וועלכע פרשה גייט די וואך?

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
וואסיל
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 12, 2009 3:08 pm

וועלכע פרשה גייט די וואך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסיל »

וויפל וואסערן האבן זיך שוין אדורך געגאסן אין די ריזיגע אקעאנען, וויפל שמחות איז געווען ביי אידן, כינוסים, מעמדים, און ליידער אויך אסאך טראגעדיעס און צרות,
איבער צען יאר צוריק איז עס געווען ווען איך בין געוואר געווארן פון אט די פלאץ, און יענע צייטן האט עס נישט געהאט די אויבן אן פנים וואס אייוועלט טראגט היינט צוטאגס אין די גאנצע היימישע גאס, ווייניגער ניקס האבן זיך ערלויבט צו שרייבן, און פיל א קלענערע אינהאלט האט די סייט פארמאגט,
איך האב געטראכט צו שרייבן אביסל זכרונות פון די אלטע צייטן אבער די אמת איז אז אלעס ליגט אפען כשלחן הערוך לפני האדם, נאר וואס, געפילן דארף מען אראפ לייגן און מ'קען עס נישט סתם פארשטיין פון זעהן אלטע זאכן, איז מעגליך וועט מען צוריק קומען א צווייטע מאל דערצו.

*****
ווען א מענטש -נישט קיין חילוק ווי אלט ער איז- זאל צוריק קוקן אויף זיינע לעצטע צען יאר וועט אים געווענליך באנעמען אומצאליגע געפילן א טייל וועלן זיין געשמאקע, אבער א טייל וועלן אויך זיין אומבאקוועמע פילינגס פון חרטה און בושה,

איך געדענק מיינס א חבר וואס פלעגט אלץ טרייען צוריק צו ברענגען אלטע מאמענטען, אויב האט ער הנאה געהאט פון א געשמאקע פארברענג ווי איינער האט גע'גראמט פלעגט ער אלץ בעטן יענעם ער זאל זיך נאכאמאל אויפשטעלן און אראפ לייגן עפעס חרוזים, אויב ער האט ענדזשויט א ליל שישי וואס די טשולענט איז פערצופל געווען אויסנאם גוט האט ער פראבירט נאכצומאכן די טעם פון יענע טשולענט... איך פלעג אלץ שטיין ביי די זייט און אים געוואלט זאגן אהובי ידידי קענסט צוריק ברענגען די ספעציפישע זאך, אבער די ארום און ארום וואס האט באמת געמאכט יענע זאך א געשמאק דאס איז שוין א פארגאנגנהייט,
די געפילטע פיש האט זונטאג נאכמיטאג טראגט גאר א ווייטער טעם פון וואס ער האט געהאט א טאג פאר דעם,

מ'דערציילט אז די תלמידי בעל שם טוב האבן געוואלט וויסן אויב זייער טעם אין א שבת איז א אמת'דיגער אדער ס'איז בלויז געפילן האבן זיי באשלאסן אין א גרינעם דינסטאג צו פראווענען דעם שבת קודש, צו זייער גרויס ווינדער האבן זיי אנערקענט אז יא, זיי פילן דעם זעלבען טעם, ווען זיי האבן אנגעפרעגט אויף דעם ביי זייער רבי האט ער זיי גענטפערט אז דאס קומט ווייל זיי האבן זיך אנגעטוהן די בגדי שבת.
אוודאי ברענגט די מעשה ארויס דעם גרויסען כח און קדושה פון בגדי שבת, אבער מ'קען אויך זעהן פון דעם אין גשמיות'דיגן לעבן די כח השפעה וואס א סביבה, מקום, אדער מצב געבט פארן מענטש,
די וואך אין פרשת קרח זעהט מען די מחלוקת קרח ועדתו קעגן משה רבינו, ווען מ'לערנט אין חדר די פרשה קוקט די תמימות'דיגע אינגל אן קרח ווי א אויסווארף, א חבר מיט דתן ואבירם, מ'האלט נאך אזא נס פון יציאת מצרים, א מתן תורה, אזא התגלות השכינה ווי קומט דאס אז איינער זאל בכלל זאגן א ווארט קעגן משה רבינו, אבער די אמת ווייסן מיר אז קרח איז עתיד להיות כהן גדול ווען משיח וועט קומען, און נאכמער איז באקאנט וואס די הייליגע ישמח משה האט געזאגט אז זייו ערשטע גלגול איז געווען בימי דור המדבר און ווען זיין אייניקל האט אים געפרעגט אויף וועלכע זייט ער איז געווען איז די תשובה נישט געווען ווי געראכטן אז אויף משה רבינו'ס זייט נאר אז ער איז געשטאנען אינמיטן און נישט געוויסט וועלכע זייט צו נעמען,
און אט דאס איז די הסבר, ווייל די מעשה ווערט געשריבן אין די תורה אבער די מצב און די סביבה וואס איז דעמעלטס געווען דאס שטייט שוין נישט, און וועגען דעם איז עס נישט מעגליך צו באגרייפן,
אסאך מאל וועט א מענטש צוריק קוקן אויף טעותים וואס ער האט געמאכט אין זיינע פריערדיגע יארן און ער קען זיך נישט מוחל זיין, ווי בין איך געווען? ווי איז מיין שכל געווען? און זיינע שולד געפילן נעמען אים אינגאנצען איבער, אבער די אמת טייערע ברודער ס'איז א טעות מוחלט יעצט זעסטו נאר די מעשה מיט דיינע יעצטיגע געפילן אן נעמען אין באטראכט די סביבה און אלע פרטים ארום און ארום, חז''ל זאגן שוין אין אדם חוטא אלא אם כן נכנס בו רוח שטות, און נאר וועגן דעם העלפט תשובה ווייל ווען דו ביסט אן דעם רוח זעסטו דעם ריכטיגען בילד.
אלזא טייערע חברים לאמיר זיך קיינמאל נישט לאזן פארפירן פונעם עבר, אונזער מח קען עס נישט פארנעמען, נאר לאמיר ארבעטן אויף א ליכטיגע עתיד!

******

און יעצט צום פראגע פון וועלכע פלאנעט האט זיך דער וואסיל יעצט אויפגעוועקט, איז די ענטפער אז פארשידענע זאכן אין לעבן האבן זיך געפירט אז איך זאל האבן צייט צו פאברענגען געהעריג אויף דעם זייטל און זיך צושרייבן אויף א גרויסען פארנעם, זעהנדיג אזא ריבו עם און אויפבליונג האט זיך מיר פארשמעקט אויך צו נעמען די פעדער אין האנט און זיך פארברייטערן פון מאל צו מאל, ווילאנג עס וועט אנהאלטן ווייסט איין טאטע אין הימל,
אבער דערווייל:
שלום עליכם אלע ידידים אלטע און נייע צוגלייך.
לעצט פארראכטן דורך וואסיל אום מאנטאג יולי 11, 2022 2:39 pm, פארראכטן געווארן 5 מאל.
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: שלום עליכם - א גאסט פון אמאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

העי וועלקאם בעק!! זאפטיגע פעדערל! קום שנעל זאג מיר אינישי דיין אנדערע ניק :lol:
אוועטאר
געזאגט און געטוהן
שר האלף
תגובות: 1606
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 14, 2022 4:07 pm

Re: שלום עליכם - א גאסט פון אמאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געזאגט און געטוהן »

זייער געשמאק! און צו די זאך!.

אבער זעהט נישט אויס ווי די ביזט נישט דא געוועזן.........
מים רבים לא יכלו לכבות את האהבה... אהבת השי''ת
אוועטאר
וואסיל
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 12, 2009 3:08 pm

Re: שלום עליכם - א גאסט פון אמאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסיל »

געזאגט און געטוהן האט געשריבן:זייער געשמאק! און צו די זאך!.

אבער זעהט נישט אויס ווי די ביזט נישט דא געוועזן.........

צו מאכן קלארער:
איך בין טאקע דא געווען אסאך מאל במשך די יארן אבער איך האב קיינמאל געהאט צו סאך איבריגע צייט אויף צו זיך זעצען און שרייבן
ישר כח פארן קאמענטירן
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: שלום עליכם - א גאסט פון אמאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

געזאגט און געטוהן האט 500

וואסיל זאגט גוט!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

;l;p- א ריכטיגן פוינט!

שלום!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: שלום עליכם - א גאסט פון אמאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

שלום, שלום.
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: שלום עליכם - א גאסט פון אמאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

שלום עליכם.
ש'כח פארן ארטיקל, און שרייב ווייטער מיט דיין קלארן פעדער..
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
וואסיל
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 12, 2009 3:08 pm

Re: שלום עליכם - א גאסט פון אמאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסיל »

יישר כח חברים פאר די אויפנאמע

אויב איינער קען מיך ווייזן א אשכול וואס איז געמאכט צו שרייבן געדאנקען אויף די סדרה (אדער נישט אויף די סדרה) וואלט איך געווען זייער דאנקבאר
מיליטאנט
שר חמש מאות
תגובות: 647
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 27, 2022 9:23 am

Re: שלום עליכם - א גאסט פון אמאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיליטאנט »

א גוט ווארט מיט א שיינע שילוף, האסט א גוטע פעדער!
אייגענס?

וואסיל האט געשריבן:יישר כח חברים פאר די אויפנאמע

אויב איינער קען מיך ווייזן א אשכול וואס איז געמאכט צו שרייבן געדאנקען אויף די סדרה (אדער נישט אויף די סדרה) וואלט איך געווען זייער דאנקבאר

אויב פלאנסטו צו מאכן יעדע וואך קענסטו טוישן קעפעל און ניצן דעי אשכול א שטייגער ווי א נייניקל'ס אשכול
קען זיין מ'דארף טוישן פארום
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: שלום עליכם - א גאסט פון אמאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

וואסיל האט געשריבן:יישר כח חברים פאר די אויפנאמע

אויב איינער קען מיך ווייזן א אשכול וואס איז געמאכט צו שרייבן געדאנקען אויף די סדרה (אדער נישט אויף די סדרה) וואלט איך געווען זייער דאנקבאר

ליל שישי אשכול
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
דאקטער רפאל
שר האלף
תגובות: 1137
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 21, 2021 4:37 pm

Re: שלום עליכם - א גאסט פון אמאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאקטער רפאל »

וואסיל האט געשריבן:אויב איינער קען מיך ווייזן א אשכול וואס איז געמאכט צו שרייבן געדאנקען אויף די סדרה (אדער נישט אויף די סדרה) וואלט איך געווען זייער דאנקבאר

אויב ווילסטו שרייבן יעדן ליל שישי קענסטו שרייבן דא, סתם אזוי קענסטו שרייבן דא,
אדער קענסטו טוען אזוי ווי מיליטאנט זאגט און האבן א אייגענע אשכול.
When I is replaced by "WE", Illness becomes Wellness
אזוי זאג איך
שר האלפיים
תגובות: 2340
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 11, 2021 3:51 pm
לאקאציע: ביי די ארבעט

Re: שלום עליכם - א גאסט פון אמאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי זאג איך »

זייער גיט געשריבן אין אויך זייער א גיטע פוינט.
וועלן מיר עס בל״נ ניצן אין די Future
אזוי זאג איך מיינט אז That's just my opinion

פאר עני low voltage דזאב אין מאנרא / מאנסי / אפסטעט קאנטעקט מיר אין אישי.
אוועטאר
וואסיל
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 12, 2009 3:08 pm

Re: וועלכע פרשה גייט די וואך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסיל »

א גוט וואך!

עס גייט דאך פרשת נח, וועלן מיר שרייבן א ווארט אויפ'ן פרשה,
עס שטייט אז נח איז געווען א צדיק, לויט איין דעה נאר אין זיין סביבה! קען מען טראכטן אז עס איז אביסל א שאנדע אויף נח אזוי צו זאגן...


אבער טראכט אריין צו קענסטו זיין דער צדיק אפילו נאר אין דיין סביבה........
אוועטאר
אחר חצות
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2022 5:31 pm

Re: וועלכע פרשה גייט די וואך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחר חצות »

וואסיל האט געשריבן:
א גוט וואך!

עס גייט דאך פרשת נח, וועלן מיר שרייבן א ווארט אויפ'ן פרשה,
עס שטייט אז נח איז געווען א צדיק, לויט איין דעה נאר אין זיין סביבה! קען מען טראכטן אז עס איז אביסל א שאנדע אויף נח אזוי צו זאגן...


אבער טראכט אריין צו קענסטו זיין דער צדיק אפילו נאר אין דיין סביבה........
גוווט

כוואליעלע
@פאראויס האט גענאגלט די סיטואציע... כאפט א בליק,

viewtopic.php?p=4637906#p4637906
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”