קאפיטל ו
דער מלחמה צום פאראיינוגונג
א ברידער קריג איז א זאך וואס קיינער וואונטש זיך נישט. בפרט אין רוסלאנד מיינט עס א בלוט באד. אבער ווען דער עולם שפרינגט ארויף אקעגן די רעזשים, און די סאוויעט יוניען איז אין א סכנה, איז נישט דא קיין צוויי ברירות נאר צו גיין אין מלחמה, און אונטערדריקן די ווידערשפעניגער.
אין שפיץ פונעם קריג שטייט אונזער אלעמען באקאנטן זעקרי. און מיט א מעכטיגע סטראטעגיע טוט מען איינעמען יעדן דערפל און יעדן שטעטל, אזש עס זאל נישט פארבלייבן אפי' א לעכל ווי די ווידערשפעניגער וועלן זיך קענען צוריק אריענטירן.
----
ירוחם האט דאך א מח עצום, און ווען ער האט געהערט פון די ברודער קריג, האט ער פארשטאנען אז דאס איז די געלעגנהייט צו טרעפן זיין פארכאפטן ברודער, און ער האט זיך איינגעשריבן אין די ארמיי. פון א פשוטע סאלדאט, איז ער געשטיגן אין ראנג העכער און העכער, ביז ער איז געווארן דער הויפט סטראטעגיסט. ביי ירוחם איז א דורכפאל נישט געווען קיין אפציע, און פאר א יעדע שאס איז געווען א חשבון און א סיבה. און נאך אפאר געלונגענע קאנטאר אטאקעס, האבן זיי אנגעהויבן באזיגן די רעגירונג, און זיך גערוקט נענטער צו א פולן פוטש.
וואכן זענען פארביי, די מלחמה ברענט און די ליפט איז פארפעסטעט. און אט ריקן זיך די רעוואלטירער נענטער און נענטער צו די קרעמלין. אינעם הויפטקווארטיר זיצט זיך ירוחם מיט די יועצים, און מאלן א מאפע פונעם קרעמלין, מיט אלע דעטאלן. צימערן, בונקערס, און היילן, אלעס ווערט אריינגערעכנט. און מיט קלארן פלאן, לאזט מען זיך ארויס צום לעצטן פאזע. בלוט גיסט זיך ווי וואסער, און טויטע פאלן ווי פליגן. אבער די קרעמלין שטעלט א העפטיגע ווידערשטאנד, וויסנדיג אז דאס איז די לעצטע געפעכט פאר די רעוואלטירער קומען ארויס די זיגערס. אבער מיט די שטארקע אמוניציע וואס די רעוואלטירער האבן געברענגט, און נעמענדיג אין באטראכט אז זיי זענען באלאגערט און ס'נישטא פון ווי אריינצוברענגען די וויכטיגסטע, האבן די בני קרעמלין איינגעזען אז זייער מינוטן זענען געציילטע. אבער זיי האבן זיך געמאכט אזא חשבון, אויב קומט מען אריין אינעם קרעמלין ווי אין א מלחמה, גייט מען אונז זיכער הרגענען, אבער אויב מיר געבן זיך אונטער וועט מען אונז נאר נעמען אין געפענגעניש.
האבן זיי אן קיין אויסוועג און מיט א טרויעריגע געמיט, אויפגעהויבן א ווייסע פאן.
די שמחה ביי די רעוואלטירער איז געווען עפעס איינס אין דער וועלט. מ'איז אריין אינעם קרעמלין געבינדן יעדעם די הענט און די פיס, אונזער זעקרי איז אוודאי אויך געווען פון די געבונדענע. און אלץ פירער פונעם קרעמלין, איז ער געווען פון די מערסט געזוכטע מענטשן. די עולם האט זיך געריבן די אויגן, זעקרי, יא! די גרויסע זעקרי איז אין אונזער הענט!
א לאנד דארף דאך א פירער, האט מען אויפגענומען די קאפ פון די געווינסן הלוא הוא ר' ירוחם. ירוחם זענדיג ווי אויפגעהייטערט די עולם איז, האט ער פאררופן א גרויסע פארטי אויף יענעם נאכט, און האט געהייסן אנגרייטן א בענקל אינמיטן פון די זאל, ווי מ'וועט זעצן די געפאנגענעם זעקרי געבינדן אין קייטן. און מ'וועט אויפטרעטן מיט דרשות אין חוזק מאכן פון אים, אזוי אז זיין כבוד וועט שטארק דערנידערט ווערן. די גרעסטע קאמידיאנס פון לאנד האט מען אהין געברענגט, און א גרויסן זאל האט מען אנגעגרייט צו קענען אקומאדירן די מאסן באטייליגטע וואס מ'האט ערווארטעט.
ביינאכט ווען די זייגער האט געקלאפט אויף די ניינער, האט מען אריינגעשלעפט זעקרי אין זאל געבינדן הענט און פיס אנגעטוהן מיט תפיסה קליידער. און אפאר מינוט שפעטער איז ירוחם אריין מיט גבאים און סעקיוריטי. דער מצב איז געווען נעקסט לעוועל, די פראגראם האט זיך אנגעהויבן, די קאמידיאנס האבן אנגעהויבן חוזק'ן און דער עולם איז געלעגן אויפן ערד פון געלעכטער. זעקרי איז געזעצן אינגאנצן פארשעמט, און זיך געוואלט באגראבן פאר בושה. אבער עפעס איז אים פלוצלינג ארויף אין קאפ, און ער האט זיך געטראפן אין א דארף, מיט זיינע עלטערן און זיין עלטערע ברודער ירוחם. ער האט זיך דערמאנט ווי גוט ס'איז אים געוועזן דארט, און די צרה וואס האט אים באטראפן ווען מ'האט אים פארכאפט. ער איז בכלל נישט געווען יעצט אין זאל.. און די בייטייליגטע זענדיג אז ער רעאגירט נישט צו קיין איין וויץ, האבן זיי געטראכט מן הסתם לאכט ער זיך אויס. האבן זיי געבעטן זייער נייעם פירער ירוחם, זאל רעדן אפאר ווערטער.
ירוחם שטעלט זיך אויף, און קוקט אריין אין די אויגן פון זעקרי און הייבט אן רעדן, אבער ער שפירט עפעס גאר מאדנע. ער טראכט צו זיך, וואס איז די געפיל? אבער גראד טוישט ער מחשבות, איך קען נישט יעצט טראכטן פון געפילן, איך דארף דא געבן א געלונגענע דרשה. אבער כמים פנים אל פנים, און ווי מער זעקרי טראכט וואס איז אלץ אריבער אין זיין אינגן לעבן, ווערט ירוחם מער און מער אומבאקוועם. דער נאמען זעקרי הייבט אים אן צו שפילן אין קאפ, זעקרי זכרי' זעקרי זכרי', ער קען פון דעם נישט פטור ווערן. ער קוקט אריין אין זעקריס פנים און טראכט, איז דא א מעגליכקייט אז ער איז מיין פארלוירענע ברודער זכרי'? איך האב דאך נאר אנטייל גענומען אינעם קריג צו טרעפן מיין פארלוירענעם ברודער, און דא קען זיין אז ער זיצט פאר מיך! אומגעדולדיג האט ער אויסגעווארט מ'זאל ענדיגן די פארטי, און ווען אלעס איז געווען דערנאך, איז ער אריבער געגאנגען צו די תפיסה. ווי נאר מ'האט אים באמערקט, איז יעדער געווען זיכער אז עפעס נישט גוט גייט יעצט פאסירן. אבער ירוחם איז געגאנגען זייער רואיג, און צוגעגאנגען צום צעל ווי זעקרי איז געווען.
ער קומט אריין אין צעל, זעקרי ציטערט פאר זיין לעבן. אבער מיט א שמייכעלע פרעגט ער, האסטו נאך ברידערס אין דיין משפחה? זעקרי ווינדערט זיך, פארוואס אין די וועלט אינטרעסירט דאס פארן הויכגעשעצטע פירער, אבער אז ער פרעגט וועל איך ענטפערן, און רופט זיך אן יא! איך האב א ברודער ירוחם הייסט ער, און ער איז מיין עלטערע ברודער. רופט זיך ירוחם אן פיין. האסטו אפשר נאך א נאמען? ענטפערט זעקרי ניין. אבער ער כאפט זיך אז זעקרי קומט פון זכרי', לייגט ער צו, די נאמען וואס מ'האט מיר געגעבן ביים געבורט איז געווען זכרי'. ירוחם'ס אויגן ווערן פארויטעלט און דינטשיגע טרערעלעך הייבן אן אראפשפאצירן. ער קוקט אויף זעקרי און דערנאך אויפן ערד, און אזוי חזרט זיך איבער אפאר מאל. זעקרי פרובירט צו אנאליזירן די מצב, אבער ער קען נישט כאפן וואס ס'האט פאסירט מיטן נייעם שטארקן פירער. ער טראכט צו זיך, אזא קאלטבלוטיגע מענטש קען בכלל וויינען?, אבער מיטאמאל הערט ער, "זכרי' איך בין ירוחם!" איך געדענק נאך ווען מיר האבן צוזאמען געמאכט דעם נאמען צו קענען ארייננארן דעם דארפס כאפער. די צימער איז געווען פיל מיט טרערן, געפילן פון בענקעניש זענען ארויפגעשווימען, און מיט א ברידערלעכע נאענטשאפט, זענען זיי צוזאמען איבערגעגאנגען זייער לעבנס געשיכטע. ירוחם האט פארציילט אז בעפאר די טאטע איז אוועק, האב איך אים צוגעזאגט אז איך וועל דיר אויפזוכן און זיכער מאכן אז די בוזט א ערליכע איד, און נאר וועגן דען האב איך אנטייל גענומען אינעם ברודער קריג. אבער יעצט איז שוין זייער שפעט, און איך מוז שוין צוריקגיין צום קרעמלין. איך וועל טראכטן אן עצה ווי אזוי דיך ארויסצוזען פון דא, און אויסארבעטן אן אנטלויף פלאן פאר אונז ביידע.
ירוחם האט יענע נאכט נישט געקענט איינשלאפן. זיין מח פראדוצירט געדאנקען און פלענער ווי אזוי צו אנטלויפן, און איבער אלעם ווי אזוי ארויסצושמוגלען זיין טייערע ברודער פון דעם פלאנטער. אבער א פלאן האט אים נישט אנטוישט.
דעם נעקסטן אינדערפרי האט ער געלאזט רופן די צווייט העכסטער אין ראנג, און אים פארציילט די גאנצע געשיכטע. ער האט אים מסביר געווען, אויב איך אנטלויף ווערסטו דאך דער פירער, במילא לוינט עס פאר מיר און פאר דיר. יענער האט זיך גראד צוגעכאפט דערצו, און געגעבן זיין אנטווארט זאגנדיג, וואס די ווילסט וועל דיר טון. איי איי וואס טוט מען נישט פאר די בענקל...
אינמיטן די נאכט שפאצירט ירוחם דער פירער אריין אין די תפיסה, פאר די וועכטער איז עס געווען גאנץ אינטרעסאנט, אבער ער האט געוויסט אז א קרום מיט די נאז, קען קאסטן די לעבן. ירוחם שפאצירט אריין אין זיין ברודערס צעל מיט א באגלייטער, וואס יענער זעט אויס ממש אידענטיקעל צו זכרי', און אויפן באפעל פונעם פירער, טוישן זיי זיך קליידער. זכרי' טוט אן דעם באגלייטערס קליידער, און דער באגלייטער טוט אן זכרי'ס תפיסה קליידער. און נאך א ווארימע א גוטע נאכט, שפאצירט זיך ירוחם ארויס פון תפיסה, אבער דאס מאל מיט זכרי' אלץ זיין באגלייטער.
זיי האבן זיך שטארק צוגעיאגט און געגאנגען מיט שנענלע טריט צום קרעמלין. ווי עס האט זיי שוין אפגעווארט א העליקאפטער און גענומען צי א שיף, וואס האט זיי אריבער געטראגן דעם אטלאנטישן ים קיין אמעריקע. אנקומענדיג אין אמעריקע האבן זיי זיך באזעצט אין א שטילע געגנט אין מיזורי. מיזורי איז ממש דעמאלטס געגרינדעט געווארן, מ'האט עס נאך אפי' גערופן א קאלאני. אבער דארט האבן זיי זיך באקוועם געמאכט. זיי האבן ביידע חתונה געהאט בשעה טובה, און אויפגעשטעלט שיינע דורות לתפארת בית אבותם. אויסגעלעבנדיג זייערע יארן וויסנדיג אז זיי האבן פארפולקומט זייער תפקיד דא אויפן עולם השקר.
ענדע