דער מענטשליכער מח און נערווען סיסטעם

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

דער מענטשליכער מח און נערווען סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

דעם מענטש'ס מח איז פון די וואונדערליכסטע ארגאנען פון די וועלט. עס איז היבש קליינטשיק. קליין רעלאטיוו צום מענטשליכן קערפער, און קליין רעלאטיוו צו אנדערע באשעפענישן. אבער דאך איז עס אזוי וואונדערליך און קאמפלעצירט. אז עס איז ממש אוממעגליך דאס צו קענען גרינטליך פארשטיין.

לאמיר אויף א בעיסיק אופן צענעמען די חלקים פון די מח און וויאזוי עס ארבעט.

דער שיעור איז נתנדב געווארן לזכות ידידינו היקר המכונה 'איבערלעבער', וואס טראץ דעם וואס ער ארבעט זייער שווער, נויטיגט ער זיך אין ישועה פון געלט, צו לייגן ברויט אויפן טיש. צו האבן אביסל מנוחת הנפש. צו ברענגן שלום ושלוה אין שטוב. מ'קען העלפן דא. ביטע! טייערער ליינער, העלפט! דא קען מען מנדב זיין. תזכו למצוות! ותתברכו בכל הברכות האמורות בתורה!

פון די אויפגאבעס אויף וואס דער מח איז באאויפטראגט איז:

  • צו קאנטראלירן די קערפערליכע טעמפראטואר, בלוט דרוק, הארץ קלאפ ראטע, און אטעמען.
  • עס נעמט אריין אין זיך הויפענעס אינפארמאציע פון אלעס וואס עס זעט/הערט/שמעקט/שפירט/טאפט אויף די וועלט. מיליאנען און ביליאנען שטיקלעך אינפארמאציע.
  • עס האנדלט מיט די פיזישע מאוומענט פון א מענטש בשעת'ן גיין, רעדן, שטיין אדער זיצן.
  • עס טראכט, חלום'ט, שפעקולירט, און שפירט.

דער מח ווערט קאנטראלירט דורך א נעץ פון "נערווען" גערופן "די צענטראלע נערווען סיסטעם". די חכמה פון שטודירן דעם מח ווערט אנגערופן "ניוראסייענס" אדער "ניוראביאלאגיע".

דער מח באשטייט פון ארום 10 ביליאן (!) נערוו צעלן, גערופן "ניוראנס". די ניוראנס זענען בעצם אויסגעשטעלט די זעלבע ווי געווענליכע צעלן, אבער זיי האבן אויך די מעגליכקייט צו שיקן "עלעקטראקעמיקעל סיגנאלן", פון איין נערוו צום צווייטן. זיי האבן די מעגליכקייט צו שיקן דעם שטראם ביז א לענג פון עטליכע פיס!

א נערוו באשטייט הויפטזעכטליך פון דריי טיילן:

  • די צעל קערפער (סאמע). דער חלק האט די הויפט און וויכטיגסטע באשטאנדטיילן פון די צעל. נעמליך, די נוקליעס, וואס האט אין זיך DNA, די "רעטיקיולעם" און "ריבאנסאמס" וואס זיי פראדעצירן פראטינס, און "מייקראקאנדריע" וואס פראדעצירט ענערגיע. אויב דער צעל שטארבט, שטארבט דער ניוראן. אן דעם קען עס נישט לעבן.
  • עקסאן (AXON). דאס איז דער "ווייער" וואס קומט ארויס פון די צעל. דאס דינט טאקע ווי א ווייער צו שיקן די עלעקטראקעמיקעל מעסעדזשעס. עס קען אמאל זיין באדעקט מיט א געוויסע מאטריאל, וואס העלפט מאכן שנעלער די דעליווערי פון די מעסעדזשעס.
  • דענדערייטס, אדער נערוו ענדינגס. דאס זענען אזעלכע ווארצלען וואס שאפן די פארבינדונג פון איין ניוראן צום צווייטן.

figure-1.jpg
figure-1.jpg (131.93 KiB) געזען 2094 מאל


המשך יבוא אי"ה בל"נ צוזאמען מיט די נדבות.

דא איז מען מנדב. יישר כחכם! ותזכו למצוות! איר זאלט קיינמאל נישט דארפן צוקומען צו דעם!
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: דער מענטשליכער מח און נערווען סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

Wow
יעדע דיטעיל ווייסטו!
אזוי קלאר אראפגעשריבן!
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

אנבעליוועבל!!

גיי מיר ווערן געהעריגע מח עקספערטן, ייש''כ ממוצע!
איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Re: דער מענטשליכער מח און נערווען סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

יישר כחכם. הקבה שילם משלם וישלם לך כגמולך הטוב.
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected]Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
אוועטאר
latter
שר האלפיים
תגובות: 2272
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 12:00 am

Re: דער מענטשליכער מח און נערווען סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך latter »

wow wow missive more please
תשפד גייט מען אין קאנטרי כ"א סיון מקומט אהיים כ"ח אב
דארנשטיג שלח - זונטאג שופטים
June 27 - Sep 1
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: דער מענטשליכער מח און נערווען סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

שיעור זה נתנדב וכו'

די נערווען סיסטעם איז צעטיילט בעיקר אין צוויי חלקים. בראש וראשון איז די "צענטראלע נערווען סיסטעם" ווי אויבן דערמאנט. דאס איז קאנצעטרירט אינעם מח און אינעם שדרה. דערנאך איז די סיסטעם וואס הייסט "פעריפערל נערווען סיסטעם". דאס זענען די ניוראנס וואס זענען צושפרייט און צוזייעט אינעם גאנצן קערפער. און זיי טוען שיקן און באקומען מעסעדזשעס פאר די טאג טעגליכע אויפגאבעס. די ניוראנס "טייטשן" נישט אויס אינפארמאציע און מעסעדזשעס. דאס ווערט געטוהן אינעם "מח", די ניוראנס זענען בלויז די וואס שיקן און באקומען און פירן אויס מעסעדזשעס.

די "פעריפערל נערווען סיסטעם" איז אויך צעטיילט אין פארשידענע חלקים. ס'זענען דא חלקים וואס זייערע אויפגאבעס זענען א רעאקציע צו עפעס אויסערארדנטליך, ווי למשל א קלאפ אין האנט, וואס דער סענסאר ניוראן כאפט אויף דעם קלאפ, שיקט דעם מעסעדזש צום "צענטראלן סיסטעם" וואס שיקט צוריק אראפ א מעסעדזש צום "ניוראן" צו געבן א ציה איין די מוסקעלן. און ס'זענען דא ניוראנס וואס זיי זענען באאויפטראגט אויף די זאכן וואס געשעהן כסדר אן קיין דרויסענדיגע זאכן, ווי למשל אטעמען וכדומה.

די ניוראנס זענען צעטיילט בעיקר אין דריי חלקים.

  • סענסארי ניוראנס. דאס זענען די נערווען וואס שפירן זאכן. ווען די טאטשט עפעס, איז דא א סענסארי ניוראן, וואס "פילט" וואס דו טאטשסט, און שיקט א מעסעדזש צו די מח וואס "טייטשט אפ" די מעסעדזש און שיקט ארויס די מעסעדזשעס צו די נויטיגע אינסטאנצן צו נעמען עקשאן לויט ווי עס פעלט זיך אויס.
  • מאטאר ניוראנס. דאס זענען די ניוראנס וואס קאנטראלירן די מוסקעלן, זיי פירן אויס דאס וואס דער מח האט אויסגעטייטש פון די "סענסארי ניוראנס".
  • אינטערניוראנס. דאס זענען ניוראנס וואס זענען "קאנעקטארס". זיי לויפן צווישן די אנדערע ניוראנס, און פירן פשוט די מעסעדזשעס ווייטער.

ס'זענען דא געוויסע אינסטינקטיווע רעאקציעס פון די מוסקעלן, וואס זענען אזוי אינסטיקטיוו אז די מעסעדזש דארף נישט ארויפטרעוולען ביזן מח, נאר עס גייט לאקאל ביזן שדרה, און פון דארט אראפ צום "מאטאר ניוראן". די סארט קאנעקשאן הייסט "מאנא-סינעפטיק" - אן איינצעלנע קאנעקשאן. א ביישפיל פון דעם איז ווען געוויסע האקעלע נערווען באקומען א קלאפ, וועט דער מוסקעל קאנטראקציע פאסירן ממש אינסטינקטיוו אן די הילף פונעם מח. ווען זאכן ווערן אבער מער קאמפליצירט, גייט עס דאן ארויף אינעם מח, וואס פראצעסירט די מעסעדזש פונעם סענסארי ניוראן, און שיקט אראפ די מעסעדזש צום מאטאר ניוראן.

כאטש עס זענען נאר דא ארום א 100 ביליאן ניוראנס אין די מח, איז אבער יעדע ניוראן קאנעקטעד צו ארום 1000 אנדערע ניוראנס, אין טאטעל קומט ארויס אז ס'זענען דא ארום א טריליאן (!) קאנעקשאנס צווישן די ניוראנס אינעם מח.

דער מח קען אלץ שאפן פרישע "וועגן" און "קאנעקשאנס" וויאזוי צו שיקן און פראצעסירן זאכן. ווען מ'איז נאך יונג, איז דער מח מער בויגזאם, און ער קען שנעל שאפן פרישע "וועגן". דעריבער ווען א מח ווערט געשעדיגט ווען עס איז נאך יונג, קען די איבערגעבליבענע חלק מח איבערנעמען די געשעדיגטע חלק פונקציעס, שאפן פרישע "וועגן" און ווייטער פונקציאנירן געהעריג. ווען מ'ווערט עלטער איז עס שוין שווערער.

דעריבער זאגן פארשער, און להבדיל אונזערע מלמדים אין חדר, אז עס איז וויכטיג צו האלטן דעם מח אקטיוו. צו כסדר טשעלענדזשען דעם מח, אז ער זאל מוזן אויפקומען מיט נייע מהלכים, כדי ער זאל זיך האלטן פריש, און זיך קענען שנעל אדאפטן צו נייע און פרישע זאכן.

המשך יבוא בל"נ צוזאמען מיט די פארגרעסערטע נדבות...

נערווען-min-min (5).png
נערווען-min-min (5).png (253.12 KiB) געזען 1691 מאל
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: דער מענטשליכער מח און נערווען סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

Bissli האט געשריבן:Wow
יעדע דיטעיל ווייסטו!
אזוי קלאר אראפגעשריבן!

איך ווייס דען? מיסטער גוגל ווייסט...

ש'כח אלע מגיבים ונותנים! איך בין זיך מסתפק במועט קאמענטארן... אבער @איבערלעבער ברויך אסאך געלט! אויף דעם זעמיר נישט מוותר...
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: דער מענטשליכער מח און נערווען סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

זייער אינטערעסאנט!!

א גרויסן שכח
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
אוועטאר
עפעס אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 474
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 30, 2020 3:10 pm
פארבינד זיך:

Re: דער מענטשליכער מח און נערווען סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אזוי »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3986
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: דער מענטשליכער מח און נערווען סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

אנוועליבעוויל!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
להבין ולהשכיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 21, 2021 10:29 am

Re: דער מענטשליכער מח און נערווען סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להבין ולהשכיל »

*בוקמארקט*

שכויעך ר' ממוצע, זייער שיין און קלאר.
קוקן מיר ארויס אויפן המשך בעזה"ש
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: דער מענטשליכער מח און נערווען סיסטעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

להבין ולהשכיל. האט געשריבן:
שכויעך ר' ממוצע, זייער שיין און קלאר.
קוקן מיר ארויס אויפן המשך בעזה"ש
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”