל איז אקטועל, ווייל אפילו נישט לגבי די נרות חנוכה, נאר ביי יעדן מענטש, מאכט זיך אז ערגעץ אין זיין לעבן, באמערקט ער השגחה פרטית בגלוי, ממש אפענערהייט, און דאס געטעם די ליכטיגקייט צו גיין ווייטער, צו ווערן אויס הונגעריג א.א.וו. (איך רעד פון א פראקטיק וואס כ'בין דורך געגאנגען די פריערדיגע פאר טעג.)

ביידאוועי, איך הייב יעצט אן צו טראכטן, אז די ארטיקל פונעם בדחן האסטו אויך פון מ.ד., ס'קען זיין?

אבער עכט מוזעס נישט זיין, ווייל אין פאקט, ביסטו שוין געווען, מלמד, רב, בעל תפילה, הארדווער סוחר, ספרים סטאר, ועוד, סאו קען זיין אז עכט ביסטו דער בדחן, הו קנאוס?

באט א גרויסן און הארציגן און יישר כח קומטצעך דיר זיכער, כ'מיין אפילו פארן אונז טון די גענאדע, און אראפ טייפן פאר אונז די ניגון פון מ.ד. קומטצעך אויך פאר דיר די שכוח.

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » מיטוואך דעצמבער 02, 2009 1:41 pm

אלחנן האט געשריבן:הרב שאץ שכוח פארן באלאכטען די יו"ט חנוכה אינעם קרעטשמע
http://www.teoria.com/ Music Theory

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6455
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מיטוואך דעצמבער 02, 2009 2:49 pm

איך ווייס נישט פארוואס איך האב דאס אויסגעלאזט פאראיאר. אבער די חיזיק דערפון איז געוואלדיגט
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
פארדינט
שר האלף
תגובות: 1454
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

תגובהדורך פארדינט » מיטוואך דעצמבער 02, 2009 7:06 pm

איצטערט געליינט ס'מורעדיג גרויסן שערקויעך, אויך פאר מ.ד. Thanks a 1000 gallon...
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot] און 2 געסט