]קודם כל וויל איך מיר איבער בעטן מיט אלעמען דא,
איך בין ב"ה פארנומען געווען פאר גוטע זאכן, יא סאיז א מיידעלע
פאלגענד אביסל ווייטער,
איך האף צו קענען ווייטער שרייבן בקרוב ממש ממש,
משה וואלף וועקט זיך אויף מיט ווייטאג איבעראל,
ער פראבירט זיך צו רוקן ווען ער באמערקט אז ער איז פארבינדן,
ער קראצט זיך דער קאפ ער קען זיך נישט דערמאנען וואס סאיז געשעהן, נעבן עם ליגט די קאנווערט,
ווען ער באמערקט עס הייבט זיך זיין גאנצע גוף אהן צו טרייסלען פון גרויס פחד אויב זיי זענען שוין דא געווען מיינט אז סאיז צרות ווי א בארג,
נאך א האלבע שעה פון זיך מוטשענען האט ער זיך ענדליך אויפגעבינדן ער מאכט אויף די קאנווערט מיט א ציטער און ער ליינט:
נאך פיר אין צוואנציג שעה געבליבן אז נישט קענסטו פארגעסן פון דיין זון חיים,
ער ווארפט זיך און רייבט זיך דער שטערן צו סאמת אדער סאיז נאר א חלום ער כאפט זיין פאפוטשען אין לויפט אריין צו חיימ'ס צומער ווען ער זעהט אז זיין בעט איז ליידיג,
זיי האבן עם פארכאפט!!!!
משה וואלף איז געווארן הוסטעריש אין זיך גענומען שרייען קולות,
די גאנצע הויז האט זיך דערוועקט און סגעווארן א צומישניש
מיסיעס איינהארן האט גלייך גערופן די פאליציי ווען משה וואלף האט געשריגן רוף נישט סוועט עס סתם ערגער מאכן,
זיי קענען עם נאך הרגענען,
ווען די פאליציי איז אנגעקומען האט משה וואלף געמאכט קולות אז זיי זאלן אוועק גיין אבער דאס האט זיי נאר געמאכט בלייבן,
זיי האבן דורכגעקוקט די גאנצע הויז פאר ביז זיי האבן געטראפן די קאנווערט,
אהההה האסט דיך אנגעהויבן מיט די שרייץ גרופע,
אנטשולדיקט אבער מיר גלייבן שווער אז מיר וועלן עפעס קענען טוהן און זיי האבן פארלאזט די צענע,
***
חיים זעהט פון אינטער די קאר ווי מאטי לויפט אין די שווארצע קאר פארט אוועק הייסט אז מעהאט געשאסן א צווייטן נישט מאטי אבער ווער?
נאכן אזוי ליגן פאר א האלבע שעה קריכט ער שייטליך ארויס פון אינטער די קאר און ער באשליסט צו אהיימגיין,
ער הייבט אהן אראפצוגיין איין גאס נאכן אנדערן יעדע צוויי מינוט דרייט ער זיך ארום קוקנדיק אויב איינער גייט עם נאך,
נאכן גיין פאר פינעף מינוט קומט ער אהן אהיים,
משה וואלף כאפט עם אהן מיט געוואלד אין שטיפט עם ארויף אין בוידעם חיים קום נישט אראפ ווייל סאיז א סכנה שרייט ער ארויף צו עם,
***
מאטי איז מיט זיין לעצטער אטעם אריינגעלאפן אין א פארק ער זעצט זיך אראפ אויף א באנק אין ער פראבירט זיך צו כאפן די אטעם ווען ער באמערקט א קאנווערט אויפן ערד ער הייבט עס אויף און ער גלייבט נישט וואס ער זעהט,
ער לייענט עס איבער איין מאל און נאכאמאל, ער חזרט זיך גוט איין די נומערן, ער שלעפט ארויס א צינדער און פארברענט די קאנווערט אין ער גייט צו די נענטסטע פאבליק טעלעפאן,
אויף די אנדערע זייט הייבט אויף א סעקטערי און מאטי בעט צו רעדן מיט,