מאטי איז עלטער געווארן, און אריין אין ישיבה גדולה.
זיין 'חבר' מעכיל, איז מיטגעקומען מיט אים אין ישיבה גדולה אויך. און פארשטייט זיך זיכער געמאכט אז די גאנצע ישיבה ווייסט אז מאטי איז א 'נישט רחמנות'...
מאטי איז דאן געווען היבש צוקלאפט ביי זיך, און האט זיך געבעטן ביי מעכל'ן ער זאל אויפהערן. אבער מעכל האט מיט דעם נאר מער אנגעפילט זיין תאוות השררה.
און מאטי האט אבער נישט געהאט די שטארקייט צו בעטן הילף ביי די הנהלת הישיבה, וואס הייסט, ער איז דען א בעיבי וואס צוקראצט זיך פון יעדע קלייניגקייט?... אבער מיטן נישט גיין, איז אים זיכער נישט בעסער געווארן. מעכל האט זיך מער און מער ערלויבט.
ביז יענעם טאג.
מאטי האט באשלאסן, גענוג! ער איז נישט מיין חבר, און פארטיג!
צופרי, מעכל קומט אריין אין בית המדרש מיט זיין בייסיגע גוטמארגן, און ווערט שאקירט פון מאטיס קאלטע רעאקציע. ער פרעגט אים, וואס האט פאסירט? איז אלעס אין ארדענונג? אבער מאטי האט ניטאמאל רעאגירט צו מעכל.
אבער דא האט מאטי פארזען איין פרט. מעכל איז נישט געווען זיין חבר ביז יעצט, אז ער זאל קענען אזוי אים געבן א פטר אפ. מעכל איז געווען זיין אויבערהאר. ער האט יעצט מורד געווען אינעם קייסערטום.
און מעכל האט עס נישט פארשוויגן. וויפיל עס איז ביז איצט געווען באהאלטן, איז מעכל יעצט ארויס אין א אפענע קריג מיט מאטי.
די צוויי, ביידע פון זיי מיט גוטע קעפ, האבן עפענטליך פארמאסטן. ווען טייל מאל איז געגאנגען פיזישע געשלעגן, און אנדערע פעלער פערזענליכע פליקערייען דורכאויס היציגע ווערטער אויסטוישן.
ביים לערנען אויב האט איינער פון זיי עפעס זיך אנגערופן ביים שיעור, האט דער צווייטער זיכער געמאכט עס אפצופרעגן.
די איינגעשטעלטע אין ישיבה האבן שוין געוואוסט אז די צוויי גרייטן זיך גוט צו צום שיעור, און נישט פאר גוטע כוונות. אבער די מיינונג אין מגידי שיעור צימער איז געווען, אז מתוך שלא לשמה בא לשמה, און מען זאל נישט שטערן די פארמעסט ווילאנג עס איז איבער די גמרה.
און אזוי האט מאטי קונה געווען גאנצעטע סוגיות אין ש"ס מיט אלע מפרשים ממש ביז הלכה למעשה.
ווען עס איז געקומען צו שידוכים יארגאנג, האט זיין פאטער געזוכט פאר אים דאס בעסטע. אבער ווי פיל מאל, פאפט זיך דער טאטע אין זיין תכשיטל. און אזוי אויך אונזער פאל, איז דער טאטע געווען איבערצייגט אין די כשרונות פון זיין בחור, און עס איז אים נישט בייגעפאלן אז מאטי איז שוין ווייט נישט דער צדיק הדור וואס ער שטעלט זיך פאר.
אבער מאטי פון זיין זייט, האט יא געוואלט דווקא דאס בעסטע און שענסטע. און ווען זיין טאטע האט אים געמאלדן אז עס רעדט זיך עפעס ערנסט, און טאקע גאר א חשובע זאך, האט ער מיטגעשפילט ביזן סוף. נאר טראכטנדיג פון די נקמה וואס ער וועט זען אין מעכל, איז אים שפייעכץ געקומען אין מויל.
און טאקע נאך א שטיק צייט איז מאטי א חתן געווארן בש"ט.
****
פארזעצונג קומט...