א מענטש צווישן מענטשן? אדער סתם א בהמה.

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פייבל שרגא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 3:20 pm

א מענטש צווישן מענטשן? אדער סתם א בהמה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייבל שרגא »

איינס.
עס איז דאנערשטאג נאכמיטאג, איך קום אן אין סופער מארקעט איינצוקויפן צרכי שבת. איך קלייב אויס אלעס וואס איך קלער וועט זיין נוצבאר אין שטוב און אין קאך דורכאויס דעם הייליגן שבת, און אויף די גאנצע וואך.

פארשטייט זיך אז אין אזא צייט איז דאס געשעפט אנגעפיהלט דאס מערסטע וואס מעגליך. אלע דורכגענג זענען אנגעפיהלט מיט איינקויפער און זייערע באגלייטער. יעדער איז אין א געיעג אנצופילן די וועגעלעך ווי מער, מיט אלעם וואס זיי געברויכן.

פונקט ווי אלע אנדערע איינקויפער, מאך איך מיין וועג צווישן די פאליצעס און צווישן די מאסן. איך פרוביר ווי ווייט מעגליך נישט צו טרעטן אויף א צווייטענס הינער אויג, און זיך צו באנעמען ווי עס פאסט זיך צו אויפפיהרן ווען מען איז צווישן מענטשן.

איך ווארף אריין מיינע געברויכן איינס נאכן צווייטן, ביז די וואגן איז שוין מלא על כל גדותיו, צום מזל זעה איך גענוי דאן אז מיין ליסט איז שוין ענדליך פארטיג. איך דריי ארום מיין וואגן ווי א געניטער בעל עגלה, און נעם זיך גיין צום ארויסגאנג פון געשעפט, צו קענען באצאהלן און ממשיך זיין מיין טאג.

די שורה פון מענטשן וואס ווארטן צו באצאהלן איז אומגעהויער לאנג. ביי יעדע שורה איז דא פינעף צו זעקס קונדען וואס ווארטן איינער אונטער דעם צווייטן. איך שטעל זיך אוועק אלס דער לעצטער, און איך ווארט געדולדיג אויס מיין רייע.

איינס ביי איינס טוט דער קאסירער אפ׳פטר׳ן די קאסטומערס. די שורה טוט זיך לאנגזאם רוקן און צוביסלעך ווער איך נענטער און נענטער. איך שטיי מיט מיין וואגן גלייך אונטער דעם קונה וואס איז פארנט פון מיר, איך גיב אכט איבערצולאזן א פוס אדער צוויי ליידיג כדי איך זאל נישט בטעות אריינפאהרן אין יענעמס פוס קנעכל.

מיין קאלעגע פארנט פון מיר האט שוין דערגרייכט דעם ציהל, און פאקט שוין אויס דאס אינהאלט פון זיין וועגעלע ארויף אויפן פארעדיגן טישל. איך שארף זיך שוין די ציין, און גרייט אן די מוסקלען ארויסצונעמען דאס גאנצע האב און גוטס פונעם וואגן.

און דאן האט דאס פאסירט.

איך זעה א יונגערמאן, אינמיטן א העפטיגן שמועס אויף זיין אויער געבינדענעם טעלעפאון, זיינע אויגן טוען מיט א שפיזיגע שארפקייט באטראכטן דער צושטאנד פון יעדע רייע באזונדער. אט שטייט ער נעבן מיר און שטיפט אריין די שפיץ פון זיין איינקויף וועגעלע אין די איינע פוס וואס איך האב איבערגעלאזט פאר מיין שכן׳ס וואוילזיין. זיינע דריי קליינע באגלייטערס זענען נאך פארשפרייט איבער די גאנצע געשעפט, און ברענגען כסדר נאך און נאך פראדוקטן פון זייערע שאפינג ליסטעס, און ווארפן דאס אריין אין זיין וואגן.

נאך איידער איך קען זיך אריענטירן וואס דא גייט פאהר, איז ער שוין אינגאנצן אין מיין שורה, מיטן גאנצן פיהלקיייט פון זיין וואגן, און מיטן גאנצן פרעכקייט פון זיין ברייטן רוקן. זיין גאנצער באנעמונג ווייזט אז ער פייפט אויף די שטוינענדיגע מענטשהייט וואס שטייען אין די לאנגע רייע וואס ציהט זיך אונטער אים. ער דרייט זיך נישט אויס פאר קיין איין רגע, און פאקט שוין אויס זיינע זאכן אויפן טישל מיט א אומגעהויערע שנעלקייט. די גאנצע צייט הערט ער נישט אויף צו פיהרן זיין - זייער וויכטיגן - געשפרעך אויפן אויער, און שענקט נישט אפילו א בליק אויף מיין זייט.

די וואלסט געטוהן אזוי? איך בין זיכער אז נישט.


צוויי.
די הימל איז נאך איינגעהילט אין איהר טיהפע פינסטערניש, די נאכט איז נאך נישט גרייט אויפגעבן איהר הערשאפט, אבער אויפן ווייטן האריזאנט פאנגט אן זיך צי זעהן סימנים אז א נייער טאג קומט אט אט אן.

עס איז ערב יום כיפור פארטאגס, א ווארימע ווינטל בלאזט אבער אינערליך ציטערן אלע גלידער, די פחד פון יום הדין זעהט זיך אויף אלעמען. מען שטייט אויף פרי, מען זאגט די קליינע סליחות, און מען גייט נעמען אן עוף פאר א כפרה. מען זאגט די תפילות און מען איז מקיים די מנהגים און עס איז צייט צו גיין צום שוחט.

דער עולם שטייט צודריקט איינער נעבן צווייטן, נאר די האנט וואס האלט די ווייסע עוף שטעקט מען ארויס. מען וויל נישט זי זאל ווערן געשעדיגט פון די געדרענג, און מען וויל אליינס נישט ווערן פארשמירט פון די עופות.

און דאן האט דאס פאסירט.

איינער א יוד פיהלט זיך בא׳גדול׳ט. ער מאכט שוין בר מצוה זיין בכור שוטה אין פיהר יאר ארום, און ער האט נישט קיין צייט זיך צו שטעלן אין די שורה גלייך מיט יעדן. ער נוצט אויס דאס ביסעלע ליידיגע שטח צווישן די עופות און שטעקט דארט אריין די שנאבל פון זיין - פון עבירות אנגעפאשעטע - כפרה. דער עולם איז איצט נישט אין די גיסטע צו מאכן א ויצעקו, און מען זאגט נישט גארנישט. ער קומט גלייך צום שוחט, און אהן צו געבן שוחט געלט לויפט ער אין וועג אין איין מינוט.

די וואלסט געטוהן אזוי? איך בין זיכער אז נישט.


דריי
איך לאז מיך ארויס פון די ארבייט אין די שפעטע נאכמיטאג שטונדן. מיין טאג איז אנגעפיהלט פון אינדערפרי און איך וויל מיך שוין טרעפן אינדערהיים. פון די פארגאנגענהייט ווייס איך אז א ווארימע נאכטמאהל ווארט מיר דארט אפ.

די טרעפיק אין אזא צייט איז געוועהנליך זייער אנגעלייגט. די וועג נעמט באלד א שעה און איך בין שוין אט אט ביי די ארויסגאנג פונעם גרויסן פארנומענעם הויפט וועג. די גרויסע גרינע שולד טוהט מיר איינמעלדן אז איך זאל מיר פלאצירן אויף די רעכטע זייט, ווייל ביז א מייל וועל איך זיין אינדרויסן. פאר די וועלכע רוקן זיך נישט רעכטס ביים ערשטן ווארענונג, קומט א צווייטע און א דריטע ווען מען איז שוין א האלבע און א פערטל מייל אוועק. דער עולם איז פאלגזאם און מען ריקט זיך רעכטס און מען ווארט מיט געדולד ארויסצופאהרן צו די גאסן.

די ווייסע צייכענונג אויף די ראוד טוישט זיך פון א געשטיקעלטע, געהאקטע פאס צו איין גלייכע ליניע. דאס מיינט אז ווער עס האט זיך נאך נישט אריין געריקט רעכטס האט פארפאסט די געלעגנהייט. יענער וועט מוזן טרעפן אן אנדער וועג אנצוקומען למחוז חפצו.

און דאן האט דאס פאסירט.

א חתן וואס האט נארוואס באקומען זיינע דרייוון פאפירן, זיצט אין א קאר אויף מיין לינקע זייט. ער איילט זיך אין ערגעץ אבער זיינע נערוון פארטראגן נישט צו זיצן גלייך מיט יעדן. ווען ער וועט אנקומען וועט ער בלייבן אין קאר פאר נאך צוואנציג מינוט, אז מער מענטשן זאלן זעהן אז ער קען שוין דרייוון. אבער דא איז ער נישט גרייט צו אויספאלגן די געזעץ פונעם ראוד און די געזעצן פון מענטשהייט. ער שטעקט אריין די שפיץ נאז פון זיין טאטנ׳ס קאר אין די האלבע טפח צווישן מיין קאר און דער פון פארנט פון מיר. א פייפעריי הערט זיך פון א האלבע מייל צוריק, אבער דער צדיק׳ל האט נישט קיין השגה אז מען מיינט אים. ער איז געוואוינט אז אלעס קומט אויף א גאלדענעם לעפל און מען רעכנט זיך נישט מיט קיינעם.

עס איז אים געלונגען. איך מיז בארוהיגן מיינע הענט און פיס פון אריינקראצן אין אים, און אים לערנען א לעקציע. ווי משה גרויס שמייכעלט ער צו זיך אליינס און ער האלט בשיטה אז ער איז נישט אזא בהמה ווי יעדן.

די וואלסט געטוהן אזוי? איך בין נישט אזוי זיכער אז נישט. אבער מיט וואס איז דאס אנדערש ווי די פריערדיגע צוויי משלים?

זיך פיהרן בדרכי נימוס און נארמאל, מאכט דיר ווי א מענטש צווישן מענטשן? אדער ווי סתם א בהמה.
אוועטאר
באשיינפערליך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4746
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע: וואו דו ווילסט נאר...

Re: א מענטש צווישן מענטשן? אדער סתם א בהמה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

אויף דיין ערשטע מעשה ביסטע הונדערט פראצענט גערעכט וועגן דעים שיק איך דעים אשת חיל איינקויפן...!
אויף די צווייטע קעמען זיך דינגען!
אבער אויף די דריטע האלט איך נישט ווי דיר איינס ווייל ווען די יאגסטוך טוסטו די זעלבע... און צווייטענס די גאנצע זאך נעמט א רגע סאו איך קעיר נישט אזוי שטארק אויב איינער כאפט זיך אריין!!
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
זיסע לאקשן
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 8:08 pm

Re: א מענטש צווישן מענטשן? אדער סתם א בהמה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע לאקשן »

מסכים 100%

לייג צו א פערדע- א רבי איז געקומן פראווענען א שבת אין שטאט, מען שטייט ביים טיש מען שטאיפט זיך צו כאפן א בליק. קומט אהן דער פריצעל בחור/יונגערמאן, און הייבט שלעפ'ן שטופען... פארוואס, ווייל ער ברויך זעהן, פארשטיי איך נישט, וואס טראכסטו?? די אלע וואס שטייען שוין דא זענען באקסע'ס וואס שטייען דיר אינמיטן וועג??... דאס זענען מענטשען וואס זענען געקימן קוקען און מיט האלטן פונקט ווי דיר. אודאי בשבילי נברא העולם און אדם קרוב אצל עצמו אבער נישט אויף יענעם'ס חשבון

מען מעג צולייגן צום חינוך לימודים הלכות דרך ארץ....
פייבל שרגא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 3:20 pm

Re: א מענטש צווישן מענטשן? אדער סתם א בהמה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייבל שרגא »

באשיינפערליך האט געשריבן:
אויף דיין ערשטע מעשה ביסטע הונדערט פראצענט גערעכט וועגן דעים שיק איך דעים אשת חיל איינקויפן...!
אויף די צווייטע קעמען זיך דינגען!
אבער אויף די דריטע האלט איך נישט ווי דיר איינס ווייל ווען די יאגסטוך טוסטו די זעלבע... און צווייטענס די גאנצע זאך נעמט א רגע סאו איך קעיר נישט אזוי שטארק אויב איינער כאפט זיך אריין!!
איך זאג נישט אז איך טיה עס נישט אבער איז דאס דען מענטשליך? איך רעד ווען עס נעמט יא לאנג, א לאנגע רייע פון אויטאס ווארטן געדולדיג, און איינער אדער עטליכע שטופן זיך אריין אין די לעצטע מינוט.
בהערצה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 1:12 pm

Re: א מענטש צווישן מענטשן? אדער סתם א בהמה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בהערצה »

הוא הגבר וואס
שפייט אריין אין סינק אין בית המדרש
ווישט אפ זיין פנים אינעם האנטוך דציבורא
ועוד.
אוועטאר
עלינו לשבח
שר האלף
תגובות: 1100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 01, 2023 6:32 pm
לאקאציע: אין סידור

Re: א מענטש צווישן מענטשן? אדער סתם א בהמה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו לשבח »

זייער גוט געשריבן. ;l;p-
-
צום ענין,
די וועלט זאגט (ווער איז עס אפילו..?)
יעדער ווייסט אז לשון הרע איז באמת א עבירה. רעדן אימיטן דאווענען איז א קלארע איסור אין שלחן ערוך. (היינט ווייסט שוין יעדער דערפון...)
משא"כ א קאפעל ע"פ הלכה דארף מען נאר גיין אין ביהמ"ד און אין גאס. אבער אויב איינער טוט זיך אויס זיין קאפעל וועט שוין יעדער זאגן "נעבעך! אראפ פון וועג" אבער ווען ער גייט רעדן ביים דאווענען נישט.
אויף דעם ארויף זאגט מען "טוה אידישע עבירות" (ח"ו)

כ'מיין מ'קען דא זאגן די זעלבע.
געטון די סגולה פון ר' מתיא בן חרש און געזען "גאר גרויסע ישועה" צוגעזאגט מפרסם צו זיין!
--
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: א מענטש צווישן מענטשן? אדער סתם א בהמה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

בהערצה האט געשריבן:
הוא הגבר וואס
שפייט אריין אין סינק אין בית המדרש
ועוד.
?
בהערצה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 1:12 pm

Re: א מענטש צווישן מענטשן? אדער סתם א בהמה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בהערצה »

loyodea האט געשריבן:
בהערצה האט געשריבן:
הוא הגבר וואס
שפייט אריין אין סינק אין בית המדרש
ועוד.
?
דאס זעלביגע טוט אלע, ווייל טראכטן פון אנדערע קימט אים נישט און באטראכט.
יין רב
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 9:19 pm

Re: א מענטש צווישן מענטשן? אדער סתם א בהמה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יין רב »

ר’ יצחק זילבערשטיין בשם די חזו”א אז זיך אריינכפן אין ליין הייסט מען א פורץ גדרות עולם
https://baishavaad.org/the-jew-in-queue ... ha/#_ftn11
אוועטאר
אלטמאדיש
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 8:33 am
לאקאציע: וואו אלטמאדיש איז ארויפגעקוקט

Re: א מענטש צווישן מענטשן? אדער סתם א בהמה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטמאדיש »

באשיינפערליך האט געשריבן:
אויף דיין ערשטע מעשה ביסטע הונדערט פראצענט גערעכט וועגן דעים שיק איך דעים אשת חיל איינקויפן...!
אויף די צווייטע קעמען זיך דינגען!
אבער אויף די דריטע האלט איך נישט ווי דיר איינס ווייל ווען די יאגסטוך טוסטו די זעלבע... און צווייטענס די גאנצע זאך נעמט א רגע סאו איך קעיר נישט אזוי שטארק אויב איינער כאפט זיך אריין!!
עס איז נישט שייך זיך צו דינגן אויף קיין איינס פון די געשיכטעלעך, היות עס איז היינו הך, און די אלע פאסירונגען טוען אנדייטן אויף א טיפע פראבלעם ביי מאנכע פארשוינען וואס זייער בשבילי נברא העולם און גאוה איז מוציא אנדערע מן העולם.
פארשטיי אז דער פותח האשכול רעדט פון די זופ און מיינט די קניידל...
שבתון
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 10:59 pm

Re: א מענטש צווישן מענטשן? אדער סתם א בהמה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתון »

איך האב שוין געהאט אלע דריי
אבער די מעשה מיט די קפרה האט מיר די מערסטע גע'באדערט
ווייל איך שטיי 4 פארטאגס מיט די פרישע נאז אין איך ציטער אז יענעמס קפרה גייט מיר געבן א טאטש
קימט יענער אין גיבט זיך א כאפ אריין
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”