התעוררות בעניני צניעות פאר די מענער

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

צדוק
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 23, 2021 9:11 pm

התעוררות בעניני צניעות פאר די מענער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדוק »

איך ווייס נישט וויאזוי מען וועט אויפנעמען דאס אז איך וועל דא אויפברענגען אזא האקעלע נושא, איך האף עס וועט נאר אויפטון צום גוטן

דער אמת איז אז איך בין נישט קיין גרויסע תלמוד חכם און איך גיי נישט פסקנען קיין הלכה למעשה, אדרבה, אויב די תלמידי חכמים קענען אריינקומען מער אויסקלארן די נושא וואלט זייער גוט געווען, איך וועל נאר רעדן פון מיין אייגענע געפיל

אלע ווייסן אז די ענין פון צניעות ביי נשים איז זייער א דקות'דיגע אומקלארע נושא. מען קען זייער שווער זאגן אז ''דיזע'' קלייד איז אסור פאר א אידישע פרוי צו אנטון, די גדרים זענען זייער נישט געשניטן און די הלכות דערוועגן איז זייער אומקלאר

עס איז אוודאי פארהאן א איסור אויף געפאסטע, אויף רעש'יגע, אויף קורצע ועוד ועוד, אבער וואס גייט אריין אין וועלכע גדר איז זייער נישט קלאר און מען קען זיך אלס דינגען אהער און אהין

און טאקע וועגן דעם איז לעצטנס כמעט נישט דא קיין גדרים וסייגים, מען גייט אנגעטון מיט יעדע סארט בגד כמעט ווילאנג עס איז נישט אויפגעדעקט ממש גילוי בשר אדער הויזן, אויסער דעם טוט מען וואס מען וויל, אמער מען האט דאך נישט קיין הויזן... א זאך וואס איז אוודאי נישט אויסגעהאלטן ווייל ביז גילוי בשר איז דא אסאך זאכן וואס זענען אסור וויבאלד עס איז מושך עין וכדומה

יעצט, דאס דארף מען אין אכט נעמען אז נשים צדקניות האבן באמת נישט קיין אהנונג וואס איז מושך עין, זייער קאפ ליגט בכלל נישט אין ציען חלילה א מאן'ס אויג, רובא דרובא האבן נישט קיין שום אינטערעסע חלילה אין קיין שלעכטס, זיי גייען אנגעטון שיין נאר צוליב זייער חבר'טע און וועגן די סטייל און נישט צו זיין אלד פעישענד

איז ווער קען יא זאגן וויאזוי מען מעג גיין? לכאורה נאר די מאן! עלינו נפל חובת היום צו זאגן קלאר פאר די פרוי וואס זי מעג גיין אנגעטון און וואס נישט, ער ווייסט זייער גוט לעקל או לעקלקלות וועלכע בגד איז בולט און ציט א מאן'ס אויג און וועלכע נישט, איז עס זיין אחריות צו זיכער מאכן זיין ווייב פירט זיך ערליך און איז נישט מכשיל חלילה קיין אידן וואס פלאגן זיך שוין אזוי אויך צו זיך היטן די אויגן און מחשבות

און עס איז זייער מעגליך אז א גרויס חלק פון די מכשולות וואס קומען ארויס פון די נשים צדק' וועלן גיין אויפן חשבון פון די מאן אויף יענער וועלט, וויבאלד ער איז דער וואס ווייסט גוט וועלכע בגד עס קען מכשיל זיין וכו'

און דאס איז נישט נאר אין בגדים נאר אויך אין די שייטלעך וואס אשרי מי שזוכה אז מען גייט בכלל נישט ביי אים דערמיט ב''ה, אבער דער וואס יא מיינט עס נישט אז מען קען גיין וויאזוי מען וויל נאר חלילה, נאר עס דארף זיין אויסגעהאלטן און צניעות'דיג און ווי מער איידל און נישט אויפפאלנד און זיכער נישט צולאזט וכו'

און דאס איז נישט קיין חומרות און חאניאקטע מנהגים, דאס איז עיקרי דדינא ועתיד ליתן את הדין

איז לאמיר זיך שטארקן און פרובירן וויפיל מען קען צו אפהיטן אונזערע וואוילע נשים צדקניות וואס ווילן באמת זיי גוט נאר ווייסן נישט פונקטליך וויאזוי, און בכלל דארפן זיי אסאך חיזוק דערין צוליב פעיר פרעשור און אונז דארפן זיי עס געבן

און צומאל וועט עס אויסקוקן ווי מען איז שלעכט און שטרענג צו זיי אבער פארשטייט זיך אז מען איז סאך שלעכטער און אכזריות'דיגער צו זיי ווען מען לאזט זיי גיין נישט אויסגעהאלטן ח''ו השם יצילינו וואס עס ווארט אפ אזא איינעם אויבן, איז לאמיר זיי אמת'ע גוטע מענער און אפהיטן אונזערע נשים און זיך אליין פון אזעלכע שלעכטס און באקומען די אמת'ע גוטס וואס ווארט אפ פאר ווער עס היט זיך בקדושה

און נישט פארגעסן אז עס לוינט זיך אפילו נאר פאר א איין איינציג מאל מען גייט ארויס מער צניעות, יעדע מאל איז א באזונדערע חשבון אויבן, מען מוז נישט ווערן א צניעות'דיגע אידענע... מען דארף פרובירן צו זיך היטן די מערסטע נאר מעגליך און יעדע מאל איז זייער זייער טייער
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4255
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: התעוררות בעניני צניעות פאר די מענער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

אמת'ע און שטארקע נקודה
הַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: התעוררות בעניני צניעות פאר די מענער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

שטארק שטארק!

איך האלט שוין לאנג אז די מענער זענען אסאך שולדיג אין דעם ווייל ווען די ווייב פרעגט די מאן צו איך מעג דעס קויפן אדער אנטון. לאזט די מאן אפילו די פרוי האט נאכנישט די שטארקייט צו זיין נחות דרגא. ווייל די מאן פילט זיך גוט אז זיין ווייב איז מער פון די בעסערע און קוקט אויס שיין און איז נישט קיין פרומאק
חינוך האט געזיגט!
צדוק
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 23, 2021 9:11 pm

Re: התעוררות בעניני צניעות פאר די מענער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדוק »

איינער שיקט מיר יעצט אריין אין אישי די לשון פונעם הייליגן רבינו יונה אין שערי תשובה וואס איז אביסל נוגע צו דער נושא

"וצריכה האשה שתהא צנועה, ונזהרת שלא יסתכלו בה בני אדם חוץ מבעלה, מפני שהמסתכלים בפניה או בידיה יורדים לגיהינום 'והיא ענושה בעונש כל אחד ואחד מהם' מפני שהחטיאה אותם ולא נהגה בצניעות בעצמה ונכשלו בה'' (אגרת התשובה אות נח)
קיינמאל אויפגעבן
שר חמש מאות
תגובות: 742
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 12:46 pm

Re: התעוררות בעניני צניעות פאר די מענער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל אויפגעבן »

זייער זייער שיין, געשריבן זייער ווארעם, מיט אסאך הכנעה און א גינסטיגע בליק אויף כלל ישראל.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: התעוררות בעניני צניעות פאר די מענער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

מיר האט מיין טאטע מעורר נאך די חתונה מסביר צו זיין אין שטוב די גאנצע נושא פון א מענערישע בליק צו פארשטיין די נסיונות פון א מענערישע קוק ווינקל. איך מיין אז דאס איז קריטיש וויכטיג, רוב פרויען האבן נישט ארויס די מושג
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1228
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: התעוררות בעניני צניעות פאר די מענער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

סאיז זייער אמת. מיר האט די שטוב געזאגט אז ביי זיי אין 11טע קלאס האט מען זיי מסביר געווען אביסעלע, אבער זי טענהט - און מיט רעכט - אז סאיז שוין דעמאלט געווען אביסל שפעט.
מיין חלק אינעם שמועס...
צדוק
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 23, 2021 9:11 pm

Re: התעוררות בעניני צניעות פאר די מענער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדוק »

באקומען א לשון וואס הגה''ק פוסק הדור ר' שמואל וואזנער זצ''ל שרייבט אין א קול קורא

"על פי התורה הבעל הוא האחראי על כל הנעשה בבית, ובפרט בכל דבר הנוגע להלכה, ואין להטיל האחראיות על האשה

ועל כל אחד ואחד לזרז את עצמו ואת ביתו ואת יוצאי חלציו להקפיד על גדרי הלכות הצניעות, הן בלבוש והן בכיסוי הראש, כאשר לדאבונינו הדברים צריכים חיזוק גדול"
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: התעוררות בעניני צניעות פאר די מענער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

סאטמארע רבי זז"ג (מהר"א) איז אלץ מעורר דעראויף, אז די אחריות פון צניעות אין שטוב ליגט אויפן מאן

----
האקט מיט א פסק פון הרב וואזנער
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: התעוררות בעניני צניעות פאר די מענער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

איך בין נייגעריג פון ווי איך, אלטס מאן, דארף צו קענען פסקנען הלכות צניעות ביי מיר אין שטוב טראצדעם וואס מהאט עס קיינמאל נישט אויסגעלערנט, פון ווי דארף איך צו קענען די פשוטע יסודותדיגע הלכה? כרעד שוין נישט פון די תקנות און חומרות וואס אונזערע רביס האבן אנגענומען.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
מאנטאג
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 9:45 pm

Re: התעוררות בעניני צניעות פאר די מענער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנטאג »

שלמה מולכו האט געשריבן:איך בין נייגעריג פון ווי איך, אלטס מאן, דארף צו קענען פסקנען הלכות צניעות ביי מיר אין שטוב טראצדעם וואס מהאט עס קיינמאל נישט אויסגעלערנט, פון ווי דארף איך צו קענען די פשוטע יסודותדיגע הלכה? כרעד שוין נישט פון די תקנות און חומרות וואס אונזערע רביס האבן אנגענומען.

א גוטע קשיא.

אבער למעשה לערנט מען זייער ווייניג אין ישיבה פון וואס מען דארף אלס וויסן נאך די חתונה. מען לערנט דען הלכות בורר און בישול אין יעדע ישיבה? מען לערנט דען הלכות ריבית? הלכות בשר בחלב?

נאר יעדער דארף זיכער מאכן צו אליין לערנען אלע הלכות וואס א איד דארף וויסן. עס זענען פארהאן היינט אסאך שיינע גרינגע ספרים אויף יעדע נושא.

אויף הלכות צניעות האב איך געלערנט ספר 'הלבוש כהלכתה', א ליטווישע ספר אויף הלכות צניעות, זייער שיין און רייך אלעס מיט קלארע מראי מקומות, נאר טריקענע הלכות אן קיין חומרות וכו'.

וה' יזכני אונז זאלן זיך פירן הלכה'דיג כרצונו אין יעדע ענין ותפלה מועלת לכל דבר.
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: התעוררות בעניני צניעות פאר די מענער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

שלמה מולכו האט געשריבן:איך בין נייגעריג פון ווי איך, אלטס מאן, דארף צו קענען פסקנען הלכות צניעות ביי מיר אין שטוב טראצדעם וואס מהאט עס קיינמאל נישט אויסגעלערנט, פון ווי דארף איך צו קענען די פשוטע יסודותדיגע הלכה? כרעד שוין נישט פון די תקנות און חומרות וואס אונזערע רביס האבן אנגענומען.

דער פותח האשכול מיין איך האט געשריבן א גוטן גדר וואס דער מאן שפירט אז ס’איז פאר אים אויפפאלענד און ציענד. ע”פ רוב מענער ווייסן וואס איז ציענד
חינוך האט געזיגט!
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3645
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: התעוררות בעניני צניעות פאר די מענער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

די עיקר קשיא איז פארוואס מ׳לערנט דעס נישט אויס און סקול?

גראדע ווי ווייט איך וואס איז סאטמאר סקול און וויליאמסבורג זייער שטרענג און די ענין און על פי רוב בלייבט די השפעה אויף נאך די חתונה אויך, פארשטייט זיך אויב מהאט חתונה צו א ערליכע מאן.
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: התעוררות בעניני צניעות פאר די מענער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

אושפיזין האט געשריבן:
שלמה מולכו האט געשריבן:איך בין נייגעריג פון ווי איך, אלטס מאן, דארף צו קענען פסקנען הלכות צניעות ביי מיר אין שטוב טראצדעם וואס מהאט עס קיינמאל נישט אויסגעלערנט, פון ווי דארף איך צו קענען די פשוטע יסודותדיגע הלכה? כרעד שוין נישט פון די תקנות און חומרות וואס אונזערע רביס האבן אנגענומען.

דער פותח האשכול מיין איך האט געשריבן א גוטן גדר וואס דער מאן שפירט אז ס’איז פאר אים אויפפאלענד און ציענד. ע”פ רוב מענער ווייסן וואס איז ציענד

יא יא, אבער וואסערע פנים האט עס אויב כווייס נישט וויפיל אינטשעס סדארף זיין נאך די קניען, און צו לאנגע קליידער איז מאדערן אדער צניעותדיג.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
קאפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5640
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 11:59 pm
לאקאציע: בעדפארד סטייוועסענט נ.י.

Re: התעוררות בעניני צניעות פאר די מענער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאפעלע »

שלמה מולכו האט געשריבן:
אושפיזין האט געשריבן:
שלמה מולכו האט געשריבן:איך בין נייגעריג פון ווי איך, אלטס מאן, דארף צו קענען פסקנען הלכות צניעות ביי מיר אין שטוב טראצדעם וואס מהאט עס קיינמאל נישט אויסגעלערנט, פון ווי דארף איך צו קענען די פשוטע יסודותדיגע הלכה? כרעד שוין נישט פון די תקנות און חומרות וואס אונזערע רביס האבן אנגענומען.

דער פותח האשכול מיין איך האט געשריבן א גוטן גדר וואס דער מאן שפירט אז ס’איז פאר אים אויפפאלענד און ציענד. ע”פ רוב מענער ווייסן וואס איז ציענד

יא יא, אבער וואסערע פנים האט עס אויב כווייס נישט וויפיל אינטשעס סדארף זיין נאך די קניען, און צו לאנגע קליידער איז מאדערן אדער צניעותדיג.

בדרך כלל ווייסן די נשים זייער גוט די אלע גדרים, אין רוב היימישע סקולס שטעלט מען אראפ זייער קלאר די ענינים, אבער דער מאן דארף זיין דער צו געבן די חיזוק פאר די פרוי מ'זאל נישט ווערן נאכגעשלעפט נאך די חבר'טעס וכדומה און נישט געבן דעם פארקערטן געפיהל ווי אושפיזין שרייבט.. ווען א פרוי פרעגט אויף א לבוש אויב ס'איז אקעי וויל זי בדרך כלל נישט הערן וויפיל אינטשעס ס'דארף זיין נאכ'ן קניען.. נאר זי וויל זעהן זיין עטיטוד צו די ענינים..

און פארשטייט זיך די יסוד הענין איז יא עפעס וואס דער מאן דארף אוועקשטעלן ווי דער פותח שרייבט, ווייל מ'קען דאך נישט אלעס לערנען אין סקול.
לינק?
זיבען און אייכציג
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am

Re: התעוררות בעניני צניעות פאר די מענער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיבען און אייכציג »

די גרעסטע התעוררות איז זיך אליין צי מחזק זיין מיט חיזוק, שמירת עינים, אפגעהיטענקייט, און מיט א פעסטקייט טראגען די אחריות פין דעם.

מכשולות וועט ליידער אלס זיין. כפי הבנתי איז די איינציגסטע וועג זיך צי באגיין מיט דעם, דורך טראגען די אחריות און זיין קלאר אז אין הדבר תלוי אלא בי.
אוועטאר
zibala
שר האלף
תגובות: 1192
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 15, 2010 5:19 pm

Re: התעוררות בעניני צניעות פאר די מענער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zibala »

זיבען און אייכציג האט געשריבן:די גרעסטע התעוררות איז זיך אליין צי מחזק זיין מיט חיזוק, שמירת עינים, אפגעהיטענקייט, און מיט א פעסטקייט טראגען די אחריות פין דעם.

מכשולות וועט ליידער אלס זיין. כפי הבנתי איז די איינציגסטע וועג זיך צי באגיין מיט דעם, דורך טראגען די אחריות און זיין קלאר אז אין הדבר תלוי אלא בי.

זיכער אזוי קיינער איז נישט מחולק, נאר דא רעדט מען פון די צווייט גרעסטן התעוררות אז מ'זאל נישט זיין די גורם אז א אידיש קינד זאל דורכפאלן מיט זיין גרעסטע התעוררות און חיזוק, ודוק כח קצרתי
שבעה מי יודע!?
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: התעוררות בעניני צניעות פאר די מענער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

צדוק, טייערע הארציגע דיבורים און שטארקע דברי חיזוק פאר אונז אינעם מענער שול.

ס’איז זיכער אז דער מאנ’ס צוגאנג און מיינונג איז די ריכטיגע קאנטער באלאנס צו די פיער דרוק וואס פרויען און מיידלעך גייען אריבער, און מיטן זיין אינוואלווד אין די בגדי נשים העלפט זיי זייער ארויס.

אלס א זייטיגער בענעפיט; אויב גייט איר זיך אינטערסירן אין זייערע מלבושים וואס דאס איז איינע פון די וויכטיגסטע זאכן וואס גייט זיי בנפשם, וועט איר זיין א בעסערע טאטע און מאן. ווין ווין סיטשיועשאן אלל אראונד, אוכל פירותיהם בעולם הזה..
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8715
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: התעוררות בעניני צניעות פאר די מענער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

פוילער האט געשריבן:די עיקר קשיא איז פארוואס מ׳לערנט דעס נישט אויס און סקול?

גראדע ווי ווייט איך וואס איז סאטמאר סקול און וויליאמסבורג זייער שטרענג און די ענין און על פי רוב בלייבט די השפעה אויף נאך די חתונה אויך, פארשטייט זיך אויב מהאט חתונה צו א ערליכע מאן.

אמת אז די סקול איז זייער שטרענג, אין קרית יואל אויך, אבער ליידער ליידער בלייבט נישט די השפעה נאך די חתונה, און נישט נאר נאך די חתונה, נאר ווי גלייך מ'גייט ארויס א פון סקול זעט מען א שינוי לגריעותא, אזוי דערציילט די עזרת נשים
און יש אומרים אז די סיבה איז, ווייל דאס ווערט נישט סערווירט אין סקול אויפן ריכטיגן וועג
ביי די מיידלעך אין סקול איז צניעות א חלק פון די סקול ראלס, א חק בלי טעם, און אויב איז מען עובר נעמט מען קער דערפון מיט ווייניג סענסיטיוויטי, רוב מיידלעך כאפן נישט אז א חלק פון צניעות איז אויך כדי נישט מכשיל צו זיין אנדערע, ווייל מ'רירט נישט די נושא, ומה יעשה הבת ווען אירע נאטירליכע אינסטינקטן איז צו זיין שיין און זיך אהערשטעלן
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
תג נוצער
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 28, 2010 3:19 pm

Re: התעוררות בעניני צניעות פאר די מענער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תג נוצער »

א שטארקע דרשה פון הרה"ג ר' מאיר יעקב מויזקאפף ז"ל פרשת וילך תשע"ג, איבער די חיוב וואס ליגט אויף די מענער

די דרשה איז צוטיילט אין 2, די עיקר חלק פון צניעות איז ביי די צווייטע חלק

https://drive.google.com/file/d/1Hw_Vhn ... sp=sharing

https://drive.google.com/file/d/1QNcJmy ... sp=sharing
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1228
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: התעוררות בעניני צניעות פאר די מענער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

מי יודע האט געשריבן:
פוילער האט געשריבן:די עיקר קשיא איז פארוואס מ׳לערנט דעס נישט אויס און סקול?

גראדע ווי ווייט איך וואס איז סאטמאר סקול און וויליאמסבורג זייער שטרענג און די ענין און על פי רוב בלייבט די השפעה אויף נאך די חתונה אויך, פארשטייט זיך אויב מהאט חתונה צו א ערליכע מאן.

אמת אז די סקול איז זייער שטרענג, אין קרית יואל אויך, אבער ליידער ליידער בלייבט נישט די השפעה נאך די חתונה, און נישט נאר נאך די חתונה, נאר ווי גלייך מ'גייט ארויס א פון סקול זעט מען א שינוי לגריעותא, אזוי דערציילט די עזרת נשים
און יש אומרים אז די סיבה איז, ווייל דאס ווערט נישט סערווירט אין סקול אויפן ריכטיגן וועג
ביי די מיידלעך אין סקול איז צניעות א חלק פון די סקול ראלס, א חק בלי טעם, און אויב איז מען עובר נעמט מען קער דערפון מיט ווייניג סענסיטיוויטי, רוב מיידלעך כאפן נישט אז א חלק פון צניעות איז אויך כדי נישט מכשיל צו זיין אנדערע, ווייל מ'רירט נישט די נושא, ומה יעשה הבת ווען אירע נאטירליכע אינסטינקטן איז צו זיין שיין און זיך אהערשטעלן

יאפ. וואס זאל מען טוהן אז מען האט פארגעסן די חילוק פון צניעות און א סקול ראול. מען האט אנגעהויבן צוזאמשמעלצן זאכן וואס די סקול פארלאנגט כדי סזאל נישט ווערן קיין נייע סטאנדארטן צווישען די מיידלעך וכדומה און מען האט דאס אריינגעלייגט אין אידישקייט. אנשטאט אויסלערנען די מיידלעך וואס א אידישע טאכטער איז און אויסלערנען די כללים און יסודות פון צניעות איז מען פארנומען א גאנצען טאג צו מיט ראולס אדער מיט דיטעילס די מיידלעך באקומען דעם געפיל אז די גאנצע צניעות איז עפעס א סקול פרומקייט. און באו וראה וויפל מיידלעך האבן זונטאג קליידער וכדומה. רוב מיידלעך זענען וואויל און ערליך ווען מען וועט זיי זאגן ברחל בתך הקטנה אז מען טאר זיך נישט אנטוהן עפעס וואס ציהט די אויג פון א מאן און זיי זאגן אפן אז די און די זאכן זענען מכשיל מענער און פארשטייט זיך עס זאגן ווען זיי זענען נאך גענוג אינג ווען זיי זענען נאך גרייט מקבל צו זיין וועלן רוב מיידלעך זיך אנטוהן צניעות'דיג. אדרבה פרעגט אין די בני בית צו זי ווילן אז א פרעמדער זאל האבן א אויג אויף זיי. און פרעגט זיי צו זיי ווייסן די יסוד פון צניעות. ודוק כי קצרתי.
מיין חלק אינעם שמועס...
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1228
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: התעוררות בעניני צניעות פאר די מענער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

און לגבי סקול ראולס כשלעצמו איז בכלל נישט קיין פראבלעם אדרבה סאיז א גוטע זאך סהאלט די סטאנדארטן און לאזט נישט נייע סטייל'ס אריינקומען ווי אויך העלפט עס די מיידלעך זאלן נישט זיין אזוי פארנומען מיט די קליידער און עס שטעלט אוועק די אויר אין סקול אבער זה הוא. דער גוי האט פונקט אזוי סקול ראולס און די מיידלעך דארפן וויסן אז די ראולס ביי אונז איז די זעלבע ווי ביים גוי אודאי איז עס געמאכט נאכקומען אונזערע צניעות סטאנדארטן אבער עס האט גארנישט מיט אידישקייט איינגעשטויסן.
מיין חלק אינעם שמועס...
אוועטאר
גברא דקפדנא
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 17, 2020 4:59 pm

Re: התעוררות בעניני צניעות פאר די מענער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גברא דקפדנא »

שאינו יודע האט געשריבן:מיר האט מיין טאטע מעורר נאך די חתונה מסביר צו זיין אין שטוב די גאנצע נושא פון א מענערישע בליק צו פארשטיין די נסיונות פון א מענערישע קוק ווינקל. איך מיין אז דאס איז קריטיש וויכטיג, רוב פרויען האבן נישט ארויס די מושג


מ'זאגט נאך פון הג"ר אברהם לייטנער ז"ל אז די מענער זאלן מסביר זיין ברחל בתך הקטנה פאר די פרויען נאך די חתונה וואס צניעות ביי פרויען און הסתכלות ביי מענער מיינען.
אוועטאר
פשטא
שר האלפיים
תגובות: 2336
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2020 11:14 am
לאקאציע: אויפן Logi קיבאורד

Re: התעוררות בעניני צניעות פאר די מענער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשטא »

פונעם קעפל האב איך געמיינט אז מ'רעד דא פון די fashion וואס סטוט זיך ביי די היינטיגע אינגווארג.

וואס דעס איז אויכט צריך תיקון גדול.

אנגעפאנגען פון די אויפשריפטן אויפן האדי\סוועטשערט\טי-שירט, סלים הויזן מיט סנעפס ביים טאש, א.א.וו. ביז די קאליר פון די פאון.

ס'ווייטאגליך צוצוקוקן ווי מזעהט טאטעס פון קינדער גייען אנגעטוהן ממש ווי כתה ג' אינגלעך.

די נושא איז שוין אסאך מאל געווארן ארויפגעברענט דורך ר' בערל טויבער ועוד.
סיג לחכמה שתיקה (משנה אבות ג יג) - אבער נישט אייביג קען איך מיך איינהאלטן.
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2644
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע: אומאן!

Re: התעוררות בעניני צניעות פאר די מענער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

בלייב געזונט האט געשריבן:אמת'ע און שטארקע נקודה
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”