א מלחמה צום פאראייניגונג!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4616
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: א מלחמה צום פאראייניגונג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

דער הימלישע איד האט געשריבן:
האסטו וועסטו האט געשריבן:וואה ווערי נייס אבער נאך די זעקסטע קומט א לאנגע פארזעצונג? אונז זעמיר אויסגעהונגערט

מיין פלאן איז ווען איך ענדיג די מעשה. צו שרייבן א קורצע מעשה, וואס וועט אריינגיין אין איין תגובה. נאכדעם וועל איך מאכן א לאנגע מיט אייבערשטנס הילף.


אה פיינע נייעס דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח געזינטערהיט
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
אוועטאר
פרעכטיג
שר האלף
תגובות: 1031
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 18, 2022 2:48 pm

Re: א מלחמה צום פאראייניגונג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעכטיג »

דער הימלישע איד האט געשריבן:
האסטו וועסטו האט געשריבן:וואה ווערי נייס אבער נאך די זעקסטע קומט א לאנגע פארזעצונג? אונז זעמיר אויסגעהונגערט

מיין פלאן איז ווען איך ענדיג די מעשה. צו שרייבן א קורצע מעשה, וואס וועט אריינגיין אין איין תגובה. נאכדעם וועל איך מאכן א לאנגע מיט אייבערשטנס הילף.


ווארטן מיר מיט שפאנונג!!!
אויב קויפט איר נישט אויף עמעזאן, איר זוכט נישט קיין ווילא, איר האט שוין געגעבן פארן ווערפייד צדקה קאמפיין, איר האט שוין געשטומט פאר ראש הקהל דרוקט דא
אוועטאר
הגות תבונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 11:39 pm
לאקאציע: כעת פק"ק געטיסבורג, פא.

Re: א מלחמה צום פאראייניגונג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגות תבונות »

גאר גאר גוט! דו ביזט מלא טאלאנט.
אוועטאר
דער הימלישע איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7308
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אויפן ערד אינטערן הימל

Re: א מלחמה צום פאראייניגונג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער הימלישע איד »

קאפיטל ו
דער מלחמה צום פאראיינוגונג

א ברידער קריג איז א זאך וואס קיינער וואונטש זיך נישט. בפרט אין רוסלאנד מיינט עס א בלוט באד. אבער ווען דער עולם שפרינגט ארויף אקעגן די רעזשים, און די סאוויעט יוניען איז אין א סכנה, איז נישט דא קיין צוויי ברירות נאר צו גיין אין מלחמה, און אונטערדריקן די ווידערשפעניגער.
אין שפיץ פונעם קריג שטייט אונזער אלעמען באקאנטן זעקרי. און מיט א מעכטיגע סטראטעגיע טוט מען איינעמען יעדן דערפל און יעדן שטעטל, אזש עס זאל נישט פארבלייבן אפי' א לעכל ווי די ווידערשפעניגער וועלן זיך קענען צוריק אריענטירן.
----
ירוחם האט דאך א מח עצום, און ווען ער האט געהערט פון די ברודער קריג, האט ער פארשטאנען אז דאס איז די געלעגנהייט צו טרעפן זיין פארכאפטן ברודער, און ער האט זיך איינגעשריבן אין די ארמיי. פון א פשוטע סאלדאט, איז ער געשטיגן אין ראנג העכער און העכער, ביז ער איז געווארן דער הויפט סטראטעגיסט. ביי ירוחם איז א דורכפאל נישט געווען קיין אפציע, און פאר א יעדע שאס איז געווען א חשבון און א סיבה. און נאך אפאר געלונגענע קאנטאר אטאקעס, האבן זיי אנגעהויבן באזיגן די רעגירונג, און זיך גערוקט נענטער צו א פולן פוטש.

וואכן זענען פארביי, די מלחמה ברענט און די ליפט איז פארפעסטעט. און אט ריקן זיך די רעוואלטירער נענטער און נענטער צו די קרעמלין. אינעם הויפטקווארטיר זיצט זיך ירוחם מיט די יועצים, און מאלן א מאפע פונעם קרעמלין, מיט אלע דעטאלן. צימערן, בונקערס, און היילן, אלעס ווערט אריינגערעכנט. און מיט קלארן פלאן, לאזט מען זיך ארויס צום לעצטן פאזע. בלוט גיסט זיך ווי וואסער, און טויטע פאלן ווי פליגן. אבער די קרעמלין שטעלט א העפטיגע ווידערשטאנד, וויסנדיג אז דאס איז די לעצטע געפעכט פאר די רעוואלטירער קומען ארויס די זיגערס. אבער מיט די שטארקע אמוניציע וואס די רעוואלטירער האבן געברענגט, און נעמענדיג אין באטראכט אז זיי זענען באלאגערט און ס'נישטא פון ווי אריינצוברענגען די וויכטיגסטע, האבן די בני קרעמלין איינגעזען אז זייער מינוטן זענען געציילטע. אבער זיי האבן זיך געמאכט אזא חשבון, אויב קומט מען אריין אינעם קרעמלין ווי אין א מלחמה, גייט מען אונז זיכער הרגענען, אבער אויב מיר געבן זיך אונטער וועט מען אונז נאר נעמען אין געפענגעניש.
האבן זיי אן קיין אויסוועג און מיט א טרויעריגע געמיט, אויפגעהויבן א ווייסע פאן.
די שמחה ביי די רעוואלטירער איז געווען עפעס איינס אין דער וועלט. מ'איז אריין אינעם קרעמלין געבינדן יעדעם די הענט און די פיס, אונזער זעקרי איז אוודאי אויך געווען פון די געבונדענע. און אלץ פירער פונעם קרעמלין, איז ער געווען פון די מערסט געזוכטע מענטשן. די עולם האט זיך געריבן די אויגן, זעקרי, יא! די גרויסע זעקרי איז אין אונזער הענט!

א לאנד דארף דאך א פירער, האט מען אויפגענומען די קאפ פון די געווינסן הלוא הוא ר' ירוחם. ירוחם זענדיג ווי אויפגעהייטערט די עולם איז, האט ער פאררופן א גרויסע פארטי אויף יענעם נאכט, און האט געהייסן אנגרייטן א בענקל אינמיטן פון די זאל, ווי מ'וועט זעצן די געפאנגענעם זעקרי געבינדן אין קייטן. און מ'וועט אויפטרעטן מיט דרשות אין חוזק מאכן פון אים, אזוי אז זיין כבוד וועט שטארק דערנידערט ווערן. די גרעסטע קאמידיאנס פון לאנד האט מען אהין געברענגט, און א גרויסן זאל האט מען אנגעגרייט צו קענען אקומאדירן די מאסן באטייליגטע וואס מ'האט ערווארטעט.

ביינאכט ווען די זייגער האט געקלאפט אויף די ניינער, האט מען אריינגעשלעפט זעקרי אין זאל געבינדן הענט און פיס אנגעטוהן מיט תפיסה קליידער. און אפאר מינוט שפעטער איז ירוחם אריין מיט גבאים און סעקיוריטי. דער מצב איז געווען נעקסט לעוועל, די פראגראם האט זיך אנגעהויבן, די קאמידיאנס האבן אנגעהויבן חוזק'ן און דער עולם איז געלעגן אויפן ערד פון געלעכטער. זעקרי איז געזעצן אינגאנצן פארשעמט, און זיך געוואלט באגראבן פאר בושה. אבער עפעס איז אים פלוצלינג ארויף אין קאפ, און ער האט זיך געטראפן אין א דארף, מיט זיינע עלטערן און זיין עלטערע ברודער ירוחם. ער האט זיך דערמאנט ווי גוט ס'איז אים געוועזן דארט, און די צרה וואס האט אים באטראפן ווען מ'האט אים פארכאפט. ער איז בכלל נישט געווען יעצט אין זאל.. און די בייטייליגטע זענדיג אז ער רעאגירט נישט צו קיין איין וויץ, האבן זיי געטראכט מן הסתם לאכט ער זיך אויס. האבן זיי געבעטן זייער נייעם פירער ירוחם, זאל רעדן אפאר ווערטער.

ירוחם שטעלט זיך אויף, און קוקט אריין אין די אויגן פון זעקרי און הייבט אן רעדן, אבער ער שפירט עפעס גאר מאדנע. ער טראכט צו זיך, וואס איז די געפיל? אבער גראד טוישט ער מחשבות, איך קען נישט יעצט טראכטן פון געפילן, איך דארף דא געבן א געלונגענע דרשה. אבער כמים פנים אל פנים, און ווי מער זעקרי טראכט וואס איז אלץ אריבער אין זיין אינגן לעבן, ווערט ירוחם מער און מער אומבאקוועם. דער נאמען זעקרי הייבט אים אן צו שפילן אין קאפ, זעקרי זכרי' זעקרי זכרי', ער קען פון דעם נישט פטור ווערן. ער קוקט אריין אין זעקריס פנים און טראכט, איז דא א מעגליכקייט אז ער איז מיין פארלוירענע ברודער זכרי'? איך האב דאך נאר אנטייל גענומען אינעם קריג צו טרעפן מיין פארלוירענעם ברודער, און דא קען זיין אז ער זיצט פאר מיך! אומגעדולדיג האט ער אויסגעווארט מ'זאל ענדיגן די פארטי, און ווען אלעס איז געווען דערנאך, איז ער אריבער געגאנגען צו די תפיסה. ווי נאר מ'האט אים באמערקט, איז יעדער געווען זיכער אז עפעס נישט גוט גייט יעצט פאסירן. אבער ירוחם איז געגאנגען זייער רואיג, און צוגעגאנגען צום צעל ווי זעקרי איז געווען.

ער קומט אריין אין צעל, זעקרי ציטערט פאר זיין לעבן. אבער מיט א שמייכעלע פרעגט ער, האסטו נאך ברידערס אין דיין משפחה? זעקרי ווינדערט זיך, פארוואס אין די וועלט אינטרעסירט דאס פארן הויכגעשעצטע פירער, אבער אז ער פרעגט וועל איך ענטפערן, און רופט זיך אן יא! איך האב א ברודער ירוחם הייסט ער, און ער איז מיין עלטערע ברודער. רופט זיך ירוחם אן פיין. האסטו אפשר נאך א נאמען? ענטפערט זעקרי ניין. אבער ער כאפט זיך אז זעקרי קומט פון זכרי', לייגט ער צו, די נאמען וואס מ'האט מיר געגעבן ביים געבורט איז געווען זכרי'. ירוחם'ס אויגן ווערן פארויטעלט און דינטשיגע טרערעלעך הייבן אן אראפשפאצירן. ער קוקט אויף זעקרי און דערנאך אויפן ערד, און אזוי חזרט זיך איבער אפאר מאל. זעקרי פרובירט צו אנאליזירן די מצב, אבער ער קען נישט כאפן וואס ס'האט פאסירט מיטן נייעם שטארקן פירער. ער טראכט צו זיך, אזא קאלטבלוטיגע מענטש קען בכלל וויינען?, אבער מיטאמאל הערט ער, "זכרי' איך בין ירוחם!" איך געדענק נאך ווען מיר האבן צוזאמען געמאכט דעם נאמען צו קענען ארייננארן דעם דארפס כאפער. די צימער איז געווען פיל מיט טרערן, געפילן פון בענקעניש זענען ארויפגעשווימען, און מיט א ברידערלעכע נאענטשאפט, זענען זיי צוזאמען איבערגעגאנגען זייער לעבנס געשיכטע. ירוחם האט פארציילט אז בעפאר די טאטע איז אוועק, האב איך אים צוגעזאגט אז איך וועל דיר אויפזוכן און זיכער מאכן אז די בוזט א ערליכע איד, און נאר וועגן דען האב איך אנטייל גענומען אינעם ברודער קריג. אבער יעצט איז שוין זייער שפעט, און איך מוז שוין צוריקגיין צום קרעמלין. איך וועל טראכטן אן עצה ווי אזוי דיך ארויסצוזען פון דא, און אויסארבעטן אן אנטלויף פלאן פאר אונז ביידע.

ירוחם האט יענע נאכט נישט געקענט איינשלאפן. זיין מח פראדוצירט געדאנקען און פלענער ווי אזוי צו אנטלויפן, און איבער אלעם ווי אזוי ארויסצושמוגלען זיין טייערע ברודער פון דעם פלאנטער. אבער א פלאן האט אים נישט אנטוישט.
דעם נעקסטן אינדערפרי האט ער געלאזט רופן די צווייט העכסטער אין ראנג, און אים פארציילט די גאנצע געשיכטע. ער האט אים מסביר געווען, אויב איך אנטלויף ווערסטו דאך דער פירער, במילא לוינט עס פאר מיר און פאר דיר. יענער האט זיך גראד צוגעכאפט דערצו, און געגעבן זיין אנטווארט זאגנדיג, וואס די ווילסט וועל דיר טון. איי איי וואס טוט מען נישט פאר די בענקל...

אינמיטן די נאכט שפאצירט ירוחם דער פירער אריין אין די תפיסה, פאר די וועכטער איז עס געווען גאנץ אינטרעסאנט, אבער ער האט געוויסט אז א קרום מיט די נאז, קען קאסטן די לעבן. ירוחם שפאצירט אריין אין זיין ברודערס צעל מיט א באגלייטער, וואס יענער זעט אויס ממש אידענטיקעל צו זכרי', און אויפן באפעל פונעם פירער, טוישן זיי זיך קליידער. זכרי' טוט אן דעם באגלייטערס קליידער, און דער באגלייטער טוט אן זכרי'ס תפיסה קליידער. און נאך א ווארימע א גוטע נאכט, שפאצירט זיך ירוחם ארויס פון תפיסה, אבער דאס מאל מיט זכרי' אלץ זיין באגלייטער.

זיי האבן זיך שטארק צוגעיאגט און געגאנגען מיט שנענלע טריט צום קרעמלין. ווי עס האט זיי שוין אפגעווארט א העליקאפטער און גענומען צי א שיף, וואס האט זיי אריבער געטראגן דעם אטלאנטישן ים קיין אמעריקע. אנקומענדיג אין אמעריקע האבן זיי זיך באזעצט אין א שטילע געגנט אין מיזורי. מיזורי איז ממש דעמאלטס געגרינדעט געווארן, מ'האט עס נאך אפי' גערופן א קאלאני. אבער דארט האבן זיי זיך באקוועם געמאכט. זיי האבן ביידע חתונה געהאט בשעה טובה, און אויפגעשטעלט שיינע דורות לתפארת בית אבותם. אויסגעלעבנדיג זייערע יארן וויסנדיג אז זיי האבן פארפולקומט זייער תפקיד דא אויפן עולם השקר.
ענדע
מאנטאג - פרייטאג פארמאכט מוצ"ש - זונטאג אפן
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4616
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: א מלחמה צום פאראייניגונג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

זייער שיין
טענקס
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: א מלחמה צום פאראייניגונג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

WOW הערליך ;l;p- ;l;p-
א גרויסע ש'כח פארו מהנה זיין אזויפיל יודן
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1739
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע: בני ברק

Re: א מלחמה צום פאראייניגונג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

וואס דער ווארפט דא צאם.... ה' ישמרנו...

א גראבן דאנק! מיר ווארטן צו זען נאך פון אייערע ווערק
אוועטאר
דער הימלישע איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7308
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אויפן ערד אינטערן הימל

Re: א מלחמה צום פאראייניגונג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער הימלישע איד »

צעטל קלעבער האט געשריבן:וואס דער ווארפט דא צאם.... ה' ישמרנו...

א גראבן דאנק! מיר ווארטן צו זען נאך פון אייערע ווערק

איך וויל אייך נישט ווייטוהן אבער איך פלאן בל"נ נישט צו שרייבן נאך א פארזעצונג, פאר אפאר סיבות.
1. דער עולם אפרישיעט נישט ארבעט פון ניקס וואס שטעלן צו סחורה פאר אנדערע ניקס. (נאר מיט א געוויסע פראפייל)
2. עס ברענגט מיר גארנישט ברוחניות אדער בגשמיות.
3. איך וויל בויען מיין בא בימים פראיעקט.

הצלחה רבה!
מאנטאג - פרייטאג פארמאכט מוצ"ש - זונטאג אפן
אוועטאר
לפי עניות דעתי
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 30, 2021 1:39 pm
לאקאציע: במקום שאין איש

Re: א מלחמה צום פאראייניגונג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפי עניות דעתי »

דער הימלישע איד האט געשריבן:
צעטל קלעבער האט געשריבן:וואס דער ווארפט דא צאם.... ה' ישמרנו...

א גראבן דאנק! מיר ווארטן צו זען נאך פון אייערע ווערק

איך וויל אייך נישט ווייטוהן אבער איך פלאן בל"נ נישט צו שרייבן נאך א פארזעצונג, פאר אפאר סיבות.
1. דער עולם אפרישיעט נישט ארבעט פון ניקס וואס שטעלן צו סחורה פאר אנדערע ניקס. (נאר מיט א געוויסע פראפייל)
2. עס ברענגט מיר גארנישט ברוחניות אדער בגשמיות.
3. איך וויל בויען מיין בא בימים פראיעקט.

הצלחה רבה!

את חטאי אני מזכיר.

איך האב מורה’דיג שטארק הנאה געהאט, אבער נישט אפגעגעבן א געהעריגע דאנק.

לגבי 2 און 3 קאן איך נישט אריינרעדן.
כן נראה לפי עניות דעתי והשם הטוב יכפר אם שגיתי
והחולק יחלוק
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: א מלחמה צום פאראייניגונג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

דער הימלישע איד האט געשריבן:
צעטל קלעבער האט געשריבן:וואס דער ווארפט דא צאם.... ה' ישמרנו...

א גראבן דאנק! מיר ווארטן צו זען נאך פון אייערע ווערק

איך וויל אייך נישט ווייטוהן אבער איך פלאן בל"נ נישט צו שרייבן נאך א פארזעצונג, פאר אפאר סיבות.
1. דער עולם אפרישיעט נישט ארבעט פון ניקס וואס שטעלן צו סחורה פאר אנדערע ניקס. (נאר מיט א געוויסע פראפייל)
2. עס ברענגט מיר גארנישט ברוחניות אדער בגשמיות.
3. איך וויל בויען מיין בא בימים פראיעקט.

הצלחה רבה!

1. מחולק, אמת אז מען איז נישט מגיב שטענדיג (איך אגב, ליין ע"פ רוב נאר ווען א זאך איז פארטיג, נישט צו בלייבן שטעקן אינדערמיט, נאכדעם וואס כמה וכמה האבן דא געלאזט אומ'געענדיגטע ארבעט (איך האב קיין טענות, אבער וויל נישט בלייבן נייגעריג), אבער מען עפרישיעיט גאר שטארק יעדן איינעם, בפרט אזעלכע ווי דיר, וואס געבן גאר אסאך צו צום וועלט.

2. בגשמיות קען איך דיר נישט זאגן (ס'דא וואס האבן א גוטע געפיל פון שרייבן, ס'דא וואס ס'העלפט זיי שארפן די אייגענע קענטענישן פון שרייבן וכדו'), אבער ברוחניות, יעדע תגובה וואס דערפרייט א צווייטן, איז פאר דיר א געווינס ברוחניות.

3. דער פראיעקט פון 'בא בימים' איז דאך כפשוטו 'צושטעלן סחורה פאר אנדערע ניק'ס'. ייש"כ וחן חן לך, הקב"ה יהיה בעזרך!
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1739
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע: בני ברק

Re: א מלחמה צום פאראייניגונג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

שמו האט געשריבן:
דער הימלישע איד האט געשריבן:
צעטל קלעבער האט געשריבן:וואס דער ווארפט דא צאם.... ה' ישמרנו...

א גראבן דאנק! מיר ווארטן צו זען נאך פון אייערע ווערק

איך וויל אייך נישט ווייטוהן אבער איך פלאן בל"נ נישט צו שרייבן נאך א פארזעצונג, פאר אפאר סיבות.
1. דער עולם אפרישיעט נישט ארבעט פון ניקס וואס שטעלן צו סחורה פאר אנדערע ניקס. (נאר מיט א געוויסע פראפייל)
2. עס ברענגט מיר גארנישט ברוחניות אדער בגשמיות.
3. איך וויל בויען מיין בא בימים פראיעקט.

הצלחה רבה!

1. מחולק, אמת אז מען איז נישט מגיב שטענדיג (איך אגב, ליין ע"פ רוב נאר ווען א זאך איז פארטיג, נישט צו בלייבן שטעקן אינדערמיט, נאכדעם וואס כמה וכמה האבן דא געלאזט אומ'געענדיגטע ארבעט (איך האב קיין טענות, אבער וויל נישט בלייבן נייגעריג), אבער מען עפרישיעיט גאר שטארק יעדן איינעם, בפרט אזעלכע ווי דיר, וואס געבן גאר אסאך צו צום וועלט.

2. בגשמיות קען איך דיר נישט זאגן (ס'דא וואס האבן א גוטע געפיל פון שרייבן, ס'דא וואס ס'העלפט זיי שארפן די אייגענע קענטענישן פון שרייבן וכדו'), אבער ברוחניות, יעדע תגובה וואס דערפרייט א צווייטן, איז פאר דיר א געווינס ברוחניות.

3. דער פראיעקט פון 'בא בימים' איז דאך כפשוטו 'צושטעלן סחורה פאר אנדערע ניק'ס'. ייש"כ וחן חן לך, הקב"ה יהיה בעזרך!

אפשר קען עס ווערן א חלק פון די בא בימים אשכול? - א (לענגערע?) פארזעצונג יעדע צווייטע וואך?...
אוועטאר
דער הימלישע איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7308
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אויפן ערד אינטערן הימל

Re: א מלחמה צום פאראייניגונג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער הימלישע איד »

איך וויל נישט פארזעצונגען אין די בא בימים, ווייל וויבאלד יעדער וועט נאר שרייבן איינמאל אין צוויי וואכן, טראכט איך אז עס וועט שטארק צומישן.
מאנטאג - פרייטאג פארמאכט מוצ"ש - זונטאג אפן
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: א מלחמה צום פאראייניגונג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

דער הימלישע איד האט געשריבן:איך וויל נישט פארזעצונגען אין די בא בימים, ווייל וויבאלד יעדער וועט נאר שרייבן איינמאל אין צוויי וואכן, טראכט איך אז עס וועט שטארק צומישן.

גא"מ צו דעם!
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
crunchy
שר חמש מאות
תגובות: 970
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 13, 2021 2:45 pm
לאקאציע: ביים רבי’נס טיש

Re: א מלחמה צום פאראייניגונג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך crunchy »

דער הימלישע איד האט געשריבן:איך וויל נישט פארזעצונגען אין די בא בימים, ווייל וויבאלד יעדער וועט נאר שרייבן איינמאל אין צוויי וואכן, טראכט איך אז עס וועט שטארק צומישן.

איך אפרישיעיט אייך גאר שטארק פארן שרייבן.
וואסידאס בא בימים?
אוועטאר
דער הימלישע איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7308
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אויפן ערד אינטערן הימל

Re: א מלחמה צום פאראייניגונג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער הימלישע איד »

crunchy האט געשריבן:איך אפרישיעיט אייך גאר שטארק פארן שרייבן.
וואסידאס בא בימים?

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=55512
מאנטאג - פרייטאג פארמאכט מוצ"ש - זונטאג אפן
אוועטאר
הגות תבונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 11:39 pm
לאקאציע: כעת פק"ק געטיסבורג, פא.

Re: א מלחמה צום פאראייניגונג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגות תבונות »

איך האב זייער זייער הנאה געהאט פון דעם פארזעצונג.

א גרויסן ייש"כ
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: א מלחמה צום פאראייניגונג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

מאסיוו, א געהעריגע נאוועל אריינגעשטופט אין תוכנ’פולע קורצע קאפיטלען. טויש ניק צו חיים אליאב...

א געהעריגער ראולער קאוסטער צווישן פעסט און פרעזענט, מייסטערהאפטיפט ארקעסטרירט מיך האלטנדיג געשפאנט פונעם ערשטן ביזן לעצטן קאפיטעל.

מאטשע גראסיעס
אוועטאר
פרעכטיג
שר האלף
תגובות: 1031
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 18, 2022 2:48 pm

Re: א מלחמה צום פאראייניגונג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעכטיג »

זייער הערליך און שיין באשריבן!!!
אויב קויפט איר נישט אויף עמעזאן, איר זוכט נישט קיין ווילא, איר האט שוין געגעבן פארן ווערפייד צדקה קאמפיין, איר האט שוין געשטומט פאר ראש הקהל דרוקט דא
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”