ימין מקרבת

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ימין מקרבת

ימין מקרבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ימין מקרבת »

ימין מקרבת - מיט'ן רעכטער האנט...
ס'זאגט זיך א היימיש ווערטל, אז אויב ס'גייט נישט מיט בייזן, וועט מען גיין מיט גוטענס...
און ס'גייט דאך שוין נישט מיט בייזערן, און בייזן, כאטש ס'קען גיין בדוחק גדול, איז דאך בעסער צו פראבירן צו גיין רעכטס.
און אז מ'טוהט תשובה כל הימים - ווי חסידים פירן זיך, דאן זעט מען זיך ארום אז באמת וואס מ'האט געטון און וואס מ'האט נישט געטון, איז ממילא נישט געבליבן קיינמאל קיין סאך וואס איז געווען אפילו מעגליך בידינו ממש.

דאס ברעקעלע בחירה וואס בלייבט אונז איבער אויסצואוועלען - פון וואס ס'איז באשערט ממילא משמים - איז גאנץ א קליינעם ביסעלע!
נישט מיר האבן די צייט, און נישט מיר האבן די כוח דערצו.
די גמרא פארציילט איבער'ן תשובה וואס די יצחק אבינו האט געענטפערט פאר גאט ברוך הוא.
כמה חטאו? וויפיל איז שוין וואס דער מענטשעלע קען בכלל עפעס טוישען? כמה שנותיו של אדם, שבעים שנה. פון זיבציג נעמט מען אראפ צוואנציג וואס איז בכלל נישט קיין באזעצענע שולד. און פון די געבליבענע פופציג גייט אראפ האלב, פון די נעכט וואס דער מענטשעלע שלאפט. און פון דעם נאך 12 קען מען אראפציפען, פון די צייט וואס מ'דאווענט, עסט, און איבריגע צרכים. נו? אט די געציילטע צייט, וואס האט שוין דער מענטשעלע מצליח געווען צו מאכן, וואס האט ער שוין געקענט בכלל טוהן.

בלייבט אונז איבער איין קליינעם ברעקעלע, ממש א מייקרא-פיצינקע שיריים, וואס ליגט בידינו - כלומרש'ט... און אויף דעם האנדעלט זיך אלעס ארום און ארום, אז מ'האט א בחירה צו נייגן ימין ולהיפוך.
און אז מ'איז זוכה, מיט די ביסעלע יארן, און אביסעלע רצון, און אסאך סייעתא דשמיא, קען מען מיט רעכטס דערנענטערן - כאטש ביד אחת.

דער דוחה ווערט אליינס - אויב ס'נישטא קיין השתדלות אויף טוב, ממילא איז די עבודה פון מקרב זיין די איינציגע צורך אונזערער.
און אז מ'טוהט גוט, צאלט זיך צוריק גוטס פאר גוטס, און ס'ווערט א גוטע וועלט, א גוטע יאר און א גוטע מענטשהייט.
אוועטאר
דיעל שפיל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3912
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 24, 2022 12:32 pm

Re: ימין מקרבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיעל שפיל »

זייער שיין ;l;p-
אוועטאר
בערך
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2022 11:29 pm

Re: ימין מקרבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערך »

;l;p- ;l;p-

#הנאה געהאט
קידוש החמה
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 26, 2022 3:58 pm

Re: ימין מקרבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קידוש החמה »

;l;p-
גרויס בריטאניע
שר האלף
תגובות: 1246
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 05, 2022 8:47 pm
לאקאציע: אונטערן באנק

Re: ימין מקרבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויס בריטאניע »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
הערליך. האסט מיר געשאפן א קורת רוח.
viewtopic.php?p=4435004#p4435004
איך בין געגאנגן. אפשר איין טאג העלעך זיין צוריק, אויף דערווייל ענדזשויטס..
אוועטאר
בעקעש טשאבע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 29, 2022 2:48 pm

Re: ימין מקרבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעקעש טשאבע »

אה שלום עליכם הרב שליט''א. זעהסט אויס צו זיין א תוכן פולער ניק.....
בעקעש טשאבע איז א שטאט אין אונגארן
ימין מקרבת

Re: כי הם חיינו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ימין מקרבת »

כי הם חיינו, די תורה איז אונזער לעבן, אז מ'וויל שפירן א גוטן טאג, און מ'איז נישט אין די גוסטע, דאן מאכט מען אויף א גמרא - צו סיי וועלכע הייליגער ספר, און וואונדער איבער וואונדער, וועלן באלד ארויפשווימען אלע אינטערעסאנטע זאכן וואס צוטון בעסער, איידער צו לערנען...
אבער מ'דארף זיך דערויף מחזק זיין, ווייל אט די טריק העלפט נאר אויב מ'לערנט יא עפעס קודם; דאן זאגט דער שטן, אקעי ס'דא וועמען צו שטערן. ווייל אויב מ'לערנט נישט, דארף ער נישט זוכן פאר דיר קיין אנדערע געשעפטן - ס'איז גוט אזוי אז דו זאלסט שימלען אין דיין בעד מוהט.

און אז מ'הייבט אן לערנען, כאטש איין שורה נאר, און אפילו מ'פארשטייט נישט גלייך הונדערט פרעציז וואס מ'זאגט; האט מען עס! די טעלעפאן הייבט אן קלונגען - יעדער זוכט דיר.
און אלע געשעפטן הייבן אן בליען - נישט צום גלייבן, אבי דו זאלסט מאכן פאזע - נאר פאר איין רגע ממש. און מ'איז אין די כלים... אוועק די בעד מוהט און וואלקען. ער איז כולו חיים.

כאפט מען א קאווע, און מ'כאפט די לייצעס און מ'פראבירט פריש זיך צוריקכאפן צום גמרא. און אודך טעלעפאן, אודך אלעס נאר נישט לערנען; אבער פינעף מינוט ארום... נישט יעצט, ווייל יעצט 'מוז' איך לערנען 'כאטש' איין שטיקל און פארדעם ריר איך נישט פון דא - יהיה מה שיהיה.
ס'ארבעט גוט, גלייבט מיר. ווייל נאכן לערנען אז מ'קומט צום אפעטיט, שפירט מען זיך אזוי אין הימל, אז מ'איז שוין גרייט פאר שכר בעולם הזה זאפארט!
גענוג געטון מיין זייט, יעצט נאך איין קאווע...
און נאר א רגע נעמען א קאווע, און אויסגערעדט איין רגע צו א חבר, סתם אזוי וואס איז 'שנעל' נייעס... והנה הייבן אן אלע פליגען צו קומען אין די מאסן... אין איין קורצע מינוט קלייבן זיך אן א גרופע שמועסערס וואס זיי האבן דיר קוים פארגינט פאר'ן לערנען צו זאגן גוט מארגן... אבער יעצט איז ''וואסינייעס...'' יעדער איז אויסגעקאכט גרייט פאר דיר...
אזוי זאגט די משנה - וְאִם בָּטַלְתָּ מִן הַתּוֹרָה, יֵשׁ לְךָ בְּטֵלִים הַרְבֵּה כְּנֶגְדְּךָ.

נו כך דרכו של תורה, ס'נישט גרינג אריינצוטאנצן, און מ'פליעט ארויס זייער שנעל פונעם רעיס... איין קליינע שמועסעלע און ס'איז אריבער א שעה, וואס מ'האט פראבירט אדורכשטופען א שעה - פליעט אזוי אריבער אין א מינוט...
ווען ס'ווערט אבער שווער א פראגע, א טיפערע געדאנק וואס מ'קען נישט אויסגלאטן, דארף מען זוכען די ריכטיגע ידענים וואס קענען דיר באמת ברענגען א צופרידנשטעלנדער ענטפער.
יא, צו זאגן אלע תירוצים אן די אמתע תירוץ - איז דא זייער אסאך. מ'וועט דיר זאגן; וואס דארפסטו אלעס וויסען, און וואס קריכסטו אין קבלה, אין מחקר, אין חושן משפט, אין הימל אריין.
אנשטאט צו זאגן בענוות רוח; איך, ווייס, נישט... וועלן די אומ-אלעס-ווייסערס אפ'פטר'ן מיט הונדערט פארווארפען, אנשטאט די אמת.

קוים וואס מ'קען טרעפן א בר דעת, איינער וואס איז בא'הבנ'ט אין די קליינע אותיות, און יענער זאל דיר ארויסשאקלען א ריכטיגער באדייט - כלאחר יד, ווי כאילו ער קען גארנישט און דאס איז א דבר פשוט...
אבער ווי טרעפט מען יענע גוטע יודען? זיי ברענט די צייט, און האבן נישט קיין איבריגע מינוט פאר דברים בטלים.
כ'האב מיר געקלערט, אז גענוי ווי איינער זוכט א ספר, ווייסט ער זייער גוט וואס ער האט צו טון. אויב איז עס א מוסר ספר, קוקט ער זיך אום ווי ס'ליגען די מוסר ספרים, און די גמרות ליגן דארט, און די חומשים דארט!
אבער אז ס'שווער א ריכטיגער טייטש ווארט צו דערגיין, ווי ווייסט מען ווי זענען די בעל מקרא, און ווי זענען די בעלי משנה, און ווי זענען די בעלי גמרא, בעלי הלכה, הגדה, וכדומה.
ס'וואלט באמת געברויכט צוזיין אויסגעשטעלט ווי אינעם בית הכנסת הגדול של אלכסנדריא, דארט זאגט די גמרא - איז געווען אויסגעזעצט יעדער לויט זיין קענטעניס, און מ'האט לייכט זיך געטראפן מיט קענערס און מביני אמת.
דא ליגן נאר די ספרים על הסדר, און די ריכטיגע בעלי שכל זענען אויסגעמישט מיט אזויפיל געמאכטע פענימער אז ס'איז א פראבלעם.

אחד מאלף מצאתי, און אז מ'וויל טרעפט מען זיי, אבער נישט גרינג און נישט אלץ, אבער אמת איז דא איינס! כאטש די פראגע קען זיין נאריש, וועט דער חכם'ס ענטפער זיין קונציג און געפעליג, און צופרידנשטעלנד - לעכטיג און געשמאק - כנתינתן מסיני.
ברוך אשר ככה בעולמו ברא.
לעצט פארראכטן דורך ימין מקרבת אום דינסטאג דעצעמבער 06, 2022 7:04 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
latter
שר האלפיים
תגובות: 2316
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 12:00 am

Re: ימין מקרבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך latter »

Wow thanks you are good news
תשפד גייט מען אין קאנטרי כ"א סיון מקומט אהיים כ"ח אב
דארנשטיג שלח - זונטאג שופטים
June 27 - Sep 1
אוועטאר
מ'לערנט
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2022 12:22 am

Re: ימין מקרבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מ'לערנט »

זייער שיין
ימין מקרבת

יעדער כאפט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ימין מקרבת »

מיט אראפגעלאזטע נאז איז חיימ'ל אהיימגעקומען פון חדר. און ער האט זיך געשעמט צופארציילן פארוואס ער איז אין א בייזע שטימונג.
אבער ר' אברהם זיין פאטער האט דווקא געוואלט דערגיין, וואס האט פאסירט אז חיים איז שוין ווידער צוגעלייגט; ער האט נישט געגלייבט דערין אז ער איז איינפאך א אויפגערעגטער - אויף יעדע קליינע זאך.
חיים האט פארציילט, אז אלע קינדער האבן געכאפט נאש, און איך האב נישט געוואלט 'כאפן', בין איך געבליבן דער 'וואוילער' אן גארנישט...

זעסטו חיימ'ל, מ'דארף האבן די קאפ אויפ'ן פלאץ; מ'דארף טאקע געווענליך נישט כאפן, אבער! אז יעדער כאפט... כאפ דו אויך...!
הערסטו חיימ'ל. ר' קלמיש'ל איז געווען א קליין ארעמער קינד, וואס האט פארקויפט בייגעלעך אויפ'ן מארק, און ווען ער איז אהיימגעקומען מיט א געוויין, אז מענטשן האבן זיך צעכאפט ווי שיריים - זיין גאנצער קויש'ל אינגאנצן. האט מען עהם דאן געזאגט; קלמיש'ל, אז יעדער כאפט, וואלסטו אויך געדארפט כאפן, הכל ריווח...
יארן שפעטער האט דאס דער הייליגער בעל מאור ושמש זצוק''ל פארציילט; אז ער זייענדיג דער קליינער קלמיש'ל, האט דעם מעסעדזש אריינגענומען אין קאפ - פאר'ן לעבן א לעקציע.

דער יצר וויל מער ווי סיי וואס, אונז צעקלאפן, אז וויפיל מאל דו מיינסט דו וועסט זיך שטארקן און אנהייבן פריש, וועט מען דיר לייגן פיסלעך, און בלאקירן. אבער, אז דער שטן כאפט, כאפ דו אויך! - אזוי האט אויסגעפירט דער הייליגער צדיק צו זיינע תלמידים וחסידים; אז דער יצר האט געכאפט פון מיר, זאל ער זיך דערמיט שטיקען... און איך כאפ מיר וואס איז געבליבן - און הייב אן פון פריש...

ס'דא אמאל וואס א גוטער שרייבער פראבירט צו דערלאנגען גוטע מאמרים, און לייגן גוטע סחורה, און דער אלגעמיינער ציבור קוועלט עד בלי די. דאך איז דא אמאל יחידים, וואס פונקט זיי זיצן ביים שליסל, און שליסן אפ יענעם דאס מויל, די אקאוינט, צו וואס אימער מ'קען יענעם פארשטאפן דאס מויל. מיט האלבע און פערטל אויסריידן - פארוואס.
וואס איז א נפקא מינא פארוואס? יעדער כאפט, כאפ דו אויך...
געשריבן פארמעקט, געשריבן פארמאכט, מ'פראבירט מיט'ן ימין מקרבת גוטע זאכן, און מ'קריטיקירט ביז'ן ביין.
א כפרה! יענער האט דיר פארכאפט, כאפ דו אויך.... געב נישט אויף! כאפ א אטעם, און גיי בארג ארויף.
ווייל יענעם קלאפן און קריטיקירן, אפ'פרעגן און רעגירען, קען אויך א מאלפע ווען ער זיצט ביים סוויטש-באקס. אבער וואס מ'קען פארבעסערן און פראדוצירן, בחסד עליון פארמערן, דאס קען מען נישט אוועקנעמען. קיינמאל. דו זאלסט דיך נארנישט לאזן...
יעדער כאפט, כאפ דו אויך...
ימין מקרבת

Re: ימין מקרבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ימין מקרבת »

2a98b141-9e88-40df-96e2-02ca496f5558.jpg
2a98b141-9e88-40df-96e2-02ca496f5558.jpg (108.3 KiB) געזען 1082 מאל
ימין מקרבת

Re: ימין מקרבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ימין מקרבת »

וואס איז ראנג מיט דעם טעג?
319683723_10159046433943144_8561725183289387050_n.jpg
319683723_10159046433943144_8561725183289387050_n.jpg (56.23 KiB) געזען 1001 מאל
ימין מקרבת

Re: ימין מקרבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ימין מקרבת »

9fe7e97a-60ca-47c7-89a7-aa2c1b625d74.jpg
9fe7e97a-60ca-47c7-89a7-aa2c1b625d74.jpg (208.43 KiB) געזען 941 מאל
ימין מקרבת

Re: ימין מקרבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ימין מקרבת »

דאס איז; נישט - קיין אויג פון א פיש צו פון א בעל חי;
און נישט קיין שפין געוועב, און נישט קיין נאטורליכע געפונס.
אויך נישט קיין עלעקטריק, צו מיקראסקאפישע בילד.
נאר! א האנט-געמאכטע גאבליין פון פולקאלירטע פעדימער.
a6276025-8c5c-4a08-8ad8-dd4d086043e8.jpg
a6276025-8c5c-4a08-8ad8-dd4d086043e8.jpg (96.52 KiB) געזען 859 מאל
ימין מקרבת

Re: ימין מקרבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ימין מקרבת »

319683723_10159046433943144_8561725183289387050_n - Copy.jpg
319683723_10159046433943144_8561725183289387050_n - Copy.jpg (68.32 KiB) געזען 818 מאל
ימין מקרבת

Re: ימין מקרבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ימין מקרבת »

56242626_10219139310863603_1043883507710951424_n.jpg
56242626_10219139310863603_1043883507710951424_n.jpg (53.87 KiB) געזען 624 מאל
ימין מקרבת

Re: ימין מקרבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ימין מקרבת »

Screenshot 2022-12-14 233936 - Copy.png
Screenshot 2022-12-14 233936 - Copy.png (375.16 KiB) געזען 617 מאל
ימין מקרבת

Re: ימין מקרבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ימין מקרבת »

50e72bb3-00bc-4a9c-84cb-5bee7931aa3d.jpg
50e72bb3-00bc-4a9c-84cb-5bee7931aa3d.jpg (82.86 KiB) געזען 516 מאל
בבלי
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 26, 2021 11:48 pm

Re: ימין מקרבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבלי »

[quote=" ;l;p- ;l;p- ימין מקרבת"]ימין מקרבת - מיט'ן רעכטער האנט...
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”