מיינע ימים נורא"ים

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

jews4zeldin
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2022 2:31 pm

מיינע ימים נורא"ים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jews4zeldin »

ימים נוראים ביינאכט תשפ"ב
איך שטיי פארשאקעלט און מיט די אויגן ארויף צום הימעל, די פיס מיינע ציטערן פאר שרעק
די אויגן זענען רויט פון טרערן איינגעקורטשעט ביים ווינקעל שטיי איך, מיין הארץ באכעט און מיינע ציין קלאפען רוישיג
באשעפער אין הימל ווי קענסטו פארהוילן דיינע אויגן פון די יסורים וואס קומט פאר אויף דער וועלט ווי קען די פמליא של מעלה שטיין גלייכגילטיג ווען מען זעהט די קוואלן טרערן
וואס רינען פון אידישע קינדער
באשעפער זעץ דיך שוין אויפן כסא רחמים!

טייערע ברודער איך האב ענק פארגעסן צו זאגן אז די דאזיגע סצענע האט טאקע פאסירט ימים נוראים אבער נישט ראש השנה אדער יום כיפור
דאס פאסירט 2:00 אזייגער יעדע נאכט!
נישט דא קיין קאפ פון קיין פיש און א שאכטעלע האניג אויפן טיש נאר פארהאן א שאכטעלע טרערן פון א אידישע נשמה
נישט דא קיין יזכור לעכט וואס ברענען איידל! נאר יא א איידעלע אויסגעברענטע אידישע פלאם
די פיס מיינע וואס ציטערן פאר שרעק איז נישט קיין ווידוי חטאים נאר דאס איז מיין טעגליכע פאניק אטאקעס, (א טערמין וואס איך האב מיך ליידער געדארפט באקענען דערמיט)
נישט מיט קיין קיטל און טלית בין איך אנגעטון
נאר מיט א העל בלוי נאכט העמד
און דעמאלטס דארטן אזוי טיף רעכט איך אפ מיין ימים נוראים'דיגע טעג,
ווען זיסע קינדער ליגן אין בעט מיט א שמייכל אויסגעצויגן ווארטענדיג צו גיין לערנען נאך א טאג אין חדר
און די מקוואות הייצן זיך שוין פאר די יונגע בחורימ'לעך וואס שטייען אויף צוזאמען מיט די פרי מארגן שטערן
דעמאלטס אין די נאכט אריין ליג איך איינגעקורטשעט אין בעט, באדעקט מיטן דאכענע נישט צו ציען קיין אויג, און מיין הארץ הייבט אן פאמפען, מיין גוף הייבט אן שוויצען
איך פיל הילפסלאז איך פרוביר צו שטיין פעלדזען פעסט איך כאפ מיך אן מיט ביידע הענט
אבער דער גייסט פון וואגעלניש און פיין פארכאפט מיר און א געראנגעל פון מחשבות וואס איך האב נישט קיין בעלות הייבן מיר אן אקופירען
און עמער'ס טרערן ווערן פארגאסן! בדמעתי ערשי אמסה איך ווארף מיך פאר יסורים
איך זעה נישט קיין האפענוג איך זעה נישט קיין וועג ארויס (פאר ווער עס פארשטייט נישט זאל קיינמאל נישט פארשטיין)

הייליגע טאטע אין הימל לאמיך זיך אויסשמועסן מיט דיר!
ס'קומט יעצט פארכטיגע טעג וואס אלע דיינע קינדער זענען פארנומען זיך צו משפר זיין די מעשים און מחשבות, און דיר אויפזוכן און אהיימקומען צו דיר
טאטע זיסע איך וויל דיר פרעגן איין קשיא! וואס זאל איך טון? וואס ווילסטו פון מיר? וואס קען איך טון אין די טעג צו קומען נענטער צו דיר מיין הענט זענען געבינדען אין קייטן וואס איז שטערקער פון אייזן
די ביסט דאך א בוחן כליות ולב די ווייסט דאך יא ווי יעדע ביסל פון מיר גייט אויס פאר געגועים פאר דיר און יעדע מעגליכקייט וואס איך קען נאר נוץ איך נאר דיר צו ברענגעו א נחת רוח, אין די זעהסט דאך אויך מיין לאגע וואס קען איך טון אין די טעג?
איז די טעג אויך געאייגענט פאר מיר? טאטע זיסע איך בין עכט צומישט
חוץ ליגן אין בעט אין וויינען האב איך נישט וואס צו געבן ווייל מיין טעג באשטייען נאר פון דאס
איז בעט איך דיך טאטע נעם דאס אן פאר מיין קרבן, אין מיין האפענוג בלייבט, אז נאך איין יאר טאטע וועסטו זיך נאך טשאטשקענען מיט מיין אלול!
השתא הכא לשנה הבא בני חורין אוי טאטע הלוואי



און באצוג צו מיין פריעדיגע אשכול
viewtopic.php?p=3809725#p3809725
אוועטאר
ידיד נאמן
שר חמש מאות
תגובות: 892
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2022 2:42 am

Re: מיינע ימים נורא"ים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד נאמן »

א הארציגע פעדער !!!
מיין הארץ ווערא צופיצלעט אויף פיץ פיצי פצעים
די אויבערשטער גייט דיך נאך אזוי אויףרעכטן
אז ימלא שחוק פיך
אוועטאר
בערך
שר חמש מאות
תגובות: 825
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2022 11:29 pm

Re: מיינע ימים נורא"ים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערך »

זייער הארציג און באנומען. דער אייבערשטער העלפט יעדן און דיך אויך בעז"ה. ווען כ'ווייס ווען דיין נאמען וואלט איך געקענט מתפלל זיין. יעצט קען איך מתפלל זיין פאר Jews4Zeldin...
אוועטאר
ידיד נאמן
שר חמש מאות
תגובות: 892
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2022 2:42 am

Re: מיינע ימים נורא"ים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד נאמן »

בערך האט געשריבן:
ווען כ'ווייס ווען דיין נאמען וואלט איך געקענט מתפלל זיין. יעצט קען איך מתפלל זיין פאר Jews4Zeldin...
:lol: :lol:
אזוי זאג איך
שר האלפיים
תגובות: 2340
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 11, 2021 3:51 pm
לאקאציע: ביי די ארבעט

Re: מיינע ימים נורא"ים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי זאג איך »

זייער הארציג און באנומען. דער אייבערשטער העלפט יעדן און דיך אויך בעז"ה
אזוי זאג איך מיינט אז That's just my opinion

פאר עני low voltage דזאב אין מאנרא / מאנסי / אפסטעט קאנטעקט מיר אין אישי.
אוועטאר
ידיד נאמן
שר חמש מאות
תגובות: 892
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2022 2:42 am

Re: מיינע ימים נורא"ים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד נאמן »

אידן כאפטס א מצווה
ווארףטס אריין א קאפיטעל תהלים
א טרער
וכו,
א זיס געזונטע יאר !!!!
אוועטאר
בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3441
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 01, 2022 10:39 pm

Re: מיינע ימים נורא"ים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוקר »

:-e;/

זייער הארציגע פעדער!!
זאל דיך דער אייבערשטער אויפרעכטן צוזאמען מיט כלל ישראל.
די זין שיינט אפילו ווען עס איז פארוואלקענט, דו זעהסט עס נאר נישט...
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4563
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע: מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: מיינע ימים נורא"ים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

הארציג!
זאל דיר דער אויבערשטער העלפן...
טעמפל שירה
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 03, 2022 6:44 pm

Re: מיינע ימים נורא"ים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמפל שירה »

האסט מיך צונומען!
גיי מיר איינרייסן דעם ראש השנה פאר דיר און פאר גאנץ כלל ישראל, און מ'גיימיר פויעלן, ס'גייט קומען א זיס ליכטיג יאר פאר דיר און פאר גאנץ כלל ישראל!!
נון בוי נון בוי נון בוי נון בוי דיין טעמפל שירה
🎙🎤🎼🎶 🎷🎸🎹🎻🎺
אוועטאר
ידיד נאמן
שר חמש מאות
תגובות: 892
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2022 2:42 am

Re: מיינע ימים נורא"ים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד נאמן »

א זיס לעכטיג זיס יאר
האמיר דיך אינזינן געהאט מעומק!!!!
קאשע זופ
שר האלף
תגובות: 1046
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 07, 2022 10:16 pm

Re: מיינע ימים נורא"ים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאשע זופ »

וויאזוי האט די עולם געפאסט?
אוועטאר
ידיד נאמן
שר חמש מאות
תגובות: 892
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2022 2:42 am

Re: מיינע ימים נורא"ים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד נאמן »

קאשע זופ האט געשריבן:
וויאזוי האט די עולם געפאסט?
מיטן נישט עסן.....
קאשע זופ
שר האלף
תגובות: 1046
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 07, 2022 10:16 pm

Re: מיינע ימים נורא"ים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאשע זופ »

ידיד נאמן האט געשריבן:
קאשע זופ האט געשריבן:
וויאזוי האט די עולם געפאסט?
מיטן נישט עסן.....
פיין
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”