חסדי אבות האט געשריבן:וויפיל מען זאגט נאר, כאפט מען נאכנישט ווי ווייט דאס קען גיין. איך וועל זאגן בלויז עטליכע נקודות.
גוגל סטריטס ווייסט יעדער אז עס איז שוין דא, איר קענט יעצט כאפן א שפאציר אין מאה-שערים, זיך געפינענדיג אויף אייער סקרין אין אמעריקע. כותל-לייוו איז אויך דא, וואו איר קענט זען דעם כותל, ווי אזוי עס קוקט אויס אין די יעצטיגע מאמעטן. האו-עבאוט אז מען וויל כאפן א שפאציר אין מאה-שערים, לויט ווי עס קוקט יעצט אויס - נישט ווי אזוי דער גוגל קאר האט דאס אויפגעכאפט זייענדיג דארט? - גאנץ א פיינע איידיע, ניין? - איר קענט זיין זיכער אז גאר אין קורצן וועט דאס געשען.
דאס איז בלויז לקרב אל הדעת ווי אזוי זאכן קענען פאסירן שנעל, נאך איידער איר כאפט אז עס האט זיך גערוקט.
איך וועל אייך געבן עטליכע ביישפילן ווי אזוי עס וועט ארבעטן אין די נייע וועלט:
פונקט אזוי ווי אויפן אינטערנעט, קען מען אנשטעלן די סאונד, אז דו זאלסט הערן העכער און שטילער, דו קענסט אויך מאכן די סקרין ליכטיגער און טונקעלער, אלעס לויטן געברויך. פונקט אזוי קען מען פארמערן די כח ההרגשה, אפעטיט וכו', לויט דער געברויך וואס דו ווילסט.
פונקט אזוי ווי אין אייוועלט, קען א מענטש האבן עטליכע ניקס, מיט איינס שרייבט ער אין ידיעות התורה, מיט א צווייטער שרייבט ער אין פארברענגען און מיט א דריטער ניק איז ער סתם א טראלל. פונקט אזוי וועט מען קענען האבן עטליכע אידענטיטעטן אין די נייע ווירטיאלע וועלט. דו וועסט קענען זיין א מאן, א זיידע מיט א יונגל אויף איין מאל, און דאס אויסנוצן לויטן געברויך. יא, מ'וועט זיך קענען דארט אנטון א נייע מהות, אדער באשאפן עטליכע מהות'ן, כפי המצב והזמן - פונקט אזוי ווי היינט אויף די ווירטואלע וועלט און פונקט ווי מען האט אמאל נישט גע'חלומ'ט אז מען קען דאס טון ווירטוראליש.
איר וועט זיך אנטון די גלעזער און סורטשן "מאה-שערים", אריינשפאצירן צו תולדות-אהרן, זיך ווייקן ביי א טיש פון ר' מאטל'ען, א שפאציר אין אלט-שטאט, א תפילה ביים כותל (לאכט נישט, ס'וועט נאך זיין אזאנס - מ'וועט זאגן אז דאס האט רביה"ק געלאזט...). דאן גייט איר ווידער צום אנהויב, סיינט זיך אריין מיט אן אנדערן מהות, דארט וועט איר סורטשן "האנג-קאנג", און כאפן א שפאציר ביים היסטארישען צערעמאניע, ווי אזוי דער פרעזידענט ביידן ווערט ענטפאנגען דורך'ן עמפייער פון כינע. נישט קיין ווידאו, נאר לייוו.
ס'קען (האפנטליך נישט) צוקומען א מצב, אז ס'וועט זיין ווירטוראלע טישן, שמחות בית השואבות, ל"ג בעומר הדלקות און נאך, אסיפות חיזוק, בשעת איין דרשן איז פון ענגלאנד און א צווייטער פון ארץ-ישראל, מען הערט עס און מען זעט עס לייוו, כאילו מען איז דארט (פונקט אזוי ווי עס איז פארהאן ווירטואלע קומזיצן). ס'וועט זיין אינטערעסאנטער ווי די עכטע מעמדים, ווייל ביי די עכטע קען מען נאר טאנצן מיט א מאס, ביז מען ווערט אויסגעמוטשעט, אבער דארט איז דאס אן קיין ענדע, און מען קען טאנצן ווי הויך דו ווילסט...
לויטן פלאן וועלן מער נישט זיין קיין פאקטישע שולעס, מען וועט קומען אין שולע ווירטיאליש. א קינד פון כינע מיט א קינד פון טוניזיע אינאיינעם מיט א קינד פון די פאראייניגטע שטאטן, וועלן זיך צוזאמענקומען בפועל, לערנען און שפילן אינאיינעם, בשעת זייער פיזישע קערפער ליגט אין בעט אין זייער הויז אין זייער לאנד. דער טיטשער געפינט זיך יעצט אין ביה"כ אין ערגעץ א לעכל אין ענגלאנד.
ס'איז מבהיל על הרעיון וואס זייערע פלענער זענען.
און ס'איז נאך אסאך מער פון דעם.
שכח חסדי פאר דיינע לענגערע ערקלרונגען איבער די מעטעווערס וועלט. איך האב פרובירט שוין כמה פעמים צו ליינען אבער איך ווער בלאקירט פון מיין פילטערס, איך בין אלץ געווען נייגעריג איבער דעם.
לאז מיר עס אויסשפילן. איך גיי קענען זיין אין ירושלים אין מאה שערים. איך גיי קענען זעהן לייוו און אפילו שפירן די וועטער, גרוך, קארס, בואש וואסער און וואס נישט. למעשה, גיי איך זעהן עכטע מענטשן דארט? אדער גיי איך אויך זעהן אנדערע אריינגעסיינטע מענטשן וואס ווילן זעהן וואס טוט זיך אין מאה שערים. אין פאקט גיי איך בלויז זעהן זיי און זיי גייען זעהן מיך ווייל די עכטע מענטשן וואס וואוינען אין מאה שערים גייען ליגן אין בעט אריינגעסיינט צו קענען זעהן וויליאמסבורג, זיי גיי אבער ווערן סורפרייזד, זיי גייען גארנישט זעהן אין ווילי ווייל די גאנצע עולם גייט זיין אין בעט אריינגעסיינט אויף די ווירטואלע אייוועלט.
כאפסט? איינמאל דא מאכסט אויף גרענעצן איז בפועל גארנישט דא און אז ס'גארנישט דא דעמאלטס וואס האב איך צו זוכן דארט?
איך וויל האבן א שיינע אפיס צו ווייזן פאר מיינע אנדערע ניקים. איך קען דאס פארשטיין אזוי איך וויל דא קריגן לייקס און פינגערס. די הנאה פון סוקסעס און סטאטוס גייט גיין צו א פרישע שטאפל.
אבער צו באצאלן דערפאר? דערווייל איז די חידוש פון די אינטערנעט אז רוב זאכן ווערן צוגעשטעלט פאר פרי, די ווירטואלע הנאה איז בחינם, זיי דעקן זיך בעיקר פון אדווערטייזמענטס. אבער מ'פארקויפט שוין עז ווי ספיעק גאנצע שטיקער קרקע פאר ריעל עסטעיט אין די ווירטואלע וועלט, פארוואס זאל א מענטש באצאלן דערויף?
ער גייט זיך איינקויפן מיט עכטע געלט א דמיונדיגע לייף? ער גייט האבן א שאפונג מאל ווי איינער גייט פארקויפן דמיונות פאר דמיונדיגע געלט?
די חלק כאפ איך נישט, ערגעץ ווי גייט די עכטע וועלט באצאלן דערויף, און ערגעץ ווי גייט מען דארט קויפן זאכן וואס ווערט דערליווערט אין די עכטע וועלט. ווי פאסירט די סוויטש?
צוריק צו מאה שערים, לאז מיר זאגן איך וויל זיין אין מאה שערים, און ס'איז טאקע דארט דא אפאר סאברעס, פיזיש. לאז מיר זאגן אז איך און אנדערע אריינגעסיינטע זעהן זיי, סוא איך זעה סיי די עכטע און סיי די אריינגעסיינטע (העלוא חסדי, נייס טו סי יו). קענען די עכטע אונז אויך זעהן? גייען זיי נעבעך עכט מיינען אז זיי זענען דארט אן אונז? רבש"ע דאס איז דאך דיסקרימינאציע.
דאס טייטש אויב זענען עכט דא דארט פינף מענטשן און פינף אריינגעסיינטע גייען די אריינגעסיינטע זעהן צען מענטשן און דו עכטע בלויז פינף? ס'איז דאך אויס וועלט. פלוצלינג כאפט ער א פראסק און ער ווייסט ניטאמאל פון וועם...
און צו מיין עיקר נקודה, אויב גייט די ביזנעס וועלט אהין גיין, אויב איז דאס וויאזוי די דאקטאר טשעקט אויס און היילט מיין אינגראטאונעיל גייען דען נישט זיין דארטן די זעלבע סארט קאנטראל וואס איז דא און די עכטע וועלט?
לאז מיר נאכאמאל איבערגיין די משל (שטיי אוועק פונעם נמשל). א אינגערמאן וויל טועם זיין חזיר, איצט קען ער דאס נישט טוהן בפומבי ווייל מ'זעהט אים. ער סיינט אריין און ער עסט חזיר פלייש ה"י. דאס וועט ווייטער יעדער זעהן חוץ וואס די זענען אריינגעסיינט, אויב גייט יעדער זיין אריינגעסיינט גייט ער דאך האבן די זעלבע בושה ווי ביז איצט.
עסטו אויפקומען מיט די פאלשע ניקים דוגמא דאס וועט נישט ארבעטן. מ'קען נישט פארקויפן, באצאלן, שטייער ענינים, רעפאנדס אן עפעס א קאנטראל וואס ווער און ווען. נאכמער טראכט איך איצט, אויב גיי איך קענען זעהן וואס טוט זיך אין מאה שערים און זעהן אנדערע אריינגעסיינטע אויך, דאן וואס טוה איך אויב איינער האט אריינגעסיינט מער ווי איינמאל? איך גיי האבן אזא פאלש בילד פון מאה שערים אז נאר.
און צום לעצט, ס'איז קלאר איז דער וואס ווערט אנגעגריפן ווירטואל, אויב געב איך איינעם א זעץ וועט ער דאס שפירן פיזיש. גייט מען מיך ארעסטירן פיזיש אדער בלויז ווירטואל? אויב בלויז ווירטואל גייט דאס נישט אנהאלטן פאר גאנצע פינף מינוט, אויב פיזיש גיי מיר צוריק צו מיין טענה אז דארט גייט הערשן סדר וואס פון די סדר וועלן אלע וועדות פון אלע קהילות קענען געהעריג פונקציאנירן נאך אפשר שטערקער ווי היינט.
איך האב געשטעלט מיינע פראגן אין א צומישטע סדר ווייל איך בין צומישט. ביטע אויסקלארן.
סטיק צום משל, ס'פארט פיין דערווייל.