א קילער שוועמל...

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אריה במסתרים
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 9:57 am

א קילער שוועמל...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אריה במסתרים »

א גוט יאר טייערע אידן, זאל מען האבן אויסגעבעטן אלעס גוטס, און יעדער זאל האבן א זיס לעכטיג לעבעדיגע יאר מיט אלע גוטע זאכן.

שטייענדיג אזוי צום גדליה אין בית המדרש, האמיר אנגעטראפן מיין טייערע חבר, שוועמל. כ'ווייס נישט צו דאס איז זיין עכטע נאמען, אדער מען רופט אים נאר אזוי ווייל אנטשטאט א מוח האט ער א שוועמל, אבער דאס איז די סטארי. שלאג אים.

שוועמל, אין ישיבה איז ער געווען אן אומזעבארער קראץ אויפן רוקן, קיינמאל האט מען געהערט פון אים חוץ ווען מען האט עפעס געדארפט פון אים אדער ער האט געמאכט עפעס א מאחרייקע, ער איז געווען פון די שטילערע סארט, אבער די די שטילע חרבנות סטייל.

כ'ווייס נישט צו ס'האט פאסירט אין יוחד שטיבל צו די נאכט פון די חתונה, אבער אנקומענדיג אין סמעדריש אין צענטער פון די זיבן געבענטשאכצער, איז ער טראנספארמירט געווארן פון אן אומזעבארער קראץ צו א גרויסע גראבע אומפארמיידבארער ברוינער איבער וואגיגע פינטל אין צענטער פון נאז.

אפילו דו ווילסט נישט קוקן שטייט ער דארט בהוד יפיה, כ'מיין צו זאגן מיטן פולן מיאוס'קייט, סארי יעדער איינער און ספעציעל שוועמל פאר די גראפישע דיסקרופציע, ההכרח לא יגונה ולא ישובח און ספעשל נישט ווערט קיין משובח'צער ווען די רעדע איז פון שוועמל.

שוועמל דרייווט כהיום א נעוויגעיטער, ווארום, א נעוויגעיטער, ער רייסט שטיקער און גייט מיט א שיינעם געביגלטן העמד. ער איז שוין היינט א חפצא. א זאך. א כלי.

שוועמל איז מער נישט דאס בחור'ל מיטן גרויען חאלאט און רינעדיגע נאז. ער איז א נעוויגעיטער דרייווער, ער האט א גרויסן סמארטפאון אויפן פאסיק וואס ער נוצט צו זוכן א דזשאב, ער איז קיל. גאר גאר קיל.

ער טרעפט מיר אזוי היינט אינדערפרי, איך בין קוים אויפגעשטאנען, ס'פיאות זיצט מיר נאך באקוועם אויפן שטערן, כבינאך אונטערן רושם פונעם נעכטיגן הייליגן און גרויסן טאג, כ'בין נאך רוחניות'דיג, די גוטע קבלות זענען נאך מיט אונז, זאל דער אייבערשטער העלפן אויף ווייטער.

עריז ביזי מיט אן אתרוג. העי לייבל, צאפ? וואו האסטו געראָשאַשאָנעט? וואו האב איך וואס? סיריעסלי? אקעי נעקסט... געדענקסט מיין אתרוג פון פאריאר? ס'שאלה טראכט מיט אן אומבאהערשטע געלעכטער...

כגעדענק ווי היינט ווען פאריאר האט ער אריינשפאצירט מיט זיין אתרוג מיט זיין האריגע הדסים האלטער, צייגט מיר ווי א לאטערי געוואונער, האלא, זאגסטע נישט צו דעם יופי? וויפיל האלטסטו האביך געצאלט פאר דעם? כ'באטראכט עס אזוי, איך וואלט געזאגט א פינעווער אויף לי עוו 10 מינוט פארן זמן...

כ'האב געוואלט זיין א גוטער, סאו כ'פרעג אים, 360? וואאס? פרעגט ער שאקירט, ניין הונדערט און פיווציג טאלער האב איך געצאלט פאר דעם מייעסטעטישן אתרוג! קוק ס'האט נישט קיין שום עמי פלעק! קיין וואס? ער גלייכט נישט די בלאט זאגט ער, ער איז מער אויפגעקלערט.

פון איין זייט פריי איך מיך פאר דעם סוחר וואס האט אריינגעכאפט אזא גראבן פישל, ארויסגעריקט אזא מיאוסער פרוכט פאר אזא צודרייטע פרייז, אבער כשוין שוועמל נעבעך צעך געלאזט קאסטן געלט וואס ער האט נישט...

עניוועיס נוצט ער עס נישט עכט קיין סאך ברבים, ערשטע צוויי טעג איז ער טאקע אין סמעדריש, עפעס וועגן ירבעם האט געהאט א הדרת מלך ווייסט ער צו זאגן, חאלעמויד זאגט ער אז ער דאוונט אויפן וועג, און הושענה רבה זאגט ער דאוונט ער וותיקין, ווייל ס'איז איינע פון די השקות. נאו קלו, אבער איי געס אז אין מקוה מאכט ער השכמות.

א סוכה האט ער איינס אזוי גרויס ווי א מצה לאטקע, אבער אויף סטאטוס לייגט ער בילדער פון די גרויסע בקרים וואס ער גרייט צו פאר די פארברענג וואס ער וויל נישט מאכן...

ער חלומ'ט ממש פון בקר, כ'האב קיינמאל נישט געקענט כאפן פארוואס. מ'האמיר שוין אמאל געוואלט עפענען אן ארגאניזאציע פאר אים מיטן נאמען אָתָה בָקָר, פארוואס אתה בקר? ווייל וואו און ווען ער קומט רעדט ער נאר פון בקר. א דיבוק איז אריין אין אים און אים איינגערעדט אז קילע אידן רעדן פון בקר. אדער קען גאר זיין ווייל נאר מיט'ן בקר פארשטייט ער זיך, ואין לבקר ריע רק שוועמל לבדו.

צוריק צו שוועמל, קלאפט ער מיר אזוי אין די פלייצע, געבט מיר אזא וועק אויף פון מיין לאנגע חלום, נו לייבל, סאו וואס זאגסטו? ווילסט קומען צוזאמען מיט מיר פיקן אן אתרוג? כ'בין טויט טייט מיט איינע פון די חברה... כ'זאג דיר סקומט שווערע רינדער, אהם כ'מיין צו זאגן אתרוגים...

בקיצור א מעשה, מיט גרויס שוועריקייטן האב איך מיך אפגעשאקלט פון אים, אבער אזוי שטייענדיג ביים דאווענען נאכדעם טראכט איך צו מיר, דער הייליגער בארדיטשוב'ער וואלט זיכער געזאגט, קוק אן דיינע טייערע קינדער, אפילו די קילע שבהם, מלאים מצוות כרימון, און זענען קיל מיטן שפענדן אן אפותקי אויף א מצוה.
מרחוק השם נראה לי
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2393
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: א קילער שוועמל...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

:lol: :lol: ארי-ה די קומסט נאר ארויס איינמאל אין זיבן הונדערט יאר, אבער מיט אייזענע סחורה
הושענה רבה, איינע פון די השקות :lol: , ההכרח לא יגונה ולא ישובח...
כעלעמערחכם האט געשריבן: מאנטאג מארטש 25, 2024 3:18 pm
מיין הערסטע זז"ג
פארברענגען
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 11, 2021 2:48 pm

Re: א קילער שוועמל...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארברענגען »

:lol: :lol: :lol:
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4853
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע: בית המדרש

Re: א קילער שוועמל...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

שיגענער... ראחמאנעצלאן...
עמי פלעק... קוקו!
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אוועטאר
אבי דוד
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 18, 2022 5:52 pm

Re: א קילער שוועמל...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבי דוד »

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
דא האט איר וואס ספעלט איר קענט דאס לייגן וואו איר ווילט לויט אייער געשמאק
,,,,,,,,,,,,,,,,,,,................."""""""""""""""???????????????????!!!!!!!!!!!!!!!
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4616
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: א קילער שוועמל...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

נ-אקעי אריה סטייל
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: א קילער שוועמל...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

דו דו דארט…
ווער לאזט דיר מיר מאכן לאכן אזוי אומגעווארנט און אומצוגעגרייט? הע?

ש'כח אריה!
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: א קילער שוועמל...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

:lol: :lol: :lol: :lol: ;l;p- ;l;p-

ספעציעל הנאה געהאט פון די דאזיגע
אריה במסתרים האט געשריבן:
כ'באטראכט עס אזוי, איך וואלט געזאגט א פינעווער אויף לי עוו 10 מינוט פארן זמן...
אריה במסתרים האט געשריבן:
קוק ס'האט נישט קיין שום עמי פלעק! קיין וואס? ער גלייכט נישט די בלאט זאגט ער, ער איז מער אויפגעקלערט.
אריה במסתרים האט געשריבן:
עפעס וועגן ירבעם האט געהאט א הדרת מלך ווייסט ער צו זאגן,
אריה במסתרים האט געשריבן:
חאלעמויד זאגט ער אז ער דאוונט אויפן וועג, און הושענה רבה זאגט ער דאוונט ער וותיקין, ווייל ס'איז איינע פון די השקות. נאו קלו, אבער איי געס אז אין מקוה מאכט ער השכמות.
אריה במסתרים האט געשריבן:
א סוכה האט ער איינס אזוי גרויס ווי א מצה לאטקע,
@לייבל. משוגע ווי א לייב
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: א קילער שוועמל...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

:lol: :lol: :lol:
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
שפיגל
שר האלפיים
תגובות: 2065
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2022 2:39 pm

Re: א קילער שוועמל...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגל »

אריה במסתרים האט געשריבן:
פון איין זייט פריי איך מיך פאר דעם סוחר וואס האט אריינגעכאפט אזא גראבן פישל, ארויסגעריקט אזא מיאוסער פרוכט פאר אזא צודרייטע פרייז,
:lol: :lol: :lol:

אריה קומעריין מער אפט...טענקס...
די פיס נעגל ליגט אין מקוה


הא! עס דיין טעלער זופ און פארמאך דיין ניק


מיין צוויי טויזענסטע תגובה 👈👀 viewtopic.php?p=4672988#p4672988
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6602
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: א קילער שוועמל...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

:lol: :lol:
ג-ו-ו-ו-ט!!!

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
אברהם אבינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 3:37 pm
לאקאציע: אויפען בענקעל

Re: א קילער שוועמל...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם אבינו »

פיין געלאכט...
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: א קילער שוועמל...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

;l;p- ;l;p- ;l;p-

געוואלדיג... די שפראך, די לשונות, און איבער אלעם די נקודה!
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

Re: א קילער שוועמל...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

דעי מליצות!

פיין געשריבן!
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: א קילער שוועמל...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

ווי אייביג!
:lol: :lol: :lol:
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6155
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: א קילער שוועמל...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

אריינגעכאפט אפאר שמייכלעך פאר סליחות...

לייבקע מיר דארפן דיר מער אפט דא!
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
לייכט טורעם
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2022 1:08 am

Re: א קילער שוועמל...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייכט טורעם »

די ביזט צוקאש....

:lol: :lol: :lol:
באלייכטן דיין ארום מיינט נישט אייביג ליכטיג מאכן דיין ארום, עס מיינט אויך אמאל לייכט מאכן פאר דיין ארום.
זייט ווען?
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 12, 2022 7:38 pm

Re: א קילער שוועמל...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייט ווען? »

שרעקעדיג פאריקט!
טאנץ אריין מער אפטער.
שכח!!
אוועטאר
ניינער
שר האלפיים
תגובות: 2121
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:32 am
לאקאציע: ברוקלין

Re: א קילער שוועמל...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניינער »

:lol:
ס'קעפל איז נאך די בעסט
אוועטאר
אח לצרה
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 24, 2022 5:34 pm

Re: א קילער שוועמל...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אח לצרה »

צודרייטע נייעס דו!!
האסט מיר צופליקט מיינע מילצען
נישט ממש א ברודער אבער א נאנטע קאזין זעכער
אוועטאר
אריה במסתרים
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 9:57 am

Re: א קילער שוועמל...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אריה במסתרים »

שכח יעדער איינער פערזענליך... מ'ברויך טאקע דא זיין מער...
מרחוק השם נראה לי
אוועטאר
דיעגא
שר חמש מאות
תגובות: 838
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 21, 2022 11:22 am

Re: א קילער שוועמל...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיעגא »

שיגענער דו! :lol:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
וויזוי זאגט ער נאר? א מענטש טראכט און גאט לאכט... דאס אז גאט לאכט גלייבעך, אבער הערנדיג געוויסע מענטשן רעדן, גלייבעך נישט אז א מענטש טראכט...
אוועטאר
טינטיג
שר האלף
תגובות: 1032
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 5:55 pm

Re: א קילער שוועמל...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינטיג »

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
ווען ארי' שרייבט ברויך מען גראד אריין לויפן!!!
אוועטאר
גרויסע רעדנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 17, 2018 1:50 am

Re: א קילער שוועמל...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע רעדנער »

וויאזוי האב איך פארזעהן די ארטיקל?

אויש איז דאס גוט! :lol: :lol: :lol:
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”