שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ"ג - ווער, וואס, ווען, וואו? איינס אויף איינס...

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ"ג - ווער, וואס, ווען, וואו? איינס אויף איינס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

שטורמישע טעג און וואכן זענען נאר וואס געקומען צו אן ענדע, נאך וואס דער "שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ"ג" האט איבערגענומען דעם אויבנאן פונ'ם וועלטל, און אלעס האט זיך געדרייט ארום דעם. דריי און צוואנציג ניקים האבן כסדר געביסן די נעגל, (אויב ווילט איר אויסגעפונען ווער איז געווען א שרייבער ביי דעם פארמעסט, קוקט אייך ארום אויף די נעגל פון די ארומיגע...), און געקוקט מיט אנגסט וואס דער ציבור האט צו זאגן אויף זייער שרייב ווערק. צו גיבט מען די פאסיגע ראטע וואס מען ערווארט, נאכ'ן אריינלייגן אזויפיל כוחות אהער צו שטעלן א מייסטערהאפטיגע שרייבעריי ארבעט, צו איז דא אזעלכע וואס זענען סתם נישט אין די גיסטע, און קארגן אויף שטערנדליך. (אפשר ווילן זיי אוועק לייגן עטליכע נעבן דעם לבנה פאר קידוש לבנה). צו זענען דא אזעלכע וואס פארגינען אפאר גרינע, און בכלל ווי עס האלט מיט די גאנצע זאך. איז אט אין די טעג –ווי געזאגט– איז דאס אלעס געקומען צו א שטאנדשטיל, ווען דער פארמעסט האט זיך אפיציעל געשלאסן מיטן ארויסלייגן די געווינער.

געוויס זענען דא אזעלכע וואס זענען נייגעריג צו וויסן וואס אזוינס האט זיך דא אפגעשפילט פון אונטער די קוליסן, וויאזוי איז דאס צושטאנד געקומען, און אזוי ווייטער. האבן מיר זיך פארבינדן מיט הרב @טעמטי, וואס איז –ווי באקאנט– געווען היי יאר בתוך הדברים דאס צו ארגאניזירן, צו האבן א שטיקל שמועס מיט אים, און הערן פון אים אלעס איבער דעם היי יעריגן פארמעסט.

עס איז אים גאנץ א שווערע צייט יעצט צו זיין פארנומען דערמיט, ווייל יעצט קומט שוין אונטער דער פרישער יערליכן פורים רב פארמעסט, אבער לטובת הציבור האט ער אראפגעציפט פון זיין טייערע צייט צו קענען ענטפערן אויף די פראגעס אויף וואס איר ווילט מעגליך זען ענטפערס.

ווער @טעמטי איז, איז אינגאנצן איבעריג ארויסצוברענגען. יעדער וואס דרייט זיך דא האט אים זיכער שוין ערגעץ באמערקט. אויב נישט זיין שרייבעריי, כאטש דעם טאנצעדיגן כמו הינדעלע... ממילא וועלן מיר אייך נישט אויפהאלטן מיט קיין לאנגע הקדמות, נאר מיר וועלן גלייך צוגיין צום ענין.

א גוטן הרב @טעמטי. ווי אזוי האט זיך אנגעהויבן די גאנצע זאך פון דעם שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ"ג?

טעמטי: אממ... ווי אזוי ס'האצעך אנגעהויבן... וועסט זיין שאקד אבער יא, אזוי ווי כ'האב געשריבן אינעם אריינפיר. אין א שטילע פלעינע גרינע נאכט איז עס געשען, וואס כ'האב נישט געקענט איינשלאפן, און מ'האט באשלאסן אזוי אין די שטילקייט פון די נאכט אז עס איז שוין לאנג נישט געווען קיין פאן אויף אייוועלט, האמער גלייך געטון צום זאך. כ'האב געשיקט אן אישי פאר דעם וואן ענד אנלי @איינס אז ער זאל מאכן א פארמעסט, סאיז העכסט צייט.
די נעקסטע צופרי האט מיר @איינס צוריק געשריבן אז ער איז זייער ביזי לעיטלי, אבער כ'זאל גיין אויסשמעקן וואס דער מצב איז. נישט געטראכט קיין 4 און כ'האב געפענט דעם ניק @שרייבעריי פארמעסט, ווי געזאגט געבעטן @יאנאש אחד מהמנהלים זאל מיר עס עפענען. איי העוו נאו קלאו פארוואס ער אדער זאפארישע רב האבן געפאלגט, באט דעט וואוז דע סטארי.

כ'האב געעפענט אן אשכול גאר קורץ ''שרייבעריי פארמעסט - ווינטער תשפ''ג?'', דער עולם איז אריינגעקומען העכסט פריש. אזוי אויך האב איך באקומען פארשידענארטיגע אישי'ס, סיי פון ניק'ס וועלכע זענען געווען רעדי צו העלפן און אויך אנדערע וועלכע האבן געוואלט וויסן ווער איך בין און ווער ס'האט מיר בכלל געפרעגט...

אזוי ווי די זאך האט אנגעהויבן ווערן אביסל מער ערנסט, און איך בין געווארן היבש עקסיידעט, האב איך אנגערופן מיין גוטער פריינט @ניינער, און פון דארטן האבן זאכן אנגעהויבן פליסן. מ'האט צאמגענומען א גרופע פון די בעסטע און שענסטע, יעדער מיט זיינע טאלאנטן און יעדער גרייט צו העלפן מיט וואס מען דארף נאר.

אהא. ביי די וועי, וואס איז דער נאמען טעמטי?

טעמטי: הממ... יעדער פרעגט דעיס... איז אזוי, די מעשה גייט שוין צו גאר א לאנגע צייט צוריק ווען איך האב זעך צום ערשטן מאל איינגעשריבן דא אויפן וועלטל און זעך קורא שם געוועזן אלץ @באטעמטקייטן. יעצט פרעג וואס דעיס מיינט... גוטע קשיא. כ'האב בעסיקלי געזוכט גאר א לאנגע ווארט. נאכן אנקומען דא האט דער עולם -ווי ס'קוקט אויס- נישט געהאט די געדולד אפצוטייפן אזעלכע לאנגע נעמען, האט מען געטראפן א לעזונג דערצו. קודם איז עס געוועהן באטי, דאן טעמי, און נאכהער טעמטי. און שוין.

נאך א שיין שטיק צייט זיך דרייען דא האט איך צוליב פארשידנארטיגע גילוי אישוס וכו' פארשפארט דעם ניק און אפגעלאזט אייוועלט. אבער נאכ'ן זיך נישט קענען איינהאלטן האבעך געפענט א נייע ניק מיט מיין אלטע צונאמען @טעמטי און צוריקגעקומען ממש נאר פאר אביסל, און די רעסט איז היסטערי....

און דער אוועטער, אויב איך מעג פרעגן?

טעמטי: דעיס האבן מיר אפגעפונען אין די אוועטאר גאלערי פון אייוועלט אליין, ס'האט גלייך געכאפט מיין אויג, פארשמייכלט מיין געזיכט, און זיך פארליבט אין מיר און מ'האמער עס גענומען. נישט לאנג צוריק האט איינער דא - סארי, כ'געדענק שויניש ווער, יענער זאל ביטע נעמען קרעדיט - עס אביסל צוגעפיקסט מיט די טאמבלסאוס און די גאנצע זאך.

אקעי, ווייס מיר שוין אלעס איבער דיר. יעצט, וואס האט איר לכתחילה ערווארטעט ווען איר האט געעפנט דעם אשכול, וואס וועט זיין דער רעאקציע פונ'ם ציבור, זענט איר געווען מער סקעפטיש, אדער איר האט געטראכט אז עס איז מעגליך אז עס זאל ווערן א רעאליטעט?

טעמטי: כ'ווייס אליינס נישט וואס כ'האב געטראכט... ס'איז געווען מער אזא אומאויסגערעכנטע פלוצלינג'דיגער אקציע אן א פארוואס און אן א פארווען. מאנכע האבן געשריגן טוה עס, דער עולם וויל עס. און אנדערע האבן געשריגן אז קיינער עפרישיעט שוין נישט היינט עכטע שרייבעריי אויף אייוועלט. סאו וואס כ'האב געטראכט? כ'האב געטראכט אז פון טרייען קען גארנישט געשען... קיינער האט נישט געוואוסט ווער דער @שרייבעריי פארמעסט ניק איז, און אויב דער עולם קומט נישט אריין זאפטיג, פארגעסט מען דעם פעסווארד און גוטשאבעס.

האסטו געטראכט אז עס וועט פאלן אויף דיר דאס צו באגלייטן, און אז דו וועסט זיין אסאך פארנומען דערמיט?

טעמטי:
כ'האב אין אנהייב נישט געוואוסט בכלל וויפיל ארבעט עס גייט באמת אריין דערין, ביז דער וועטעראן אייוועלט פארמעסט יו''ר @איינס האט מיר אויפגעקלערט אז דאס איז היבשע ארבעט. אבער גיי ווייס פארוואס כ'האב מסכים געווען דערצו....

וואס האט אייך געמאכט אפמאכן אז איר גייט דערמיט עד הסוף, און איר גייט זיין פולי אין, ווי מען זאגט, נישט קיין חילוק וויפיל צייט און כח עס וועט פארנעמען?

טעמטי:
וואו געזאגט פריער, כ'בין געוועהן אין די מוד פון עפעס פאן אויף אייוועלט עפעס זאל זיך טון. סאו וויי נאט... מ'האמער עס טאקע גענומען בעסיקלי אן פרעשור און פאר פאן פערפעסעס אנלי, און זאכן זענען בסייעתא דשמיא געפארן מענלי גלאטיג.

פיין. און דער עולם האט זיך סורפרייזינגלי צוגעכאפט דערצו. וואס איז געשען נעקסט?

טעמטי: נעקסט האמיר צאמגעשטעלט א גרופע פון די בעסטע וואס אייוועלט פארמאגט נאר. יעדער איינער מיט זיינע טאלאנטן רעדי צו דעליווערן א סוקסעס. זאכן זענען געפארן שנעל. מ'האט אפגעשריבן אן אריינפיר, זיך ארומגעשלאגן איבער די תקנות. @חלקי מיט @איינס האבן געארבעט אויפן לאגא. נאכן אויסשטעלן אלעס קלאר מיט יעדעמ'ס צושטימונג זעמער געגאנגען אפיציעל.

די ארטיקלן האבן שנעלער ווי ערווארטעט אנגעהויבן אריינצוקומען, די מגיהים האבן מגיה געווען. בקיצור די 4 וואכן צווישן די ארויסקומען ביז'ן דעדליין איז געווען היבש רואיג. אזוי ווי אפאר שרייבער'ס האבן געבעטן האט מען פארלענגערט דעם דעדליין מיט אפאר טאג. און והנה, מ'האמער זיך דערזעהן מיט 24 מאסיווע ארטיקלן גרייט ארויסצוגיין לאור עולם.

איר זאגט 24 ארטיקלן, דוכט זיך עס איז נאר געווארן ארויסגעלייגט 23, איז דאס א טעות, אדער איין ארטיקל איז נישט געווארן ארויסגעלייגט?

טעמטי: עס איז טאקע געווען 24, נאר איין ארטיקל האבן מיר געמוזט אראפנעמען צוליב וואס עס איז נישט געווען אויסגעהאלטן לויט די אייוועלט סטאנדארטן, ואכמ''ל.

וואס זענען געווען די טענה'ריי איבער די תקנות?

טעמטי: אזוי ווי ביי יעדע זאך איז געווען פארשידנארטיגע מיינונגען צווישן אונז. סיי איבער די קערעקטער לימיט, ווי לאנג דער דעדליין זאל זיין, וויפיל ארטיקלן, און אזוי אויך שפעטער ביי די שטים בודקע. וויאזוי די וואלן זאלן זיין אויסגעשטעלט וכו'. אבער ב''ה, מיט א טיעם ווי יעדער איז דא פאר די זעלבע סיבה - מהנה זיין אנדערע אידן - האט מען זיך שיין אויסגעגליכן צו יעדנ'ס צופרידנהייט.

שוין, די ארטיקלן זענען אריינגעקומען. די מגיהים האבן אלעס איבערגעקוקט. וויאזוי איז צוגעגאנגען דאס ארויסלייגן די ארטיקלן? איז געווען עפעס א באשטימטער סדר וואס ערשט, וואס צווייט?

טעמטי: קען זיין אז אסאך וועלן האבן טענות איבער דעם, אבער מיר האבן נישט געטראפן קיין צווייטע אפציע. בעסיקלי האב איך געפיקט בערכ'דיג, איין הומאר, ערנסט, נאוועל. בקיצור... 3 פון אלע סארטן און ארויסגעלייגט. אן קיין שום באשטימטע סדר, נגיעות אדער דאס גלייכן. גענומען און געגאנגען.

האט איר דורכגעלייענט אלע ארטיקלן?

טעמטי: יא! סיי צו זען אויב ס'איז ראוי און אויסגעהאלטן פארן פארמעסט, און נאכאמאל איבערגעבליקט אויבנאויף פארן ארויסלייגן כדי צו קענען - ווי פריער געזאגט - ארויסלייגן דריי סארטן, און נישט דריי פון די זעלבע סטייל אינהאלט. און אלץ איינער וואס האט אפגעליינט אלע פארמעסט ארטיקלן אבער ליידער נישט געהאט קיין צייט צו קאמאנטירן, מוז איך זאגן אז דא איז געווען מאסיווע ארטיקלן איינס נאכ'ן צווייטן, ש'כוח טייערע שרייבער'ס!

האט איר געהאט א פילונג וויאזוי די וואלן וועלן זיך אויסלאזן, און איז עס געגאנגען ווי ערווארטעט, אדער איר האט געהאט סורפרייזעס דערמיט?

טעמטי: נישט עכט. ארטיקל #2 לב בנים על אבותם האב איך זיך פארגעשטעלט אז עס וועט זיין איינע פון די דריי געווינער. אבער חוץ מזה בין איך געווען ערנסט מסופק צווישן א שיינע פאר ווער פון דעי עס וועלן עס מאכן.

דאס ארויסלייגן איז געווען אסאך מאל פארשלעפט, וואס איז געווען דער סיבה דערצו?

טעמטי: אסאך פאקטארן. יעדע'ס מאל עפעס אנדערש (נד"נ). אמאל איז דער דיזיינער געווען פארנומען און נישט געהאט קיין צייט, און אמאל דער מגיה, און אמאל אני הקטן. וויכטיג צו באטאנען אז מיר אלע זענען בלויזע פלייש און ביין וועלכע ארבעטן איבער'ן טאג און ס'דא זאכן וואס זענען צומאל וויכטיגער ווי אייוועלט... יא? כ'מיין אזוי. מיר האבן שטארק פרובירט זיך צו האלטן צו צייטן אבער אז מ'קען נישט קען מען נישט.

יא יא, נישט מער ווי גערעכט. יעצט לאמיר הערן אייער מיינונג: האלט איר אז דורכדעם וואס עס איז געווען אזוי סאך ארטיקלן האבן געוויסע געהאט ווייניגער שאנסן צו ווערן געליינט, אדער וויבאלד עס איז געווען גענוג צייט ביזן שטימען האט עס נישט עכט אויסגעמאכט?

טעמטי: אפאר שרייבערס האבן מיר זאגאר געפרעגט די שאלה. מיין מיינונג איז אז כמעט קיינער איז נישט באורד געווארן פון ליינען ארטיקלן. עס איז געווען זייער שיין צוטיילט, 6 ארטיקלן א וואך איז באמת נישט צו סאך און נישט צו ווייניג דורכצוליינען במשכ'ן וואך אדער ארויספרינט'ן אויף שבת. וואס יא, פון קאמאנטירן איז יא דער עולם אביסל מיד געווארן, ווי מען קען זען אויף די לעצטע פאר ארטיקלן. און יא, דאס איז א געווען א פראבלעם וואס מען דארף זען צו סאלווען קומענדיגע'ס מאל. אבער איבער'ן ליינען חלק איז אלעס געווען מעינלי די זעלבע.
וואס ס'מאכט יא אויס איז א גוטער קעפל. אן ארטיקל מיט א גוטע קעפל באקומט פול מער וויאו'ס און קאמענטס, נישט קיין חילוק צו מען האט דאס געלייגט אנהייב אדער סוף. דער קעפל איז עפעס אויף וואס מען דארף לייגן א מורא'דיגע דגוש. מיינונג פון איין מאן.

האט דער שטאב פרובירט צו אנמערקן דעם שרייבער, אויב אן ארטיקל וואלט געקענט נוצן א מער ציענדן קעפל?

טעמטי: נישט עכט. די ציל פון די פארמעסט איז דאך מען זאל קוקן מיט א פארגרעסערונג גלאז אויפן ''שרייבער'ס'' טאלאנט, נישט אויף א צווייטנ'ס... דא דארט האבן מיר געגעבן קליינליכע הערות און קאמענטס (און קאמפלימענטן...), אבער די פוינט איז, עס זאל זיין דעם שרייבער'ס נאטורליכע טאלאנט.

איך בין נישט באקאנט מיט די פריערדיגע פארמעסטן, וויאזוי איז געווען די דאסמאליגע פארמעסט בנוגע די קוואנטום פון ארטיקלן? איז עס געווען מער ווי פריערדיגע, מער ווייניגער דאס זעלבע אדער גאר ווייניגער?

טעמטי: איך בין אויך נישט צופיל באקאנט... די תשפ''א פארמעסט האט געהאט 15 ארטיקלן, דעמאלטס בין איך שוין דא געווען, אבער איבער די פאריגע האב איך קיין ווילדע אהנונג.

און בנוגע קוואליטעט פון די ארטיקלן, וויאזוי קוקט איר אן דעם דאסמאליגן אנטקעגן דעם פריערדיגן?

טעמטי: זייער אנדערש. פאריגע איז געווען איינס אדער צוויי מער פאעטישע סטייל ארטיקלן, ווענגלייך דאס מאל איז געווען מער הומאר. אבער מען קען עס באמת נישט פארגלייכן, ביידע האבן פארמאגט ארטיקלן פונעם העכסטן קאליבער.

יעצט א טעכנישע פראגע. וויאזוי איז צוגעגאנגען דאס פראצעסירונג פון די ארטיקלן. האבן אלע שטאב מיטגלידער געהאט דעם פעסווארד פון דעם שרייבעריי ניק, אדער איז דאס באהאנדלט געווארן אויף אן אנדערן אופן, א שטייגער ווי גוגל דאקס אדער ענליכס?

טעמטי: אלעס האט געארבעט אויף גוגל דאקס און גוגל שיעט'ס. חוץ מזה האט אויך מיין ידיד און ראש וראשון מיט'ן עסקנ'ען און ארויסהעלפן מיט אלעם וואס טוט זיך דא אויפן וועלטל @היסטאריש אויך פארמאגט דעם פעסווארד פונעם @פארמעסט חורף פ''ג ניק און ארויסגעהאלפן מיט אלעמען. אבער די גאנצע פארמעסט בעסיקלי איז געפירט געווארן אויף די גוגל פלאטפארמע מיט אירע נוצבארע שמוטשיקלעך...

צוריק קוקנדיג אויף די לעצטערע וואכן, וויאזוי האט אויסגעזען די אינטערעסע פון די באזוכער איבערן פארמעסט?

טעמטי: אין מיינע אויגן האט אויסגעקוקט ווי די ארטיקלן, און די פארמעסט בעצם, האט געצויגן שטארקע אינטערעסע ביים ציבור!
אמת'דיג גערעדט? דער עולם דארף דאס ענטפערן....

האט איר אן אהנונג אויב די עלטערערע שרייבער וואס פלעגן אמאל זיין די וואס פארמעסטן זיך, האבן אויך מיט געהאלטן דערמיט?

טעמטי: נישט עכט. נישט יעדער וואס האט עס מיטגעהאלטן איז מיר געקומען זאגן אז ער איז דא...

האט איר אויך געשריבן אן ארטיקל פאר דעם פארמעסט, און ארויסגעלייגט דורך א צווייטן? איר זענט דאך א הויפט שרייבער דא.

טעמטי: איך בעצם האב א שטיקל פראבלעם. איך קען נישט שרייבן ווען איך בין אונטער פרעשור פון א דעדליין אדער אפילו שרייבן פלעין ווען איינער בעט מיר. ס'מוז אריינגיין און עפעס א געוויסע מוד און קומען נאטורליך. עס פאסירט געווענטליך אזוי פון איין רגע אויפן צווייטן... צום פראגע, ניין. איך האב נישט געשריבן פארן פארמעסט, כאטש איך האב זייער שטארק געוואלט.

איך זע אז די פארוואלטער דא האבן ארויסגעלייגט אן עד איבערן פארמעסט, וויאזוי איז דאס צושטאנד געקומען?

טעמטי: פלעין סימפל געשיקט אן אישי צו וויכי פרעגן אויב סאיז עפעס וואס קען געשען, און ער האט עס גענומען פון דארט און ווייטער. און טאקע, ייש''כ ר' @וויכי, פאר דעם און פאר אלעם וואס די טוסט דא!

שוין, דער טאג איז אנגעקומען, די שטים בודקעס עפענען זיך. וויאזוי האט מען אוועקגעשטעלט די וואל מאשינען?

טעמטי: דא איז אריינגעקומען אין בילד דער איש צדיק @בבקשה מיט זיין טעכנעלאגישע טאלאנטן און רואיגע נאטור, און אויסגעשטעלט דעם שטים בודקע. מ'זעמיר עס צוזאמען איבערגעגאנגען. געטוישט, געריקט, צוגעלייגט שאלות און אראפגענומען. זיך אביסל אויסגעטענה'ט וויזוי די וואלן זאלן ארבעטן, און וויזוי מען זאל רעכענען די געווינער'ס וכו'. אזוי ווי איך פארשטיי קנאפ צו דעי זאכן קען איך דיר נישט געהעריג ענטפערן וויזוי מען שטעלט דאס אויס, און וויזוי עס ארבעט. איך בין טאקע גוט געגאנגען אויף @בבקשה'ס נערווען מיט אלע מיינע קושיות און דערדרוקעניש'ן, און איים סארי פאור יאו @בבקשה...

ביים אפגעבן די שטימען, איז געווען א רייע מיט אנדערע פראגען. האט דער ציבור געענטפערט דערויף?

טעמטי: יא. א שיינער טייל.

זענט איר קלוגער געווארן דערפון איבער וויאזוי דער ציבור האט זיך באנומען מיט דעם פארמעסט?

טעמטי: הונדערט פראצענט! זייער גוטע הערות, געדאנקען, און קאמענטס וואס מען קען באמת נוצן פאר די קומענדיגע פארמעסטן אי''ה.

אויב עס איז אויף ארויסצוגעבן, וועלכע פון די פראגעס איז אייך געווען אינטערסאנט די רעזולטאטן?

טעמטי: די קאוד'ס! כ'זאג דיר, דער עולם איז אויפגעקומען מיט חידוש'פולע קאוד'ס און אוודאי האמיר אוועקגעלייגט א שיינע פאר טעלעפאון נומבער'ס פון היזיגע ניק'ס...

האט איר א נומער וויפיל שטימען עס איז אריינגעקומען?

טעמטי: אריבער 80 טייערע אייוועלט אידן זענען אריינגעקומען געבן זייער שטימע, געבן א שטופ פאר די שרייבער'ס און אויך פאר אונז, די ארגענעזירער!

דער געווינער איז געווארן אנאנסירט. האט זיך אנגעהויבן די געסינג געים, ווער עס האט געשריבן וואס, דאס איז שוין געווען דער טשערי אן די פיי, יא?

טעמטי: די אמת איז אז, איינמאל מ'האט ארויסגעלייגט די רעזולטאטן בין איך שוין געווען פעד-אפ. כ'האב געשריבן פאר די אנדערע חברי ה'פארמעסט אז איך לייג מיך שלאפן פארן וואך, און אויב איינער וויל, קען ער זיך ארומשפילן דארטן. מיין פלאן איז טאקע געווען ארויסצולייגן דעם נעקסטן צופרי די ארטיקלן אונטער זייערע שרייבער'ס און גוט יאמטעוו. אבער מה עשה הקב''ה?!... די נעקסטע צופרי בינעך געווען אין עפעס אן אויסטערלישן גיסטע און איך האב אנגעהויבן אביסל ארומפארן מיט'ן ציבור דארטן ביז איך האב איינגעזען אז ס'איז ערנסטע פאן... און יא, מ'האמיר עס פיין אינדזשויט!

יעצט, צוריק קוקנדיג אויף די פארגאנגענע וואכן, האט איר הנאה אז איר האט דאס געטון? האט דאס דערגרייכט אייער ציל?

טעמטי: ווי געזאגט פריער, אז מ'נעמט עס אן קיין פרעשור און נאר פאר פאן, קען מען נישט עכט חרטה האבן... יא. כ'האב באמת הנאה אז כ'האב עס געטאן, און אז נאך אידן האבן הנאה געהאט, קען מען זיך דען אפרעדן?!...

פאר איך ענדיג. האט איר עפעס א מערקווירדיגער אישי וואס איר האט באקומען איבער דעם פארמעסט, וואס איר קענט מיטטיילן מיט די ליינער?

טעמטי: נישט עפעס מורא'דיג. הערות און טעותים וואס מיר האבן נישט אויפגעכאפט סיי ביי אן ארטיקל אדער ביים מפתח, ווי א לינק איז נישט גוט געווען אד''ג, און אמאל סתם א ש'כוח. עפעס עקסטער אינטערסאנט איז נישט געווען.
קען זיין אז ביי די אנדערע מיטהעלפער יא.

אויב זענט איר א פלאמבער, קענט איר יעצט געבן א מעסידזש פאר כלל ישראל... און אויב נישט, וועל איך אייך סתם אזוי געבן יעצט ס'לעצטע ווארט. דער מייק איז אייערס:

טעמטי: סאו... א יישר כוח פאר אייך אלע. טייערע שרייבער פארן נעמען די מיה און שרייבן אזאנע מאסיווע טאלאנט שטיקער, יעדער אויף זיין שניט און מיט זיינע געבענטשטע מתנות. א יישר כוח די רעיטער'ס, קאמאנטירער און וויילער, קריטיקירער און קאמפלימענטירער, פארן מאכן דעם פארמעסט אנקומען צו איר ציל להנות בהם בני אדם!
און א ריזן ייש''כ פאר די חשובע געטרייע מיטהעלפער כל אחד בשמו הטוב יבורך: @איינס @היסטאריש @בבקשה @חלקי @ניינער @לייטער @בעל מדריגה @קו הישר, און עקסטער פאר די אחראים וואס זענען אלץ געשטאנען צו די האנט מיט'ן רוקן און מאכן אויף אייוועלט זעלבסט, @קאפעלע @קלאצקאפ @ארחיקה נדד און @אוראייניקל.

און א יישר כח פאר דיר פארן מיר אויסהערן... ביי!

וויל איך מיך אויך פערזענדליך באדאנקן פאר יעדן איינעם, די אלע דערמאנטע דא, און בפרט הרב @טעמטי, פארן זיך אוועקגעבן לטובת הציבור און אהערצושטעלן דאס אלעס להנאת כל, און בפרט פארן אוועקגעבן פון זיין טייערע צייט און אהערגעקומען געבן זיין אינטערוויא און אזוי שיין איבערגעגעבן אלע דעטאלן.

זאל דער באשעפער אייך באצאלן מיט אלעם גוטן.
פארמעסט.pdf
(99.95 KiB) געווארן דאונלאודעד 27 מאל
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ"ג - ווער, וואס, ווען, וואו? איינס אויף איינס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

דורכגעלייענט שנעל, א ריזן שכוח פאר הרב טעמטי פארן אזויפיל אוועקגעבן פאר די פארמעסט,
טעמטי האט אריינגעלייגט יעדן טאג שעות און מיטגעפיל און געמאכט זיכער אז יעדער זאל זיין צופרידן און באקוועם, און דעליווערט א מאסיווע פאריעקט
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6189
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ"ג - ווער, וואס, ווען, וואו? איינס אויף איינס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

איינס אין די וועלט!

א גרויסן יישר כח פאר @עפעס אנדערש פארן ארויף ברענגן אונזער באליבטן @טעמטי!

ווען מען זעהט נאכאמאל פון אונטער די קוליסן וואס עס איז פארגעגאנגן דארף מען זאגן א עקסטערע יישר כח פאר די אלע אידן וואס האבן מחי' געווען כלל ישראל!

יישר כח!
בסדר גמור
שר מאה
תגובות: 239
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 02, 2021 2:08 am

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ"ג - ווער, וואס, ווען, וואו? איינס אויף איינס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסדר גמור »

א גרויסן דאנק
טעמטי האט געשריבן:
טו עס נאכאמאל קומענדיגע מאל.
און א דאנק פארן מיטטיילן די אינפארמאציע. זייער אינטערסאנט.

און א דאנק @עפעס אנדערש פאר צונויפשטעלן. און מזל טוב פאר דיין 3000.
אוועטאר
ענדשוי
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 04, 2022 3:26 pm
לאקאציע: אינעם מיסט קאסטן

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ"ג - ווער, וואס, ווען, וואו? איינס אויף איינס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדשוי »

ש'כח @טעמטי און @עפעס אנדערש פאר די שיינע אינטערוויו!
@טעמטי, א קליינע שאלה אויב ממעג פרעגן.. פארוועם האט איר געשטימט?
ווען די ווילסטעך באדאנקן אויף א ארטיקל וואס איך האב געשריבן, ביטע לאזט דיר הערן דורך א תגובה.

בילד
[email protected]
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ"ג - ווער, וואס, ווען, וואו? איינס אויף איינס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

שיינע אינטערוויא.

יישר כח!
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע: שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ"ג - ווער, וואס, ווען, וואו? איינס אויף איינס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

;l;p-
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4616
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ"ג - ווער, וואס, ווען, וואו? איינס אויף איינס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

יישר כח
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7202
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ"ג - ווער, וואס, ווען, וואו? איינס אויף איינס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

הערליך! באמת א גרויסן יישר כח!
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
עלינו לשבח
שר האלף
תגובות: 1100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 01, 2023 6:32 pm
לאקאציע: אין סידור

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ"ג - ווער, וואס, ווען, וואו? איינס אויף איינס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו לשבח »

;l;p- ;l;p- ;l;p-

זייער שיין!!!

שכויעך טאקע פאר יעדעם וואס האט געהאט א פיס אין דעם פארמעסט.
עקסטערע שכח פאר @טעמטי פאר זיינע אלע לייסטונגען לטובת הציבור!!
געטון די סגולה פון ר' מתיא בן חרש און געזען "גאר גרויסע ישועה" צוגעזאגט מפרסם צו זיין!
--
אוועטאר
יכולתי
שר חמש מאות
תגובות: 945
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 16, 2022 12:14 am

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ"ג - ווער, וואס, ווען, וואו? איינס אויף איינס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יכולתי »

עלינו לשבח האט געשריבן:
;l;p- ;l;p- ;l;p-

זייער שיין!!!

שכויעך טאקע פאר יעדעם וואס האט געהאט א פיס אין דעם פארמעסט.
עקסטערע שכח פאר @טעמטי פאר זיינע אלע לייסטונגען לטובת הציבור!!
;l;p-
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ"ג - ווער, וואס, ווען, וואו? איינס אויף איינס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

;l;p-
טענק יו גראבע מאטש פארן אנפירן פאר מעסט און נאך מעסט!
און טענק יו פאר אזוי שיין באגריסן… אבער ווען דער עולם זאל נאר וויסן וויפיל פיטשעס סאיז געפלויגן און וויפיל אייער ס׳האבן געקראכט ווען טעמטי האט שוין כמעט געטראכט פון חרטה האבן פארן אנהייבן, וואלטן זיי אים אראפ געריסן זיין טיר פאר נאך איינס.

עפעס אנדערש. דו ביסט א פיינער אינטערוויוער… ;l;p-
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
טעמטי
פורים רב תשפ"ג
תגובות: 4070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 04, 2021 12:29 am
לאקאציע: עראונד די אנדערע קארנער
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ"ג - ווער, וואס, ווען, וואו? איינס אויף איינס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמטי »

איינס האט געשריבן:
;l;p-
טענק יו גראבע מאטש פארן אנפירן פאר מעסט און נאך מעסט!
און טענק יו פאר אזוי שיין באגריסן… אבער ווען דער עולם זאל נאר וויסן וויפיל פיטשעס סאיז געפלויגן און וויפיל אייער ס׳האבן געקראכט ווען טעמטי האט שוין כמעט געטראכט פון חרטה האבן פארן אנהייבן, וואלטן זיי אים אראפ געריסן זיין טיר פאר נאך איינס.

עפעס אנדערש. דו ביסט א פיינער אינטערוויוער… ;l;p-
:lol:

ביסט א רשעות'דיגער צונאמי....

----

א יש''כ אלע באדאנקערס און עגעין ייש''כ @עפעס אנדערש.
א מענטש טראכט, און טעמטי שרייבט.

אני מתנחל, כן

טעמו וראו, כי...
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ"ג - ווער, וואס, ווען, וואו? איינס אויף איינס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

טעמטי האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:
;l;p-
טענק יו גראבע מאטש פארן אנפירן פאר מעסט און נאך מעסט!
און טענק יו פאר אזוי שיין באגריסן… אבער ווען דער עולם זאל נאר וויסן וויפיל פיטשעס סאיז געפלויגן און וויפיל אייער ס׳האבן געקראכט ווען טעמטי האט שוין כמעט געטראכט פון חרטה האבן פארן אנהייבן, וואלטן זיי אים אראפ געריסן זיין טיר פאר נאך איינס.

עפעס אנדערש. דו ביסט א פיינער אינטערוויוער… ;l;p-
:lol:

ביסט א רשעות'דיגער צונאמי....

----

א יש''כ אלע באדאנקערס און עגעין ייש''כ @עפעס אנדערש.
ערדציטערניש כצ״ל. צונאמיס זענען יעצט אאוט אויף סטייל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ"ג - ווער, וואס, ווען, וואו? איינס אויף איינס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

ש'כח @עפעס אנדערש פאר'ן אינטערוויו, געוואויר געווארן אסאך פרטים וואס איך אליינס האב נישט געוואוסט.

און א דאנק טעמטי פאר'ן ערמעגליכן דעם 'שרייבעריי פארמעסט'.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”