נאכאנדע רוישיגע כוואליעס!!!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
דורך געטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

Re: נאכאנדע רוישיגע כוואליעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורך געטראכטער »

איך ווייס נישט וויאזוי מען לייגט א בילד.
ער שרייבט אזוי:
א נייע ערשיינונג אין דער אידישע וועלט איז די כוואליעס פון די כוואליעס.
אידן שווימען אין זייער אייגענע כוואליעס.
זייערע כוואליעס מאכט מיר שפירן ענוה.
על כל גל וגל נעניתי ראשי.
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
אוועטאר
חרבונא
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 22, 2022 1:23 pm

Re: נאכאנדע רוישיגע כוואליעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרבונא »

דורך געטראכטער האט געשריבן:
איך ווייס נישט וויאזוי מען לייגט א בילד.
ער שרייבט אזוי:
א נייע ערשיינונג אין דער אידישע וועלט איז די כוואליעס פון די כוואליעס.
אידן שווימען אין זייער אייגענע כוואליעס.
זייערע כוואליעס מאכט מיר שפירן ענוה.
על כל גל וגל נעניתי ראשי.
א דאנקעלע ברבים פארן אויסקלארן
סטאביליטעט איז די וויכטיגסטע זאך פאר עקאנאמיע - פארטייען, פרעזידענטן, דעמאקראטיע און עלעקשאנס האבן מיט דעם קיין שייכות נישט, און אז דו זיכסט פרוף קוק אויף כינע...
אוועטאר
חרבונא
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 22, 2022 1:23 pm

Re: נאכאנדע רוישיגע כוואליעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרבונא »

ס'איז פארהאן היינט בעסערע אינסטרומענטן ווי למך'ס (למך (פרשת נח) האט ערפינדן ס'ערשטע אינסטרומענט)
ס'איז דא היינט גרעסערע בדחנים ווי חיים מענדל
און ס'איז שוין געווען גרעסערע רשעים ווי נמרוד און פרעה
אלזא ר' ברוך'ן נאמאור ענוה - ערפינדער און ערשטע קאמפאוזער איז דא איינס
און אין דעם פאל ביסטו דאס (ס'איז סתם אזוי נאך נישט דא דיינס גלייכן - קענסט צוריק גיין צום גאווה'דיגן שטאנדפונקט)
סטאביליטעט איז די וויכטיגסטע זאך פאר עקאנאמיע - פארטייען, פרעזידענטן, דעמאקראטיע און עלעקשאנס האבן מיט דעם קיין שייכות נישט, און אז דו זיכסט פרוף קוק אויף כינע...
אוועטאר
א גלעזעל חכמה
שר האלף
תגובות: 1371
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 01, 2022 3:48 pm

Re: נאכאנדע רוישיגע כוואליעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גלעזעל חכמה »

חרבונא האט געשריבן:
שוועל: די טוסט מיר וויי - יעדע מאל דו האקסט זיך אן אין מיר
טיר: ס'איז נישט איך, איך בין א דומם, איך טויג צו גארנישט, עס איז די ווינט וואס ווארפט מיר אהער און אהין
שוועל: דו קענסט עס נישט טון, איך האב ערנסטע יסורים מיט יעדן זעץ, מאך עס אביסל ווייכער
טיר: ליבע שוועל, איך פארשטיי דיין ווייטאג, אבער איך האב אן עצה, לאז מיך אריינשטיפן אין דיר איין שטיקעלע אייזן - און צוזאמען וועלן מיר שטיין פעסט קעגן יעדע ווינט
שוועל: אבער פאר דיין אייזן דארפסטו א לאך אין מיר, איך מוז אוועקגעבן א שטיקל מיך פאר דיין אייזן?!
טיר: אזוי איז עס מיט די היינטיגע ווינטן, אויב ווילן מיר שטיין פעסט דאן מוזן מיר גרייט זיין זיך מקריב זיין, אלזא דא האסטו א שטיקעלע פון מיר און לאז אריין דאס שלעסעלע ביי דיר......
ודו"ק
שטארק!
אוועטאר
חרבונא
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 22, 2022 1:23 pm

Re: נאכאנדע רוישיגע כוואליעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרבונא »

היסטאריע טעסט:
ווען אין די 'אמעריקאנער' היסטאריע, האט מען פאראויסגעזאגט א 'שטארקע האריקעין', רוב וועטער עקספערטן האבן עס 'געלייקנט', צום סוף איז זי אנגעקומען אבער '168 שעה' נאכן פאראויסגעזאגטן דאטום??????

נא נא ווען?! קיינער ווייסט נישט?, אפשר דאך איינער מיט א תשובה? קיינער נישט?
שיון וועל איך מיזן זאגן: די מבול, יא די מבול איז געווען א שטארקע האריקעין אויך אויפן אמעריקאנער באדן, אלע האבן עס געלייקנט אינקלודעט וועטער עקספערטן און שטערנזעהער, און זי איז אנגעקומען 168, וואס דאס איז 7 טעג שפעטער צוליב דער צדיק מתושלח וואס איז נפטר געווארן.

ווער האט געכאפטט מתחילה???
סטאביליטעט איז די וויכטיגסטע זאך פאר עקאנאמיע - פארטייען, פרעזידענטן, דעמאקראטיע און עלעקשאנס האבן מיט דעם קיין שייכות נישט, און אז דו זיכסט פרוף קוק אויף כינע...
אוועטאר
חרבונא
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 22, 2022 1:23 pm

Re: נאכאנדע רוישיגע כוואליעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרבונא »

באפוצטער איד, דיין נאג און דארשט צו געפעלן אנדערע מעלד מיר איבער דיין תוכן
אויסערליך שיקסטו שטראלן אז דיינע פעולות קומען מתוך גאווה ו'ערעטוט'
פאקטיש טון דיינע מענערישע צירונגען שיקן מעסעדזשעס מיט איין איינציגע מעלדונגען
"איך האלט מיך פאר גארנישט און איך זיך דיין רעספעקט - אויב וועל איך דאס פארדינען וועל איך אולי געפינען זעלבסט ווערד אין מיך וואס וועט מיר ברענגען גלויבונג אין מיין אייגענע מיך"
יוגערמאן טייערער: דיינע בגדים איז נישט דיין וואלוטע, שלעפ ארויס די ארטיקל וואס ליגט אין דיין געפעדעמטע שיך און גרעיע רעק'ל און גלייב אין אים
דערנאך קענסטו זייערע שפיצן אראפהאקן אין איר גרעיע קאליר טוישן צו שווארץ!
גלייב אין דיך און נישט אין דיינע שיך!
סטאביליטעט איז די וויכטיגסטע זאך פאר עקאנאמיע - פארטייען, פרעזידענטן, דעמאקראטיע און עלעקשאנס האבן מיט דעם קיין שייכות נישט, און אז דו זיכסט פרוף קוק אויף כינע...
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: נאכאנדע רוישיגע כוואליעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

דורך געטראכטער האט געשריבן:
אין כוואליעס @מאמענט ווערט די אשכול דערמאנט.
וויינשטאק האט נהאה.
טישטוך?
חרבונא? זכור לטוב! מ'דערקוויקט זיך מיט יעדע תגובה'לע דיינע
חינוך האט געזיגט!
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: נאכאנדע רוישיגע כוואליעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

וויינשטאק געניסט פון אונזערע כוואליעס, מיר געניסן פון זיינע. אזוי ארבעט עס, ווען מ׳פלאטשקעט געשעט כוואליעס.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: נאכאנדע רוישיגע כוואליעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

בקיצור יעדער ליינט אייוועלט
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: נאכאנדע רוישיגע כוואליעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

טישטוך האט געשריבן:
וויינשטאק געניסט פון אונזערע כוואליעס, מיר געניסן פון זיינע. אזוי ארבעט עס, ווען מ׳פלאטשקעט געשעט כוואליעס.
נו למעשה, יא ברוך אדער נישט?
----

יעדע כוואליע דיינע איז געוואלדיג. שכח.
חינוך האט געזיגט!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: נאכאנדע רוישיגע כוואליעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

מיסטער חרבונא!! כ'מוז אייך זאגן איר זענט אן אור נפלא!!

קולע אל השערה!!
אוועטאר
חרבונא
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 22, 2022 1:23 pm

Re: נאכאנדע רוישיגע כוואליעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרבונא »

אז עס איז נישטא קיין מאשין - שטופ אהער און שטופ אהין עס געיט נישט און פארט נישט די - גאזאלין
אזוי גייט עס, ווען אין די ווייסע הויז איז נישטא קיין מאשין - שטופ אהער (סעודיה אראביע) שטופ אהין (איראן)
עס גייט נישט, עס פארט נישט די גאזאלין
סטאביליטעט איז די וויכטיגסטע זאך פאר עקאנאמיע - פארטייען, פרעזידענטן, דעמאקראטיע און עלעקשאנס האבן מיט דעם קיין שייכות נישט, און אז דו זיכסט פרוף קוק אויף כינע...
אוועטאר
חרבונא
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 22, 2022 1:23 pm

Re: נאכאנדע רוישיגע כוואליעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרבונא »

דער ווייסע הויז טוישט פאזיציע יערליך
אבאמא האט עס געמאכט פאר אן אימיגראנטן צענטער
טראמפ האט עס געמאכט פאר א קאפעי הויז
און ביידען האט געמאכט דערפון א נורסערי האום


ווער ווייסט וואס איז ס'קומענדיגע, אפשר איז שוין צייט אז איר יחוס זאל צוריקגיין צו איר ווייס'קייט
סטאביליטעט איז די וויכטיגסטע זאך פאר עקאנאמיע - פארטייען, פרעזידענטן, דעמאקראטיע און עלעקשאנס האבן מיט דעם קיין שייכות נישט, און אז דו זיכסט פרוף קוק אויף כינע...
אוועטאר
חרבונא
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 22, 2022 1:23 pm

Re: נאכאנדע רוישיגע כוואליעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרבונא »

א חלום: אן עפיזאד וואו דער מלאך החלומות פארדרייט דיך א קאפ מיט כל מיני מאדנע מעשיות
א דמיון: עפעס וואס דו זעסט כלאמפעריש מיט דיינע אויגן פאסירן, אפטמאל איז עס איבערגעטריבענע לאזיגע סצענעס
א וויזיע: עפעס וואס דו זעסט און האפסט שטארק אז זי זאל פאסירן אין די צוקונפט

הצד השווה שבהן: אלע דריי זענען גאר באליבט אויף 'טל של תחיה'
סטאביליטעט איז די וויכטיגסטע זאך פאר עקאנאמיע - פארטייען, פרעזידענטן, דעמאקראטיע און עלעקשאנס האבן מיט דעם קיין שייכות נישט, און אז דו זיכסט פרוף קוק אויף כינע...
אוועטאר
חרבונא
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 22, 2022 1:23 pm

Re: נאכאנדע רוישיגע כוואליעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרבונא »

שמח בחלקו מיט פארגינען איז א דירעקטער סתירה
שמח בחלקו איז טייטש: יעדער איז צעפרידן מיט זיינ'ס, קיינער קוקט נישט אריין אין יענעמ'ס טעלער
פארגינען איז טייטש: יעדער קוקט מיט גרויסע אויגן וואס יענער פארמאגט, אבער מיט דעם אלעם "כ'פארגין אים"
סטאביליטעט איז די וויכטיגסטע זאך פאר עקאנאמיע - פארטייען, פרעזידענטן, דעמאקראטיע און עלעקשאנס האבן מיט דעם קיין שייכות נישט, און אז דו זיכסט פרוף קוק אויף כינע...
אוועטאר
חרבונא
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 22, 2022 1:23 pm

Re: נאכאנדע רוישיגע כוואליעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרבונא »

האסטו געהערט יענקאלע האט זיך געבויעט א פאלאץ
ניו יארק: ער האט גענומען א בעיסמענט און הערליך איבערגעבויעט
אפסטעיט: א געווענדליכער הויז מיט א פארקינג לאט, שיין איבערגעבויעט
אליעזר קרויס'נס פלארידע גארטן: אפגעהאקט א וואלד, ארויפגעבויעט א פרישע סקול געביידע פאר א שנה ראשונה פארפאלק
ירושלים: איבערגעקאלאכט א ד' על ד'
סטאביליטעט איז די וויכטיגסטע זאך פאר עקאנאמיע - פארטייען, פרעזידענטן, דעמאקראטיע און עלעקשאנס האבן מיט דעם קיין שייכות נישט, און אז דו זיכסט פרוף קוק אויף כינע...
אוועטאר
חרבונא
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 22, 2022 1:23 pm

Re: נאכאנדע רוישיגע כוואליעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרבונא »

טעראסע'ס
1) א טייל פון די הויז פארמאגט אן אפענער וואנט מיט א גדר, מען קען ארויסזען צו דער גאס
2) די האלבע טעראסע איז נאך אינעם הויז/געביידע, איין האלבע שטעקט ארויס העכער די גאס
3) דער גאנצע טעראסע הענגט אין די לופטן, נאר איטליכע אינטשעס איז זי אינעם געביידע אנגעהאנגען, פאר די רעשט עקזיסטירט זי אויפן גאס

פארהאן זענען עטליכע סארט פילטערס.........................
סטאביליטעט איז די וויכטיגסטע זאך פאר עקאנאמיע - פארטייען, פרעזידענטן, דעמאקראטיע און עלעקשאנס האבן מיט דעם קיין שייכות נישט, און אז דו זיכסט פרוף קוק אויף כינע...
אוועטאר
חרבונא
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 22, 2022 1:23 pm

Re: נאכאנדע רוישיגע כוואליעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרבונא »

דער באלאטע פארדעקט א שמוציגע זאמד'יגער ערד פון קריכעדיגע
דער טעפעך באשיינט די באלאטעס
די געשניצטער טיש פארזיכערט דער מענטש נישט צו פראווען קיין סעודת המפסקת טעגליך
דער טישטוך האלט ריין דעם געשניצטן טיש
נעם בלויז אוועק די באלאטעס און דו קענסט אלצדינג אוועקווארפן

אז די וויכטיגסטע איז נישט בצניעות, קענסטו דעם וואלענע טלית קטן, בעקיטשע און היט אוועקווארפן, זייער ניצן איז אויס
סטאביליטעט איז די וויכטיגסטע זאך פאר עקאנאמיע - פארטייען, פרעזידענטן, דעמאקראטיע און עלעקשאנס האבן מיט דעם קיין שייכות נישט, און אז דו זיכסט פרוף קוק אויף כינע...
אוועטאר
חרבונא
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 22, 2022 1:23 pm

Re: נאכאנדע רוישיגע כוואליעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרבונא »

חרבונא האט געשפילט די קלענסטע ראלע אינעם מרדכי ואסתר שפיל
אינעם פאראייביגונג'ס לידל האט ער גאר א חשובער פאזיציע
כמות בלייבט נישט פאראייביגט - איכות איז דער ארטיקל וואס לאזט א מזכרת
סטאביליטעט איז די וויכטיגסטע זאך פאר עקאנאמיע - פארטייען, פרעזידענטן, דעמאקראטיע און עלעקשאנס האבן מיט דעם קיין שייכות נישט, און אז דו זיכסט פרוף קוק אויף כינע...
אוועטאר
חנן
שר האלף
תגובות: 1193
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 8:49 am
לאקאציע: ערגעץ ווי

Re: נאכאנדע רוישיגע כוואליעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנן »

מיינע צוויי חתימות - אין עהרע פון שרייבער.
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות.

א שרייבער איז נישט קיין שרייבער צוליב וואס ער שרייבט. נאר ער שרייבט צוליב וואס ער איז א שרייבער.
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1739
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע: בני ברק

Re: נאכאנדע רוישיגע כוואליעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

חרבונא האט געשריבן דא: http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 3#p3746821
חרבונא האט געשריבן:
קיפפ איט אפ, ווען דיינע ווערטער וואלטן געווען א גאז ברונעם וואלטן זיי געשאנקען גאזעלין פאר גאנץ אייראפע!!!!!!!!!!!
באראטונג
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 27, 2020 12:20 pm

Re: נאכאנדע רוישיגע כוואליעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באראטונג »

חרבונא האט געשריבן:
אויפגעוואקסן איז ער ביי זיינע ליבע עלטערן, ער איז אלעמאל געווען א שטיק גוטסקייט, זיינע פריינט אין שולע האבן אים געליבט ביז גאר, און זיינע זיידעס און באבעס זענען געווען שטאלץ מיט אים. אריבער איז א חתיכה פון צייט, ס'קינד איז אויפגעוואקסן און חתונה געהאט בשעה טובה ומצלחת, די שמחה בבית המשפחה האט געבראכן אלע שערים, ווער רעדט נאך ווען א יאר שפעטער איז געבוירן א קליין יונגעלע למזל טוב.
אלעס איז געגאנגען גוט
ביז...........דער שווארצע טאג האט געגרייכט, עטליכע קידנעפער האבן געגרייכט זיין שטוב און מיט גרויזאמע פלענער אים ארויסגעכאפט פון זיין הייזקעלע אינאיינעם מיט זיין ווייב און זיסע נשמה'לע.
ס'קליינער האט געוויינט געברעטשעט און געקרייט אבער גארנישט האט נישט באנומען די געבויעטע פאנגער וואס האבן אן רחמנות אריינגעשטיפט דעם גאנצן משפחה אינעם בעק זייט פון א גרויסן טרעילער.

נאכן פארן עטליכע שעות זענען זיי אנגעקומען צו א מארק א גרויסע מארק, טויזנטער ריזיגע ברייטגעבויעטע מענטשן מיט מאדנע היטלעך זענען דארט געשטאנען, יעדער וויל קויפן, זיי זענען גרייט צו צאלן פאר די פאנגער...געלט 'ווער ווייסט אפשר וויל מען אונז אויסלייזן האט דער מוטער געטראכט צו זיך'.

אט האט איינער איר אפגעקויפט, און מיט זיינע גרויסע הענט כאפט ער איר ביים קארג און מיט א דיקע שטימע שרייט ער אויס: דו, דו קליינער, דו, איך האב זיך פארזינדיגט פארן גרויסן קעניג און איצטער וויל ער מיר שטראפן, אפשר גאר טויטן. איך אבער, איך וויל דאס נישט, איך האב מורא, ענדערש וועל איך דיר נעמען און שיקן צום טויט אנשטאט מיר.

קליינער עס איז געקומען דיין ענדע, דיך וועט מען טויטן פאר מיינע זינד
און מיט א שטויס געט ער א געשריי 'זה חליפתי זה כפרתי זה תמורתי זה התרנגול ילך למוות ואני אזכה לחיים טובים ארוכים ולשלום'!
און מיט דעם האט זיך געענדיגט דער שיינעם לעבן פון מאמי טשיקעלע
קיינער ווייסט נישט פון וואנעט און ווער, באהאלטן ער לאקערט, געטראפן א פאנג שפרינגט אויף מיט געזאנג

אזוי שפירט זיך צו קריטיקירן אן קאמפלימענטירן, על כל ג"ל וג"ל נענעתי ראשי בהנאה, אבער די דאזיגע שמעקט עפעס נישט גוט
אפשר פירט איר אויך אויס דעם תירוץ אויף די קושיא, די אומרעכט וואס דער ברייטגעבויעטע מענטש מיטן מאדנע היטל באגייט
שמואל ק.
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 14, 2021 12:23 am

Re: נאכאנדע רוישיגע כוואליעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל ק. »

דו ווילסט אויך פראדעצירן כוואליעס?
עס גייט דיר נישט?
שווים מיט.
הטוב כי לא כלו רחמיך
והמרחם כי לא תמו חסדיך
כי מעולם קיוינו לך!
שמואל ק.
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 14, 2021 12:23 am

Re: נאכאנדע רוישיגע כוואליעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל ק. »

כוואליעס קומען נאך און נאך
עס הערן נישט אויף
אמאל גרויסע אמאל קליינע
אמאל רוישיגע אמאל רואיגע
אבער עס כוואליעט...
הטוב כי לא כלו רחמיך
והמרחם כי לא תמו חסדיך
כי מעולם קיוינו לך!
באראטונג
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 27, 2020 12:20 pm

Re: נאכאנדע רוישיגע כוואליעס!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באראטונג »

שמואל ק. האט געשריבן:
דו ווילסט אויך פראדעצירן כוואליעס?
עס גייט דיר נישט?
שווים מיט.
פראדעצורן כוואליעס קען יעדע שמויגער
א וויש מיט די האנט דא - און דיין כוואליע לויפט מיילן ווייט
שווים מיט נאר מיט די לייכטע און די גוטע...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”