שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - #13 - צווייטע געווינער! - וּבִזְכוּת אַטָאם יוֹצִיא אָיוֹם

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אינהאלט | שפראך | אווער אלל

די וואלן האבן זיך געשלאסן מיטוואך יאנואר 25, 2023 3:37 pm

9
3%
★★
3
1%
★★★
10
3%
★★★★
13
4%
★★★★★
77
23%
6
2%
★★
2
1%
★★★
7
2%
★★★★
11
3%
★★★★★
86
26%
7
2%
★★
3
1%
★★★
6
2%
★★★★
9
3%
★★★★★
88
26%
 
סך הכל שטימען: 337

אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - #13 - צווייטע געווינער! - וּבִזְכוּת אַטָאם יוֹצִיא אָיוֹם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

אייוועלט שרייבעריי פארמעסט תשפ״ג 13.jpg
אייוועלט שרייבעריי פארמעסט תשפ״ג 13.jpg (223.05 KiB) געזען 17887 מאל
יארע 2024

די זון האט געהאלטן אינמיטן כאפן א טבילה אינעם קאלטן ים, ווען א פאון-קאול האט צושטערט ר' יצחק שלמה דרעזנער'ן אינמיטן ליינען א ווארעמע מעסעדזש. "וואס זאגסטו ר' זלמן?", שלינגט ער אריין נאך דריי שורות ווען ער כאפצעך אז די קאמפלימענטן פונעם יעניגער זענען גאר געווען אן הקדמה פאר א שארפע אטאקע.

"הער מיר צו יצחק שלמה, כ'האב פאר דיר א פעטע פישל, אבער נישט סתם. כ'האב יעצט געענדיגט מנחה אין 'שומרי שבת', כ'האב זיך אנגעטראפן מיט א פעפעריגן פיגור, אבער אוי א כוכב, ער הייסט זלמן...

"נו, הרב זלמן אקערמאן מיינסטע, דער בעל-תשובה, ריכטיג?"

"יא, דער בעל תשובה... אוי איז ער א פעפיגער לץ מתלוצץ... די גאנצע בית-מדרש איז געליגן אויף די געלעכטער... בקיצור, כאפ אים אריין פאר א זאפטיגע אינטערוויא, אבער אזוינטס און אזעלכעץ!"

"יא, דער איז דער וועלטס כוכב... מ'זאגט אז ער האט פאר איינעם געזאגט אז אין זיין פרייע פארגאנגענהייט איז ער געווען א געלונגענער קאמידיער... אבער וואס מיינסטו, כ'האב שוין פרובירט צענדליגע מאל. דער האלצעך נישט ביים עפענען, ער זאגט נאר אז ער איז א בעל תשובה, וזהו"

"אקעי, נישט דערפאר האב איך גערופן אין אמת'ן. כ'וואלט אים געוואלט אויפנעמען אנשטאט מענדל אונגאר. זייט מענדל איז פארשווינדן איז אראפ קול מבשר'ס נאמבערס, און ס'איז נישט גוט. די ווערטל אז ער איז רח"ל אומגעקומען ביים באמבע וואס האט ערלעדיגט זאלענסקי איז גארנישט אזוי פשוט, דער איז נישטא צו געפינען... הכלל, בקיצער, כ'האב געטראכט אויף דער הרב זלמן אקערמאן..."

"וואס???"

"יא, זוי ווי דו הערסט! ס'יעצט געווען אזא לחיים נאכ'ן דאווענען און כ'האב געהערט ווי דער זלמן אקערמאן לייצעוועט אויף פוטינ'ס חשבון, די עוילעם האט זיך געווארפן! אבער אויסער דעם האט ער א געלונגענע שפראך און ער האט גוט ארויס דעם קריג, ער טענה'ט גראדע אז ער שמעקט אז פוטין גייט איינגיין אויף א אטאם, רח"ל היל"ת! און אז א דריטע מלחמה... בקיצער, ער איז גוט, און כ'וויל אים אנשטאט אונגאר"

"ס'איז גראדע א געלונגענע געדאנק. אבער כ'גלייב נישט דער אקערמאן וועט מסכים זיין. ער איז טאקע א שמייכל ברענגער, ער איז פיינע נייעס, אבער ער זיצט אגאנצן טאג און בית מדרש און לערנט, דער קנאקט שטיקער. האסטו אים געזען ביים דאווענען? וויפיל טרערן ער פארגיסט? כ'גלייב נישט ער וועט וועלן רעדן אויף קולמע...

"פ"וו נישט, כ'גלייב אז ער זוכט פרנסה. ווייסטע וואס, כאפ א שמועס מיט'ן און שלאג עס אים פאר...

מער פון דעם שמועס האב איך זיך נישט אונטערגעהערט, אבער דאס איז זיכער אז דער זלמן אקערמאן איז פיינע נייעס, א בעל תשובה וואס ווען ער איז אנגעקומען צו 'שומרי שבת' האט ער כמעט נישט געקענט ליינען, און אין א קורצע צייט האט ער זיך גענומען לערנען, ווען צודערזייט האט ער ליב דרש'ענען און צאמלאכן ווען יעדער ווארפט זיך...

און יעדער פרובירט, אן ערפאלג, צו דערגיין דעם סוד פונעם מיסטעריעזער בעל תשובה.

. . .

די טיש ווערט לענגער פון טאג צו טאג, אינאיינעם מיט אלע משוגעת'ן פונעם באלעבאס. אויף איין שפיץ זיצט פוטין מיט זיין באקאנטער פרצוף וואס וואקלט זיך צווישן רוצח'יש צו טיפש'יש, און שטילערהייט שטעכט ער אריין זיינע קאצישע אויגן אין די דריי הויכראנגיגע רוסישע עלעמענטן וואס צושטיפן זיך ביים בואו בשלום אויבן אן.

"ס'איז געקומען די צייט!", עפנט ער ענדליך זיין בערישע מויל, ווען יעדער פארשטייט שוין וועלכע צייט ער רעדט דא. "מארגן גייט עס געשען, כ'בין מער נישט אינטערעסירט עס אפצושטיפן פאר איין טאג!!!", און די שפייעכטס רינט אים פון די זייטן.

"זייער פיין, זייער גוט!", אין די יאר אהאלב פון ווען לאקעשענקאו האט געמוזט אנטלויפן פון בלארוס נאך וואס מ'האט אים שיר נישט גע'רצח'עט טויטערהייט, און איז אויפגענומען מיט א ברייטע שמייכל דורך פוטין, האט ער זיך אויסגעלערנט צו רעאגירן פאזיטיוו אויף יעדע באשלוס און משוגעת פון פוטין, ווייל טאמער נישט וועט ער זיך טרעפן דארט וואו א גרויסע צאל פון ראטגעבער און הויכראנגיגע אפיצירן זענען 'פלוצלינג פארשווינדן געווארן', "זייער א גוטע פלאן", זאגט ער נאכאמאל, "אבער מ'דארף טרעפן א גוטע געדאנק אז אמעריקא זאל אונז נישט צוריק קאפאט מאכן. נאכ'ן ווארפן דעם אטאם באמבע אויף אקריינע וועלן זיי דאך גלייך צוריקווארפן אויף אונז!".

"לאקעשענקאו!!!", נאך א שפייעכטס קוואל רינט ארויס פון מויל, "אלעס איז אין ארדענונג, איך האב זיך מיינע קלוגע פלענער. אמעריקא גייט אונז נישט וועלן אטאקירן!", שפייעכטס, "איך האב ביי מיר א ערנסטע גרופע געפאנגענע אמעריקאנער, און אמעריקא וועט נישט אזוי שנעל ווארפן אן אטאם באמבע און זיי אומברענגען.

"כ'גלייב נישט אז אמעריקא וועט זיך אזוי צוטון מאכן פון הרב לאזאר", פרעגט טראצקא ראקאווסקי, "ער איז דאך א רוסישער בירגער, און ווען מיר האבן פארטריבן קיין אקריינע אלע רוסישע אידן און נאר אים איבערגעלאזט, שמועסט מען אין אמעריקא אז ער איז גאר א געפערליכער פארשוין, און דערפאר האסטו אים נישט געלאזט מיטגיין".

שפייעכטס. "מיין פלאן צו אויסזעקלען אלע אידן דווקא קיין אוקריינע איז זיי זאלן אויך פארשווינדן ווערן מיט'ן אטאם באמבע, זאלענסקי פוי" – שפייעכטס – "איז אויך געווען א איד, זאלן אלע אידן שטארבן אזוי ווי ער האט געפייגערט. אבער לאזאר האב איך געלאזט טאקע אלס משכון, אבער מיט אים האב איך נאך עטליכע גרויסע אמעריקאנע קנאקערס, למשל מאנדל אונדאר"

- "מענדל אונגאר"...

"יא, ער איז גאר א באקאנטער פיגור אין אמעריקא, און מ'וועט אים נישט אזוי שנעל ערלעדיגן. מ'האט אים געלאזט וויסן אז כ'בין גרייט פאר א אינטערוויא, און זיין דעמאלט איז ער פארשווינדן...", א קורצע בלינק מיט די אויג באגלייט מיט א שפייעכטס קוואל איז געווען פוטינ'ס רעאקציע אויפן פלאץ פון א שיס אין געלעכטער, אדער א לענגערע 'חחחחח', א אמתע שמייכל האט מען פון אים שוין יארן נישט באקומען, "אויך האבן מיר מארגנראטן...

- "מוסא מארגערעטן...

"אים האבן מיר פארכאפט ווען ער האט פרובירט שתדלען פאר זאלענסקי, דעמאלט ווען וועלט האט נאך געמיינט אז מיר האבן אים געפאנגען, בקיצער... אונז האבן א גאנצע באנדע פון אמעריקאנע גרויסע קנאקערס, זיי גייען נישט גיין אויף א אטאם!

"מ'קען זיך נישט פארלאזן אויף דעם", זאגט יעצט קלאצקי פאטישנאוו, "די מעריקאנע זענען געלערנט אויף באפרייען ארעסטאנטן, זיי וועלן ביז א קורצע צייט געוואר ווערן דערפון און זיי ארויסשווערצן, און דאן ווארפן דעם אטאם".

"ריכטיג, און דערפאר האב איך ענק היינט צאמגערופן. כ'וויל מ'זאל די גרופע אריבערטראגן אין א באהאלטענע ארט וואו קיינער, אבער קיינער! זאל נישט וויסן וואו זיי געפינען זיך. און אזא פלאץ האב איך נאר איינס, דאס איז מיין ספעציעלע אטאם-בונקער. "סטיוו" גייט אנפירן מיט דעם אקציע, אויף איהם קען מען זיך פארלאזן, ער האט דאך אנגעפירט מיט גרויס סוקסעס די אקציע פון באמבעדירן זאלענסקי'ס הויז און אים ערלעדיגן.

"בקיצער, דאס איז די פלאן", האצעך פוטין אויפגעשטעלט, "סטיוו וועט נעמען עטליכע סאלדאטן און אריבערפירן די אמעריקאנע גרופע אינעם בונקער, ווען גלייך נאכדעם וועלן די סאלדאטן פארשווינדן ווערן אויף אייביג, ווי געווענליך. סטיוו וועט מען נאך לאזן לעבן ביז נאכן ווארפן דעם אטאם, ער איז א געלונגענער און זייער געטריי, אים וועל איך אויך שיקן מיט נאך צוויי כעוורע ווארפן דעם באמבע, און גלייך דערנאך וועט מען זיי שיקן אויף די זעלבע פלאץ וואו אלע אוקריינע בירגער וועלן זיך געפינען, חחח", פוטין האט זיך שוין לאנג נישט פארגינט אזא לאנגע שמייכל פון דריי מאל דעם אות ח', און דאס האט געוויזן פאר די פאר אפיצירן אז ער מיינט עס ערנסט, און ער זעט שוין די גאנצע פלאן פאר ווירקליך.

און פונעם צימער האבן זיך די אפיצירן גלייך גענומען צום מלאכה. ביז ביינאכט איז שוין געווען אלעס צוגעגרייט ביזן לעצטן שטאפל.

יעצט איז געבליבן צו ווארטן נאר אויפן באפעל פון פוטין. סטיוו מיט נאך צוויי סאלדאטן וועלן צופארן מיטן העליקאפטער אויפן גרעניץ פון רוסלאנד-אוקריינע, אראפלאזן א געשאנק אויף אקריינע, און שוין.

גאנץ פשוט...

. . .

"פוטין איז זייער שטיל לעצטנס, כאטש ער האט געכאפט לעצטנס ספעציעלע טויט קלעפ. ס'שמעקט נישט גוט", האט ער אריינגעמורמלט אין טראמפ'ס אויער, "כ'וויל נאר זאגן פארן פרעזידענט אז אין די שפיאנאזש הויפטקווארטירן ציטערט מען אז ער פלאנירט צו ווארפן דעם אטאם-באמבע, דאס איז די איינציגסטע זאך וואס קען אים מאכן שטיל".

"כ'גלייב נישט ער וועט דאס טון", וויפיל טראמפ וויל קען ער נישט הערן קיין שלעכט ווארט אויף פוטינ'ען, נאך וואס לויט אסאך קוועלער האט טראמפ געזיגט ווידערמאל צוליב די רוסישע כעוורע. "פארוואס האט ער עס נישט געטון ביז יעצט? און חוץ פון דעם, דאס ער ווייסט אז זאלענסקי איז טויט איז פאר אים שוין איבערגענוג".

"כ'ווייס נישט, מ'קען נישט וויסן זיינע פלענער, רוב פון אונזערע קוועלער ווייסן גארנישט, פוטין שיסט אויס מענטשן ווי פליגן, אזש די וואס ווייסן פלענער זענען פארשווינדן. אויסערדעם שמעקט מיר נישט די גאנצע מעשה אז פונקט די אמעריקאנע בירגער וואס געפינען זיך אין רוסלאנד האבן פלוצלינג 'פארלוירן סערוועס', עפעס גייט דא פאר".

"אקעי, מ'וועט זיך מארגן צאמזעצן אינאיינעם און דורך טון אלע דעטאלן. מ'דארף זיך אנגרייטן אויף אלע סיטאוציעס". זייט טראמפ איז עטוואס עלטער געווארן האט ער זיך אויסגעלערנט צו אננעמען יענעמס דעה, אזוי ווי די גאנצע נאטור זיינע איז געווארן איידעלער און בעסער.

אבער דאס האט ער נישט געוויסט, אז מארגן וועט מען שוין גארנישט דארפן זיצן, די גאנצע וועלט גייט מארגן זיין איבערגעקערט פונעם אטאם-באמבע, אזש גרויסע פלענער וועלן שוין גארנישט העלפן דא...

. . .

"הרב זלמן אקערמאן וועט פארלערנען א שיעור גמרא דא אין שטיבל צווישן מנחה מעריב", האט דער אלטער גבאי אויסגערופן. יעדער האט געקוקט אויף זלמן'ען וואס האט זיך געווישן א שטילע טרער. און יעדער האט געוויסט אז זיינס א שיעור טאר מען נישט פארפאסן, ער פארמאגט דאך דעם תורה וליצנות במקום אחד, און אזא שיעור גייט זיין העכסט אינטערעסאנט.

"כ'ווייס נישט וואס, אבער ער דערמאנט מיר איינעם", האט זיך חיים ישראל רובין אנגערופן צו זיין פריינד, "ער זעט מיר אויס אפשר פון יענער מיסטער בין, דער קאמידיער? נעע..."

"וואס עפעס?... סא נארישקייטן...", האט זיך שאול חנניה ווידער צולאכט, "מיסטער בין לעבט נאך און דער איד גייט כמעט נישט ארויס פון בית מדרש. אפי' זיין שיעור אין השקפה אויף קול מבשר זאגט ער דא פון שטיבלאך. "לכאו' האסטו אים אמאל באגעגנט, אפשר קומט ער גאר פון א היימישע שטוב און איז ליידער אפגעפארן, מ'קען נישט וויסן".

"ווער איז ער טאקע", חיים ישראל געבט נישט אויף, "מ'דארף איינמאל זיך אריינלייגן אין דעם קעיס, אפשר איז ער בכלל נישט א איד?"

"ניין, בית דין האט באשטימט זיין אידענטום. אבער דאס איז זיכער אז ער איז א מיסטעריע. ווייסטע וואס? לאמיר מארגן אנהייבן אריבערגיין און אויספארשן פילע 'שומרי שבת' אידן, כ'בין זיכער אז ער האט זיך שוין דא דארט פאררעדט, כ'מיין אז מ'וועט קענען איינמאל פאר אלעמאל צאמשטעלן א שיינעם פאזעל".

"זייער גוט", האט שאול חנניה צוגעשטימט, "אבער אזעלכע זאכן שטופט מען נישט אפ, כ'פלאץ פון נייגער... מארגן איז מארגן!".

אבער דאס האבן זיי נישט געוויסט, אז מארגן וועט מען שוין גארנישט דארפן זוכן, די גאנצע וועלט וועט שוין מארגן וויסן ווער דער פארשוין איז, אזש גרויסע פארשונגען וועלן שוין נישט ארבעטן דא...

. . .


די דריי באנדיטן האבן זיך געהויבן אין די לופטן, ווען זיי ווייסן גוט אז זייער יעצטיגע אקט גייט איבערדרייען די גאנצע וועלט און ווארשיינליך עפענען א דריטע וועלט קרוג. אבער גארנישט גייט זיי נישט אן, די רוסישע בירגער זענען אזוי דערשלאגן און פארווייטאגט אז יעדער וועט זיי פארגעבן – אפי' טאמער איינער וועט געוואר ווערן אז זיי זענען געווען די וואס האבן זוכה געווען צו ווארפן דעם אטאם באמבע אויף אקריינע מיט בלארוס אינאיינעם.

סטיוו איז היבש אנגעצויגן, אבער דאך טיילט ער קלארע אנווייזונגען פאר די צוויי סאלדאטן, "אבער געדענקט גוט", פירט ער אויס, "דער וואס האט געווארפן די אטאם אויף יאפאן איז צודרייט געווארן דערפון, כ'וויל אהיימברענגען נארמאלע סאלדאטן!", א טיפע אטעם, "דערפאר ווען מיר וועלן זיך געפינען העכערן גרעניץ און זיין גרייט צו צילן דעם אטאם אויף אקריינע, וועלן מיר פארמאכן די אויגן, ציילן ביז צען, און דאן וועסטו, וויקטאר, פשוט געבן א דריק דעם קנעפל, און דאן דרייען מיר זיך גלייך אויף צוריק. כ'מוז ענק האבן געזונט! עטס ווייסטס גוט וואס פוטין וועט מאכן טאמער ווערט עטס משוגע, ער דארף נישט ענק זאלן נישט קענען האלטן פארמאכט דעם פוסט".

ביידע האבן צוגעשאקלט קעפ.

די אנגעצויגענע אטמאספארע האט מען געקענט טאפן מיט די שפיץ פינגערס, ווען זיי האבן אנגעהויבן צו ציילן מיט פארמאכטע אויגן דעם באשטימטן נומער.

איינס...

צוויי...

דריי...


. . .


"דער פרעזידענט איז זיכער אז די רוסישע אידן אין אוקריינע זענען פארזיכערט?", האט דער לעצט אויפגייענדער ווייסע-הויז עסקן ר' הענדל ברויער געפרעגט טראמפ'ן, "מיר האבן שוין אהינגעשיקט אסאך געלט און וואס נישט, אבער זיי טענה'ן אז וואלטן געוואלט אריבערקומען קיין אמעריקא. ס'שמעקט זיי נישט די פאקט אז פוטין האט זיי אריבערגעשיקט דווקא קיין אוקריינע.

"כ'פארשטיי נישט דיין פראגע. מיר האבן זיי שוין באוואסערט מיט מיליאנען, צווישן די אוקריינישע בירגער שפירן זיי זיך אסאך היימישער ווי ביי אונז אין אמעריקא, וואס פעלט עס אויס?".

"כ'וואלט נאר געוואלט וויסן צו מ'ווייסט עפעס פון פוטינ'ס פלענער, זיי זענען אביסל באזארגט".

"דא ווייסט מען אלעס... אבער אין עטליכע שעה גייט זיין א ספעציעלע זיצונג, וועט מען וויסן וואס קען מען יא אדער נישט פארציילן... מ'וועט דיר לאזן וויסן"...

מ'וועט אים שוין גארנישט דארפן לאזן וויסן...

. . .


שאול חנניה'ס פנים איז געווארן גרין און רויט, ווען ער האט באמערקט ווי ר' זלמן אקערמאן האט געהערט ווי ער פרעגט אויס א מתפלל איבער זיין סוד... "איך וויל אייך פשוט מציע זיין א שידוך", האט ער זיך פרובירט צו פארענטפערן...

"כ'ווייס אז דו ביסט נייגעריג... אבער גלייב מיר, כ'קען נישט פארציילן, און כ'האב קיינעם דא נישט פארציילט גארנישט. ווער ווייסט? אפשר וועל איך נאך אמאל קענען עפענען דאס מויל. אבער דערווייל, בעט איך דיר ברחמים, זוך דיך אנדערע ביזנעסן! למשל נעם א בני יששכר, אדער א קדושת לוי, און גרייט זיך צו אביסל אויף די חנוכה צינדן!", האט ר' זלמן אויסגעפירט.

"אקעי, אנטשולדיגט". און נאך א פאון-קאול צו חיים ישראל האבן זיי באשלאסן פארמאכן דעם קעיס... עכ"פ אויף ביזדערווייל.

. . .


פיר...

פינעף...

זעקס...


וויקטאר און גרעגערי האבן זיך פארביסן די אויגן, נישט צו משוגע ווערן. זיי האבן אבער נישט באמערקט אז סטיוו האט אפענע אויגן... און נישט סתם אפענע...

זיבן...

אכט...


סטיוו האט זיך געענדיגט שפילן מיט די מאשינדעלעך...

ניין...

און צען!


"יעצט!! וויקטאר, דרוק דעם קנעפל!!!"


אין די סעקונדע האט זיך מיטאמאל געהערט א האר פון קאפ אוישפרינגעדיגע באמבע וואס האט אפגעהילכט מסוף העולם ועד תחילתו, די וועלט איז חרוב!!!

אויף די מינוט וואס וויקטאר האט געדריקט דעם קנעפל האט סטיוו ארויסגענומען דעם ביקס, און צוויי שטילע קוילן האבן פארוואנדלט וויקטאר'ן מיט גריגארי'ן אין צוויי טויטע פערד.

און פאר סטיוו איז בלויז געבליבן צו אויסדרייען דעם פנים, און נישט זען ווי די אטאם-באמבע אקערט אויס גאנץ מאסקאווא, און צושפרייט זיך שטאטליך איבער די פילע רוסישע שטעט ארום און ארום...

. . .

ס'איז עטליכע מינוט צום שקיעה, טויזנטע אידן פרובירן כאפן א מנחה-מעריב און גיין צינדן די הייליגע לעכטעלעך, ווען עטליכע פאליציאנטן האבן זיך פלוצלינג באוויזן אין די שטיבלאך, און צוגענגען גראד צום שטיבל וואו ר' זלמן אקערמאן לערנט פאר דעם שיעור.

"זאלענסקי!!", האט איינער פון זיי אריינגעשריגן אינעם שטיבל מיט א פרייליכע טאן, "זאלענסקי פון אוקריינע!". קיינער האט נישט געכאפט צו וועם ער שרייט, אבער דאס האט מען יא געזען, דער מגיד שיעור איז געווארן בלאס ווי די וואנט.

"מ'האט דאך אפגעשמועסט אז קיינער אויפ'ן וועלט טאר דאס נישט וויסן!", האט ער זיך געבייזערט.

"ס'איז פארטיג", האבן זיי אויסגעפלאצט אין א געלעכטער, "רוסלאנד איז א פארגאנגענהייט!!!...".

די משתתפי השיעור זענען געווען די ערשטע צו הערן די גוטע נייעס, איידער די וועלט האט געכאפט א ערד-ציטערניש הערנדיג די מעכטיגע נייעס.

"אזוי? הייסט עס אז סטיוו האט דאס אנגעדרייט! כ'בין אים דאך שולדיג א געוואלדיגע הכרת הטוב", ר' זלמן/זאלענסקי האט געלאזט פאלן א טרער, "בזכות אים האב איך דאך תשובה געטון! ער האט מיר דאך געראטעוועט פון די אטאקע אויף מיין געביידע, גלייך נאך וואס כ'האב צוגעזאגט פארן באשעפער אז טאמער גיי איך ארויס לעבעדיג קער איך זיך צוריק צו מיינע אידישע ברודער און כ'ווער א אמת'ער איד".

"מיר זענען דיר געקומען לאנדענען צום ווייסן הויז", האט דער פאליציאנט זיך אנגערופן, "טראמפ וויל דיר מכבד זיין מיט'ן אנצידן די חנוכה לעכט אינעם ווייסן הויז"...

. . .

מיט געשטיקטע טרערן, ווען די גאנצע פרעסע האלט מיט דעם מעמד, אין באגלייטונג פון הונדערטע עסקנים, גוישע פאליטיקאנטן, צייטונג שרייבערס (אין שפיץ פונעם 'אמעריקא טיימס' צייטונג – דאס וואס האט איבערגענומען די פלאץ פון 'ניו יארק טיימס' נאך וואס דאס האט זיך פארמאכט מיט גרויס בושות, א לענגערע מעשה פאר א צווייטע מאל...), איז געשטאנען ר' זלמן מיט די לעכט אין האנט און נישט געקענט צוקומען צום ווארט...

. . .

אין די זעלבע צייט האבן ארויסגעשטראמט פון אונטער א מעכטיגע - אויפגעריסענע - בארג נעבן מאסקאווא, דורך איין פארמאכטע בונקער'ל א אינטערעסאנטע גרופע פון בעיקר אמעריקאנע בירגער, און מיט שאקירטע אויגן באטראכט די שרעקליכע חורבן וואס די אטאם האט אנגעמאכט פון מאסקאווע, בעסער געזאגט: דאס וואס איז אמאל געווען רוסלאנד...

"ברוך שעשה לנו נס" האט זיך הרב לאזאר אנגערופן מיט הייסע טרערן.

"אוי גייט זיין א סעריע 'אויפן סצענע'...", האט זיך ר' מענדל צושמייכלט מיטן שמייכל און האמאר וואס איז נישט אראפ קיין איין טאג אין געפענגעניש, ווען אפי' די וועכטער פלעגן זיך צעשמאלצן פאר געלעכטער...

"נאך אזויפיל טון פאר אידנס וועגן, האב איך איינמאל געשפירט אליינס וואס מיינט אן ארעסטאנט", צעוויינט זיך ר' משה...

"אבער דער עיקר איז אז 'אין יאוש בעולם!!!", הערט זיך א בחור'ישע שטימע, "מ'טאר זיך קיינמאל נישט מייאש זיין! אבער פאר אלעס: כ'מוז א סעלפאון, כ'מוז ערשטע זאך רופן מיינע חשובע עלטערן פארציילן די נייעס".

"וויאזוי הייסטו, בחור'ל?", פרעגט שטילערהייט סטיוו, וועלכער איז געווען די איינציגסטער וואס האט געקענט דעם קאוד און וועג צום בונקער, און איז זיי געקומען באפרייען.

"הא, כ'גלייב נישט אז מיין נאמען זאגט דיר עפעס. כ'בין מיט עטליכע יאר צוריק געפלויגן קיין אומאן ווען רוסישע סאלדאטן האבן מיר פארכאפט, בקיצער, א לאנגע מעשה. מיין נאמען איז מוישי קליינערמאן..."

. . .


און אין די זעלבע מינוטן האט אפגעדינערט אין וואשינגטאן א געוויין שטימע:

"שעשה ניסים לאבותינו... בימים ההם... כליפ כליפ... בזמן הזה!"

אמן!!![/quote]

דער שרייבער ווארט אויף אייער פידבעק! גיבט אפ אייער רעיטינג אויפ'ן ארטיקל, און לאזט אייך הערן דא אינעם אשכול.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
ענדשוי
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 04, 2022 3:26 pm
לאקאציע: אינעם מיסט קאסטן

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - #13 - וּבִזְכוּת אַטָאם יוֹצִיא אָיוֹם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדשוי »

גוט!!!!!!!!!!!!

אייזערנע נייעס!!
ווען די ווילסטעך באדאנקן אויף א ארטיקל וואס איך האב געשריבן, ביטע לאזט דיר הערן דורך א תגובה.

בילד
[email protected]
אוועטאר
ווייל נישט מיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 423
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 10:29 am
לאקאציע: ווי נישט

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - #13 - וּבִזְכוּת אַטָאם יוֹצִיא אָיוֹם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייל נישט מיך »

ענדליך!!!

אויף אזאנס האבעך געווארט!!!

די ביסט טויט גוט!!!!

ציפראסקעטע כח הדמיון!!

10 פוינטס!!!
דריק גאז און פאאאאאררררר!! קוק נישט אויף קיייינננעעעעם!!
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15481
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - #13 - וּבִזְכוּת אַטָאם יוֹצִיא אָיוֹם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

נעקסט לעוול, דראמא
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - #13 - וּבִזְכוּת אַטָאם יוֹצִיא אָיוֹם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

ווייל נישט מיך האט געשריבן:
ענדליך!!!

אויף אזאנס האבעך געווארט!!!

די ביסט טויט גוט!!!!

ציפראסקעטע כח הדמיון!!

10 פוינטס!!!
מעכטיג גוט !!!!!!!
אייזערנע נייעס!!!!!!!
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2154
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - #13 - וּבִזְכוּת אַטָאם יוֹצִיא אָיוֹם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

שיגענער דו, כ'האב נישט קיין בעסערע ווערטער... אבער פופצן שטערנדלעך האבעך דיר באזונדער אפגעשיקט...
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע: שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - #13 - וּבִזְכוּת אַטָאם יוֹצִיא אָיוֹם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

טאטאל פאריקט דער שרייבער!!!!!!!!!
כאניש וואס צו טוּן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4246
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 12:17 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - #13 - וּבִזְכוּת אַטָאם יוֹצִיא אָיוֹם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טוּן »

:lol: :lol: :lol:

געלאכט און געהאלטן דאס אטעם...

פיינע נייעס!
5 פאר אאאאלעם!
הנם ימים המבורכים!
די געבענטשטע טעג זענען שוין אט דא!


אחכה ל"ו בכל יום שיבא!
אוועטאר
פה מפיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 01, 2022 9:15 am

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - #13 - וּבִזְכוּת אַטָאם יוֹצִיא אָיוֹם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פה מפיק »

נאכנישט געליינט דעם ארטיקל.. אבער 5 שטערנדלעך פארן קעפל!
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - #13 - וּבִזְכוּת אַטָאם יוֹצִיא אָיוֹם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

א מין פאנטאזירער דאס! יוש האסטו מיר געהאלטן געשפאנט, אוי איז דאס געווען א רייד. דעם קומענדיגן פסח וויל איך זען אין די סטארס דיין קומענדיגע נאוועל, איך נעם נישט אן קיין תירוצים!
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2649
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע: אומאן!

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - #13 - וּבִזְכוּת אַטָאם יוֹצִיא אָיוֹם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

הוילע פאנטאזיעס;

סארי פארן שרייבער, אבער איך פארשטיי נישט דערצו.
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
מיליטאנט
שר חמש מאות
תגובות: 647
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 27, 2022 9:23 am

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - #13 - וּבִזְכוּת אַטָאם יוֹצִיא אָיוֹם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיליטאנט »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- 500 פארן דמיון

זייער הנאה געהאט ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
שפיגל
שר האלפיים
תגובות: 2065
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2022 2:39 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - #13 - וּבִזְכוּת אַטָאם יוֹצִיא אָיוֹם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגל »

שוגענער. דאס איז די ארטיקל אויף וואס איך האב געווארט. דעיס איז וואס איך האב ליב...

די מענטש מיט די געשניצטע בערדל וואס דרייט זיך אין שומר ש'ווייניגער איז זאלענקא, א יעדע שמועסט אז ער איז טויט און דא איז ער מיט די בוסטער מיסלס.

פינעף שטערנ'דלעך...

וויאזוי זאגט נאר די בעל דרשן די נמשל רעדט פון זיך אליין, מ'דארף עס נישט...
די פיס נעגל ליגט אין מקוה


הא! עס דיין טעלער זופ און פארמאך דיין ניק


מיין צוויי טויזענסטע תגובה 👈👀 viewtopic.php?p=4672988#p4672988
אוועטאר
דמשק
שר האלף
תגובות: 1180
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 10, 2017 3:04 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - #13 - וּבִזְכוּת אַטָאם יוֹצִיא אָיוֹם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דמשק »

אן אנבעליוועבעל בעל דמיון, 5 פאר אלעם

איין קלייניקייט האט געפעלט, ווער איז דער סטיוו? כהאב מיר פארגעשטעלט אז סקומט א חידוש,
אמעסידטשפארכללישראל
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2022 9:09 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - #13 - וּבִזְכוּת אַטָאם יוֹצִיא אָיוֹם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמעסידטשפארכללישראל »

איך ווארט יעצט צו הערן וויאויזוי די ניו יורק טיימס האט זיך צוגעמאכט מיט בישות. נא קום אריין מיט די מעשה.
555
אין צום לעצט, וואס איז דיין מעסידטש פאר כלל ישראל?
שפיי נישט אריין אין א ברינעם פון וואס די האסט געטרינקן.
אוועטאר
איך נוץ מיין JELLY
שר חמש מאות
תגובות: 599
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 06, 2021 2:17 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - #13 - וּבִזְכוּת אַטָאם יוֹצִיא אָיוֹם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך נוץ מיין JELLY »

מיליטאנט האט געשריבן:
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- 500 פארן דמיון

זייער הנאה געהאט ;l;p- ;l;p- ;l;p-
גא"מ ;l;p-
בערגשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2022 3:16 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - #13 - וּבִזְכוּת אַטָאם יוֹצִיא אָיוֹם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערגשטיין »

מאסיוו!!!
ווען קומט ארויס דיין נעקסטע נאוועל?
אנטלויף נישט פונעם מציאות, קוק עס אין פנים און פארמעסט זיך דערמיט
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - #13 - וּבִזְכוּת אַטָאם יוֹצִיא אָיוֹם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

נישט געליינט נאך, אבער דעי קעפל!
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - #13 - וּבִזְכוּת אַטָאם יוֹצִיא אָיוֹם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

יוי איז דעיס פיין!!!

דערווייל דער געווינער ביי מיר.
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
נייע צייטן
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 1:47 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - #13 - וּבִזְכוּת אַטָאם יוֹצִיא אָיוֹם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע צייטן »

פופציגער האט געשריבן:
יוי איז דעיס פיין!!!

דערווייל דער געווינער ביי מיר.
גם אני מצטרף ;l;p-
מיטשעל
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2022 12:23 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - #13 - וּבִזְכוּת אַטָאם יוֹצִיא אָיוֹם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיטשעל »

אינהאלט 1 - חוץ דמיון האט עס נישט קיין עכטע תוכן
שפראך 4 -גוט אראפגעלייגט
אוועראלל 5 - די דמיון און קריעטיווטי וועגט איבער די חסרונות און איז ווערד א 5ער

נאדיר אפאר גרינע ;l;p- ;l;p- ;l;p-
האסט הנאה געהאט פון א תגובה, לייק עס!
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - #13 - וּבִזְכוּת אַטָאם יוֹצִיא אָיוֹם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

מאסיווער כח הדמיון! הומאריסטישע פראזן איינס נאכ'ן צווייטן.

פיינער זשאב דעליווערט!!

*דער נאמען ר' זלמן צוויי מאל איז א שטיקל טשאלענזש.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

כאניש וואס צו טוּן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4246
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 12:17 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - #13 - וּבִזְכוּת אַטָאם יוֹצִיא אָיוֹם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טוּן »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
מאסיווער כח הדמיון! הומאריסטישע פראזן איינס נאכ'ן צווייטן.

פיינער זשאב דעליווערט!!

*דער נאמען ר' זלמן צוויי מאל איז א שטיקל טשאלענזש.
וואס קעמען טון? ווילסט קול מבשר זאל זיך פארקויפן פאר איינעם וואס הייסט קלמן?...
הנם ימים המבורכים!
די געבענטשטע טעג זענען שוין אט דא!


אחכה ל"ו בכל יום שיבא!
אוועטאר
טעמטי
פורים רב תשפ"ג
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 04, 2021 12:29 am
לאקאציע: עראונד די אנדערע קארנער
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - #13 - וּבִזְכוּת אַטָאם יוֹצִיא אָיוֹם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמטי »

כאניש וואס צו טוּן האט געשריבן:
הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
מאסיווער כח הדמיון! הומאריסטישע פראזן איינס נאכ'ן צווייטן.

פיינער זשאב דעליווערט!!

*דער נאמען ר' זלמן צוויי מאל איז א שטיקל טשאלענזש.
וואס קעמען טון? ווילסט קול מבשר זאל זיך פארקויפן פאר איינעם וואס הייסט קלמן?...
:lol:
א מענטש טראכט, און טעמטי שרייבט.

אני מתנחל, כן

טעמו וראו, כי...
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24620
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ''ג - #13 - וּבִזְכוּת אַטָאם יוֹצִיא אָיוֹם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

אזאלכע שרעקעדיגע דמיונות

אבער ס'איז גוט.....
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”