צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

שכוח תרמי ביסט זיסע נייעס שרייב ווייטער
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8504
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

אויף די וועגן און שטעגן

ביים ערשטן סטאפ איז נאך געווען לעכטיג האט זיך דער עולם ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד, אנגעפירט דורך מרדכי אהרן עפשטיין צוזאמען מיט רב גאלדבלום וואס איז אנגעקומען מיט די קאר, מ'האט געטאנצן בשמחה רבה בשעת ר' חננאל מעכל האט געמאכט תנועות מיט די הענט, די גוים ארום האבן געכאפט בילדער פון אונז און זיי האבן געבעטן פאר סעלפי'ס, מ'האט געכאפט א שמועס מיט איינע פון די חברה וואס האט פארציילט אז ער קומט פון שוועדן.
imgonline-com-ua-resize-2oCND8Tjlz (1).jpg
imgonline-com-ua-resize-2oCND8Tjlz (1).jpg (88.56 KiB) געזען 1907 מאל
אויפן באס בשעת'ן פארן האט מען גאר איינגענעם פארברענגט, אנפאנג איז נאך געווען גאנץ רואיג, ביים ערשטן סטאפ איז רב גאלדבלום צוריקגעקומען צום באס, ער האט פיין מיטגעשמועסט מיטן עולם, אפרים ישראל איז ארומגעגאנגען טיילן ברוינפען פארן עולם צו מאכן א לחיים היות מ'האט געפויעלט אלעס גוטס ביים חתם סופר, און וויבאלד מיט שמחה קען מען אלעס פויעלן האט ער זיכער געמאכט אז יעדער טרונקט און ס'האט מיט די צייט געהאט א השפעה.

מ'האט זיך אריינגעלאזט אין טיפע דיסקוסיעס, מ'האט ארום גערעדט איבער דאס און יענץ, איך ארויפגעברענגט א טענה אויף די גאנצע קערעסטיר געפארעכטס, איך פרוביר צו פארשטיין וואס די קאנעקשאן וואס אסאך אידן האבן קיין קערעסטיר, מענטשן אידענטיפייען זיך אלס איש קערעסטיר, איך בין פון רעב שייעלעס מענטשן! וואס מיינט דאס? ווען איינער זאגט אז ער איז א ברסלבער ווייס איך אז ער לערנט ברסלבע תורות, ער פרובירט צו אדאפטירן דעם ברסלב'ן לייפסטייל, ער האט א קאנעקשאן אהין, ס'איז דא מיט וואס זיך צו באהעפטן, ווען איינער זאגט אז ער איז א איזשביצער, ווייס איך אז עפעס ציהט אים אהין, עפעס האט ער געזען אינעם מי השילוח וואס זאל אים ציען אהין, אבער וואס איז דא אין קערעסטיר? ס'איז נישט דא קיין שום ספר, קיין שום מהלך, קיין דרך החיים וואס מ'קען זאגן אז אזוי גייט צו א קערעסטירער צום לעבן, סך הכול עסט מען, ס'איז גארנישט מחייב און ניטאמאל פטר'ט עס גארנישט, סך הכול דארף מען עסן אדער מנדב זיין א גרויסע לחיים און זיך קלאפן אין בייכל רעב שייע בען רעב מוישע, איך האב געוואלט אנציען דעם עולם אז מען זאל זיך טענה'ן מיט מיר, אבער דער עולם האט פלעין מסכים געווען מיט מיר, זעהט אויס איך בין נישט דער איינציגסטער וואס איז געקומען קיין אונגארן זשאסט פאר פאן...

די שמועס האט זיך דערקייקלט צו נאך גאר אסאך אינטערסאנטע עניינים, מ'האט גערעדט פונעם גאב"ד און פונעם ראב"ד, נתנאל האט פארציילט שיינע מעשה'לעך וואס ער האט געהאט מיט ר' אברהם יצחק אולמאן און מיט אנדערע צדיקים, ער האט פארציילט אז ער איז געגאנגען זאגן פאר ר' משה שטרנבוך אז ער דארף א ישועה האט ר' משה געזאגט גיי זיי מתפלל ביים כותל! אבער איך בין א סאטמארער האט נתנאל געטענה'ט, האט ר' משה שנעל צוריקגעצויגן, גיי נישט!, האט נתנאל געטענ'ט אז אפשר דארף די עשה פון מצווה לשמוע דברי חכמים איבערוועגן דעם לא תעשה פונעם רבין פון נישט גיין צום כותל, אבער ר' משה האט נישט מסכים געווען צו נתנאל'ס אויבערחכמה, און געזאגט נעין נעין געי נישט!

פון דארט האט האט זיך דער שמועס דערקייקלט צו אסאך קאנטערווערסיאלע עניינים, וואס דאס האט צוגעפירט אז ר' חננאל מעכל זאל זיך אויפשטעלן פון זיין פלאץ אויפן אויבן אן און זיך אריבערשטופן צו די בעק צו פראקלאמירן אז ער איז נישט מסכים צו מיינע שטעלונגען! ער איז נאך פון דער אלטער חדר און דארט האט מען נישט גערעדט פון די זאכן, ער זאגט אז איך מיט אים זענען נישט פון די זעלבע טייג געקנאטן, מיט אזא אויסדרוק אז איך בין קאקאש קעיק און ער איז צימערינג... נאך א מזל איך האב בעסער ליב קאקאש קעיק....

אז מיר האבן שוין געהאט ר' חננאל מעכל'ען מיט אונז האבן מיר געשמאק פארברענגט מיט אים אויך, ביז די נעקסטע סטאפ, דאן איז שוין געווען טונקל האט זיך דער עולם געשטעלט אין א זייט אזוי מידלעך עטליכע האבן זיך געזעצט אויף דער ערד, ביז מ'איז ווייטער געפארן, שמחה אילאוויטש האט געהאלטן א אויג אויפן זשי פי עס, איינמאל האט ער געזאגט אז מ'איז נאך צוויי שעה אוועק א האלבע שעה שפעטער האב איך אים געפרעגט נאכאמאל ווי מ'האלט, האט ער געזאגט אז ס'שטייט נאך אלס די זעלבע צוויי שעה, ס'האט זיך נישט געטוישט, אזוי איז מען געפארן שעות און ס'האט נישט אויסגעקוקט ווי מ'קומט בכלל אן נענטער צו דעסטינאציע, איך האב זיך ארומגעקוקט וואס דער עולם טוט, רב גאלדבלום האט געקוקט אין א ספר'ל, איינער איז געזעצן אריינגעטון אין זיין געים בוי וואס ער האט געברענגט אז ער זאל נישט נכשל ווערן מיט שמירת עיניים אויפן פליגער, האט ער געהאט דארט א געים וואס מ'שיסט מיט טאנקען, איך האב פרובירט רעדן מיט אים אבער ער האט געהאלטן פעסט אינמיטן איינעמען ראמעניע האט ער זיך נישט צוטון געמאכט פון מיר, יוסף העכיל האט געטיילט שאקאלאדן פארן עולם, א מחזה הוד איז געווען צוצוקוקן ווי דני זיצט איינגעוויקלט אין זיין הייליגן דאכענע און רעכט אפ א הייליגן שלאף..
imgonline-com-ua-resize-in0VugWr9Wx (1).jpg
imgonline-com-ua-resize-in0VugWr9Wx (1).jpg (98.77 KiB) געזען 1907 מאל
מ'האט זיך אריינגעלאזט אין א הערליכע קומזיץ מ'איז געזעצן פאר א לאנגע צייט און געזינגען אלע סארטן שיינע לידער דני האט געהאט דארט זיין גיטאר, און דער עולם האט אזוי שיין מיטגעזינגען, דני'ס גיטאר איז אן אויסגענוצטע גיטאר אזוי ווי עס איז דא אזא מושג פון א אויסגענוצטע גמרא וואס די בלעטער זענען צוקנייטשט אוןן אפגעריסן ביי די עקן פון אזויפיל הארעווען דערויף, איז דני'ס גיטאר קען מען זאגן אז ס'איז א אויסגעהארעוועטע גיטאר, דארט ווי מ'שפילט מיט די קליינע שטיקל פלעסטיק, איז די האלץ פון די גיטאר אינגאנצן אפגעריבן אזש ס'האט זיך שוין אפילו געמאכט א לעכל דארט, לעצטנס האט איך געזעהן א ווידיאו פון דני האב איך געזעהן אז די לעכל האט זיך שוין אויסגעברייטערט, מ'זעהט אז דני לייגט אריין שווערע כוחות אינעם גיטאר, ס'איז ממש העכערע כוחות, דער עולם האט געזינגען מיטן גאנצן אייפער, איך בין א שטיק תפילה איך בין א שטיק תפילה ווען איך דאוון צום נורא עלילה! ואני תפילתי! פון די ווארימע קאמפאזיציעס וואס דני האט פארפאסט.

ווי אויך האט מען פארשטייט זיך יעדע עטליכע מינוט זיך צופייערט מיטן באקאנטן זמר צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! אפרים ישראל דער באקאנטער דעברעצינער חזן האט אפירגענומען דעם גיטאר, ער האט נישט געקענט שפילן אבער ס'איז געווען גוט פאר די אויסקוק, און ער האט אראפגעלייגט א פייערדיגע ממקומך, ס'האט אפגעדונערט, מתי תמלוך בציון...! בקרוב וכו' וכו' און דער גאנצער עולם האט מיטגעברימט לעולם ועד תשכון העעעעע.... ועינינו תראנה...! תעעעראנה מלכותך.... כדבר האמור בשירי עיזיך, דא האט ער ארויפגעברענגט זיין שטימע, עעעל ידי דוד! מאאאשיח צידקיייייייייך!
imgonline-com-ua-resize-KWwhHTuSWuX (1).jpg
imgonline-com-ua-resize-KWwhHTuSWuX (1).jpg (94.99 KiB) געזען 1907 מאל
נעקסטע ארטיקל
לעצט פארראכטן דורך תרמב אום מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 11:14 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

הויך ספעריש. יישר.
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

נאכנישט קאמענטירט דא, געלייענט יעדעס פארזעצונג מיט אינטרעס און מיר קוק מיר ארויס אויף נאך.

צוקער זיס!
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

ס׳ווערט בעסער און בעסער! גיי אן מיט א פרישקייט!
אוועטאר
להחיות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3599
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 01, 2021 12:40 pm
לאקאציע: ביי די גמרא

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להחיות »

דער תרמב איז פאר די ביכער!!!
ווייל מיר גלייבן אז ס'איז אלעס חסדים, ווייל מאתו לא תצא הרעות ,אבער מיר טוען צו דעם נישט טויגן ,מיר ווילן זעהן מיט די אייגענע אויגן ,דיינע חסדים וואס זענען אזוי גרויס
להחיות איז ראשי תיבות: הראנו ד' חסדך וישעך תתן לנו (קרעדיט: לכאורה)
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1695
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

יוש...
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6608
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

גאר גוט! גיי אן

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
דן שמחה
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 26, 2022 12:19 am

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דן שמחה »

תרמי, הערליך.

האסט אויסגעלאזט א קליינע דעטאל וועגן די סאלדאטן ביים גרעניץ.

מיט די רבי איז די מעשה אזוי, גלייך ווען ער איז אנגעקומען בין איך שרעקליך נערוועז געווארן פון איהם, נאך עפעס א נעכס רבילע קומט זיך דא אנלייגן אויפן עולם בעל כרחם.

אבער מיט די צייט האב איך אנגעהויבן זעהן אז ווי שטארק דער עולם האט איהם געגעבן עטיטוד האט עס איהם בכלל נישט באנומען, ער איז בכלל נישט געווארן פארווייטאגט אדער פארשעמט, פארקערט גאר, ער זיצט מיט אזא שמייכל, מיט אזא שלוות הנפש.

און נישט פארגעסן, ער האט פארלוירן זיין רענצל, זיין טייערע שטריימל, טלית, בעקיטשעס, אלעס איז פארלוירן, דא איז שוין דאנערשטיג נאכמיטאג, ער האט נישט קיין פאר וועש זיך צו איבערטוען, און ער ווייזט נישט בכלל קיין צייכן פון זארג.

האב איך באשלאסן אנצוהייבן א שטיקל שמועס מיט איהם, צוערשט אביסל סקעפטיש געמישט מיט סארקאזם, אבער ווי מער איך האב גערעדט איהם האב איך אנגעהויבן זעהן אז מרעדט דא פון א שטארק אויסגעבויטע איד, א דיין ומורה הוראה, אין וועלכע נושא כהאב נאר אנגערירט האט זיך פון איהם געגאסן ידיעות מיט א מוראדיגע קלארקייט, צוביסלעך האט זיך די שמועס אנטוויקלט מער און מער, מהאט גערעדט פון פארשידענע אינטרעסאנטע ענינים צום סוף האט ער זייער שיין ארומגערעדט וועגן יחוד השם און בריאה, וואס לכאורה זענען די צוויי זאכן א סתירה, פון דארט איז מען געפארן צו ידיעה און בחירה, און למעשה האט ער געטענהט אז אלעס ווענדט זיך און די רצון פון מענטש, דארט איז די אמתע בחירה, וויפיל ער וויל באמת, וויפיל ער בענקט, דארט איז די עיקר בחירה וכו׳ וכו,

עכ״פ אויב בין איך געגאנגען צו די נסיעה נאר אויף צו טרעפן דעם רב גאלבלום האט זיך שוין געלוינט.
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4016
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

תרמ"ב, איך ליין יעדעס וואָרט מיט דאָרשט, דיין פעדער איז דאָך אַזוי באַ'טעמ'ט און ציענד. ביטע שטעל דיר נישט אָפ…

אַ גרויסן ש'כח!
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1551
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

ווערט בעסער און בעסער, אונז קאן מיר דעם דני, ווער עס האט נאכנישט געהערט זיין ”נח בויעט א תיבה” קאמפאזיציע זאל וויסן אז ער פארפאסט.
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9197
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

זייער יוניק, שרייב נאך. מיר האבען הנאה.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
נתנאל רוזנברג
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 02, 2022 10:10 am

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתנאל רוזנברג »

זאל מען ארויף ברענגן דני אהער?
ראה עניי ועמלי ושא לכל חטאותי
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

נתנאל רוזנברג האט געשריבן:
זאל מען ארויף ברענגן דני אהער?
וואס איז די שאלה?
אוודאי!
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8504
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

קרייסלער האט געשריבן:
דער תרמי שטעלט שוין כמעט אין שאטן דעם מנהל'ס נסיעה טאג בוך...טובים שנים מן האחד
דאס איז א מעכטיגע קאמפלימענט! איך גלייך עס...
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6371
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

נתנאל רוזנברג האט געשריבן:
זאל מען ארויף ברענגן דני אהער?
אבער שוין!
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8504
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

דן שמחה האט געשריבן:
תרמי, הערליך.

האסט אויסגעלאזט א קליינע דעטאל וועגן די סאלדאטן ביים גרעניץ.

מיט די רבי איז די מעשה אזוי, גלייך ווען ער איז אנגעקומען בין איך שרעקליך נערוועז געווארן פון איהם, נאך עפעס א נעכס רבילע קומט זיך דא אנלייגן אויפן עולם בעל כרחם.

אבער מיט די צייט האב איך אנגעהויבן זעהן אז ווי שטארק דער עולם האט איהם געגעבן עטיטוד האט עס איהם בכלל נישט באנומען, ער איז בכלל נישט געווארן פארווייטאגט אדער פארשעמט, פארקערט גאר, ער זיצט מיט אזא שמייכל, מיט אזא שלוות הנפש.

און נישט פארגעסן, ער האט פארלוירן זיין רענצל, זיין טייערע שטריימל, טלית, בעקיטשעס, אלעס איז פארלוירן, דא איז שוין דאנערשטיג נאכמיטאג, ער האט נישט קיין פאר וועש זיך צו איבערטוען, און ער ווייזט נישט בכלל קיין צייכן פון זארג.

האב איך באשלאסן אנצוהייבן א שטיקל שמועס מיט איהם, צוערשט אביסל סקעפטיש געמישט מיט סארקאזם, אבער ווי מער איך האב גערעדט איהם האב איך אנגעהויבן זעהן אז מרעדט דא פון א שטארק אויסגעבויטע איד, א דיין ומורה הוראה, אין וועלכע נושא כהאב נאר אנגערירט האט זיך פון איהם געגאסן ידיעות מיט א מוראדיגע קלארקייט, צוביסלעך האט זיך די שמועס אנטוויקלט מער און מער, מהאט גערעדט פון פארשידענע אינטרעסאנטע ענינים צום סוף האט ער זייער שיין ארומגערעדט וועגן יחוד השם און בריאה, וואס לכאורה זענען די צוויי זאכן א סתירה, פון דארט איז מען געפארן צו ידיעה און בחירה, און למעשה האט ער געטענהט אז אלעס ווענדט זיך און די רצון פון מענטש, דארט איז די אמתע בחירה, וויפיל ער וויל באמת, וויפיל ער בענקט, דארט איז די עיקר בחירה וכו׳ וכו,

עכ״פ אויב בין איך געגאנגען צו די נסיעה נאר אויף צו טרעפן דעם רב גאלבלום האט זיך שוין געלוינט.
איך געדענק נישט וואס דו מיינסט מיט די סאלדאטן ביים גרעניץ, אדרבה פארצייל דו פארן עולם.

לגבי דעם רעבין איז אמת ויציב יעדעס ווארט, מ'האמיר אים נישט מחשיב געווען כפי כבודו די ערשטע טייל פון די נסיעה, מ'האמיר אבער שפעטער תשובה געטון און אפגעגעבן די כבוד הראוי לו, ולשבחו יאמר אז ביי אים האט מען נישט געזעהן קיין חילוק פון די ערשטע העלפט נסיעה צו די צווייטע.
נתנאל רוזנברג
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 02, 2022 10:10 am

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתנאל רוזנברג »

תרמב האט געשריבן:

אנגעהויבן האט ער מיט צוואנציג מתנגדים... גענדיגט מיט אכצען חסידים...
ראה עניי ועמלי ושא לכל חטאותי
אוועטאר
חאצקיל בעל עגלה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2021 1:03 am
לאקאציע: אויף די וועגן און שטעגן

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקיל בעל עגלה »

אה''ו האט געשריבן:
ווערט בעסער און בעסער, אונז קאן מיר דעם דני, ווער עס האט נאכנישט געהערט זיין ”נח בויעט א תיבה” קאמפאזיציע זאל וויסן אז ער פארפאסט.
יאפ. יעדעס תנועה זיינע איז גאלט און ציקער זיס
פאר א געשמאקע וואקאציע אין אריזאנע
רופט שוין ● 520-251-4459 ●
ספעציעלע וויקענד פרייז פאר אייוועלט באנוצער, פאר בלויז $1000
מלא משאלות
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2022 1:16 am

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מלא משאלות »

נתנאל רוזנברג האט געשריבן:
תרמב האט געשריבן:
דן שמחה האט געשריבן:
תרמי, הערליך.

האסט אויסגעלאזט א קליינע דעטאל וועגן די סאלדאטן ביים גרעניץ.

מיט די רבי איז די מעשה אזוי, גלייך ווען ער איז אנגעקומען בין איך שרעקליך נערוועז געווארן פון איהם, נאך עפעס א נעכס רבילע קומט זיך דא אנלייגן אויפן עולם בעל כרחם.

אבער מיט די צייט האב איך אנגעהויבן זעהן אז ווי שטארק דער עולם האט איהם געגעבן עטיטוד האט עס איהם בכלל נישט באנומען, ער איז בכלל נישט געווארן פארווייטאגט אדער פארשעמט, פארקערט גאר, ער זיצט מיט אזא שמייכל, מיט אזא שלוות הנפש.

און נישט פארגעסן, ער האט פארלוירן זיין רענצל, זיין טייערע שטריימל, טלית, בעקיטשעס, אלעס איז פארלוירן, דא איז שוין דאנערשטיג נאכמיטאג, ער האט נישט קיין פאר וועש זיך צו איבערטוען, און ער ווייזט נישט בכלל קיין צייכן פון זארג.

האב איך באשלאסן אנצוהייבן א שטיקל שמועס מיט איהם, צוערשט אביסל סקעפטיש געמישט מיט סארקאזם, אבער ווי מער איך האב גערעדט איהם האב איך אנגעהויבן זעהן אז מרעדט דא פון א שטארק אויסגעבויטע איד, א דיין ומורה הוראה, אין וועלכע נושא כהאב נאר אנגערירט האט זיך פון איהם געגאסן ידיעות מיט א מוראדיגע קלארקייט, צוביסלעך האט זיך די שמועס אנטוויקלט מער און מער, מהאט גערעדט פון פארשידענע אינטרעסאנטע ענינים צום סוף האט ער זייער שיין ארומגערעדט וועגן יחוד השם און בריאה, וואס לכאורה זענען די צוויי זאכן א סתירה, פון דארט איז מען געפארן צו ידיעה און בחירה, און למעשה האט ער געטענהט אז אלעס ווענדט זיך און די רצון פון מענטש, דארט איז די אמתע בחירה, וויפיל ער וויל באמת, וויפיל ער בענקט, דארט איז די עיקר בחירה וכו׳ וכו,

עכ״פ אויב בין איך געגאנגען צו די נסיעה נאר אויף צו טרעפן דעם רב גאלבלום האט זיך שוין געלוינט.
איך געדענק נישט וואס דו מיינסט מיט די סאלדאטן ביים גרעניץ, אדרבה פארצייל דו פארן עולם.

לגבי דעם רעבין איז אמת ויציב יעדעס ווארט, מ'האמיר אים נישט מחשיב געווען כפי כבודו די ערשטע טייל פון די נסיעה, מ'האמיר אבער שפעטער תשובה געטון און אפגעגעבן די כבוד הראוי לו, ולשבחו יאמר אז ביי אים האט מען נישט געזעהן קיין חילוק פון די ערשטע העלפט נסיעה צו די צווייטע.
אנגעהויבן האט ער מיט צוואנציג מתנגדים... גענדיגט מיט אכצען חסידים...
און וואס איז געבליבן מיט די לעצטע צוויי מתנגדים? :-(
די וועלט איז ווי א געלעכטער! עס קומט און עס גייט!
אוועטאר
להחיות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3599
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 01, 2021 12:40 pm
לאקאציע: ביי די גמרא

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להחיות »

חאצקיל בעל עגלה האט געשריבן:
אה''ו האט געשריבן:
ווערט בעסער און בעסער, אונז קאן מיר דעם דני, ווער עס האט נאכנישט געהערט זיין ”נח בויעט א תיבה” קאמפאזיציע זאל וויסן אז ער פארפאסט.
יאפ. יעדעס תנועה זיינע איז גאלט און ציקער זיס
וואס איז די ניגון נח בויעט א תיבה ?
ווייל מיר גלייבן אז ס'איז אלעס חסדים, ווייל מאתו לא תצא הרעות ,אבער מיר טוען צו דעם נישט טויגן ,מיר ווילן זעהן מיט די אייגענע אויגן ,דיינע חסדים וואס זענען אזוי גרויס
להחיות איז ראשי תיבות: הראנו ד' חסדך וישעך תתן לנו (קרעדיט: לכאורה)
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

WOW יישר כח
איינער מיט א PDF ביז אהער ?
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8504
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

מלא משאלות האט געשריבן:
נתנאל רוזנברג האט געשריבן:
תרמב האט געשריבן:
דן שמחה האט געשריבן:
תרמי, הערליך.

האסט אויסגעלאזט א קליינע דעטאל וועגן די סאלדאטן ביים גרעניץ.

מיט די רבי איז די מעשה אזוי, גלייך ווען ער איז אנגעקומען בין איך שרעקליך נערוועז געווארן פון איהם, נאך עפעס א נעכס רבילע קומט זיך דא אנלייגן אויפן עולם בעל כרחם.

אבער מיט די צייט האב איך אנגעהויבן זעהן אז ווי שטארק דער עולם האט איהם געגעבן עטיטוד האט עס איהם בכלל נישט באנומען, ער איז בכלל נישט געווארן פארווייטאגט אדער פארשעמט, פארקערט גאר, ער זיצט מיט אזא שמייכל, מיט אזא שלוות הנפש.

און נישט פארגעסן, ער האט פארלוירן זיין רענצל, זיין טייערע שטריימל, טלית, בעקיטשעס, אלעס איז פארלוירן, דא איז שוין דאנערשטיג נאכמיטאג, ער האט נישט קיין פאר וועש זיך צו איבערטוען, און ער ווייזט נישט בכלל קיין צייכן פון זארג.

האב איך באשלאסן אנצוהייבן א שטיקל שמועס מיט איהם, צוערשט אביסל סקעפטיש געמישט מיט סארקאזם, אבער ווי מער איך האב גערעדט איהם האב איך אנגעהויבן זעהן אז מרעדט דא פון א שטארק אויסגעבויטע איד, א דיין ומורה הוראה, אין וועלכע נושא כהאב נאר אנגערירט האט זיך פון איהם געגאסן ידיעות מיט א מוראדיגע קלארקייט, צוביסלעך האט זיך די שמועס אנטוויקלט מער און מער, מהאט גערעדט פון פארשידענע אינטרעסאנטע ענינים צום סוף האט ער זייער שיין ארומגערעדט וועגן יחוד השם און בריאה, וואס לכאורה זענען די צוויי זאכן א סתירה, פון דארט איז מען געפארן צו ידיעה און בחירה, און למעשה האט ער געטענהט אז אלעס ווענדט זיך און די רצון פון מענטש, דארט איז די אמתע בחירה, וויפיל ער וויל באמת, וויפיל ער בענקט, דארט איז די עיקר בחירה וכו׳ וכו,

עכ״פ אויב בין איך געגאנגען צו די נסיעה נאר אויף צו טרעפן דעם רב גאלבלום האט זיך שוין געלוינט.
איך געדענק נישט וואס דו מיינסט מיט די סאלדאטן ביים גרעניץ, אדרבה פארצייל דו פארן עולם.

לגבי דעם רעבין איז אמת ויציב יעדעס ווארט, מ'האמיר אים נישט מחשיב געווען כפי כבודו די ערשטע טייל פון די נסיעה, מ'האמיר אבער שפעטער תשובה געטון און אפגעגעבן די כבוד הראוי לו, ולשבחו יאמר אז ביי אים האט מען נישט געזעהן קיין חילוק פון די ערשטע העלפט נסיעה צו די צווייטע.
אנגעהויבן האט ער מיט צוואנציג מתנגדים... גענדיגט מיט אכצען חסידים...
און וואס איז געבליבן מיט די לעצטע צוויי מתנגדים? :-(
איך ברעך מיך קאפ צו כאפן ווער די צוויי מחוצפים זענען
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8504
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

נישט ווי יעדעם האט געשריבן:
WOW יישר כח
איינער מיט א PDF ביז אהער ?
ביים סוף וועט זיין
מלא משאלות
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2022 1:16 am

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מלא משאלות »

להחיות האט געשריבן:
חאצקיל בעל עגלה האט געשריבן:
אה''ו האט געשריבן:
ווערט בעסער און בעסער, אונז קאן מיר דעם דני, ווער עס האט נאכנישט געהערט זיין ”נח בויעט א תיבה” קאמפאזיציע זאל וויסן אז ער פארפאסט.
יאפ. יעדעס תנועה זיינע איז גאלט און ציקער זיס
וואס איז די ניגון נח בויעט א תיבה ?
א קאזין מיט די צוויי מענטשן שווימען אין א טייך!
די וועלט איז ווי א געלעכטער! עס קומט און עס גייט!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”