פעטיציע, לאמיר שליסן די נושא..

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
דל ואביון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 02, 2022 1:10 am
לאקאציע: אינטער די שטיגן

פעטיציע, לאמיר שליסן די נושא..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דל ואביון »

שלום וברכה טייערע אידן פון אייוועלט וואס צייכענען זיך אויס מיט זייערע גוטע מידות און שטארקע ווילן צו העלפן א איד וכו',

דער הייליגער בת עין איז בערך צען יאר פאר זיין הסתלקות ארויף געפארן צום הייליג לאנד און זיך באזעצט אין עיר הקודש צפת שפירנדיג אז דארט וועט ער קענען דינען דעם אייבירשטן מיט א גרעסער מאס התלהבות און התדבקות,
זינט ער האט אראפגעשטעלט זיין הייליג וואוין אין ארה''ק האט ער ביי זיך באשלאסן אז ער זוכט נישט קיין פרסום און ער איז געבליבן פארשפארט במעון קדשו על התורה ועל העבודה,
ניטאמאל אין מארק פאר דאס מינימאלסטע האט מען געקענט זען דעם צדיק'ס הייליג צורה,
אין שטאט האט זיך ווי א העליש פייער גאנץ שנעל פארשפרייט די שמועה איבער דעם אדם גדול וואס איז ארויפגעקומען אהער,
אבער מיט דעם האבן די איינוואוינער זיך אויך צוגעוואוינט צו די מציאות אז דער רב איז פארשפארט ביי זיך אין שטוב,
אזוי איז אנגעגאנגען ביז איין טאג,
דער הייליגער בת עין איז געזיצן און געלערנט ווען אינמיטן האט דורך געוואקט אויף די צפת'ע געסלאך א לוי' פון א איש פשוט, ווי נאר די לוי' איז אריבער דאס הויז פון צדיק האט דער בת עין גענומען זיין היט און קאפטן און צום גרויס ווינדער פון די ארומיגע און באגלייטער איז ער ארויס פון שטוב און מיטגעוואקט מיטן ארון ביזן בית עלמין ווי ער איז שוין פארבליבן ביז נאכן קבורה,
די חברה קדישא לייט האבן ממש נישט געקענט פארשטיין וואס דא איז פארגעקומען, צו אזא אדם פשוט האט דער צדיק משנה געווען און ארויסגעקומען באגלייטן?
ס'איז אבער נישט געווען זייער איינציגע ווינדער יענעם טאג, בשעת'ן טהרה אויף דעם איד האבן זיי געזען גאר א מערקוודיגער זאך,
נעמליך זיינע פוס זענען אים געווען אינגאנצן שווארץ און ס'האט אויסגעזען פארברענט אינגאנצן,
די עוסקי טהרה האבן פרובירט צו דערגיין וואס דא איז פארגעקומען אבער אן ערפאלג,
זענען זיי אריבער צו די פרישע אלמנה און אנגעפרעגט ביי איר אויב זי ווייסט דערפון און וואס דער באדייט איז,
אויף זייער אומבאהאלטענע ווינדער און נייגער האט די אלמנה געענטפערט מיט א פשטות אז יא ס'איז שוין א אלטע מעשה,
מיט יארן צוריק תיכף נאך איר חתונה האט איר מאן זיך באשעפטיגט פאר פרנסה אלץ פעדלער, ער פלעגט צו ארומגיין צו הייזער פון רייכע, פארקויפט זיינע סחורות און דערביי געלייזט אפאר דאלער,
האט זיך אמאל געמאכט אז ער איז אנגעקומען צום שטוב פון א גוי מיט אסאך געלט און אסאך מאכט און איינפלוס, יענער האט פארמאגט א טאכטער וואס האט זיך דארט ארום געדרייט, און פארוויילנדיג דארט האט זי זיך פארגלוסט אויף אים,
זי האט אנגעהויבן צו ארבייטן איר טאטע זאל צווינגען דעם אינגערמאן איר צו נעמען און ס'האט לאנג נישט געדויערט ביז איר טאטע האט איר נאכגעגעבן,
ער האט געמאלדן פאר דעם איד אז דאס איז זיין ''באפעל'' און ער קען זיך נישט פון דעם ארויסדרייען בשום אופן,
מ'האט אנגעגרייט א רייכע חתונה און אריינגעברענגט דעם איד צום ערגסטן רח''ל,
דארט אינעם זאל האט זיך געפונען א גרויסע אויוון פול מיט קוילן, און ווען דער איד האט געזען נעבעך אז גיהנם פתוחה תחתיו האט ער געגעבן א טאנץ אריין אינעם ברענעדיגן אויוון און זיך אינגאנצן אפגעברענט זיינע פוס,
ווי נאר די באטייליגטע ביי די צערעמאניע האבן דערזען אז זיי האבן צו טאן מיט א וויסטע משוגענער האבן זיי אים ארויסגענומען פון דארט און פארטריבן פון שטח,
דאס האט די נארוואס געווארענע אלמנה דערציילט אויף איר ''פשוטע'' מאן פאר די שאקירטע חברה קדישא לייט,
אזויווי זיי האבן געהערט די מעשה האבן אלע פארשטאנען פשט פארוואס דער בת עין הקדוש איז ארויס פון זיין סדר און יא ארויס פון שטוב צו באגלייטן,
אזא איד פארשטייט דער בת עין א איד וואס איז ארויס פון זיין וועג פארן אייבירשטן בעניני קדושה איז ווערט אין די אויגן פון הייליגן צדיק אז ער זאל זיך פאר אים מטריח זיין,
-------
קארגע דריי טעג טיילט אונז אפ פונעם יודה''ל קדישא פון הרה''ק ר' אברהם דוב בן ר' דוד מ'אווריטש בעמח''ס הק' בת עין זיואע''א,
ווער דער בת עין איז געווען קען מיר אונז נישט משיג זיין, און די מופתים מיט ישועות וואס פליסן ביי זיין ציון ברויך מען קיינעם נישט פארציילן
יעדער איד וואס זיצט דא קען כאטשיג עטליכע מופתים פון היינטיגע טעג פונעם בת עין,
נאר וואס?
די וועלט פארציילט אז מ'האט אמאל געזען א גרויסע גביר זיך ארום דרייען פאר'דאגה'ט און זוכט עפעס, אויף די פראגן פון די ארומיגע האט ער גע'ענטפערט אז ער זוכט א טשוואק,
פארוואס א טשוואק? האט איינער געפרעגט,
האט דער גביר געענטפערט קוק אהער, די וועלט איז דאך א גלגל החוזר, צופעליג יעצט איז די גוטע זייט דערפון ביי מיר, זוך איך א טשוואק עס צו אריינקלאפן ביי מיר צו אנהאלטן די גוטע זייט....

טייערע אידן מיר דארפן א טשוואק אריינצוקלאפן מופתים מיט ישועות ביינונז אין שטוב,...

דער אמת איז אז יעדע מענטש האט ליידער שוועריקייטן אדער צרות וואס ער ווארט צו פטור ווערן דערפון,
אבער דער שרייבער פון די שורות האט זיך באגעגנט לעצטנס מיט א איד וואס גייט דורך גאר א שווערע מיטמאכעניש און ווארט אויף א ישועה למעלה מדרך הטבע,
ממילא האב איך איצט גענומען די פעדער און איך קום צו אייך טייערע ליינער מיט א פעטיציע,
לאמיר שליסן די נושא,
לאמיר שליסן דעם אידס פראבלעם בזכות הצדיק הבת עין,
דער הייליגער בת עין האט בחייו געוויזן אז א מסירות נפש בעניני קדושה איז ביי אים אזוי חשוב אז ער איז זיך מטריח צו באגלייטן אזא איד, איז זיכער אז אויך היינט ווען דער צדיק לעבט נישט איז ער אבער ווייטער גרייט זיך צו מטריח זיין פאר א איד וואס מאכט זיך א גדר מיט היינטיגע מסירות נפש בעניני קדושה,
קורא יקר לאמיר אריין האקן א טשוואק פאר א ישועה פונעם צדיק וקדוש,
נעמט אייך אינטער א גדר, א קלייניקייט, אבער ''עפעס'' א קבלה לעילו ולטובת נשמתו הטהורה, און לאמיר זוכה זיין צו ריזיגע ישועות למעלה מדרך הטבע,
ס'איז זיכער אז דער צדיק וועט נישט שולדיג בלייבן,

און איך בעט אייך א טובה אלץ איינע פון די חברים דא,
בשעת איר מאכט א קבלה לעילו נשמת דעם צדיק און איר גרייט אייך אראפצוברענגען אונ-געהויערע השפעות ביטע זאגט ארויס מיט'ן מויל אז איר טוט עס לזכות דעם איד וואס דער שרייבער פון די שורות האט אינזינען אז ער זאל שוין געהאלפן ווערן מיט א שנעלע און גאנצע ישועה,
ובזכות הצדיק זאלט איר זוכה זיין צו ישועות נפלאות עד אין גבול וחקר אמן!
די פראבלעם פון די היינטיגע וועלט איז אז ס'איז דא צו ווייניג משוגעים, און די משוגעים זענען צו ווייניג משוגע

(-הרב א"מ פרענקל מב"ח)

[email protected]
אוועטאר
דל ואביון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 02, 2022 1:10 am
לאקאציע: אינטער די שטיגן

Re: פעטיציע, לאמיר שליסן די נושא..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דל ואביון »

ובזה החלי הריני מקבל עלי לעי''נ הרב אברהם דוב בן דוד בלי נדר צו היטן מיינע אויגן און נישט קוקן קיין ווידיאו אדער סיי וועלכע בילד וואס שטימט נישט מיט אונזערע גדרי קדושה, פון היינט ביז כ' טבת, בזכות זה זאל דער צדיק פועל'ן א שנעלע און גאנצע ישועה פאר דעם איד אמן!
די פראבלעם פון די היינטיגע וועלט איז אז ס'איז דא צו ווייניג משוגעים, און די משוגעים זענען צו ווייניג משוגע

(-הרב א"מ פרענקל מב"ח)

[email protected]
עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

Re: פעטיציע, לאמיר שליסן די נושא..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עושר וכבוד »

דל ואביון האט געשריבן:
ובזה החלי הריני מקבל עלי לעי''נ הרב אברהם דוב בן דוד בלי נדר צו מער היטן מיינע אויגן ביים גיין אויפן גאס, פון היינט ביז כ' טבת, בזכות זה זאל דער צדיק פועל'ן א שנעלע און גאנצע ישועה פאר מיר און פאר דעם איד אמן!
אוועטאר
אחר חצות
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2022 5:31 pm

Re: פעטיציע, לאמיר שליסן די נושא..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחר חצות »

אחר חצות האט געשריבן:
ברוך השם זייט יום המיוחס ב' סיון תשפ''ב קוק איך נישט קיין ווידעאן מער,
אבער א קבלה איז שטארקער, איז יעדעס מאל ס'דערגרייכט פערציג טעג בין איך מיר פון פריש מקבל, אמאל לזכותי און אמאל לזכות א חבר אדער באקאנטער וואס דארף א ישועה, כ'ווייס נישט וואס אנדערע אידן זאגן "און כ'בין טאקע נייגעריג צו הערן פונעם עולם דא," אבער איך קען מעיד זיין אויף מיר אז זייט יענעם טאג וואס כ'האב אויפגעהערט קוקן האב איך געזען בחוש ווי דער אייבירשטער האט מיר אנגעהויבן צו באגיסן מיט טובות און השפעות אויף א משונה'דיגן פארנעם, יעדע זאך וואס כ'טראכט נאר אז איך דארף און אפי' זאכן וואס ס'פאלט מיר ניטאמאל ביי אז איך דארף באקום איך אויף א גאלדן טאץ,
כ'רעד שוין נישט פון דעם וואס איך שפיר מיר סאך געזונטער און נארמאלער נישט צו מיטהאלטן אלע נער'ישקייטן וואס נאר ווער ס'קוקט נישט קיין ווידעא פארשטייט וואס כ'מיין, עכ''פ כ'בין יעצט סייווי אינדערמיט פון א קבלה וואס ענדיגט זיך עשרה בטבת איז מצרף זיין קען איך נישט, כ'בין עס נאר מודיע דא בשער בת רבים צו שטערקער מאכן די זאך, ויה'ר שיתקדש ש''ש על ידינו בביאת גוא''צ בזכות הקבלות אמן
געשריבן אויף א צווייטע פלאץ, און כ'בין מקבל צו אויסצוען די קבלה ביז כ' טבת לעי''נ הבת עין לזכות דעם איד וואס דער שרייבער פון די שורות האט אינזינען
@פאראויס האט גענאגלט די סיטואציע... כאפט א בליק,

viewtopic.php?p=4637906#p4637906
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: פעטיציע, לאמיר שליסן די נושא..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

בל"נ וועל איך זיך פרובירן צו מונע זיין פון קוקן אינטערטעינמענט נאנ-אינפארמעישענעל ווידעאס.
אוועטאר
בערך
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2022 11:29 pm

Re: פעטיציע, לאמיר שליסן די נושא..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערך »

צום ערשט זייער שיין געשריבן.
און צום צווייט זאל מיין התעוררות זיין א זכות פאר די יוד.
בשורות טובות!!
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”