טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ל"ד (ירושלים ח"ג - ענדע!) ארויף

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ז' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

משמש בקודש האט געשריבן:
שכח מנהל!
שכח משמש!
אוועטאר
ניינער
שר האלפיים
תגובות: 2131
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:32 am
לאקאציע: ברוקלין

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ו' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניינער »

לכאורה האט געשריבן:
ניינער האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
קאפיטל ז' - עלנד אליין אין א פרעמד לאנד
כמיז דיר זאגן, די קאפיטאל איז די ערשטע וואס איך ליין פון די טאג בוך (אויב מעג איך זאגן, די ערשטע פון דיינע טאג ביכער…) וו ס׳איז געלונגען… פון יעצט אין ווייטער גנב׳סטו אראפ פון מיין טייערע צייט יעדעס מאל א פארזעצונג קומט ארויף…
———
כהאב שוין ערעגץ אמאל געהערט פון דיר דיין שוואכקייט צו קאנטראלן א מצב? ווייל ליינענדיג דיינע פחדים אינעם לופפעלד פראבירענדיג צו ווייזן שטארקייט פאר בחור האבעך מיר אינטערגעשמייכלט און געטראכט ״יאפ.. לכאורה איט איז…״
חציף עלי מאן דמגלי חטאיה... אזוי גראב און פרעך ארויסצושרייבן אז דו האסט נאכנישט טועם געווען קיין איין קאפיטל פון קיין איינע פון מיינע טאגביכער??? יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס דו מאכסט זיכער איך זאל זיין פארנומען מיט אנדערע זאכן און נישט קענען שרייבן ווייטער... זאכן גייען זיך דראסטיש טוישן מהיום והלאה...
:lol: איך זיך נישט צו פירן קיין פרייוואטע שמעוסן דא, אבער אז שוין יא אזוי, יעדע מאל איך זעי דעם אשכול ארויפקומען גיי איך קוקן ביי מיר אין אינבאקס צו איך האב אימעלס פון דיר…

(דיסקלעמאר, דאס איז א ליגענט)

ביידעוועי, איך דערמאן זיך יעצט, די צובראכענע פיס מעשה האבעך יא געליינט! יעי

העי, ווער האט אנגעהויבן מיט די פריוואטע זאכן? נעכטן ביסטו געווען דער וואס האט עפעס געלאזט פאלן ווערטער איבער מיין געשיקטקייט, און הערשט דאן האב איך געכאפט ווער דו ביסט...

נו שוין… וועלעך נישט גיין ווייטער…

———
צוריק קיין קערעסטיר מיטן עושר פון אונגארן…
רייכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:15 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ז' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייכער איד »

הערליכע שרייבעריי!
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ז' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

הערליך שיין מנהל, א דאנק פארן ארויפלייגן.

איך גלייך דאס ווארט 'שטימע-נאטיץ' קיינמאל געזען איינער זאל עס נוצן...
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15481
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ז' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

תעיתי כשה אובד, דער רב איז פריעקד אוט און מיר באלעקן זיך די וואנצן מיט הנאה....

ווען קומט ס’נעקסטע קאפיטל?
אוועטאר
דבר החרדים מירושלים
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 14, 2017 4:50 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ז' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דבר החרדים מירושלים »

טרעסאנט, די האסט ניטאמאל אפגרעדט מיט דעם ר' שלמה און איהם געפאקט,
איך האב גראדע יא אפגערעדט מיט איהם און איהם געפונען מיט א צווייטן....
אפשר ווייל ס'איז געווען א ביזי היימישע יארצייט
אוועטאר
דוקטור
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2008 7:27 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ז' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוקטור »

פאר קומענדיגע מאל איז גוט צו וויסן, עס איז ענדערש צו באצאלן מיט א קרעדיט קארד, - אפילו זיי לייגן צו אביסל אויף אנדערע געלטער - ווי צו טוישן געלט ביים עירפארט, זיי נעמען אראפ אסאך אסאך מער, צומאל אפילו 10%.
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6610
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ז' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

ש'כח מנהל! א הערליכע רייכע טאגבוך..

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ז' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

א פליסיגער פעדער, איז מודה א יעדער.
מאכט עס עס אינטערעסאנט, און אונז [? ער] לאזט געשפאנט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
כפרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3681
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ז' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

זייער רייך באשריבן, שפירט זיך ווי מען איז דארט און מען האלט עס לעבעדיג מיט.
שטיצט די געשעפטן וואס לייגן די פרייזן אויף די שעלפ'ס.
#ווייז-די-פרייז
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ז' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

יישר כח מנהל! חוץ פון די הנאה וואס מהאט ביים ליינען איז אזא טאג בוך א מוז פאר איינער וואס פארט אזא נסיעה! אזוי סאך אינפארמאציע אזוי קלאר באשריבן.

דער מנהל זאל זיין פארלוירן אין אן עירפארט? סאונדס פאמיליער
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ז' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

אונגארן איז שוין נישט קיין פרעמד לאנד פאר אונז יודן. יעדער איינער ווייסט דארט אז מדארף א קאר קיין קערעסטיר. אפילו ווען מדינגט א קאר פרעגן זיי גלייך צו מפארט נאר קיין קערעסטיר און מקומט צוריק אדער מפארט ארום לענגער (איינמאל געהאט אזוי אינמיטן יאר נישט ביים יארצייט).

טראגסט מיך געהעריג אהין. שרייב ווייטער.
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6224
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ז' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

ישר כח מנהל! אונז ווארטן אויף ווייטער!
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5912
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ז' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

ווי זיך אויפגעוועקט...

א מייסטער ארבעט! יישר כח!!
כבוד המנהל, ווען פאהר מיר?
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע: מאנטשעסטער

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ז' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ז' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

דוקטור האט געשריבן:
פאר קומענדיגע מאל איז גוט צו וויסן, עס איז ענדערש צו באצאלן מיט א קרעדיט קארד, - אפילו זיי לייגן צו אביסל אויף אנדערע געלטער - ווי צו טוישן געלט ביים עירפארט, זיי נעמען אראפ אסאך אסאך מער, צומאל אפילו 10%.
דאס האב איך זיך ערשט איבערצייגט ביים צוריקטוישן די פינף-און-זעכציג טויזנט פארינט צו גרינע דאלארן דא אין נוארק, און באקומען דערפאר שפאטישע הונדערט-און-צוואנציג דאלער בערך, אנשטאט די צוויי הונדערט וואס איך האב געצאלט דערפאר. יעדער וועקסלער האט אראפגעביסן דערפון א חתיכה הראויה להתכבד.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ז' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

קאפיטל ח' - דער נסיעה הייבט זיך אן מיט די לינקע פוס

יעדער זיצט באקוועם אינעם שיינעם ווען פון ר' שלמה קורץ, וואס איז נישט קיין מיניווען אבער אויך נישט קיין פופצן-פאסאזשיר אדער ספרינטער, נאר עס פארמאגט א שיינע גרויסע פלאץ פון הינטן פאר די געפעק, און פון פארנט איז דא דריי ברייטע זיצן מיט פלאץ אלעס אינאיינעם פאר אומגעפער צען-צוועלף מענטשן. דאכט זיך אז פון פארנט נעבן דעם דרייווער איז אויך דא פלאץ פאר צוויי מענטשן, ווי מען זעט צומאל ביי די אייראפעאישע אויטאמאבילן. ווי געשריבן האב איך זיך געזעצט אינעם ערשטן זיץ ביים אריינגאנג [נישט פון פארנט] נעבן מיין זוהן, ווען מיין זוהן געבט א שליידער זיין היטל צום צווייטן זיץ. אלע פעקלעך זענען אריין פון הינטן, בלויז דער האנטטאש מיט אביסל שפייז האט מען געהאלטן נעבן זיך.

מיר פרעגן אפאר קליינע פראגעלעך פון ר' שלמה, און מיר הערן פון אים אז ער וואוינט נישט אין בודאפעסט נאר קומט זאגאר פון וויען, א וועג פון ארום דריי שעה! ער האט זיך שוין ארויסגעלאזט דריי שעה צוריק אונז צו אפווארטן, און דא האבן מיר אים כמעט פארפאסט מיט א מינוט... הכלל, ער איז געווען אין קאנטאקט מיט אונזער באגלייטער, און זיי האבן צווישן זיך אפגעשמועסט אז ער וועט אנהייבן די נסיעה מיט מיר, און מיר וועלן ארומפארן איבער עטליכע מקומות הקדושים אין אונגארן, און ווען מיין חבר וועט לאנדן וועט מען זען וואו ער וועט אונז באגעגענען אונטערוועגנס.

די ערשטע חלק פון די נסיעה האט געזאלט זיין אין מדינת אונגארן, אין די שטעט פון ראצפערט, קאלוב, קערעסטיר, ליסקא, אוהעל. מיין שייכות מיט אט די שטעט איז אומאייניג, צום ביישפיל אין ראצפערט האב איך נישט עפעס ספעציעל פארלוירן. קאלוב איז דאך געווען א פאר-ארט נאך בימים ההם, ווען אפילו דער צאנזער זיידע פלעגט קומען צו פארן פון ווייטן פוילן ביז אהין. קערעסטיר איז לאו דוקא אן ארט וואו מיינע זיידעס פלעגן זיך ווייקן, אבער היינט צוטאגס איז נישט מעגליך צו וויילן אין אונגארן און אויסלאזן ר' ישעי'לעס הויז. ליסקא איז א תלמיד פונעם אוהעלער זיידן, און אוהעל איז א שטארקע סטאנציע.

ר' שלמה איז דאך דער ערפארענער דרייווער, האבן מיר זיך פארלאזט אויף אים בלינדערהייט, און ווען ער האט געזאגט אז מיר לאזן זיך צוערשט ארויס קיין ראצפערט, האבן מיר צוגעשטימט פולהארציג. מיר פרעגן ווילאנג עס דויערט דער וועג פון בודאפעסט ביז ראצפערט, און ער זאגט אונז ארום צוויי שעה. ער פירט אונז גלייך ארויף אויף א הויפט שאסיי און מען נעמט זיך פארן און פארן דעם לאנגן וועג וואס פירט אונז איבער שטעט און שטעטלעך וואו אונזערע רבי'ס און זיידעס האבן געוואוינט און געוויינט מיט קארגע אכציג יאר צוריק. די ערשטע שטיק צייט בין איך געווען פולשטענדיג וואך, און מיט אויפגעהייטערטקייט ארויסגעקוקט פון די פענסטער אויף יעדע שילד, פרובירנדיג אויסצוליינען (מיט'ן אונגארישן אקצענט) די נעמען פון די שטעט וואס פליען אט פארביי [מ'האט כסדר געזען וויפיל מייל עס איז נאך דא צו 'מישקאלץ' און 'דעברעצין'...], אבער ווי שפעטער אריין אין די לאנגע נסיעה האבן זיך מיינע אויגן לעפלען פון זיך זעלבסט צוגעמאכט און דאס קעפל האט זיך אראפגענידערט און מיטגעשאקלט מיט'ן גאנג פונעם אויטא. פון די צוויי-שעה נסיעה בין איך זיכער אפגעשלאפן א שעה-אנדערטהאלבן, מיט עטליכע הפסקות אינדערמיט. איך געדענק נישט צו האבן געגעסן אדער געטרינקען עפעס אויפ'ן וועג, מסתמא איז מען געווען מער מיד ווי הונגעריג און אוועקגעלייגט דאס עסן אויף שפעטער, ווען מען וועט ערגעץ-וואו אריינוואנדערן אין א גאסט-הויז פון איינע פון די מקומות הקדושים.

עס איז שוין צוויי שעה און מ'פארלאזט דעם הויפט שטראז צו די אונטערגעסלעך און קליינליכע ראודס. א נחת צו באטראכטן די הייזקעלעך וואס שטייען אויסגע'שורה'ט ביי די געסלעך ארום, רובם ככולם כאטקעס פון פארצייטנס, די מלחמה האט נישט צופיל הייזער פארניכטעט אין די שטעטלעך דא, מען האט בלויז די אידן אין איילעניש פארטריבן און פארניכטעט אין די לאגערן, אבער זייערע הייזקעס זענען געבליבן גאנץ און פארכאפט געווארן דורך די מאדיארישע שכנים וועמענ'ס קינדער וואוינען נאך יעצט דארט חנם אין כסף. געמיינט האב איך אז בלויז אין אוקריינע קען מען זען שטרויענע דעכער און פרימיטיווע ווענט, אבער אויך אין אונגארן האבן מיר די גאנצע צייט געזען אור אלטע הייזער מיט אלע סארט בלעכענע און שטרויענע דעכער, די פולפארביגקייט פון די בנינים שרייט שטארק ארויס און געבט צו לעבן צו די פארשלאפענע דערפלעך. דא און דארט זעט מען א באבושקע אדער א יונגער צוציק אויף א ביציקל - די ערשטע טראנספארטאציע מיטל אין יענע שטחים, און אלעס קוקט אויס פרידליך און שטיל, א שאד נאר אז דער רשע האט אונז מיט צוואנג פון דארט פארשלעפט.

די שילדן רעדן שוין פון הודיא-נאנאש... מיר שפירן זיך שטארק היימיש. ראצפערט איז גאר נאנט צו נאנאש, אט אט דערגרייכן מיר אונזער ערשטע דעסטינאציע, אבער דא פאסירט דער בראך... דער קלאטש פונעם אויטא הערט אויף ארבעטן! איך קען זיך נישט גענוג אויס צו ערקלערן וואס פונקטליך עס האט פאסירט, אבער ווי עס שיינט האט עס פראטעסטירט אויף דעם לאנגן מהלך פון פינף שעה וואס ער ציט שוין דעם זעלבן טאג, אנהייבנדיג דעם טאג אין וויען און יעצט האלט מען שוין ביי הודיא-נאנאש, און האט באשלאסן צו אונטערברעכן. דער אויטא איז נאך געפארן, אבער ר' שלמה האט אונז געמאלדן אז אן דעם קלאטש וועט מען נישט קענען פארזעצן די רייזע ווייטער. איך פרעג נאאיוו אויב ער קען נישט רופן חברים אדער טריפל-עי... בעסער געפרעגט: איז דען נישטא עפעס אויטא מעכאניקער ערגעץ סמוך ונראה? אבער ער זאגט מיר אז לויט ווי ער שאצט אפ דעם מצב, קען דאס בלויז פארראכטן ווערן אין זיין היימשטאט וויען...

ס'ווערט מיר גוט... די נסיעה הייבט אן גיין דרום... הלוך ונסוע הנגבה. ר' שלמה איז פארנומען אויפ'ן טעלעפאן מיט זיינע קאנטאקטן, ער רעדט אונגאריש [זייענדיג א לאקאלער אפשטאמיגער, כמדומה אז זיין טאטע וואוינט נאך היינט אין בודאפעסט, נאר ער האט געהייראט קיין וויען] און איך פארשטיי בלויז יעדע פינפטע ווארט וואס איז אויף אונטערנאציאנאליש... ער רעדט און רעדט, און דערווייל פארט דער אויטא אפ נאך א קילאמעטער און נאך איינס, ביז מיר דערגרייכן ראצפערט. ר' שלמה זאגט מיר אז דא איז דא א פיינע הכנסת אורחים שטוב, ער האט שוין אנגערופן דעם שומר דאס אויפצומאכן פאר אונז, און דא וועלן מיר פארוויילן ביז זיין ארבייטער קומט אן פון בודאפעסט מיט א פרישע אויטא וואס וועט אונז ווייטער ארומפירן. ר' שלמה אליינס גייט יעצט צוריקפארן דעם לאנגן פינף-שעה וועג קיין וויען מיט א צעבראכענע קלאטש [כ'האב קיין אנונג וויאזוי, זינט אזא קאר קען נישט ציען געהעריג אויפ'ן הייוועי] - וואס קען מען דען טון?

ער פירט אונז אריין אין דעם היימישן הויף אין ראצפערט, וואס פון איין זייט געפינט זיך דער בית החיים און פון די אנדערע זייט שטייט א שיינע צוויי-שטאקיגע געביידע וואס אויף די העכערע שטאק געפינט זיך א שיינע בית המדרש מיט נייע טישן און בענק און שענק מיט ספרים, אויך א שטיקל קאווע טישל מיט א פרידזשידער, און די אונטערשטע שטאק האט א קעכל מיט בית הכסא שטיבלעך. מיר שלעפן אריין אונזערע רענצלעך אין דעם הויז וואס דער שומר האט דערווייל אויפגעשפארט, ר' שלמה געבט אונז זיין נומער און בעט מיר זאלן אים יעצט קלינגען כדי צו האבן זיין נומער גרייט אין פאל פון נויט, און אן נעמען ביי אונז א גרייצער געזעגנט ער זיך פון אונז און מיר וואונטשן זיך איינער דעם צווייטן הצלחה.

וואס טוט א איד די ערשטע זאך אין אן אפרו ארט? סארא שאלה אפילו, מ'פרובירט אויס די אפלויף סיסטעם... די שלעסל אויפ'ן טיר האט עפעס נישט צו גוט געדינט, האב איך ארויסגעהאנגען מיין טלית קטן איבער'ן טיר - די אומצוויידייטיגע סימן אז דא זיצט א איד - און מקיים געווען דעם 'הכון' מיט א רואיגקייט. דער צימערל האט ב"ה געהאט גענוג און נאך פאפיר, ווי אויך איז געווען צוויי פלאש-אפציעס [וואס איך נוץ אימער דעם פלאש-שלם, עכ"פ ווילאנג נישט איך באצאל דעם וואסער ביל], אפילו שפריצערלעך איז געווען דארט, קוקט אויס אז די אונגארישע פאדאנטקייט וואס ליגט אונז אין די בלוט האט א געהעריגע מקור ושורש אין ארץ הגר.

פלוצלינג כאפט זיך מיין זוהן ביים קאפ אז ער דרייט זיך ארום מיט בלויז א יארמולקע אויפ'ן קאפ... עס פעלט אים דער היטל וואס ער האט איבערגעלאזט אינעם צווייטן זיץ פון ר' שלמה'ס אויטא! טאטע אין הימל, וואס טוט מען דא?... אבער ב"ה, מיר האבן דאך ר' שלמה'ס נומער אויפ'ן טרייבל, האט מען אים תיכף אנגערופן, און כאטש ער איז שוין געווען א גוטע צען מינוט אוועק פון ראצפערט, האט ער זיך אומגעקערט מיט'ן קראנקען אויטא און מיר האבן ארויסגענומען דעם הוט. איך האב אים געפרעגט צי ער דארף עפעס א טיפ פאר'ן אומוועג, און ער האט געזאגט אז עס פעלט נישט אויס, אבער איך האב געשפירט אז איך וויל אים עפעס מטיב זיין און אים אריינגעשטופט א צוואנציגער אין האנט [א נישטיגע זעקס און א האלב טויזנט פארינט...] אויף וואס ער האט זיך באדאנקט און אפגערייזט.

יעצט האבן מיר געהאט די וועלטס צייט אויף אונזער זייט... מיר דארפן דא אפזיצן א מינימום פון צוויי שעה ביז דער נייער דרייווער קומט אונז אפנעמען, און מען קען דאך אין די צייט ווערן א תלמיד חכם, ווערן זאט, ווערן אויסגערוט, פועל'ן אלעס גוטס און אפילו אויסגיין פאר ליידיגגיין... די ערשטע זאך האבן מיר געוואלט מאכן א קאווע און זיך זעצן לערנען אביסל. איך האב גענומען דעם טשייניק פון אויבן, דאס אנגעפילט מיט וואסער פונעם סינק אונטן, און ב"ה עס צינדט זיך אן - אט גייט זיין פרישע וואסער. קאווע שטויב איז געווען, אויך צוקער, און אנשטאט מילך האב איך אריינגעגאסן אביסל פון די קאלטע-קאווע געטראנק וואס מיין זוהן האט ארויסגענומען פון רענצל און אויסגעטרינקען. עפעס מזונות איז געווען דארט אין פרידזשידער, אבער עס האט מיר נישט אויסגעזען צו פריש און איך האב ענדערש גענוצט מיינע אייגענע פון רענצל. יעצט אז מען האט שוין געקאוועט און געגעסן, קען מען זיך רואיג זעצן לערנען.

מען נעמט ארויס דעם טיימער-טעלעפאן און מען הייבט אן לערנען די שיעורים פאר'ן טאג, עטליכע מינוט מוסר אין ספר אורחות צדיקים [א קליינטשיגע מהדורא וואס מיר האבן באקומען א מתנה פונעם כיתה ד' רבי ביים זיך פארהערן עטליכע בלאט גמרא, זייער גוט צונוצגעקומען אונטערוועגנס], עטליכע מינוט חסידות אין ספר עבודת ישראל, און דאן א בלאט גמרא מסכת ברכות הויך אויפ'ן קול אינעם ליידיגן בית המדרש וואס אויסער די פליגן האט מען נישט געזען קיין נפש חיה פאר די אויגן. פון פענסטער אין שול קען מען ארויסקוקן צום בית החיים און זען דעם אוהל פון ר' הירצקא'לע ווי אויך די אנדערע מציבות [ס'דא דארט גראדע צוויי אוהלים, אבער מיר האבן בלויז באזוכט ביי ר' הירצקא'לע]. דער שול איז פריש געבויעט אבער האט א פארצייטישע אויסקוק, מיט רויע באלקענעס וואס לויפן ארום איבעראל, אויף וואס עס ליגן פענס פאר לופט אין צוגאב צו די עיר-קאנדישאן וואס מיר האבן זיך געמוטשעט אנצוצינדן. עס האט אונז גאנץ לאנג גענומען צו מצליח זיין אנצוצינדן די לעמפ, אבער עס איז געווען אין די פריע מיטאג שטונדן און די גרויסע פענסטער האבן אריינגעברענגט גענוג ליכטיגקייט.

נאכ'ן לערנען כאפן מיר זיך אריבער צום ציון פון ר' הירצקא'לע, וואו מיר הייבן אן תהלים פון אנפאנג און זאגן ארום צען קאפיטלעך מיט א מתינות, ווען קיינער יאגט זיך אין ערגעץ. מיר האבן אויך געצינדן ליכט, ערשט פאר די נשמה וואס וועט מעלדן פאר'ן צדיק אז מען איז געקומען און נאכדעם פאר'ן צדיק (און זיין זוהן וואס ליגט אויך אין אוהל). די קאמערא איז דאך אונטערוועגנס ביים חבר, האט מען ניטאמאל געהאט דעם שטערונג פון זיך דארפן בילדערן ביי יעדע מצבה און פאטאגראפירן דעם ארט... ביים צוריקקומען פון אוהל זעען מיר פלוצלינג אז מיר זענען מער נישט אליינס, עס זענען אינדערצווישן אנגעקומען נישט איינס נאר עטליכע קאראוואנען מיט היימישע אידן! איין גרעסערע אויטא האט געטראגן א גאנצע פאמיליע פון ארץ ישראל, משפחת בערגער (זיי זאגן אז זייער פאטער איז א ברודער מיט הרב שמואל בערגער פון מישקאלץ-וויליאמסבורג) וואס איז געקומען הם ונשיהם אויף קברי אבות. א צווייטע קאר האט געפירט א מיטליעריגע פארפאלק - משפחת טעסלער פון קרית יואל, וואס דער מאן איז געקומען פאר ציין באהאנדלונגען וואס איז ביליגער אין בודאפעסט און די פרוי איז מיטגעקומען צו זיין אן עזר כנגדו. אויך איז אנגעקומען א שיינע גרויסע ספרינטער מיט אן אוקריינישער דרייווער, ווען דערינען זיצן בלויז דריי אידעלעך... הרה"ג ר' פנחס צבי אלימלך כ"ץ שליט"א דומ"ץ קיט"ל טרופ עוו. אין וומ"ס, און צוויי פון זיינע אוהדים, א איד מיט'ן נאמען יאקאבאוויטש און א צווייטער וואס הייסט אייזיקאוויטש.

פריער בין איך געווען דער איינציגער נפש חיה אין דעם גאנצן אומגעגנט, און פלוצלינג דערזעע איך זיך מיט א מנין היימישע און ערליכע אידן! איך האב גלייך אנגעהויבן צונויפקלייבן דעם עולם זאגנדיג אז מען גייט דאווענען מנחה! צו מזל האט דער עולם נאכנישט געהאט געדאוונט און האט אנערקענט אז עס לוינט זיך צו אריינכאפן א מנחה בציבור, און נאכ'ן ווארטן אפאר מינוט אז אויך די אנדערע אידן זאלן זיך מאכן א קאווע און גיין הכנות, האט מען זיך געשטעלט דאווענען מנחה מיט אן ערנסטקייט. דאס בית המדרש דארט האט אלעס צוגעשטעלט, פון סידורים ביז ש"ס'ן און ספרי חסידות. עס דינט אלס מקום תפלה בעיקר אין דעם הייליגן טאג, ווען אייניקלעך פונעם צדיק וויילן דארט על מקום מנוחתו א טאג נאך זיין יארצייט. אויפ'ן טיש זעט מען טאקע גליונות אויף יום הקדוש.

געווענליך וועל איך צוגיין צום עמוד במקום שאין חיוב, אבער יעצט האב איך פרובירט צוצושיקן א צווייטן וויבאלד איך בין יענעם טאג נישט געווען אין מקוה. למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז קיין איינער פון די גאנצע מנין האט זיך נישט גע'טובל'ט יענעם טאג, איז דער ברעטל געבליבן ביי מיר. הרב כ"ץ איז געקומען לאדענען די אור עלטערן צו א חתונה פון א קינד וואס איז פארגעקומען נאך שבועות, זיין גרופע האט געלאנדעט אין ווארשא פוילן און פון דארט האבן זיי געמאכט דעם וועג אראפ קיין אונגארן וואו מיר האבן זיך צונויפגעטראפן. אז איך האב געהאט א דומ"ץ צו די האנט און מיר האבן ביידע געהאט איבריגע מינוטן ביז דער עולם איז גרייט געווען צו מנחה, האב איך אויסגענוצט די צייט אים צו פרעגן עטליכע שאלות וואס מאכן זיך אונטערוועגנס, א שטייגער צי מען מאכט די ברכה ביי יעדע בית החיים באזונדער, און צי מען מאכט די ברכה אפילו ביי אן אור אלטע ביה"ח וואו די מתים זענען שוין גאנץ זיכער צעגאנגען [אין אוצר הלכות ברענגט ער אזא דעה פון הגר"מ שטערנבוך שליט"א, אז ביי גאר אלטע בתי חיים מאכט מען נישט דעם ברכה - איך האב נישט דעם ספר יעצט צו די האנט, מעגליך איך שרייב נישט איבער פונקטליך]. ער האט אוועקגעמאכט דעם צווייטן חשש, און אויף די ערשטע שאלה געדענק איך נישט וואס ער האט געענטפערט...

אינטערעסאנט, ווען איך טרעף זיך מיט דעם דיין שליט"א אין וויליאמסבורג, וועלן מיר נישט אויסטוישן קיין ווארט, כאטש מיר קענען זיך גאנץ פיין. יעצט ווען מיר זענען ביידע געווען אין א פרעמדע מדינה, האט מען זיך געשפירט אזוי היימיש אז מיר האבן זיך פיין צונויפגעשמועסט [אנגעהויבן אין ראצפערט, און שפעטער ווען מיר האבן זיך ווידעראמאל געטראפן אין קאלוב, און ענדגילטיג אין קערעסטיר]. איך דערמאן זיך א ווערטל וואס איך האב לעצטנס געזען בשם הג"ר ישראל יעקב פישער זצ"ל, אז מענטשן מיינען אז טאמער טרעפט מען זיך אן מיט א דיין און מען פרעגט נישט קיין שאלה, איז מען חלילה עובר אויף בל-תשחית... אבער אקוראט אזוי האב איך דאן געשפירט, און דאס אפילו געזאגט פאר דעם דיין, אז האבנדיג א דיין צו די האנט איז ממש א שאד נישט צו אויסקלארן אפאר שאלות וואס זענען אונטערגעקומען אויפ'ן וועג.

אינמיטן מנחה האט אריינגעוואנדערט א פרעמדער צורה, און איך האב געווינקען פאר מיין זוהן ביי עלינו אז דאס איז מסתמא אונזער מנהיג. וכך הוה, איך בין צוגעגאנגען צו אים נאכ'ן דאווענען און ער האט מיר געזאגט אז ער קומט בשליחות מר. קורץ און ער גייט אונז ווייטער פירן צו די קומענדיגע דעסטינאציעס. מיר האבן צוזאמגעקליבן אונזערע רענצלעך - וואס מיר האבן דערווייל געהאט ארויפגעשלעפט צום שול, כדי צו קענען האלטן אן אויג דערויף די גאנצע צייט - און דאס אראפגעשלעפט צום ווען, וואו מיר האבן זיך באקוועם געמאכט אויף די פאר מינוט וואס עס געדויערט ביז קאלוב, ויסעו.
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1623
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

הנאה געהאט. ייש''כ.
אוועטאר
נחמן ברייט
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 26, 2022 5:50 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ח' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן ברייט »

אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6610
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ח' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

א גרויסן שכח מנהל! גאר געשמאק צו ליינען.. ס'שפירט זיך ממש ווי מ'איז דארט.

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
ס'גוט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 15, 2021 2:16 pm
לאקאציע: קיאסק

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ח' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס'גוט »

שכוח מנהל... צום באלעקן....

חידוש פון די קאפיטל: פלאש-שלם
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ח' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

געוואלדיג!!
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15481
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ח' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

זאפטיג, געשפאנט, ארויפ’ס מיט אראפ’ס און גאר א געשמאקן פלוס.

שכוח

אז איך האב דעם רב דא צו די האנט, לאזט מיר א שאלה פרעגן; ווען קומט ס’נעקסטע קאפיטל?...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”