די שפאציר פון מיין באנגעלא ביז די מקוה

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

winner
שר האלף
תגובות: 1231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 9:35 am

די שפאציר פון מיין באנגעלא ביז די מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך winner »

עס איז אינדערפרי אין קאנטרי 6:30 פארטאגס די קינדער שלאפן נאך אלעס איז שטיל איך גיי ארויס פונעם באנגעלא, איך עפן אויף ביידע טירן דער מכלומרשטע געהעריגע טיר, און ביפאר דעם די נעץ טיר, פאר איך גיי ווייטער לייג איך צו קאפ ווייל איך וויל נישט פארפאסן צו הערן די באטעמטע גערודער ווי די טיר דרייט זיך, און גיבט ארויס אזא שיינע תנועה, און א סקונדע דערנאך די דריי קלאפעס, ווען די טיר האקט זיך אן אויפן שוועל און גיבט נאך א שפרינג אויף צוריק און דערנאך נאך א שטילערע קלאפ אויפן שוועל און נאכמאל צוריק ביז ער לאנדעט ענדליך ענדגילטיג.
און אצינד גיי איך ווייטער אראפ די דריי טרעפ, אבער נישט פארן אנטאפן די האנטוך וואס ליגט דארט אויפן שוואכן שאקעלדיגן געיט פון די טרעפ וואס דארט ליגט די האנטוך פון די מקוה, מיין דריטע האנטוך איז דאס שוין, און לאמיר טאקע מאכן שנעל חזרה, מיין ערשטע האנטוך האלט איך דאך יעצט אויף מיין אקסל, די צווייטע האנטוך האב איך איבערגעלאזט אין מקוה שבת אינדערפרי, מוצ"ש בין איך געקומען קוקן אויב עס איז נאך דארט, אבער למעשה איז ער שוין נישט געווען צום געפינען, און דאס איז די דריטע האנטוך וואס ליגט אצינד צום טריקענען, אבער נישט פארגעסן, אז בעצם איז ער שוין געווען טריקן און איך האב עס שוין געפלאנט אריינצונעמען אין שטוב, אבער ווייסטעך... און עס האט זיך אראפגעלאזט אזא גאס רעגן, און וחוזר חלילה, אצינד האב איך באטאפט דעם האנטוך און עס שפירט זיך ווי א בהמ"ד האנטוך מער אנהייב שלש סעודות, ווען נאר א טייל עולם האט זיך שוין געוואשן.
איך גיי ווייטער אויף די קורצע גראז שטרעקע און פארנט פון די באנגעלא מיינע טריט באטרעטן די ווארצלעך פון די די ריזיגע ברייט ביינעדיגע בוים וואס איז ממש און פארנט פון מיין באנגעלא, ביז איך קום אן צו די וועג פון קוילן וואס באהעפט אלע באנגעלאס איינס צום צווייטן, און דא פאנג איך אן די שפאציר ביז די מקוה, די טריט שפאצירן זיך געלאסן, איך לייג אראפ די רעכטע פיס, נאכדעם די לינקע נאכדעם נאכמאל די רעכטע אזוי שטייטליך, און איך טראכט צו מיר, פארוואס אין שטאט ווען איך גיי אין בהמ"ד וואק איך מיט שנעלע אנגעצויגענע טריט און דא שפאציר איך אזוי רוהיג? מאדנע.
איך קוק מיך ארום אויף די גרויסע פרייע פעלד דארט ווי עס ליגט אויסגעשורה'ט די 30 פלעסטיק בענקלעך און א רינג, וואס איבער טאג קוקט מען נישט אויף יענע זייט, אבער אצינד ווען עס איז ליידיג קען מען דאך דאס אויך באטראכטן.
אזוי גייענדיג הערט מען ארויס פון איין פארטש ווי עמיצער זיצט מיט א גמרא און א קאווע צו דערזייט זינגט זיך אונטער אזא ספאציעלע "קאנטרי פארטש לערנען תנועה" ווער ספארשטייט פארשטייט און ווער נישט וועט נישט העלפן קיין הסברים,
איך ענדיג די גאנצע אויסגעפלאסטערט וועג פון קוילן און אצינד דארף מען אריבער גיין די האלצערנע בריק וואס אינטער דעם פליסט דורך די אפפאל רעגן די טאל אינטערן בריק איז אויך א פלאץ ווי עס ווערט פאראייביגט היסטאריע, ווען עס ליגט דארט אריינגעווארפן פארשידענע חפצים און שמוץ פון די לעצטע 50 יאר, אלטע רעדלעך און פארשידענע ערליי שמאנצעס שירעמעס טויס און וואס נישט וואס פאלן דא אריין און בלייבט א חלק פון די קאנטריס היסטאריע.
איך גיי אריבער דעם בריק און דא קומט נאך א שטיקל באוואקסענע וועג מיט ביימער, דא אין די זייט ליגט די גאלף קאר וואס ארבעט נישט, אבער די קינדער גלייכן גאר שטארק צו זיצן דערויף און דריקן דעם פייפער וואס ארבעט נאך צופעליג יא, ווען מען האלט דא לייגט מען צו קאפ צו קוויטשקערייען פון די וואלד, אבער דאס דארף ווערן צוטיילט און אנאלאזירט, קודם איז דא די אלגעמיינע וואלד קול, וואס פייפט יעדע פערטל סקונדע קורצליך, דערנאך איז דא די פייגל קול פון די פילע פייגלען וואס שפרינגען, טראגן און ברענגען און קוויטשקענען ארום, מיט זייערע זיסע קעלעכלעך. נאכדעם איז דא די קול פון די מאנקאשלעך וואס געבן זיך אזא שנעלע באוועג שטעלן זיך אפ פאר 10 סקונדעס נאך א שנעלע באוועג, א שפרינג און א טאנץ.
און נאכדעם איז דא די זשומען קול פון די פליגן און בינען און די חידוש איז אז שפאצירנדיג אין קאנטרי מאכט דאס בכלל נישט נערוועז נאר אדרבא עס גיבט נאך צו צום גאנצן חן.
ווען מען האלט ביי דעם פונקט שטעלט מען זיך אפ, מען גיבט א צי אריין צושטייטליך א טיפן אטעם אבער ביזן סוף אריין טיפער און טיפער, און צוביסלעך לאזט מען עס ארויס אזוי צושטייטליך מער מער און נאכמער ביזן סוף, און אז מען האט סייעת דשמיא וועט ממש אין יענע מינוט פארגיין א ווינטל וואס קומט פון מזרח צו מעריב אזא רוהיגע אבער שארפע ווינטל, וואס רופט זיך די מערסטע אפ אויף די ארומיגע בלעטער און ביימער, די ווינט גייט נישט אגרעסיוו נאר אזוי איידל גיבט ער א שפרייז אריבער דעם גאנצן וועג, און דאן, כאפט מען נאך א אטעם די זעלבע סארט ווי פריער מען ציט אריין און מען לאזט ארויס, אבער אצינד גייט מען שוין אביסל ווייטער מיט גאר קליינע טריט.
און יעצט האלט מען שוין גאר נאנט צום ראוד, נישט קיין רוישיגן ראוד נאר אזא שמאלע קליינע ראוד וואס האט נאר ממש די מעגליכקייט פון צוויי קארן אריבער צופארן, איינס אויף די זייט און צווייטע פון די פארקערטע ריכטונג.
די ראוד פון אונזער קאנטרי האט די מעלה אז עס האט א שארפע דריי גאר נאנט צו אונז דארט ווי די אויג קען נאך גוט זעהן, עס גייט נישט גראד ביזן סוף, נאר עס האט באלד א דריי, וואס די מעלה דערפון איז אז מען קען זעהן ווי די קארן געבן זיך אזא דריי אריין און ווערן פארשווינדן פונעם האריזאנט אזוי איינער נאך די צווייטע וואס גיבט פיל צו צום כח הדמיון.
באזונדער האט עס נאך א מעלה אז קוקנדיג דארט לינקס פון ראוד ווי עס איז דא א ליידיגע שטח קען מען זעהן די קעגן איבער בערג אזאלכע גאר הויעכע סארט, וואס דארט ביים שפיץ באהאלט זיך די זון געווענדליך ביינאכט, וואס דאס איז א באזונדערע שמועס פאר זיך ווי מען וועט אצינד נישט פארקריכן.
דארט ביים ראוד ווי איך שטיי אצינד וואס ווי פארשטענדליך האט עס נישט קיין סיידוואק נאר איז מער אזוי זאמטיג וואס פארשטויבט די שוך מיט די אינטערשטע טייל קערפער.
צווישן די גאנצע רוהיגקייט פונעם שפאציר גיבט בלויז צו די גרודער פון די שנעל דורכפארענדע קארן און טרעקלעך, וואס א גרויס טייל דערפון זענען אזאנע פיקאפ טרעקלעך, וואס טראגן ביים רוקן אזאנע דערפישע געצייג, די שנעלע גרודער דערפון איז אויך עפעס וואס איז ווערט צו אדערסירן אבער שווער מסביר צו זיין אויפן פאפיר, זיי פארן אזוי בערך דריי אויטאס אין א מינוט אבער אפגעטיילט שלא על הסדר, אזוי אז נאך ווען עס שפרייזט אריבער איין אויטא קומט צוריק די ארגינעלע שטילקייט און אזוי אומגערישט פארט אריבער א פרישע וחוזר חלילה.
אין קאנטרי גייט מען מיט א חאלאט, פארוואס? ווייל אזוי ווייסטעך סאיז קאנטרי... יעצט פאר איך קראס אריבער די ראוד, כאפ איך מיך אן מיט אלע חפיצים, און איך באמערק ווי איין זייט גארטל פון די חאלאט שלעפט זיך אזוי אויף די ערד, און איז פארשטויבט אינגאנצן, איך הייב עס אויף איך וויש אפ די שטויב, איך גיב א מאך אזא קניפ, אבער אן א באוי עס זאל בלייבן אזוי לויז און ליפטיג, פארשטייט זיך אז בשעתן אראפקוקן אויף די ערד באמערקט מען ווי די שיך איז אינגאנצן פארשטויבט און ערדיג עס גיבט אזא קיצל אבער פון דעם קען מען זיך נישט וויסנדיג מאכן מען דארף גיין ווייטער.
דערנאך גיב איך נאכאמאל אזא מוטשקע איין די האנטוך, אויף מיין פלייצע מאכענדיג זיכער אז עס רינט גארנישט ארויס ברייטער פון מיין איקסל,
איך פאנג אן צו קוקן רעכטס און לינקס וירא כי אין קאר, פאגנט מען אן אריבער צו קראסן, אבער די וועג וויאזוי מען קראסט אריבער איז אזוי שנעל-שטייט נישט מיט אזא שטאטישע סטרעס.
און יעצט בין איך בשלום אנגעקומען אויף די אנדערע זייט, דארט באגעגנט מען זיך מיט די טראדיציניאלע קאנטרי טיר געיט וואס מען דארף אראפקוועטשן א שטעקן עס זאל זיך זיך עפענען, יעצט אנדערש ווי ביי די זייט פון די קאנטרי וואס דארט איז שוין די טיר צובראכן און איז אזוי האלב העגענדיג, איז אבער די טיר פון די זייט פון די מקוה נאך אין דינסט, אבער מען דארף עס געבן אזאלכע דריי זעצעס קוועטשעס און ריקעס און אזא קליינע שלעפ און דעמאלטס עפענט זיך עס, טאקע דארט אויפן געיט ליגט אזוי אריינגענייט מיט טיירעפס א שטרענגע בקשה צו אייביג האלטן פארמאכט די טיר ונשמרתם מאוד לנפשותיכם!
אצינד איז דא די קליינע וועג פון בערך 15 פיס, ביז מען וועט אנקומען צום מקוה כאטקע, דאס איז אבער די מערסט קאמפליצערטע חלק פון שפאציר, דא איז נישטא קיין קוילן געפלאסטערט, נאר די ערד דא איז א שטיקל סאמערי, פון די וועטער, פון די לעצטע איטליכע טעג, דהיינו, אויב איז געווען הייסע וועטער'ס פאר כאטש דריי טעג וועט די זאמד זיין אזוי פארטריקענט, עס וועט האבן אזאלכע טיעפע צייכענעס פון א גאלף קאר וואס איז אריבערגעפארן, אבער פארטריקענטע צייכענעס כמובן, עס וועט אויסזעהן אביסל ווי די כברת ארץ ביי רחל אמנו,
אבער אצינד איז נישט פון די גליקליכע טעג, ווייל נעכטן איז דאך פארלאפן די שרעקעדיגע שלאקס רעגן, פון די סארט וואס מאכט זיך כסדר דא ביינונז, אייביג איז עס אינמיטן שווימען, ווען די הימלען ווערן שטרענגער און שטרענגער און נאך שטרענגער, שווארצער און שווארצער און נאך שווארצער, די מצב ווערט אנגעצויגן, מען כאפט אריין די לעצט פארבליבענע סקונדען ביז די שרעקליכסטע גייט פאסירן, מען לויפט ארום פארסאפעט צאמנעמען די ספרים פון די פיקנינג טעבל, מען שלעפט אראפ אלע הענגעדיגע בגדים און נאך בשעת'ן טראכטן פון אלע פארבליבענע זאכן וואס גייען אצינד גיין א גאנג, הייבצעכעס אן, עס פאנגט אן דינערן און בליצן, עס בוזשעווען שרעקליכע ווינטן וואס שאקלען די מעכטיגע ביימער ווי כפרות, אזוי הייבן זיך די קולות וברקים פאר גאנצע 10 מינוט, און דערנאך פלוצלינג גיבט זיך די הימלען א גיס אויס אויף די ערד, עס הייבט אן פראסקענען וואסער אן רחמנות, די גליקליכע שבינינו שטייען אינטער א קליין דעכל און קוקן זיך אום ווי אלעס גייט חרוב, מען זעהט אבער אייביג די פאר שלימזאלעך וואס לויפן ווי רוחות געטריבענע און די אנצוגן זייערע קלעבן שוין צו זייערע גופים, און אנדערע מיט אויסגעבויגענע שירעמעס אויף ארויף.
געווענדליך איז אויך דא די אויבער חכם וואס שפאצירט זיך מיט אזא געמאכטע רוהיגקייט און בשעת'ן זיינע ליפן ווארפן זיך פאר קעלט זייענדיג דורכגעווייקט, מורמעלט ער ארויס פון צווישן די פירפל ליפן, "איך בין נישט געמאכט פון צוקער" חח
בקיצור, אזוי האלט אן די גאס פאר א גוטע האלבע שעה, ביז זאכן הייבן זיך אן צו בארוהיגן, די וואלקענעס הייבן אן אפצוטראגן צוביסלעך איינס נאכן צווייטן, און דאן, גייט מען זיך אביסל אומקוקן אויף די שאדענס, וואס ער האט איבערגעלאזט, די אומגעווארפענע ביימער די נאסע האנטוכער די חפיצים פון פארטש וואס זענען אינגאנצן נאס,
עכ"פ ווי בין איך דא פארקראכן? אה, איז ווען דאס פאסירט שפירט זיך געווענדליך די נאכווייען פאר א פאר טאג, שטייענדיג דא הארט פאר די מקוה, זעה איך טאקע ווי די מצב איז ביטער, איך שטיי און איך טראכט וויאזוי גייט מען ווייטער? איך הייב מיר אינטער אזוי ווי ביי קדוש קדוש, אבער נאכמער ממש איך ניץ נאר די שפיץ פינגער, ווי כאילו די מאראסט דא איז נישט א פיס טיף, איך וואק אזוי שלעפעדיג נאך א פיס נאך א פיס, בשעת די זוים פון מיין הויזן, זאפט איין מער און מער ערדיגע סחורה, וואס וועט שפעטער פארוואנדעלט ווערן, און מער א הארטערע שיכט, וואס וועט עווענטועל, אראפ פאלן אין די קאך פון מיין באנגעלא גלייך נאך מען וועט עס אויסוואשן לכבוד שבת.
אבער יעצט איז מיר שווארץ געווארן פאר די אויגן, איך שטיי שוין נעבן די מקוה, אבער דא אנטפלעקט זיך פאר מיר ממש א לעיק פון וואסער, אויב מייניך אז איך קען דאס פארמיידן און גיין ארום זעה איך, אז די לעיק ציט זיך ווי ווייט די אויג זעהט ער איז ברייטביינעדיג און טיף, וואס טוט מען דא ווייטער?
אין קאנטרי קען מען אלעס טרעפן, נישטא קיין חפץ, וואס ליגט נישט ערגעץ פארווארפן אין קאנטרי, איך זאג נישט אז דאס איז איז פון די נייעסטע מאדעל... אבער למעשה ליגט עס ערגעץ, קאנטרי פארמאגט אין זיך ענדלאזע אוצרות פון אלע סארט מאטריאלן, טייל ליגן אינטער די באנגעלאס אנדערע אין די וואלד, געוויסע אין די פארשטויבטע קעלערן פון בהמ"ד, און ווי נישט, יעצט אין מיין קלעם האב איך מיך אויך ארויסגעלאזט אויף א שטיקל זיך אקציע, איך זיך אזא העלצל צו מאכן א שטיקל בריק אריבער דעם טייכל, און וואס מיינט איר? לא ארכו המינוטין איך טרעף אנהייב פונעם וואלד אריינגעקוועטשט אריינגעוואקסן אזוי אביסל אין די מאראסט אזא שמאלע 2 ביי 4, איך שלעפ עס ארויס מיט מיינע שפיץ פינגערס, עס זאל ווערן שמוציג נאר די מינומים, אבער נאר מיט איין הענט, ווייל די אנדערע הענט איז דאך פארנומען קוטשקענען די האנטוך אויפן איקסל...
איך שפרייט עס אויס, איבער דעם טייך, און דערנאך לאז איך מיך ארויס אויפן געוואגטן שפאציר, איך לייג איין פיס און גלייך דערנאך אזוי שמאל דעם צווייטן, די האלץ איז אביסל שאקעלדיג, ווען איך האלט ביים טיפסטן טייל פונעם טייך, גיבט זיך עס אזא קליינע שאקל אראפ, אזוי אז ביז איבער די זויל פון מיין שיך ווערט אפגעשווענקט און נאס, מען קען נישט צופיל טראכטן ווייל יעדע ריר קען זיך ענדיגן מיט א טראגעדיע, און ענדליך יאפס! מיר זענען אריבער דעם דינעסטער בשלום!
איך שטיי דא פארנט פונעם מקוה געביידע, איך כאפ אן דעם טיר הענטל, אזא סארט הענטל וואס דרייט זיך, ווייל די סקרולס וואס האט באהאפטן דעם הענטל צו די טיר איז שוין א פארגאנגענהייט, אייביג דריי איך די הענטל אויף רעכטס זייענדיג איינגעוואינט פון אנדערע טירן אבער דערווייל דרייט זיך עס איבער און איבער ביז איך כאפ מיך און איך גיב א שלעפ דעם טיר אויף ארויס,
די ערשטע טריט אריין פירט, צום פאדער צומער, אזא נידריגע קליינע שטיקיגע צומער, די רעכטע זייט איז דא די האקס ווי עס ווערן פלאצירט די האנטוכער פון אלע סארט קאלירן, א קליין שענקל ווי די משמש שטעלט ארויס זיין ארימע סעלעציע פון חפיצים, ווי קעמלעך, קליינע באטלעך שעמפאו, דארט ליגט אויך די אומזינסטע קיו טיפס, און נאך אזאלכע שמאנצלעך, אין די זייט אויפן וואנט הענגט א צעטל מיט די פינקטליכע פרייזן, פון יעדע שמאנצקע, די צעטל, האט מען ארויפגעקלעבט מיט פעיפער טעיפ, וואס האט שוין געביטן זיין ארגינעלע קאליר פון אלטקייט, און איז אויך א משהו אפגעשיילט, אזוי איך איז דא א אייזערנע פושקע אריינצוווארפן די געלט, די פושקע איז פארשלאסן מיט א גראבן דיקן אלטמאדישן ראסטיגע שלאס.
די וואנט פון דעם פאדער צומער האט א טבע אז מען קען נאר צולייגן צעטלעך אבער נישט אראפנעמען, עס קלעבט דא צעטלעך פון אלטע קאר סערוויסן נאך פון יארן צוריק, ווען מען פלעגט נאך ניטעמאל דארפן צולייגן די עריע קאוד, אזוי אויך פארשידענע אזהרות און חרמות, בקשות, ווי למשל אז מען זאל נישט אנצינדן אויסלעשן די פילטער, נישט עפענען די פענסטער ווייל עס קומען אריין פליגען, און נאך ענדליכע מודעות, אלע מודעות זענען געשריבן מיט א מארקער די זעלבע סארט וואס מען ניצט צו שרייבן די נאמען מיט די נומבער אויף די קינדער בייקס,
עס איז אויך דא א פושקע פאר מקוה געלט, מיט א וויינעדיגע צעטל דערנעבן, אז די מקוה ציט אריין אין שרעקליכע הוצאות, בלויז לעצטענס האט זיך צובראכן די בוילער, און אזוי אויך האט מען איבערגעפרישט די אלטע טיילס פון די מקוה, און עס ליגט א פליכט צו צאלן מקוה געלט, אויף די פושקע איז דא א האלב אראפגעריסענע צעטל מיט די פרייזן פאר א מקוה, איינגעטייל פאר א בעה"ב, בחור, ילד, און מענטשן פון דערנעבענדע קאנטריס וואס האבן אלטס עונש א באזונדערע פי,
איך גיי גלייך צו צום מקוה טיר, איך הייב אויף מיין הענט הויעך אנצוכאפן דעם הענטל,
מיין מקוה מאך איז זייער שנעל און איך האב נישט קיין צייט פאר לענגערע אבזרעוואציעס, אבער גאר און קורצן, די מקוה איז אין אזא האלב באלאכטענעם שטיבל, עס איז דא בלויז צוויי אנטון בענק, די בענק זענען שאקעלדיג, ווען מען לייגט ארויף די פיס אויסצוטון די שיך כאפט עס אזא קליינע רקידה, א גרויסע פען בלאזט און זשומעט אין די אויער, פינקטליך די צוועק דערפון ווייס איך נישט ער לופט פון אינעווענדיג טראגט ער ארויס און און אנדערע ברענגט ער אריין איך ווייס נישט פינקטליך וואס ער וויל.
די ערשטע זאך ווען איך קום אריין שטעק איך אריין מיין הענט אין די וואסער ווייל איך וויל שפירן די וועטער פון די האנטיגע מקוה, פראבירנדיג אויסצורעכענען לויט דעם ווי הויעך מיין אטעם אויף ארויס נאכן לאנדן אין מקוה זאל זיין (מער איבער דעם מקוה-אטעם זעהט שפעטער) אין קאנטרי איז די מקוה יעדן טאג א אנדערע עקספיריענס און מען דארף זיין גרייט אויף אלעם, אפילו אויף דעם אז די מקוה זאל זיין נאר אנגעפילט אויף האלב.
די שויער באשטייט פון דריי איינס דערפון ארבעט נישט און האט ניטעמאל דעם קראן די איבריגע ארבעטן נאך יא, אבער דאס איז גראדע נישט פון די באטעמטע מצבים, עס שפריצט וואסער אזוי גראד אויף אראפ עס קיצלט מער ווי עס וואשט... עס איז אדער זייער הייס אדער זייער קאלט...
דערנאך שפאציר מען ענדגילטיג אריין אינעם בור, אויף די זייט ליגט די לאנגע זייער וואס דארף ארויסצונעמען די פליגן און איבריגע נחשים ועקרבים וואס מיינען אז זיי זענען מחויב במקוה,
איך האב מיר שוין לאנג מקבל געווען אז איך קוק נישט און טראכט נישט ווייל אז יא וועל איך נאך אפשר אויפהערן גיין אין מקוה ח"ו, ענדליך איך געפין מיך אין בור גופא, און אצינד ערלויב איך מיך צו טון אזאנס ואס איך וועל קיינמאל נישט טון אין שטאט, איך גיב א לאז ארויס אזא לאנגע הויכע טיפע אטעם אזוי אז עס זאל דינערן און בליצן אההההההה און דאן נאכאמאל אההההההההה און דאן נאכמאל אהההההההההה
סיום
לעצט פארראכטן דורך winner אום מאנטאג יולי 11, 2022 3:10 pm, פארראכטן געווארן 19 מאל.
אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2853
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

Re: די שפאציר פון מיין באנגעלא ביז די מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויעך »

וואף כהאב געהעריג געפילט די קלארע קאנטרי צופרי ווינטעל ביים ליינען.
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
אוועטאר
דזיקוב'ער
שר האלף
תגובות: 1339
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 9:14 pm

Re: די שפאציר פון מיין באנגעלא ביז די מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזיקוב'ער »

אוודאי זאלסטו ממשיך זיין, דיין שפראך איז גאר ציענד און געשמאק.
ארץ אל תכסי דמם ואל יהי מקום לזעקתם
את אלה מזבחות זכור ואלה עקדות תראה
ונקם ישיב לצריו וכפר אדמתו עמו
אוועטאר
לעמאן סאדע
שר האלף
תגובות: 1641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 13, 2018 5:39 pm
לאקאציע: חק"ס שטיבל

Re: די שפאציר פון מיין באנגעלא ביז די מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעמאן סאדע »

דזיקוב'ער האט געשריבן:אוודאי זאלסטו ממשיך זיין, דיין שפראך איז גאר ציענד און געשמאק.
אוועטאר
חיים ברוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 430
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 3:15 am
לאקאציע: אין בעט נעבן די פאלעסיידס

Re: די שפאציר פון מיין באנגעלא ביז די מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים ברוך »

לעמאן סאדע האט געשריבן:
דזיקוב'ער האט געשריבן:אוודאי זאלסטו ממשיך זיין, דיין שפראך איז גאר ציענד און געשמאק.
Zeltzer
שר חמש מאות
תגובות: 503
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 08, 2019 2:29 pm

Re: די שפאציר פון מיין באנגעלא ביז די מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Zeltzer »

חיים ברוך האט געשריבן:
לעמאן סאדע האט געשריבן:
דזיקוב'ער האט געשריבן:אוודאי זאלסטו ממשיך זיין, דיין שפראך איז גאר ציענד און געשמאק.
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: די שפאציר פון מיין באנגעלא ביז די מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

טאקע א וואונדער, פארוואס שפאצירט מען נישט אגאנץ יאר ביים גיין אין ביהמ"ד נאר אין קאנטרי?!
fermented
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 24, 2022 12:39 pm

Re: די שפאציר פון מיין באנגעלא ביז די מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fermented »

;l;p-
אוועטאר
בעקער
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 24, 2019 11:23 pm

Re: די שפאציר פון מיין באנגעלא ביז די מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעקער »

הערליך!
געפילט בשעת'ען ליינען די פייכטע גראז אין די קריספי קאנטרי לופט.
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: די שפאציר פון מיין באנגעלא ביז די מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

גהעריג מיר גענומען אויף א שפאציר אין די קאנטרי אריין
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלפיים
תגובות: 2402
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

Re: די שפאציר פון מיין באנגעלא ביז די מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער_קיכל »

זייער גוט געשריבן!

ביטע ממשיך זיין
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: די שפאציר פון מיין באנגעלא ביז די מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

סארא פראגע דאס, נובאדעי זאלסטו ממשיך זיין דעם געמיטלעכן פרימארגן ’טריפ’ וואס איר’ט אונז דא אנגעהויבן טראגן אויף...

אנישט העמער נאך בלייבן דא פארחלומ’ט, סאו שטעל זיך אפ עטליסט ביזן וואשינגטאן בריק...
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: די שפאציר פון מיין באנגעלא ביז די מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

געליינט און הנאה געהאט און זיך מחי' געווען און אריינגעאטעמט א טיפן אטעם.
winner
שר האלף
תגובות: 1231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 9:35 am

Re: די שפאציר פון מיין באנגעלא ביז די מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך winner »

winner האט געשריבן:עס איז אינדערפרי אין קאנטרי 6:30 פארטאגס די קינדער שלאפן נאך אלעס איז שטיל איך גיי ארויס פונעם באנגעלא, איך עפן אויף ביידע טירן דער מכלומרשטע געהעריגע טיר, און ביפאר דעם די נעץ טיר, פאר איך גיי ווייטער לייג איך צו קאפ ווייל איך וויל נישט פארפאסן צו הערן די באטעמטע גערודער ווי די טיר דרייט זיך, און גיבט ארויס אזא שיינע תנועה, און א סקונדע דערנאך די דריי קלאפעס, ווען די טיר האקט זיך אן אויפן שוועל און גיבט נאך א שפרינג אויף צוריק און דערנאך נאך א שטילערע קלאפ אויפן שוועל און נאכמאל צוריק ביז ער לאנדעט ענדליך ענדגילטיג.
און אצינד גיי איך ווייטער אראפ די דריי טרעפ, אבער נישט פארן אנטאפן די האנטוך וואס ליגט דארט אויפן שוואכן שאקעלדיגן געיט פון די טרעפ וואס דארט ליגט די האנטוך פון די מקוה, מיין דריטע האנטוך איז דאס שוין, און לאמיר טאקע מאכן שנעל חזרה, מיין ערשטע האנטוך האלט איך דאך יעצט אויף מיין אקסל, די צווייטע האנטוך האב איך איבערגעלאזט אין מקוה שבת אינדערפרי, מוצ"ש בין איך געקומען קוקן אויב עס איז נאך דארט, אבער למעשה איז ער שוין נישט געווען צום געפינען, און דאס איז די דריטע האנטוך וואס ליגט אצינד צום טריקענען, אבער נישט פארגעסן, אז בעצם איז ער שוין געווען טריקן און איך האב עס שוין געפלאנט אריינצונעמען אין שטוב, אבער ווייסטעך... און עס האט זיך אראפגעלאזט אזא גאס רעגן, און וחוזר חלילה, אצינד האב איך באטאפט דעם האנטוך און עס שפירט זיך ווי א בהמ"ד האנטוך מער אנהייב שלש סעודות, ווען נאר א טייל עולם האט זיך שוין געוואשן.
איך גיי ווייטער אויף די קורצע גראז שטרעקע און פארנט פון די באנגעלא מיינע טריט באטרעטן די ווארצלעך פון די די ריזיגע ברייט ביינעדיגע בוים וואס איז ממש און פארנט פון מיין באנגעלא, ביז איך קום אן צו די וועג פון קוילן וואס באהעפט אלע באנגעלאס איינס צום צווייטן, און דא פאנג איך אן די שפאציר ביז די מקוה, די טריט שפאצירן זיך געלאסן, איך לייג אראפ די רעכטע פיס, נאכדעם די לינקע נאכדעם נאכמאל די רעכטע אזוי שטייטליך, און איך טראכט צו מיר, פארוואס אין שטאט ווען איך גיי אין בהמ"ד וואק איך מיט שנעלע אנגעצויגענע טריט און דא שפאציר איך אזוי רוהיג? מאדנע.
איך קוק מיך ארום אויף די גרויסע פרייע פעלד דארט ווי עס ליגט אויסגעשורה'ט די 30 פלעסטיק בענקלעך און א רינג, וואס איבער טאג קוקט מען נישט אויף יענע זייט, אבער אצינד ווען עס איז ליידיג קען מען דאך דאס אויך באטראכטן.
אזוי גייענדיג הערט מען ארויס פון איין פארטש ווי עמיצער זיצט מיט א גמרא און א קאווע צו דערזייט זינגט זיך אונטער אזא ספאציעלע "קאנטרי פארטש לערנען תנועה" ווער ספארשטייט פארשטייט און ווער נישט וועט נישט העלפן קיין הסברים,
איך ענדיג די גאנצע אויסגעפלאסטערט וועג פון קוילן און אצינד דארף מען אריבער גיין די האלצערנע בריק וואס אינטער דעם פליסט דורך די אפפאל רעגן די טאל אינטערן בריק איז אויך א פלאץ ווי עס ווערט פאראייביגט היסטאריע, ווען עס ליגט דארט אריינגעווארפן פארשידענע חפצים און שמוץ פון די לעצטע 50 יאר, אלטע רעדלעך און פארשידענע ערליי שמאנצעס שירעמעס טויס און וואס נישט וואס פאלן דא אריין און בלייבט א חלק פון די קאנטריס היסטאריע.
איך גיי אריבער דעם בריק און דא קומט נאך א שטיקל באוואקסענע וועג מיט ביימער, דא אין די זייט ליגט די גאלף קאר וואס ארבעט נישט, אבער די קינדער גלייכן גאר שטארק צו זיצן דערויף און דריקן דעם פייפער וואס ארבעט נאך צופעליג יא, ווען מען האלט דא לייגט מען צו קאפ צו קוויטשקערייען פון די וואלד, אבער דאס דארף ווערן צוטיילט און אנאלאזירט, קודם איז דא די אלגעמיינע וואלד קול, וואס פייפט יעדע פערטל סקונדע קורצליך, דערנאך איז דא די פייגל קול פון די פילע פייגלען וואס שפרינגען, טראגן און ברענגען און קוויטשקענען ארום, מיט זייערע זיסע קעלעכלעך. נאכדעם איז דא די קול פון די מאנקאשלעך וואס געבן זיך אזא שנעלע באוועג שטעלן זיך אפ פאר 10 סקונדעס נאך א שנעלע באוועג, א שפרינג און א טאנץ.
ממשיך זיין?

און נאכדעם איז דא די זשומען קול פון די פליגן און בינען און די חידוש איז אז שפאצירנדיג אין קאנטרי מאכט דאס בכלל נישט נערוועז נאר אדרבא עס גיבט נאך צו צום גאנצן חן.
ווען מען האלט ביי דעם פונקט שטעלט מען זיך אפ, מען גיבט א צי אריין צושטייטליך א טיפן אטעם אבער ביזן סוף אריין טיפער און טיפער, און צוביסלעך לאזט מען עס ארויס אזוי צושטייטליך מער מער און נאכמער ביזן סוף, און אז מען האט סייעת דשמיא וועט ממש אין יענע מינוט פארגיין א ווינטל וואס קומט פון מזרח צו מעריב אזא רוהיגע אבער שארפע ווינטל, וואס רופט זיך די מערסטע אפ אויף די ארומיגע בלעטער און ביימער, די ווינט גייט נישט אגרעסיוו נאר אזוי איידל גיבט ער א שפרייז אריבער דעם גאנצן וועג, און דאן, כאפט מען נאך א אטעם די זעלבע סארט ווי פריער מען ציט אריין און מען לאזט ארויס, אבער אצינד גייט מען שוין אביסל ווייטער מיט גאר קליינע טריט.
און יעצט האלט מען שוין גאר נאנט צום ראוד, נישט קיין רוישיגן ראוד נאר אזא שמאלע קליינע ראוד וואס האט נאר ממש די מעגליכקייט פון צוויי קארן אריבער צופארן, איינס אויף די זייט און צווייטע פון די פארקערטע ריכטונג.
די ראוד פון אונזער קאנטרי האט די מעלה אז עס האט א שארפע דריי גאר נאנט צו אונז דארט ווי די אויג קען נאך גוט זעהן, עס גייט נישט גראד ביזן סוף, נאר עס האט באלד א דריי, וואס די מעלה דערפון איז אז מען קען זעהן ווי די קארן געבן זיך אזא דריי אריין און ווערן פארשווינדן פונעם האריזאנט אזוי איינער נאך די צווייטע וואס גיבט פיל צו צום כח הדמיון.
באזונדער האט עס נאך א מעלה אז קוקנדיג דארט לינקס פון ראוד ווי עס איז דא א ליידיגע שטח קען מען זעהן די קעגן איבער בערג אזאלכע גאר הויעכע סארט, וואס דארט ביים שפיץ באהאלט זיך די זון געווענדליך ביינאכט, וואס דאס איז א באזונדערע שמועס פאר זיך ווי מען וועט אצינד נישט פארקריכן.
דארט ביים ראוד ווי איך שטיי אצינד וואס ווי פארשטענדליך האט עס נישט קיין סיידוואק נאר איז מער אזוי זאמטיג וואס פארשטויבט די שוך מיט די אינטערשטע טייל קערפער.
צווישן די גאנצע רוהיגקייט פונעם שפאציר גיבט בלויז צו די גרודער פון די שנעל דורכפארענדע קארן און טרעקלעך, וואס א גרויס טייל דערפון זענען אזאנע פיקאפ טרעקלעך, וואס טראגן ביים רוקן אזאנע דערפישע געצייג, די שנעלע גרודער דערפון איז אויך עפעס וואס איז ווערט צו אדערסירן אבער שווער מסביר צו זיין אויפן פאפיר, זיי פארן אזוי בערך דריי אויטאס אין א מינוט אבער אפגעטיילט שלא על הסדר, אזוי אז נאך ווען עס שפרייזט אריבער איין אויטא קומט צוריק די ארגינעלע שטילקייט און אזוי אומגערישט פארט אריבער א פרישע וחוזר חלילה.
לעצט פארראכטן דורך winner אום דינסטאג יולי 05, 2022 4:30 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: די שפאציר פון מיין באנגעלא ביז די מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

פיינער שרייבער דער

רעדנדיג פון די "קאנטרי פארטש גמרא ניגון", דערמאן איך זיך פון די גמרא ניגון וואס איך האב געהערט וויילנדיג אין מירון דעם פארלאפענעם שבת אמור/בהר, איי איי איי, דאס גייט מיר נישט ארויס פון די ביינער. מיר האפן דאס צו קענען עטוואס שילדערן אין אונזער טאגבוך וואס האלט זיך אינמיטן פירקלען.
אליעזר ווייס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: די שפאציר פון מיין באנגעלא ביז די מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

אוי אוי אזאליכע זכרונות ...
ממש א מחי' צי ליינען
זיי ממשיך ביטע
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3643
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: די שפאציר פון מיין באנגעלא ביז די מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

שיין געשריבן!
כאניש וואס צו טוּן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4246
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 12:17 pm

Re: די שפאציר פון מיין באנגעלא ביז די מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טוּן »

שיין באשריבן דו!

(האסט נאר אויסגעלאזט אפאר זאכן.. למשל דעם סוער גראך, די מאסקיטן, דעם סקאנק, דעם ראסטיגן סינק, וכו...)
הנם ימים המבורכים!
די געבענטשטע טעג זענען שוין אט דא!


אחכה ל"ו בכל יום שיבא!
winner
שר האלף
תגובות: 1231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 9:35 am

Re: די שפאציר פון מיין באנגעלא ביז די מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך winner »

כאניש וואס צו טוּן האט געשריבן:שיין באשריבן דו!

(האסט נאר אויסגעלאזט אפאר זאכן.. למשל דעם סוער גראך, די מאסקיטן, דעם סקאנק, דעם ראסטיגן סינק, וכו...)

די ציל דא איז דאך נאר פאזיטיווע זאכן וואס געבן צו צום רוהיגקייט... איבער די ראסטיגע קראן, און פלאסטיג נידריגע, שוואך רינענדע סינק, קומט הערשט שפעטער נאך די מקוה און דעמאלטס וועט מען אויך דערמאנען "די טעפל אן די הענטלעך"
אוועטאר
אחר חצות
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2022 5:31 pm

Re: די שפאציר פון מיין באנגעלא ביז די מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחר חצות »

אוי ביסטו גוט, ווען איך גיי אריבער פארן דיין קאנטרי גיי איך עס דערקענען,
@פאראויס האט גענאגלט די סיטואציע... כאפט א בליק,

viewtopic.php?p=4637906#p4637906
אוועטאר
פעטער משה
שר חמש מאות
תגובות: 802
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 12:21 pm

Re: די שפאציר פון מיין באנגעלא ביז די מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער משה »

WOW!!!
I'm starting to think of going next year in country.
winner
שר האלף
תגובות: 1231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 9:35 am

Re: די שפאציר פון מיין באנגעלא ביז די מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך winner »

winner האט געשריבן:
winner האט געשריבן:עס איז אינדערפרי אין קאנטרי 6:30 פארטאגס די קינדער שלאפן נאך אלעס איז שטיל איך גיי ארויס פונעם באנגעלא, איך עפן אויף ביידע טירן דער מכלומרשטע געהעריגע טיר, און ביפאר דעם די נעץ טיר, פאר איך גיי ווייטער לייג איך צו קאפ ווייל איך וויל נישט פארפאסן צו הערן די באטעמטע גערודער ווי די טיר דרייט זיך, און גיבט ארויס אזא שיינע תנועה, און א סקונדע דערנאך די דריי קלאפעס, ווען די טיר האקט זיך אן אויפן שוועל און גיבט נאך א שפרינג אויף צוריק און דערנאך נאך א שטילערע קלאפ אויפן שוועל און נאכמאל צוריק ביז ער לאנדעט ענדליך ענדגילטיג.
און אצינד גיי איך ווייטער אראפ די דריי טרעפ, אבער נישט פארן אנטאפן די האנטוך וואס ליגט דארט אויפן שוואכן שאקעלדיגן געיט פון די טרעפ וואס דארט ליגט די האנטוך פון די מקוה, מיין דריטע האנטוך איז דאס שוין, און לאמיר טאקע מאכן שנעל חזרה, מיין ערשטע האנטוך האלט איך דאך יעצט אויף מיין אקסל, די צווייטע האנטוך האב איך איבערגעלאזט אין מקוה שבת אינדערפרי, מוצ"ש בין איך געקומען קוקן אויב עס איז נאך דארט, אבער למעשה איז ער שוין נישט געווען צום געפינען, און דאס איז די דריטע האנטוך וואס ליגט אצינד צום טריקענען, אבער נישט פארגעסן, אז בעצם איז ער שוין געווען טריקן און איך האב עס שוין געפלאנט אריינצונעמען אין שטוב, אבער ווייסטעך... און עס האט זיך אראפגעלאזט אזא גאס רעגן, און וחוזר חלילה, אצינד האב איך באטאפט דעם האנטוך און עס שפירט זיך ווי א בהמ"ד האנטוך מער אנהייב שלש סעודות, ווען נאר א טייל עולם האט זיך שוין געוואשן.
איך גיי ווייטער אויף די קורצע גראז שטרעקע און פארנט פון די באנגעלא מיינע טריט באטרעטן די ווארצלעך פון די די ריזיגע ברייט ביינעדיגע בוים וואס איז ממש און פארנט פון מיין באנגעלא, ביז איך קום אן צו די וועג פון קוילן וואס באהעפט אלע באנגעלאס איינס צום צווייטן, און דא פאנג איך אן די שפאציר ביז די מקוה, די טריט שפאצירן זיך געלאסן, איך לייג אראפ די רעכטע פיס, נאכדעם די לינקע נאכדעם נאכמאל די רעכטע אזוי שטייטליך, און איך טראכט צו מיר, פארוואס אין שטאט ווען איך גיי אין בהמ"ד וואק איך מיט שנעלע אנגעצויגענע טריט און דא שפאציר איך אזוי רוהיג? מאדנע.
איך קוק מיך ארום אויף די גרויסע פרייע פעלד דארט ווי עס ליגט אויסגעשורה'ט די 30 פלעסטיק בענקלעך און א רינג, וואס איבער טאג קוקט מען נישט אויף יענע זייט, אבער אצינד ווען עס איז ליידיג קען מען דאך דאס אויך באטראכטן.
אזוי גייענדיג הערט מען ארויס פון איין פארטש ווי עמיצער זיצט מיט א גמרא און א קאווע צו דערזייט זינגט זיך אונטער אזא ספאציעלע "קאנטרי פארטש לערנען תנועה" ווער ספארשטייט פארשטייט און ווער נישט וועט נישט העלפן קיין הסברים,
איך ענדיג די גאנצע אויסגעפלאסטערט וועג פון קוילן און אצינד דארף מען אריבער גיין די האלצערנע בריק וואס אינטער דעם פליסט דורך די אפפאל רעגן די טאל אינטערן בריק איז אויך א פלאץ ווי עס ווערט פאראייביגט היסטאריע, ווען עס ליגט דארט אריינגעווארפן פארשידענע חפצים און שמוץ פון די לעצטע 50 יאר, אלטע רעדלעך און פארשידענע ערליי שמאנצעס שירעמעס טויס און וואס נישט וואס פאלן דא אריין און בלייבט א חלק פון די קאנטריס היסטאריע.
איך גיי אריבער דעם בריק און דא קומט נאך א שטיקל באוואקסענע וועג מיט ביימער, דא אין די זייט ליגט די גאלף קאר וואס ארבעט נישט, אבער די קינדער גלייכן גאר שטארק צו זיצן דערויף און דריקן דעם פייפער וואס ארבעט נאך צופעליג יא, ווען מען האלט דא לייגט מען צו קאפ צו קוויטשקערייען פון די וואלד, אבער דאס דארף ווערן צוטיילט און אנאלאזירט, קודם איז דא די אלגעמיינע וואלד קול, וואס פייפט יעדע פערטל סקונדע קורצליך, דערנאך איז דא די פייגל קול פון די פילע פייגלען וואס שפרינגען, טראגן און ברענגען און קוויטשקענען ארום, מיט זייערע זיסע קעלעכלעך. נאכדעם איז דא די קול פון די מאנקאשלעך וואס געבן זיך אזא שנעלע באוועג שטעלן זיך אפ פאר 10 סקונדעס נאך א שנעלע באוועג, א שפרינג און א טאנץ.
ממשיך זיין?

און נאכדעם איז דא די זשומען קול פון די פליגן און בינען און די חידוש איז אז שפאצירנדיג אין קאנטרי מאכט דאס בכלל נישט נערוועז נאר אדרבא עס גיבט נאך צו צום גאנצן חן.
ווען מען האלט ביי דעם פונקט שטעלט מען זיך אפ, מען גיבט א צי אריין צושטייטליך א טיפן אטעם אבער ביזן סוף אריין טיפער און טיפער, און צוביסלעך לאזט מען עס ארויס אזוי צושטייטליך מער מער און נאכמער ביזן סוף, און אז מען האט סייעת דשמיא וועט ממש אין יענע מינוט פארגיין א ווינטל וואס קומט פון מזרח צו מעריב אזא רוהיגע אבער שארפע ווינטל, וואס רופט זיך די מערסטע אפ אויף די ארומיגע בלעטער און ביימער, די ווינט גייט נישט אגרעסיוו נאר אזוי איידל גיבט ער א שפרייז אריבער דעם גאנצן וועג, און דאן, כאפט מען נאך א אטעם די זעלבע סארט ווי פריער מען ציט אריין און מען לאזט ארויס, אבער אצינד גייט מען שוין אביסל ווייטער מיט גאר קליינע טריט.
און יעצט האלט מען שוין גאר נאנט צום ראוד, נישט קיין רוישיגן ראוד נאר אזא שמאלע קליינע ראוד וואס האט נאר ממש די מעגליכקייט פון צוויי קארן אריבער צופארן, איינס אויף די זייט און צווייטע פון די פארקערטע ריכטונג.
די ראוד פון אונזער קאנטרי האט די מעלה אז עס האט א שארפע דריי גאר נאנט צו אונז דארט ווי די אויג קען נאך גוט זעהן, עס גייט נישט גראד ביזן סוף, נאר עס האט באלד א דריי, וואס די מעלה דערפון איז אז מען קען זעהן ווי די קארן געבן זיך אזא דריי אריין און ווערן פארשווינדן פונעם האריזאנט אזוי איינער נאך די צווייטע וואס גיבט פיל צו צום כח הדמיון.
באזונדער האט עס נאך א מעלה אז קוקנדיג דארט לינקס פון ראוד ווי עס איז דא א ליידיגע שטח קען מען זעהן די קעגן איבער בערג אזאלכע גאר הויעכע סארט, וואס דארט ביים שפיץ באהאלט זיך די זון געווענדליך ביינאכט, וואס דאס איז א באזונדערע שמועס פאר זיך ווי מען וועט אצינד נישט פארקריכן.
דארט ביים ראוד ווי איך שטיי אצינד וואס ווי פארשטענדליך האט עס נישט קיין סיידוואק נאר איז מער אזוי זאמטיג וואס פארשטויבט די שוך מיט די אינטערשטע טייל קערפער.
צווישן די גאנצע רוהיגקייט פונעם שפאציר גיבט בלויז צו די גרודער פון די שנעל דורכפארענדע קארן און טרעקלעך, וואס א גרויס טייל דערפון זענען אזאנע פיקאפ טרעקלעך, וואס טראגן ביים רוקן אזאנע דערפישע געצייג, די שנעלע גרודער דערפון איז אויך עפעס וואס איז ווערט צו אדערסירן אבער שווער מסביר צו זיין אויפן פאפיר, זיי פארן אזוי בערך דריי אויטאס אין א מינוט אבער אפגעטיילט שלא על הסדר, אזוי אז נאך ווען עס שפרייזט אריבער איין אויטא קומט צוריק די ארגינעלע שטילקייט און אזוי אומגערישט פארט אריבער א פרישע וחוזר חלילה.

אין קאנטרי גייט מען מיט א חאלאט, פארוואס? ווייל אזוי ווייסטעך סאיז קאנטרי... יעצט פאר איך קראס אריבער די ראוד, כאפ איך מיך אן מיט אלע חפיצים, און איך באמערק ווי איין זייט גארטל פון די חאלאט שלעפט זיך אזוי אויף די ערד, און איז פארשטויבט אינגאנצן, איך הייב עס אויף איך וויש אפ די שטויב, איך גיב א מאך אזא קניפ, אבער אן א באוי עס זאל בלייבן אזוי לויז און ליפטיג, פארשטייט זיך אז בשעתן אראפקוקן אויף די ערד באמערקט מען ווי די שיך איז אינגאנצן פארשטויבט און ערדיג עס גיבט אזא קיצל אבער פון דעם קען מען זיך נישט וויסנדיג מאכן מען דארף גיין ווייטער.
דערנאך גיב איך נאכאמאל אזא מוטשקע איין די האנטוך, אויף מיין פלייצע מאכענדיג זיכער אז עס רינט גארנישט ארויס ברייטער פון מיין איקסל,
איך פאנג אן צו קוקן רעכטס און לינקס וירא כי אין קאר, פאגנט מען אן אריבער צו קראסן, אבער די וועג וויאזוי מען קראסט אריבער איז אזוי שנעל-שטייט נישט מיט אזא שטאטישע סטרעס.
און יעצט בין איך בשלום אנגעקומען אויף די אנדערע זייט, דארט באגעגנט מען זיך מיט די טראדיציניאלע קאנטרי טיר געיט וואס מען דארף אראפקוועטשן א שטעקן עס זאל זיך זיך עפענען, יעצט אנדערש ווי ביי די זייט פון די קאנטרי וואס דארט איז שוין די טיר צובראכן און איז אזוי האלב העגענדיג, איז אבער די טיר פון די זייט פון די מקוה נאך אין דינסט, אבער מען דארף עס געבן אזאלכע דריי זעצעס קוועטשעס און ריקעס און אזא קליינע שלעפ און דעמאלטס עפענט זיך עס, טאקע דארט אויפן געיט ליגט אזוי אריינגענייט מיט טיירעפס א שטרענגע בקשה צו אייביג האלטן פארמאכט די טיר ונשמרתם מאוד לנפשותיכם!
winner
שר האלף
תגובות: 1231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 9:35 am

Re: די שפאציר פון מיין באנגעלא ביז די מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך winner »

זאל איך עפעס צושרייבן ביים קעפל אז עס גייט ארויף אפדעיטס? אויב יא וויאזוי?
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: די שפאציר פון מיין באנגעלא ביז די מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

אה מחיה....
זאלן די שטאטישע בלייבן יובל'ן מיט זייער מכלומרשטע הרחבת הדעת...
שרייב נאך פליז דו ביסט גוט
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: די שפאציר פון מיין באנגעלא ביז די מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

דער ’מוטשקעט’ איין דעם האנטוך, איך מוטשקע אריין נאך אפאר פארזעצונגן אז קיין איין ווארט זאל נישט ארויסרינען...

יוי ברענגסטו מיר עפעס א מין שלוות הנפש איצט לעזענדיג דאס בעת’ן הערן די פייגלעך טשוויטשקען דאהי, פיינע נייעס.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”