היינטיגע אמונת צדיקים

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: היינטיגע אמונת צדיקים

תגובה דורך נשמת השכל »

עס זענען דא צדיקים היינט, און מען דארף זיך אין זיי קאכן. און דורכן זיך אין זיי קאכן וועט מען באקומען די יכולת צו פארשטיין און זיך קאכן אין די פריערדיגע.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
תקיעה
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 3:27 pm

Re: היינטיגע אמונת צדיקים

תגובה דורך תקיעה »

איך בין נישט באצויבערט געווארן פון @תירוצים'ס שרייבעריי, צוליב דעם וואס לדעתי האט ער געבלאזן ווארעמע לופט, אבער בלויז לופט... (קארבאן דיאקסייד...)
וואס איך מיין צו זאגן איז, ער שרייבט זייער ווארעם, ברענגט ארויף נאסטאלגיע און בענקשאפט, ציהט געוויסע הארץ סטרונעס, אבער באמת זאגט עס 'גארנישט'.
אויב איינער פארציילט סיפורי צדיקים, זיך צו קאכן אין די צדיקים אשר מפיהם אנו חיים - אה, אלע טעמים.
כ"ש וכ"ש אויב ער גלייבט דאס וואס ס'איז מבואר בחז"ל ונשנו הרבה ע"י עמודי החסידות, אז עמד ושתלן בכל דור ודור און צדיק גוזר והקב"ה מקיים וכו', איז דא דערין נאך א שטערקערע טובה, ווייל ער שטארקט די אמונה בצדיקים החיים איתנו היום - ולית טב מיניה
און ידוע די עבודה וואס אלע צדיקים האבן אריינגעלייגט צו דערציילן סיפורי צדיקים.
נישט דאס איז בכלל די נקודה.
איך האב פרובירט צו צונעמען דעם געפיל-אויסגיס פון הרב תירוצים.

רעדן מיט 'געגועים' 'נאסטאלגיע' צו עפעס וואס ער האלט פאר א זאך וואס האט שוין נישט קיין קשר מיט אונז, איז אביסל 'פאני', בפרט ווען ס'איז שוין דורות צוריק און מ'האט שוין בכלל נישט קיין קשר אהין - איך רעדט פון די וואס שפירן אז ס'עקזיסטירט שוין נישט.
אויב איז דאס עפעס מיט וואס מיר לעבן, זה בכה וזה בכה - נא, ס'איז אונזער לעבן, אונזער הווה...
אבער אויב מיר האבן נישט קיין שום שייכות דערמיט - איז ווי שטעקט דא די לעכצענדע בענקעניש...

שנית: די מדובר אינעם שרייבעריי איז געווען בלויז "מופתים"...
להקדמה בעלמא: אין דאס איז מיין תגובה אויף פאר הרב פניםחדשות, אז פערזענליך גלייב איך אז ערליכע יודן היינט זענען בלי ספק צדיקים וואס ביניהם איז זיכער דא בעלי מופת.
אבער כלפי דעם ארטיקל, די רגע די מדובר איז מופתים, און אזוי ש'מיר-ש'דיר פארט מען פונעם פויער פון דארף ביים צדיק, צום 2020 סגולה-קברים עפאכע, כאילו דאס זענען צוויי ענליכע זאכן, ווי מ'זאל אנ-נעמען אז יעדע הונדערט יאר טוישט ג-ט ברוך הוא דעם אופן ווי אזוי מען קען אים "פערסוועידן" און "אוועררייטן"... און תיכף דערויף מאכט ער צוריק א רעכטס אז מיר זאלן אריינלייגן אין די קינדער אמאליגע מופתים אנשטאט היינטיגע מעשיות....
האב איך פרובירט צו פארשטיין פון @תירוצים אויף וואס ער בויעט, און ווי ער צילט אנצוקומען.
אדרבה, אויב איינער האט יא פארשטאנען זיין ארטיקל, וויל איך הערן...

און עוה"פ, איך בין "נישט" אריין אין די נושא פון אמונה בצדיקי דורינו, איך בין יא אריינגעקראכן אין די געפילן פון נאסטאלגיע פון הרב תירוצים, און פון די מסקנות וואס ער פרובירט צו ציען.
אוועטאר
תקיעה
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 3:27 pm

Re: היינטיגע אמונת צדיקים

תגובה דורך תקיעה »

תירוצים האט געשריבן:
אבער עס ווערט נאר שווערער, האבן זיי דען נישט געהאט דאס וואס מיר האבן נישט, אוודאי נישט תלמידי בעל שם, אבער ריזיגע מענטשן בעל מופתים, די ליסטע איז גרויס אבער נאר צו משער זיין ,
הרה''ק מסאטמאר, רבי יענקעלע, די ריבניצער, און אזוי ווייטער .
נו, אויב זיי האבן געהאט דעם באשעפער מיט נאך דערצו פילע גרויסע אידן, דאן מוז זיין אז אין אונזער דור וואס די באשעפער איז אנזער איינציגסטע וועג ארויס איז כמה פעמים שטערקער ווי דאן.
אגב, אויב נעמסטו אן אז אינעם דור נאכן מלחמה איז נאך געווען "ריזיגע מענטשן בעל מופתים וואס די ליסטע איז גרויס" - דאן זיי מסביר, ווער זאגט אז ס'האט זיך אויפגעהערט.
אפשר איז היינט צוטאגס אויך דא "ריזיגע מענטשן בעל מופתים, די ליסטע איז גרויס..."
איי, דאס וואס דער רבי ז"ל האט געזאגט, - הניחא אויב דו גלייבסט אז דאס איז געווען ריכטיג בשעתו ווען ער האט דאס געזאגט, אבער אויב נעמסטו אן אז בשעתו איז דאס נישט ממש געווען אזוי, ק"ו אויף איצט...
אוועטאר
תקיעה
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 3:27 pm

Re: היינטיגע אמונת צדיקים

תגובה דורך תקיעה »

תינוק האט געשריבן:
די סארט 'תקיעות' און 'תירוצים' זענען געוועהן פונקט אזוי אמאל, און האבן געיאמערט אין תרע"ז, אז נאר אמאל זענען געוועהן צדיקים. בימי משה רבינו האבן זיי אויך פארפירט איבער זיינע ברייטע פוס און שלום בית פראבלעמען.
די סארט תקיעות זענען טאקע געווען אמאל, אבער ח"ו נישט אין דעם קאטעגאריע...
ליין איבער אלע מיינע תגובות אין דעם אשכול...
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8295
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: היינטיגע אמונת צדיקים

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

נאך א #נשתכח אשכול...
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
World Champion
שר שלשת אלפים
תגובות: 3505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 31, 2022 6:20 pm

Re: היינטיגע אמונת צדיקים

תגובה דורך World Champion »

וואס מיינט כהיום א צדיק?
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען!
אוועטאר
גראַדע
שר האלף
תגובות: 1278
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2022 4:54 pm
לאקאציע: משה זוכמעך

Re: היינטיגע אמונת צדיקים

תגובה דורך גראַדע »

תינוק האט געשריבן:
אגב, האב איך א געפיהל אז דער אשכול וועט נישט דורכלעבן דעם טאג
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
בל"נ מארגען וועט מען קאמענטען דערויף
מ'קען זיך טענה'ן, ביזילאנג מ'פארדרייט נישט די פאקטן..
תירוצים
שר חמש מאות
תגובות: 902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 25, 2022 2:04 pm

Re: היינטיגע אמונת צדיקים

תגובה דורך תירוצים »

אנטשולדיגט מיסטער תקיעה אבער איך האב ניט קיין וויסטן אהנונג וואס אין די גרויסע וועלט איר ווילט.

סך הכל האב געוואלט אראפשרייבן מיינע געפילן בשעת'ן ליינען סיפורי צדיקים באקומען אפאר מענטשעלעך און געגאנגען ווייטער.
אבער פאר עפעס א סיבה פארשטייסטו נישט צו מיינע געפילן. דו האסט דאס נישט ? דאן ליין עס און גיי אן ווייטער מיטן לעבן.

דערנאך האב איך נאכגעברענגט א מימרא פון די רבי זי''ע און עס אביסל פארברייטערט. דו האלטס נישט אזוי ? עטליעסט האביך איינע פון די גרעסטע צדיקים פון פאריגן דור אויף מיין זייט.

אוודאי איז פארהאן ערליכע אידן בעל ישועות איו אונזער דור, אבער עס איז סאך מער פארהוילן.
אז דו האסט געטראפן דאן דאנק דעם באשעפער אויף דעם, נישטא קיין זין צי קייען און בלאזן טענה'רייען אויף איין ארויפגעכאפט ווארט.

א דאנק.
אוועטאר
תקיעה
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 3:27 pm

Re: היינטיגע אמונת צדיקים

תגובה דורך תקיעה »

תירוצים האט געשריבן:
אנטשולדיגט מיסטער תקיעה אבער איך האב ניט קיין וויסטן אהנונג וואס אין די גרויסע וועלט איר ווילט.

סך הכל האב געוואלט אראפשרייבן מיינע געפילן בשעת'ן ליינען סיפורי צדיקים באקומען אפאר מענטשעלעך און געגאנגען ווייטער.
אבער פאר עפעס א סיבה פארשטייסטו נישט צו מיינע געפילן. דו האסט דאס נישט ? דאן ליין עס און גיי אן ווייטער מיטן לעבן.

דערנאך האב איך נאכגעברענגט א מימרא פון די רבי זי''ע און עס אביסל פארברייטערט. דו האלטס נישט אזוי ? עטליעסט האביך איינע פון די גרעסטע צדיקים פון פאריגן דור אויף מיין זייט.

אוודאי איז פארהאן ערליכע אידן בעל ישועות איו אונזער דור, אבער עס איז סאך מער פארהוילן.
אז דו האסט געטראפן דאן דאנק דעם באשעפער אויף דעם, נישטא קיין זין צי קייען און בלאזן טענה'רייען אויף איין ארויפגעכאפט ווארט.

א דאנק.
קודם א בקשת מחילה.
שנית: איך האב ארויסגעברענגט ממש דאס וואס דו שרייבסט. איך האב ארויסגעברענגט אז די ארטיקל איז זייער ווארעם אבער ברענגט נישט באמת קיין מסקנות.
מענטשעלעך דעזערווסטע ממילא. ;l;p- ;l;p- ;l;p-
נאכדעם וואס איך בין אטאקירט געווארן דורך געוויסע וואס האבן נישט ריכטיג פארשטאנען, האב איך געמוזט ארויסשרייבן בראכעלביטכע.
ס"ה האב איך פרובירט צו פארשטיין צו דו ציהסט א מסקנא אויף דערציילן סיפורי צדיקים, און דערצייט וואס לויט דיינע ווערטער וואלט איך פארשטאנען אז היינטיגע מעשיות טוען מער אויף.
אוועטאר
אוהב חסידים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 3:21 pm

Re: היינטיגע אמונת צדיקים

תגובה דורך אוהב חסידים »

איך וואלט ווען געשריבן דא, און פארשטייט מיט מראה מקומות אויף יעדע זאך, אבער היות איך בין ברור אז מען גייט מיר מעקן, איז פשוט א שאד די ארבייט.
בדרך החסידות נלך ובה תחזי ומינה לא תזוע, ובאותה מסילה נעלה כי לא יזנח לעולם ה' את עמו, וכבר הבטיחנו כי לא תשכח מפי זרעם וזרע זרעם עד עולם ובכל דור ודור יש צדיקים שהקב''ה מאיר עיניהם בתוה''ק וישורו דרכם לפני ישראל ויתהלכו לפני ה' בארצות החיים.
רייכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:15 am

Re: היינטיגע אמונת צדיקים

תגובה דורך רייכער איד »

תינוק האט געשריבן:
די סארט 'תקיעות' און 'תירוצים' זענען געוועהן פונקט אזוי אמאל, און האבן געיאמערט אין תרע"ז, אז נאר אמאל זענען געוועהן צדיקים. בימי משה רבינו האבן זיי אויך פארפירט איבער זיינע ברייטע פוס און שלום בית פראבלעמען.
עס איז דא צאללאזע אייוועלט באנוצער וואס גלייבן אין זייערע היינטיגע רבי'ס און האבן ישועות צו פארציילן. צו ס'איז דער זעלבע דרגה ווי אמאל איז נישט נוגע און עס מאכט נישט אויס כי הוא זה. די פשוטי עם זענען אויך קלענער ווי אמאל. חז"ל זאגן עמד ושתלן בכל דור ודור, און זייערע רייד האבן נישט עקספייערד.

איינער וואס האט נישט קיין רבי, אדער זיין רבי לעבט שוין נישט לאנגע יארן, אדער האט ער און ער גלייבט אין איהם ווי א זאק קארטאפל, זאל נאכאלץ דערציילן סיפורים פון די בעש"ט הקדוש, כאטש די סגולה דערפון זאל ער האבן. און אויב גלייבט ער נישט אין סגולות פון די פריעדיגע צדיקים, ווייל ער זעהט עס נישט ביי זיך תוך כדי דיבור, דאן זאל ער דערציילן מעשיות פון חז"ל און מדרש, כאטש האבן שכר פון לימוד התורה.
ריכטיגע רייד
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8389
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: היינטיגע אמונת צדיקים

תגובה דורך תרמב »

וואס מישטו אריין סגולות אין סיפורי צדיקים? סגולות האט זיך ארויסגעשטעלט אז סארבעט נישט, רוב סגולות וואס מענטשן טוען זייער ערליך האט נישט קיין מקור, און אסאך מאל האט עס נישט קיין פשט אויך נישט.

היינטיגע צדיקים ווייס איך נישט, אבער היינטיגע סגולות ארבעטן זיכער נישט.
איינגעשריבענער
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 25, 2021 12:06 am

Re: היינטיגע אמונת צדיקים

תגובה דורך איינגעשריבענער »

תירוצים האט געשריבן:
אינטרעסאנט.
ווי באקאנט פלעגט הרה''ק מסאטמאר זצ''ל נאכזאגן פון פריעדיגע, אונזער דור איז א דור יתום, אונז פארמאגן ליידער נישט די אלע שרפים וקדושי עליון צו וועם מקען זיך ווענדן אין א עת צרה, אבער די דור פארמאגט השי''ת, אנשטאט בעטן א צדיק זאל מתפלל זיין קענען מיר גיין גראד צום באשעפער, און ער פלעגט צוענדיגן, דאס איז געזאגט געווארן אין יענע דור אבער פאר אונז איז דאך עס אסאך מער נוגע..

און מיר וואס מיר האלטן שוין נאך שוואכער זאגן די זעלבע.
פארוואס זאלן אונז זאגן די זעלבע אויב די דור איז שוין שוואכער
לכאורה וואלט מען געדארפט זאגן אז און די היינטיגע שוואכע דור איז שוין אפי' דאס אויך נישט דא (רח"ל)...
תירוצים
שר חמש מאות
תגובות: 902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 25, 2022 2:04 pm

Re: היינטיגע אמונת צדיקים

תגובה דורך תירוצים »

תרמב האט געשריבן:
וואס מישטו אריין סגולות אין סיפורי צדיקים? סגולות האט זיך ארויסגעשטעלט אז סארבעט נישט, רוב סגולות וואס מענטשן טוען זייער ערליך האט נישט קיין מקור, און אסאך מאל האט עס נישט קיין פשט אויך נישט.

היינטיגע צדיקים ווייס איך נישט, אבער היינטיגע סגולות ארבעטן זיכער נישט.
קדושת בית המדרש ארבעט נישט?
אוודאי איז דאס נישט ווי אמאל אבער זעכער די גרעסטע קוואל פון ישועות היינט צוטאגס.
תירוצים
שר חמש מאות
תגובות: 902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 25, 2022 2:04 pm

Re: היינטיגע אמונת צדיקים

תגובה דורך תירוצים »

איינגעשריבענער האט געשריבן:

אונז זאגן די זעלבע ווערטער וואס די רבי האט געזאגט. נאר אנשטאט עס זאל ארויפגיין אויף די פריעדיגע גייט עס ארויף אויף די רבי'ס צוגעלייגטע .
אוועטאר
אחד מן החבורה
שר האלף
תגובות: 1075
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 30, 2021 10:34 pm

Re: היינטיגע אמונת צדיקים

תגובה דורך אחד מן החבורה »

פנימחדשות האט געשריבן:
נאר להודיע אז איך ווייס פערזענליך פון אפענע מופתים מעשיות פון היינטיגע צדיקים שליט"א, ממש אזויווי אמאליגע צייטען, ובל"נ לא אפרט אף באישי.
גא"מ
וויינען און ברעטשענען אז סאיז נישטא קיין צדיקים היינט
איז געווענליך געניצט אלץ א אסרייד
זיך נישט מכניע זיין און מבטל זיין להצדיקים שליט"א
אוועטאר
בערך
שר חמש מאות
תגובות: 825
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2022 11:29 pm

Re: היינטיגע אמונת צדיקים

תגובה דורך בערך »

אחד מן החבורה האט געשריבן:

איך האלט אז 'אייביג' איז עס פאר א אויסרייד זיך נישט מכניע צו זיין אינטער דעת תורה און מנהיגות. והא ראי סאלעמאל די זעלבע מענטשען וד"ל...

(און דאס זאג איך מיט א מוראדיגע פונקטליכקייט נישט ווי געווענליך אזוי בערך)
תירוצים
שר חמש מאות
תגובות: 902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 25, 2022 2:04 pm

Re: היינטיגע אמונת צדיקים

תגובה דורך תירוצים »

בערך האט געשריבן:
אחד מן החבורה האט געשריבן:
פנימחדשות האט געשריבן:
נאר להודיע אז איך ווייס פערזענליך פון אפענע מופתים מעשיות פון היינטיגע צדיקים שליט"א, ממש אזויווי אמאליגע צייטען, ובל"נ לא אפרט אף באישי.
גא"מ
וויינען און ברעטשענען אז סאיז נישטא קיין צדיקים היינט
איז געווענליך געניצט אלץ א אסרייד
זיך נישט מכניע זיין און מבטל זיין להצדיקים שליט"א
איך האלט אז 'אייביג' איז עס פאר א אויסרייד זיך נישט מכניע צו זיין אינטער דעת תורה און מנהיגות. והא ראי סאלעמאל די זעלבע מענטשען וד"ל...

(און דאס זאג איך מיט א מוראדיגע פונקטליכקייט נישט ווי געווענליך אזוי בערך)
יאפ.
ברוך השם אונז פארמאגן היינט כמה וכמה ערליכע אידן אין וועם מען קען זיין דבוק ומקושר און שעפן הדרכה, תורה וחסידות.
סאם האו יו מיס די פוינט.
אוועטאר
בערך
שר חמש מאות
תגובות: 825
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2022 11:29 pm

Re: היינטיגע אמונת צדיקים

תגובה דורך בערך »

תירוצים האט געשריבן:
בערך האט געשריבן:
אחד מן החבורה האט געשריבן:
פנימחדשות האט געשריבן:
נאר להודיע אז איך ווייס פערזענליך פון אפענע מופתים מעשיות פון היינטיגע צדיקים שליט"א, ממש אזויווי אמאליגע צייטען, ובל"נ לא אפרט אף באישי.
גא"מ
וויינען און ברעטשענען אז סאיז נישטא קיין צדיקים היינט
איז געווענליך געניצט אלץ א אסרייד
זיך נישט מכניע זיין און מבטל זיין להצדיקים שליט"א
איך האלט אז 'אייביג' איז עס פאר א אויסרייד זיך נישט מכניע צו זיין אינטער דעת תורה און מנהיגות. והא ראי סאלעמאל די זעלבע מענטשען וד"ל...

(און דאס זאג איך מיט א מוראדיגע פונקטליכקייט נישט ווי געווענליך אזוי בערך)
יאפ.
ברוך השם אונז פארמאגן היינט כמה וכמה ערליכע אידן אין וועם מען קען זיין דבוק ומקושר און שעפן הדרכה, תורה וחסידות.
סאם האו יו מיס די פוינט.
ווער האט געמיסט די פוינט?
איך?!
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: היינטיגע אמונת צדיקים

תגובה דורך יידישע קהילות »

פארוואס דווקא מופתים?
מ'קען גיין צו ערליכע יידן, צדיקים, לאו-דווקא רבי'ס מיט גאלדענע בעקישעס (אבער לאו דווקא נישט צו רביס מיט גאלדענע בעקישעס) און זיך מזכיר זיין, בעטן אז דער צדיק זאל דיך אינזין האבן ביי זיינע תפילות, נעמען דיינע קינדער צו דעם צדיק פאר א ברכה.
דאס איז זייער אקטועל בזמננו, און אויף דעם העלפט צו אז מ'קאכט זיך אין פארצייטישע מעשיות ווי יידן זענען ג'האלפן געווארן ביי ערליכע יידן. און אז דער באשעפער וועט וועלן וועט ער אונז שיקן זיין ישועה היינט אויך!
אבער עס איז גאר א גוטער חינוך ווען א טאטע נעמט זיין בחור'ל צום תלמיד חכם ועובד ה' פאר א ברכה, פאר א בקשה. אן פאמפע, אן פארענטשעס, אן גבאים ומשמשים, אן פאטאגראפירער. פשוט גיין צו א צדיק פאר א ברכה, נישט קיין סגולה, נישט קיין פליען אין הימל, נאר א ייד וועט בעטן דעם בורא כל עולמים פאר דיר. און אז דו וועסט איהם גוט נאכקוקן וועסטו אי"ה אויך האבן עפעס אן השגה וויאזוי מ'בעט אויף איין אמת דעם בוכ"ע.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6205
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: היינטיגע אמונת צדיקים

תגובה דורך בניהו »

World Champion האט געשריבן:
וואס מיינט כהיום א צדיק?
די זעלבע ווי וואס ס׳האט אמאל געמיינט
אני הוא הנער, נער המדבר
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6205
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: היינטיגע אמונת צדיקים

תגובה דורך בניהו »

אחד מן החבורה האט געשריבן:
פנימחדשות האט געשריבן:
נאר להודיע אז איך ווייס פערזענליך פון אפענע מופתים מעשיות פון היינטיגע צדיקים שליט"א, ממש אזויווי אמאליגע צייטען, ובל"נ לא אפרט אף באישי.
גא"מ
וויינען און ברעטשענען אז סאיז נישטא קיין צדיקים היינט
איז געווענליך געניצט אלץ א אסרייד
זיך נישט מכניע זיין און מבטל זיין להצדיקים שליט"א
גא״מ

עס איז היינט דא צדיקים און גדולים וואס פראוון אן עבודה ווי די אמאליגע (כפי אונזער דור), זענען עוסק יומם ולילה בתורה און קענען כל התורה כולה, העלפן אידישע קינדער מיט ישועות למעלה מן הטבע וברוח הקודש. טויזענטע אידן קענען דאס מעיד זיין, יעדער מיט זיין צדיק אין וועם ער איז דבוק. מפני גזירות הבורא גייט אלעס אין די לעצטיגע דורות צו מיט א גרויסע הסתר (מבחוץ) ממילא דארפן מען אסאך תפילה און עבודה מיט אסאך אסאך ביטול צו זיי כדי זוכה צו זיין דערצו.

די מסילת ישרים וואס האט געשריבן א קלארע און ווירקזאמע מהלך וויאזוי צוצוקומען צו די גרעסטע מדריגות, און כלשונו הקדוש קען יעדע אידיש קינד זוכה זיין דערצו, האט נישט קיין עקספיירעישען דאטום. און יא, די וואס פאלגן אים קומען אן.
אני הוא הנער, נער המדבר
אב לאנדאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 9:24 am

Re: היינטיגע אמונת צדיקים

תגובה דורך אב לאנדאן »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
תקיעה האט געשריבן:
די פריערדיגע צדיקים האבן גערעדט נאר פון פריערדיגע צדיקים, אדער אויך פון היינטיגע?
יש ויש, געווען ביידע מהלכים. געוויסע צדיקים האבן אסאך גערעדט פון פריעדיגע צדיקים, א שטייגער ווי דער הייליגער דברי חיים, בני יששכר, דברי יואל, ועוד. אנדערע צדיקים, בעיקר פריעדיגע אבער אויך שפעטערדיגע רעדן אסאך פון דעם וואס דער צדיק הדור קען משפיע זיין, ווי דער מאור ושמש, תפארת שלמה, ועוד
דער מאור ושמש, תפארת שלמה, ועוד, רעדן בעיקר וואס צדיקי הדור זענען משפיע ברוחניות פאר די וואס זענען זיך מסתופף בצילם.
(אן נעמען א שטעלונג און די נושא - אויב די צדיקים בדורינו האבן א כח משנה צו זיין מערכת השמים, מאכן אותות ומופתים, מתקן צו זיין נשמות וכו' איז נאך אלס דא די בחינה פון משפיע ומקבל וכו' און מען ווערט נאך אלס נתעלה ווען מען פארט צו א צדיק וכמבואר בהספרים דלעיל)
אוועטאר
אוהב חסידים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 3:21 pm

Re: היינטיגע אמונת צדיקים?????!!

תגובה דורך אוהב חסידים »

וואס הייסט היינטיגע? די תורה האט זיך עפעס געטוישט אז עס איז דא אמאליגע מיט היינטיגע?!, מקצה איז דא עפעס היינטיגע? סוכה איז דא היינטיגע? און אויב מען עס איז דא א היינטיגע ווער ווייסט וואס וועט זיין די מארגען׳דיגע…..
אני ה׳ לא שיניתי.
וכמאמר החת״ס, יש לנו אב זקן לא ישנה ולא ישתנה.
בדרך החסידות נלך ובה תחזי ומינה לא תזוע, ובאותה מסילה נעלה כי לא יזנח לעולם ה' את עמו, וכבר הבטיחנו כי לא תשכח מפי זרעם וזרע זרעם עד עולם ובכל דור ודור יש צדיקים שהקב''ה מאיר עיניהם בתוה''ק וישורו דרכם לפני ישראל ויתהלכו לפני ה' בארצות החיים.
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8389
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: היינטיגע אמונת צדיקים

תגובה דורך תרמב »

תירוצים האט געשריבן:
תרמב האט געשריבן:
וואס מישטו אריין סגולות אין סיפורי צדיקים? סגולות האט זיך ארויסגעשטעלט אז סארבעט נישט, רוב סגולות וואס מענטשן טוען זייער ערליך האט נישט קיין מקור, און אסאך מאל האט עס נישט קיין פשט אויך נישט.

היינטיגע צדיקים ווייס איך נישט, אבער היינטיגע סגולות ארבעטן זיכער נישט.
קדושת בית המדרש ארבעט נישט?
אוודאי איז דאס נישט ווי אמאל אבער זעכער די גרעסטע קוואל פון ישועות היינט צוטאגס.
איך רעד נישט פון אזעלכע מצוות וואס זענען מסוגל, איך רעד פון אנדערע סארט סגולות ווי קושן און בלאזן, זאגן פאר פאליציאנטן זיך בייגן אדער לייגן, טרונקען דאס און עסן יענץ, וכדומה.
פארשפארט

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”