מיין שכן מיט'ן טענדזשערין

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

How Is Your Day
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 2:22 pm

מיין שכן מיט'ן טענדזשערין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך How Is Your Day »

זיצעך מיר אזוי אויפן באס אהיים פון א גאר נאנטען חבר'ס חתונה, אין נעבן מיר מאכט זיך באקוועמט א איד, משארית הפליטה פון די סמעטענע פון די קאטע טשיז וואס עם ישראל פארמאגט נאך היינט צונאכטס, א איד וואס איז דורכגעווייקט אין יעדן טראפ וואס האט נאר אביסל נארמאלקייט דערינען, אזש ווען ער באגעגנט עפעס דערפון, לויפט ער אוועק וויילן מייט, פשוט נישט צו ווערן אנגעשטעקט פון די מגיפה, אין חס ושלום נישט כאפן קיין סימפטעמס, ווייל מ'קען דאך חלילה נארמאל ווערן... הקיצור.
א איד וואס איז מלא ודגוש אין יעדן סארט.

אט דער פארשוין האט זיך פארשמעקט צו עסן א טענדזשערין בעצם הלילה ההוא,
נאך פאר וואס ווען וואו, האט ער שוין אנגעהויבן צו שיילן די שאלאכטץ פון זיין אויסגערופענע זאפטיגע ציפעדיגע קרעפטיגע פארווע רינענדיגע טענדזשערין.
ווי נאר דער איז פארטיג געווארן מיט די מלאכה שאינו חכמה, האבן זיך די געדערים זיינע צעשאקלט אז דער האט פארלאנגט מיט רעכט, אז איך אלס שכן זאל אים אפהיטן זיינע אפגעשיילטע אויסגעקליבענע טענדזשערין'ס אלס א שומר חנם ביז ער קומט צוריק פונעם שטיבל....
בלית ברירה האמיר עס אפגעהיטן ווי די שווארץ אויג פון אפעל עד שיבוא השכן,
גייט נישט אריבער קיין פינעף מינוט אין דער בחור איז דא, נאך שטערקער ווי פריער אנגעגארטעלט מיט פרישע כוחות גרייט ער זיך מיט א גרויסן לשם יחוד צו מסדר זיין אט די קליינע אראנדזש,
אין א אויגן בליץ ווערן צוויי פון זיינע פינגערס פארוואנדעלט אין אזאנע סושי-שטעקעלעך,
אין מ'הייבט אן צו עסן,
די אראנדזש האט זיך געגעסן מיט אזא מין אפעטיט וואס איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געזען, איינס נאכן אנדערן,
מיט די שלונג אינדערמיט, נאכדעם וואס זיין מויל איז געווארן א פראפעזארישע וועקיום-קלינער,
מיט א געשיקטקייט ענדיגט ער אפ.
ווי נאר ער איז פארטיג הייבט זיך אן די צווייטע פערטל רייזע.

מ'שטעלט זיך ווידער אויף מ'גייט פרובירן צו שאפן א מנין מעריב,
מ'הייבט אן צו מאכן א ציילונג, דערנאך א קאונט-דאון,
מ'וועקט אויף א האלבע באס פאר זיין מנין,
מאנכע שרייען אז ס'דא עלעקשאן-פרוד, אין עכט איז נאר דא חמשה מתפללים,
ווידער דער שרייט חי וקים ס'דא ז-ע-ק-ס!
נאכן אנצינדען אלע לייטס אין איבערגיין נאכאמאל אלע מעריב מעמבערס, שטעלט זיך ארויס אז ס'נאר דא פיר אנשים וואס האבן נאכנישט גע'מעריב'ט,
שוין אלעס איז באשערט קרעכצט ער ארויס,
אין ער שפאנצירט צוריק צו זיין בעיס, וואס איז סטאנצירט אין די זיץ נעבן מיר.

דאן הייבט זיך אן די לכו והספרנסו זה מזה.
זאג נאר אינגערמאן, האסט אפשר א טשארדזשער?
א באטל וואסער אפשר? געווענליך נעם איך מיט זאגט ער, נאר פשוט כ'האב פארגעסן דאסמאל.
נאכ'ן אים קלארשטעלן אז איך בין נישט קיין אפטע רייזער, נאר פשוט כ'האב נישט געהאט קיין כח אליינס אריינצדרייוון, מילא האבעך גענומען די באס.
תוך כדי דיבור פרעגט ער צוריק, היות אז כ'האב א קאר, צו אפשר קען איך אים אהיים פירן ווען ער גייט אראפ פון באס.
כ'האב גע'פארקט ביי מיין הויז זאג איך אים.
אה שוין גם זו לטובה,
אין מיט די ווארעמע דברי חוזק, זענען מיר אנגעקומען צום ציל, אין מ'זעמיר אראפ פון באס אפאטעמענדיג פון די בייזע ווינט וואס האט מיר היינט באטראפן.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17148
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: מיין שכן מיט'ן טענדזשערין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

;l;p- ;l;p-

זה שאמר הכתוב

טוב שכן קרוב..

אבער מאח.. ווען דער איז שוין צו ברודערליך..

רחוק.. שטיי ווייט פון איהם..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
גרויס בריטאניע
שר האלף
תגובות: 1246
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 05, 2022 8:47 pm
לאקאציע: אונטערן באנק

Re: מיין שכן מיט'ן טענדזשערין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויס בריטאניע »

סוף הכבוד לבא!!

נעקסט לעוול פיינע נייעס, אין אזא פאל זאגט מען געווענטליך- שרייב אפטער!!
viewtopic.php?p=4435004#p4435004
איך בין געגאנגן. אפשר איין טאג העלעך זיין צוריק, אויף דערווייל ענדזשויטס..
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: מיין שכן מיט'ן טענדזשערין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

:lol: :lol: :lol:
האסט א חוש פון מאכן א סענזאציע פון א רעגולער געשעעניש
גיי אן
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4757
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: מיין שכן מיט'ן טענדזשערין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

שרייב נאר שרייב
שיק א גריס פאר דיין פעדער
#גיי_קראך_גרינע_פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: מיין שכן מיט'ן טענדזשערין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

;l;p- :lol: ;l;p- :lol:
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3238
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

Re: מיין שכן מיט'ן טענדזשערין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

פיין!

ער זיצט גראדע נעבן מיר אין ביהמ"ד.
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אזוי זאג איך
שר האלפיים
תגובות: 2358
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 11, 2021 3:51 pm
לאקאציע: ביי די ארבעט

Re: מיין שכן מיט'ן טענדזשערין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי זאג איך »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
אזוי זאג איך מיינט אז That's just my opinion

פאר עני low voltage דזאב אין מאנרא / מאנסי / אפסטעט קאנטעקט מיר אין אישי.
בן טוב
שר האלף
תגובות: 1087
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

Re: מיין שכן מיט'ן טענדזשערין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן טוב »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
איין זאך האסטו פארגעסן פונעם ערשטן שפריץ פונעם טענדשערין ווען מען מאכט דעם על השחיטה
אוועטאר
latter
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 12:00 am

Re: מיין שכן מיט'ן טענדזשערין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך latter »

;l;p- ;l;p- :grin:



go please more often on the bus.
תשפד גייט מען אין קאנטרי כ"א סיון מקומט אהיים כ"ח אב
דארנשטיג שלח - זונטאג שופטים
June 27 - Sep 1
How Is Your Day
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 2:22 pm

Re: מיין שכן מיט'ן טענדזשערין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך How Is Your Day »

אוראייניקל האט געשריבן:;l;p- ;l;p-

זה שאמר הכתוב

טוב שכן קרוב..

אבער מאח.. ווען דער איז שוין צו ברודערליך..

רחוק.. שטיי ווייט פון איהם..

פיין ווארט. אייגנס?

גרויס בריטאניע האט געשריבן:סוף הכבוד לבא!!

נעקסט לעוול פיינע נייעס, אין אזא פאל זאגט מען געווענטליך- שרייב אפטער!!

ש'כח פאר די קאמפלימענט

א נייניקל האט געשריבן::lol: :lol: :lol:
האסט א חוש פון מאכן א סענזאציע פון א רעגולער געשעעניש
גיי אן

שקויעך פאר די פידבעק (כ'האף נאר אז די פינטלעך זענען גוט געווען...)

האסטו וועסטו האט געשריבן:שרייב נאר שרייב
שיק א גריס פאר דיין פעדער

יישר כח, גריס עקסעפטעט

איש האשכולות האט געשריבן:פיין!

ער זיצט גראדע נעבן מיר אין ביהמ"ד.

דארט עסט ער אויכעט טענזשערינס?

בן טוב האט געשריבן:;l;p- ;l;p- ;l;p-
איין זאך האסטו פארגעסן פונעם ערשטן שפריץ פונעם טענדשערין ווען מען מאכט דעם על השחיטה

געטרייט אריינצולייגן מיט די וועקיום-קלינער
אוועטאר
בן בגבג
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 04, 2022 3:22 pm

Re: מיין שכן מיט'ן טענדזשערין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בגבג »

:lol: :lol: :lol:
;l;p- ;l;p- ;l;p-
איך בין אייביג גערעכט...

ווייל איך נעם אלץ די גערעכטע זייט!
אוועטאר
חיים ברוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 430
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 3:15 am
לאקאציע: אין בעט נעבן די פאלעסיידס

Re: מיין שכן מיט'ן טענדזשערין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים ברוך »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: מיין שכן מיט'ן טענדזשערין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

האט ער דיר נישט פארגעשלאגן א שטיקל טענדזשערין?
אדער האסט פארגעסן די פרט??
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: מיין שכן מיט'ן טענדזשערין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

אוראייניקל האט געשריבן:;l;p- ;l;p-

זה שאמר הכתוב

טוב שכן קרוב..

אבער מאח.. ווען דער איז שוין צו ברודערליך..

רחוק.. שטיי ווייט פון איהם..

;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: מיין שכן מיט'ן טענדזשערין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

;l;p- ;l;p- :lol: :lol:
איך וואלט א נאמען געגעבן פאר דעם אשכול "מיין רייזע אויפ'ן באס".
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
צדוק
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 23, 2021 9:11 pm

Re: מיין שכן מיט'ן טענדזשערין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדוק »

לץ וואס דו ביסט...

דאס זענען אידן וואס ס'פעלט פשוט פון די וויכטיגע באשטאנדטייל גערופן 'זיץ פלייש'. מאכט זיך ביי די שענסטע משפחות.
אוועטאר
פרעכטיג
שר האלף
תגובות: 1031
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 18, 2022 2:48 pm

Re: מיין שכן מיט'ן טענדזשערין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעכטיג »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
אינטערעסאנט אז ער האט דיר נישט אנגעהויבן פרעגן

וויאזוי הייסטו...

אה... בא וועם ביזטו אן איידעם...
ביזט אפשר א קאזין מיט מעכיל פשוט ווייל ער איז מיין שכן אין בתמדרש וכו' וגו'...
אויב קויפט איר נישט אויף עמעזאן, איר זוכט נישט קיין ווילא, איר האט שוין געגעבן פארן ווערפייד צדקה קאמפיין, איר האט שוין געשטומט פאר ראש הקהל דרוקט דא
אוועטאר
עפעס אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 30, 2020 3:10 pm
פארבינד זיך:

Re: מיין שכן מיט'ן טענדזשערין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אזוי »

א לשונות אויסגיס


דער ריח פון טעזשערין שפריט זיך ביז אהער

;l;p- ;l;p-
אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1359
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע: ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: מיין שכן מיט'ן טענדזשערין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

How Is Your Day האט געשריבן:
מיין שכן מיט'ן טענדזשערין.pdf
שרייב נאר שרייב
שיק א גריס פאר דיין פעדער
(44.54 KiB) געווארן דאונלאודעד 14 מאל
Times New Roman (Headings CS)...
אבימלך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 11:16 pm
אפשר אויב מען וועט זאגען פאר מענטשן אז די מוח איז א עפפ, וועלען זיי אנהייבן עס צו ניצען!!!
מר קאפלאווסקי
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 27, 2021 9:58 am
לאקאציע: אינעם מצוה מענטשי'ס שאכטעל

Re: מיין שכן מיט'ן טענדזשערין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר קאפלאווסקי »

How is your day? Looks like yours didn't go so well

פיין געשריבען
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”