פארגעסן ותן טל ומטר? דאווען איבער...

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

טעמפל שירה
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 03, 2022 6:44 pm

פארגעסן ותן טל ומטר? דאווען איבער...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמפל שירה »

מ'קלאפט אויס פאר שמונה עשרה 'ותן טל ומטר', מ'הייבט אן שמונה עשרה און ער דאווענט און דאווענט ער האלט שוין ביים ענדיגן און אפס... פארגעסן ותן טל ומטר, ער קוקט נאך וואס ער דארף טון און ער זעט יא ער דארף איבער דאווענען, וואס?? טראכט דער איד צו זיך,דער אויבעשטער דארף מיין ותן טל ומטר? די וועלט מיט אלע אירע זאכן איז סך הכל איין פיצי חלק פון די גאנצע גרויסע גלגל פון די גאנצע וועלט (כ'ווייס נישט וויאזוי עס אנצורופן) און אין דעי וועלט איז דא ביליאנען ביליאנען מענטשן און צווישן דעי ביליאנען מענטשן איז דא איין לאזער וואס האט פארגעסן ותן טל ומטר, דער אויבעשטער נעמט קעיר פון די גאנצע וועלט און פון יעדע דיטעיל און פון אלע קאקאראטשעס און ער האט פארגעסן ותן טל ומטר... צוויי ווערטער סך הכל, און דער אויבערשטער זאגט אים דאווען איבער, וואס?? סיריעסלי?? איך דארף איבערדאווענען און זאגן ותן טל ומטר? ווייסט וויאזוי איך דאווען? אבער דער אויבעשטער זאגט אים דאווען איבער, יא ס'מאכט מיר א חילוק, יא אזויווי עטס הערטס ביים אויבעשטען מאכט א חילוק צו דו האסט געזאגט ותן ברכה אדער ותן טל ומטר און דו מוזט איבערדאווענען, פארוואס? אה דו קענסט נישט פארשטיין דעם אויבעשטען, אבער דער אויבעשטער האט א הנאה און שעשועים אויף דעי וועלט פון דיר, פון דיר דא יעצט, דער אויבעשטער האט שוין געהאט פיל גרעסערע אידן פון דיר ער האט שוין געהאט די אבות ער האט שוין געהאט די ראשונים און די אחרונים מיט אלע תלמידי בעל שם מיט אלע צדיקים גאונים וקדושים און יעצט וויל ער דיין ותן טל ומטר, און טאמער האסט פארגעסן און האסט נישט געזאגט איז נישט געגאנגען ווייטער און פארטיג, ניין, דו מוזט איבערדאווענען,

דו באגרייפסט וואס דא גייט פאר??
נון בוי נון בוי נון בוי נון בוי דיין טעמפל שירה
🎙🎤🎼🎶 🎷🎸🎹🎻🎺
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: פארגעסן ותן טל ומטר? דאווען איבער...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

;l;p-
אוועטאר
ענדשוי
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 04, 2022 3:26 pm
לאקאציע: אינעם מיסט קאסטן

Re: פארגעסן ותן טל ומטר? דאווען איבער...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדשוי »

גוט געזאגט!
ווען די ווילסטעך באדאנקן אויף א ארטיקל וואס איך האב געשריבן, ביטע לאזט דיר הערן דורך א תגובה.

בילד
[email protected]
אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3942
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: פארגעסן ותן טל ומטר? דאווען איבער...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

טעמפל שירה האט געשריבן:
מ'קלאפט אויס פאר שמונה עשרה 'ותן טל ומטר', מ'הייבט אן שמונה עשרה און ער דאווענט און דאווענט ער האלט שוין ביים ענדיגן און אפס... פארגעסן ותן טל ומטר, ער קוקט נאך וואס ער דארף טון און ער זעט יא ער דארף איבער דאווענען, וואס?? טראכט דער איד צו זיך,דער אויבעשטער דארף מיין ותן טל ומטר? די וועלט מיט אלע אירע זאכן איז סך הכל איין פיצי חלק פון די גאנצע גרויסע גלגל פון די גאנצע וועלט (כ'ווייס נישט וויאזוי עס אנצורופן) און אין דעי וועלט איז דא ביליאנען ביליאנען מענטשן און צווישן דעי ביליאנען מענטשן איז דא איין לאזער וואס האט פארגעסן ותן טל ומטר, דער אויבעשטער נעמט קעיר פון די גאנצע וועלט און פון יעדע דיטעיל און פון אלע קאקאראטשעס און ער האט פארגעסן ותן טל ומטר... צוויי ווערטער סך הכל, און דער אויבערשטער זאגט אים דאווען איבער, וואס?? סיריעסלי?? איך דארף איבערדאווענען און זאגן ותן טל ומטר? ווייסט וויאזוי איך דאווען? אבער דער אויבעשטער זאגט אים דאווען איבער, יא ס'מאכט מיר א חילוק, יא אזויווי עטס הערטס ביים אויבעשטען מאכט א חילוק צו דו האסט געזאגט ותן ברכה אדער ותן טל ומטר און דו מוזט איבערדאווענען, פארוואס? אה דו קענסט נישט פארשטיין דעם אויבעשטען, אבער דער אויבעשטער האט א הנאה און שעשועים אויף דעי וועלט פון דיר, פון דיר דא יעצט, דער אויבעשטער האט שוין געהאט פיל גרעסערע אידן פון דיר ער האט שוין געהאט די אבות ער האט שוין געהאט די ראשונים און די אחרונים מיט אלע תלמידי בעל שם מיט אלע צדיקים גאונים וקדושים און יעצט וויל ער דיין ותן טל ומטר, און טאמער האסט פארגעסן און האסט נישט געזאגט איז נישט געגאנגען ווייטער און פארטיג, ניין, דו מוזט איבערדאווענען,

דו באגרייפסט וואס דא גייט פאר??
שטארק און טייער!!
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: פארגעסן ותן טל ומטר? דאווען איבער...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

גוטע נקודה
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: פארגעסן ותן טל ומטר? דאווען איבער...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

זייער שיין.
שטארקע חיזוק בעבודת התפילה
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4255
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: פארגעסן ותן טל ומטר? דאווען איבער...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

זייער שטארק!
הַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: פארגעסן ותן טל ומטר? דאווען איבער...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

הנאה געהאט פונעם געדאנק.
אבער לאמיתו של דבר איז נישט קען ראי' אז ס'איז דוקא אזוי. קען זיין אז דער יחיד, א פשוטע איד, איז טאקע נישט געפערליך אז ער לאזט אויס די צוויי ווערטער, נאר משום לא פליג הייסט מען יעדעם איבער דאווענען
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
מיין באליבטע דראון
שר חמש מאות
תגובות: 973
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 6:07 pm

Re: פארגעסן ותן טל ומטר? דאווען איבער...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין באליבטע דראון »

;l;p- ;l;p-
קשורה בנפשו
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2022 11:45 am

Re: פארגעסן ותן טל ומטר? דאווען איבער...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קשורה בנפשו »

טעמפל שירה האט געשריבן:
און צווישן דעי ביליאנען מענטשן איז דא איין לאזער וואס האט פארגעסן ותן טל ומטר
זאגסט דאך זייער גוט, כ'וועל דיר נאר מחזק זיין אז די האסט נאך טויזענטער אידן מיט דיר...
שירו לו
שר האלף
תגובות: 1093
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 08, 2020 12:21 pm

Re: פארגעסן ותן טל ומטר? דאווען איבער...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שירו לו »

Capture.JPG
Capture.JPG (81.67 KiB) געזען 456 מאל
אין איינער פון די אויסגאבעס היינט..... ;l;p-
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6153
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: פארגעסן ותן טל ומטר? דאווען איבער...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

שטארקע נקודה, געהערט אמאל לגבי יעלה ויבוא (קען מען עס זאגן יעדע חודש).
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
טעמפל שירה
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 03, 2022 6:44 pm

Re: פארגעסן ותן טל ומטר? דאווען איבער...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמפל שירה »

דריידל האט געשריבן:
הנאה געהאט פונעם געדאנק.
אבער לאמיתו של דבר איז נישט קען ראי' אז ס'איז דוקא אזוי. קען זיין אז דער יחיד, א פשוטע איד, איז טאקע נישט געפערליך אז ער לאזט אויס די צוויי ווערטער, נאר משום לא פליג הייסט מען יעדעם איבער דאווענען
מ'הייסט נישט מאכן קיין ברכות לבטלות אלץ לא פליג
נון בוי נון בוי נון בוי נון בוי דיין טעמפל שירה
🎙🎤🎼🎶 🎷🎸🎹🎻🎺
טעמפל שירה
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 03, 2022 6:44 pm

Re: פארגעסן ותן טל ומטר? דאווען איבער...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמפל שירה »

שטומפיג האט געשריבן:
זייער שיין.
שטארקע חיזוק בעבודת התפילה
ס'איז נישט נאר אין עבודת התפילה ס'איז אין יעדע זאך, א מענטש טראכט אמאל וואס בין איך? איך בין עפעס א פיצי פיצי פיצי זאך וואס איז דא אריינגעפאלן צווישן דעי גאנצע ריזיגע פוקטשער און מיין מצווהלע מיינט עפעס אפי'? אבער יא וויסן זאלסטו אז ס'מיינט זייער אסאך ס'מאכט א גרויסע חילוק,
נון בוי נון בוי נון בוי נון בוי דיין טעמפל שירה
🎙🎤🎼🎶 🎷🎸🎹🎻🎺
מפי השמועה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 10:06 am

Re: פארגעסן ותן טל ומטר? דאווען איבער...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מפי השמועה »

ווי האט יענער געזאגט, פארוואס זעהט מען נישט קיינעם נישט איבערדאווענען ווייל ער האט פארגעסן יעלה ויבא? ווייל אויב האט איינער פארגעסן, גייט ער ארויס איבערדאווענען אינדרויסען ווייל ס'איז בוששששששששששות,
וואס איז די בושה? "ווי קומט דאס צו אזא בעל זכרון ווי דיר זאל פארגעסן יעלה ויבא"?!
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4852
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע: בית המדרש

Re: פארגעסן ותן טל ומטר? דאווען איבער...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

געוואלדיגע דיבורים!

מענין לענין באותו ענין, האב איך אמאל געהערט בשם ר' מיכאל בער ווייסמאנדל זי''ע א שטארקע נקודה, ס'קומען זיך צוזאם די אלע אבות הקדושים מיט משה רבינו און אהרן הכהן מיט מיט נאך פיר פון אונזערע הייליגע אבות און רבי'ס קענען זיי זיך נישט שטעלן דאווענען מיט מנין, זיי וועל דארפן צוקומען צו א נידריגע איד וואו אונז צו משלים זיין פאר מנין, קען מען דען זיך פארשטעלן די כח וואס דו פשוט'סטע איד פארמאגט?
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אוועטאר
איטשע חסיד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 09, 2022 3:16 pm

Re: פארגעסן ותן טל ומטר? דאווען איבער...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע חסיד »

אסאך מאל קען מען ליינען מחשבות, מ׳זעט א יוד טרעט אויס שמו״ע ער קוקט זיך אום צו איינער גייט ח״ו זעהן די זאך וואס ער וועט יעצט טוהן, ער מאכט זיכער אז זיין אלע שכנים ליינען גליונות אדער דאווענען זיי נאך, און מיטאמאל געבט ער אזא נאטורליכע טרעט אויס און אריין ווי כאילו ער רוקט זיך פלעין, ער בוקט זיך ווי כאילו ער הייבט אויף א שמות פון די ערד, ער שטייט גראד ווי א ליימענע ציגל אז קיינער זאל בשום אופן נישט כאפן אז ער דאווענט יעצט איבער
אין חדר האט מען מיר גערופן איטשע, היינט הייס איך שוין איטשע חסיד…
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”