טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ל"ד (ירושלים ח"ג - ענדע!) ארויף

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ג' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

מיר ווארטן אויפן המשך..
אוועטאר
דבר החרדים מירושלים
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 14, 2017 4:50 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ג' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דבר החרדים מירושלים »

עירוב תבשילין האט געשריבן:מיר ווארטן אויפן המשך..

לייק פאר @מאניש בנבנישתי...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

שם התלמוד האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
קאפיטל ג - די לעצטע הכנות צו די רייזע

איינע פון די ערשטע דאגות וואס זענען מיר אויפגעשווימען אין קאפ ביים קאנפירמירן די רייזע, אז היות אין ארץ ישראל לויפן די פרשיות פאראויס צוליב אחרון של פסח וואס איז ביי זיי נישטא און מען האט געליינט אחרי, דארף איך מברר זיין וואס צו טון לגבי הערן קריאת התורה און נאך וויכטיגער לגבי מעביר סדרה זיין, ווייל קריאת התורה איז א חובת ציבור אבער שנים מקרא ואחד תרגום איז א חובת יחיד. דאס ערשטע האב איך אנגעפרעגט ביי מיין חבר און שותף צו דער נסיעה, און ער האט מיר געזאגט אז אין קרית יואל איז אין דיזע וואכן דא ביי מנחה שבת נאכמיטאג א מנין וואו מען ליינט די גאנצע קומענדיגע פרשה אנשטאט נאר ביז שני, .

פותחין בכבוד האכסניא
מיר באדאנקען פארן מנהל פאר די אלע שווערע ארבעט וואס ער טוט אייביג פאר אונז
ווי אויך פאר שרייבן די נסיעה מיט אזא לשון מתיקות
יעצט זענען מיר מעיר די מנהל האט נאר געשריבן די פסק אויף די חלק פון קריאת התורה נישט אויף די חלק מעביר סדרה זיין וואס איז די הלכה
מיר בעטן די מנהל זאל מיטיילן די הלכה אויב מען ברויך מעביר סדרה זיין די פרשה פון א״י אדער די פרשה פון חו״ל

יישר כח.
איך האב זיך טאקע געכאפט נאכ'ן שיקן די תגובה אז איך האב פארגעסן צו רעדן פון מעביר סדרה זיין, און איך האב זיך געטרייסט אז מיר וועלן אנקומען דערצו בשעתו.
[דער דומ"ץ האט מיר געזאגט אז איך זאל מעביר סדרה זיין "אמור" ערב שבת קודש, כאטש אין א"י וועט מען שבת ליינען בהר, וכן עשיתי]
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ג' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

בדרך אפשר האט געשריבן:כבוד המנהל שליט''א

שוין צייט פאר נאך א קאפיטל דער עולם דארשט

[size=]נאך א צוויי דריי קאפיטלעך אין מקומט שוין אן צום טרעפיק לייט פאר די עירפארט[/size]

אזוי מיינסטו... האסטו דען נישט געליינט די אוקריינער נסיעה?...

גרינוויל תושב האט געשריבן:
דרייטצעך האט געשריבן:מיר באלעקן זיך מיט יעדעס ווארט - גאו אן...

כבוד הרב, אפשר פאנגט איר אן צו מאכן א פי די עף?
(פאר ס'ווערט א אשכול פון 60 בלעטער, אזויווי די נסיעה צו מקומות הקדושים...)

איך בין נישט גוט אין די זאכן, ליידער
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6300
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ג' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

וויאזוי פלעגט ארחיקה פרעגן?

היינט???
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
אוועטאר
אמתער
שר האלף
תגובות: 1087
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 11:51 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ג' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמתער »

יעצט אנגעקומען דורך צוליינען ביז אהער, מתוק מדבש הערלעך שיין
ווארטן מיר אויף די קאר סערוויס צום עירפארט
איך זאג אז איך בין א אמת'ער אבער איך האב מורא אז דאס איז די גרעסטע ליגענט ....
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6156
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ג' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

לכאורה האט געשריבן:
גרינוויל תושב האט געשריבן:
דרייטצעך האט געשריבן:מיר באלעקן זיך מיט יעדעס ווארט - גאו אן...

כבוד הרב, אפשר פאנגט איר אן צו מאכן א פי די עף?
(פאר ס'ווערט א אשכול פון 60 בלעטער, אזויווי די נסיעה צו מקומות הקדושים...)

איך בין נישט גוט אין די זאכן, ליידער

ער האט געמיינט מיר און מיין תשובה איז געווען אז דער מנהל דארף זיך קודם אונטערפלייסן און שרייבן נאך עטליכע קאפיטלעך...
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
שאשא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4146
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ג' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאשא »

שיין
א געשמאק צו ליינען
הצלחה
שם התלמוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:52 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שם התלמוד »

לכאורה האט געשריבן:
שם התלמוד האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
קאפיטל ג - די לעצטע הכנות צו די רייזע

איינע פון די ערשטע דאגות וואס זענען מיר אויפגעשווימען אין קאפ ביים קאנפירמירן די רייזע, אז היות אין ארץ ישראל לויפן די פרשיות פאראויס צוליב אחרון של פסח וואס איז ביי זיי נישטא און מען האט געליינט אחרי, דארף איך מברר זיין וואס צו טון לגבי הערן קריאת התורה און נאך וויכטיגער לגבי מעביר סדרה זיין, ווייל קריאת התורה איז א חובת ציבור אבער שנים מקרא ואחד תרגום איז א חובת יחיד. דאס ערשטע האב איך אנגעפרעגט ביי מיין חבר און שותף צו דער נסיעה, און ער האט מיר געזאגט אז אין קרית יואל איז אין דיזע וואכן דא ביי מנחה שבת נאכמיטאג א מנין וואו מען ליינט די גאנצע קומענדיגע פרשה אנשטאט נאר ביז שני, .

פותחין בכבוד האכסניא
מיר באדאנקען פארן מנהל פאר די אלע שווערע ארבעט וואס ער טוט אייביג פאר אונז
ווי אויך פאר שרייבן די נסיעה מיט אזא לשון מתיקות
יעצט זענען מיר מעיר די מנהל האט נאר געשריבן די פסק אויף די חלק פון קריאת התורה נישט אויף די חלק מעביר סדרה זיין וואס איז די הלכה
מיר בעטן די מנהל זאל מיטיילן די הלכה אויב מען ברויך מעביר סדרה זיין די פרשה פון א״י אדער די פרשה פון חו״ל

יישר כח.
איך האב זיך טאקע געכאפט נאכ'ן שיקן די תגובה אז איך האב פארגעסן צו רעדן פון מעביר סדרה זיין, און איך האב זיך געטרייסט אז מיר וועלן אנקומען דערצו בשעתו.
[דער דומ"ץ האט מיר געזאגט אז איך זאל מעביר סדרה זיין "אמור" ערב שבת קודש, כאטש אין א"י וועט מען שבת ליינען בהר, וכן עשיתי]

א דאנק לכבוד הרב שליט״א
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6300
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ג' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

ס’קוקט אויס ווי דער מנהל האט זיך פארמישט און ער געדענקט נישט וועלעכע וואך ער האט יא מעביר סדרה געווען און וועלכע נישט, האט ער צוריק אנגעפאנגן פון בראשית.

ווען ער וועט ענדיגן וועט קומט א המשך.

ערענסט גערעדט, דעם עולם קוקט שטארק ארויס (און די פרה גייט שוין באלד ווערן אויסגעטריקנט)
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2073
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ג' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

מנהל, אונז ווארטען שוין ביי די טיר פון אפיס זייער לאנג...
לעצט פארראכטן דורך א נייער אום דאנערשטאג יוני 23, 2022 9:05 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
פארשיקט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 26, 2019 12:21 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ג' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשיקט »

א נייער האט געשריבן:מנה, אונז ווארטען שוין ביי די טיר פון אפיס זייער לאנג...

איך אויך.
שוין לאנג נישט גערעדט
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ג' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יישר כח פאר די בקשות, איך האף שטארק צו קענען ממשיך זיין בקרוב
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6300
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ג' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

לכאורה האט געשריבן:יישר כח פאר די בקשות, איך האף שטארק צו קענען ממשיך זיין בקרוב

מ’דארף האפן שטערקער
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ג' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

המממ...
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6156
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ג' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

ארחיקה נדד האט געשריבן:המממ...

לאמיר האפן דו וועסט עפעס אויפטון (אויך ביי הער לכאורה'ס אשכול...)
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ג' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ארחיקה נדד האט געשריבן:המממ...

שוין לאנג נישט געכאפט אזא שארך...

אפשר וועט נאך היינט קומען א קאפיטל
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ג' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

יישר כח פארן פריעדיגן קאפיטעל זייער שיין אראפ געלייגט

אין מיר האפן פארן נעקסטע ווי שנעלער
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ג' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

קאפיטל ד' - מ'פארט!

דער פליגער האט זיך געדארפט הייבן האלב נאך פינף אין א זומערדיגן טאג, האב איך נאטורליך געדארפט ארויספארן צום פלוגהאפן האלטנדיג נאך תפלת מנחה. איך האב זיך נאכגעפרעגט און געהערט אז אין סאטמארן בית המדרש אויף מאנסי בולעווארד (וועלכע? מסתמא אין ביידע) איז דא א מנין מנחה 1:35, ממש אין די פונקטליכע צייט ווען מ'מעג אנהייבן דאווענען מנחה גדולה. איך האב זיך ארויסגעלאזט מיט מיין זוהן צום שול און מסתמא געכאפט א היטש אונטערוועגנס אויך [ווי דער שטייגער ווען איך גיי מיט מיינע קינדער, זיי קענען זיך בעסער אויס אינעם פאך], און ב"ה עס האט זיך תיכף געשטעלט א מנין מנחה. איך האב זיך ארומגעקוקט און נישט געזען דארט דער זוהן פון מיין באגלייטער, כאטש ער לערנט אין מאנסי און עס איז געווען אפגעשמועסט אז ער וועט מיט מיר אינאיינעם פארן צום לופטפעלד, איך קלער אז ער וועט אנקומען אינמיטן דאווענען און זיך שוין מיטכאפן. שפעטער האט מיר מיין זוהן געזאגט אז דער אנדערער בחור האט בכלל נישט געזאלט קומען קיין סאטמאר צו דאווענען מנחה, זינט אין דער ישיבה וואו ער לערנט איז אויך דא א מנין מנחה אין די זעלבע צייט און ער האט טאקע דארט געדאוונט. נאך א ביישפיל פון אומזיסטע זארג וואס וואלט געקענט פארמיטן ווערן מיט א קלארע קאמיוניקאציע צווישן אלעמען.

איך האב געוויזן פאר מיין זוהן צו זאגן "תפלת הדרך" ביי שומע תפלה, דער בעסטער מהלך וואס פארמיידט אסאך שאלות פון ווען פונקטליך און וויאזוי מ'זאל דאס זאגן אונטערוועגנס. יעדע מאל איך פלאניר צו כאפן א באס אדער קאר אין שטאט אריין, זאג איך געווענליך תפלת הדרך ביים תפילה בעפארדעם און אזוי פאר איך רואיג בס"ד. דער בעל תפילה האט זיך קענטיג נישט געיאגט צו א פליגער, אבער ב"ה ער האט נישט צופיל געצעגערט און נישט צו לאנג דערויף זענען מיר געווען אינדרויסן פון שול נאך עלינו לשבח. איך האב גלייך אנגערופן אהיים און געזאגט אז מען קען באשטעלן א קאר סערוויס אויף א פערטל נאך צוויי [דער וועג פון מיין הויז ביז די דזשאן פיטסדזשעראלד קענעדי לופטפעלד האט לויט גוגעל דאן געדארפט דויערן איבער א שעה צייט, האב איך געוואלט זיין זיכער אז מען פארט ארויס גענוג פרי נישט צו פארפאסן דעם פליגער].

פון שטוב האט מען מיר איבערגעגעבן אז מ'האט פונקט גערעדט מיט א שכנ'טע פון א גאס אוועק וועלכע האט פארגעשלאגן מיר זאלן בארגן זייערע האנט-באגאזשן וואס קומען אין א קלענערע מאס ווי מיינע קליינע רענצלעך (וואס ביי די פריערדיגע רייזע האב איך דאס געמוזט איינטשעקן פון אונטן און נישט געקענט מיטנעמען אויפ'ן פליגער צוליב איר גרויסקייט). אומר ועושה, געמאכט א שטיקל אומוועג און אריינגעקלאפט צו די גוטהארציגע פאמיליע, וועלכע האט געצייגט אן אויסוואל פון עטליכע סארט און געזאגט אז מיר קענען נעמען וויפיל מיר ווילן, אבער למעשה האב איך בלויז גענומען איין איינציגע, און דאס האט מיין זוהן גענוצט אלס האנט-באגאזש, בשעת איך האב גענוצט א ספעציעלע טאשקע וואס האט זיך געפינען ביי מיר אין שטוב - אומבאקאנט וויאזוי דאס איז אנגעקומען צו מיר - וואס באלאנגט צו מיין ברודער (וועלכער פליט כסדר, ממש מערערע מאל א יאר) וועלכער האט דאס באקומען ביי א נסיעה קיין פוילן מיט דער רבי פון זיין בית המדרש. יענע טאשקע האט אויסער די גרעסערע פלאץ פאר טלית-ותפילין, א זייטיגע טאש וואו איך האב אריינגעלייגט אפאר ספרים, און איך האב זיך מחיה געווען דערמיט לענגאויס די נסיעה.

מיר קומען אן אהיים און פאקן שנעל צוזאם די לעצטע קלייניגקייטן, ווען אינצווישן איז דער מיטרייזנדער בחור אנגעקומען מיט זיינע געפעק און אינאיינעם האבן מיר געווארט אויפ'ן קאר, וועלכער איז טאקע אנגעקומען אין די באשטעלטע צייט און מיר האבן זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג ווערנדיג באגלייט דורך הארציגע תפלות פון די בני בית. די לעצטע מינוט האב איך זיך דערמאנט אז מיר האבן נישט קיין געטראנקן אויפ'ן וועג, ביז צו די זיכערהייט מאשינען וואו מען טאר מער נישט מיטנעמען פליסיגקייטן, אבער זיך אויך דערמאנט אז מען גייט נישט צוריק נאכ'ן פארלאזן דעם הויז אויפ'ן וועג צו א נסיעה, און זיך געמוזט באדינען מיט די ב"ב וועלכע האט ארויסגעברענגט א פלאש סעלצער מיט עטליכע גלעזלעך, מיט וואס מיר האבן זיך מחיה געווען אויף דעם ערשטן שטרעקע פון די נסיעה.

מען לאזט זיך ארויס דורכ'ן מאריא קאומא בריק, מער באקאנט אלס די טאפען-זי בריק, שטארק באקאנט ביי מיר אלס מיין וועג אהיים פון די בערג יענעם גרויזאמען סעפטעמבער 11 מיט איין-און-צוואנציג יאר צוריק, ווען איך בין געבליבן געשטראנדעט אין א קעמפ מיט עטליכע צענדליגער אידן און אלע בריקן און טונעלן וואס גייען דורך מאנהעטן זענען געווען הערמעטיש פארשלאסן. צו מזל איז דער טאפען-זי געווען אפן, און דורך איר (היינט אים...) האבן מיר זיך ב"ה געקענט אהיימזען יענעם פינסטערן אויפדערנאכט.

איך בין נאטורליך געזיצן פון פארנט נעבן דעם דרייווער, וועלכער האט צו מזל נישט פארלאנגט פון אונז צו אנטון די מאסקעס כאטש ער אליינס איז יא געווען איינגעהילט אין איינס על אפו ועל שפתו [פרישע מליצה, יעצט נולד געווארן]. די בחורים/חתנים זענען געזעצן פון הונטן און זיך צונויפגערעדט בסוד שיח, וואס איך האב נישט געקענט (און נישט געוואלט) מיטהאלטן זייענדיג צוגעטשעפעט צו מיינע אויערן-פאונס וואס האבן מיר געלאזט הערן א שיעור אין חומש רש"י, פרובירנדיג אויסצונוצן די צייט פאר אביסל תורה לערנען, נאכדעם וואס איך האב נישט געוואוסט וואו און ווען איך וועל האבן די געלעגנהייט משלים צו זיין די באשטימטע טעגליכע שעות דערפאר. [למעשה האב איך ב"ה געהאט אסאך צייט אויפ'ן פליגער אויך, און טאקע געלערנט דארט א לענגערע וויילע, אבער וואס איז זיכער איז זיכער - האב איך מיר געמאכט דעם חשבון - און שוין אונטערוועגנס צום לופטפעלד פרובירט צו אויסהערן א חומש רש"י שיעור].

איך האב אויסגענוצט די רואיגקייט פונעם וועג צו אנרופן מיינע עלטערן, שוויגער-עלטערן און באבע זיך צו געזעגענען בעפאר די נסיעה, כאטש איך וואלט דאס געדארפט טון פערזענליך און אזוי איז טאקע געווען דער פלאן, אבער למעשה איז דער בזעת אפיך געשטאנען אין וועג און געשטערט אלע פלענער, און מען האט זיך געמוזט באגעניגן מיט א טעלעפאנישע געזעגעניש.

אינמיטן פארן האט מיך אריינגערופן דער יונגערמאן וואס האט באשטעלט אונזערע טיקעטס. ער וויל אונז אריינטשעקן און דארף האבן אונזערע פאספארט נומערן דערפאר. איך האב געהאט מיין פאספארט אין בוזעם און אים גלייך געגעבן די נומערן, אבער דער פאספארט פון מיין זוהן איז געווען פארפאקט אינעם פאדערשטן טעשל פונעם רענצל וואס איז געליגן אין די הונטערשטע טייל פונעם אויטא... איך האב זיך גלייך דערטראכט אן עצה, און אנגערופן אהיים און געבעטן מען זאל קוקן ביי די אימעילס - וואו איך האב געהאט א קאפי פון זיין פאספארט, וואס איך האב הארט בעפאר'ן אפרייזן גע'סקענ'ט אויף די בקשה פון דעם זעלבן יונגערמאן - און פארליינען די ציפערן דערפון. ווילאנג איך האב אהיימגערופן און מען האט דאס אויפגעזוכט, האט שוין מיין זוהן מיט זיין בחור'ישע פלינקקייט זיך אן עצה געגעבן צו עפענען דעם זיפער פונעם באגאזש און ארויסנעמען דעם פאספארט. ער האט שוין אפילו געהאט איבערגעגעבן די ציפערן פאר דעם יונגערמאן וואס האט געווארט דערויף, ווען איך האב מיט א פרישקייט איבערגענומען די זעלבע נומערן פון מיין ב"ה - כדי נישט צו לאזן הערן אז איר ארבעט איז געווען אומזיסט...

דער יונגערמאן האט מיר בחדא מחתא געמאלדן די שווערע נייעס אז מיין באגלייטער איז נאכנישט ארויסגעפארן... ווייל זייענדיג אן אפטער רייזנדער שפירט ער זיך היימיש מיט די פלי באאמטע און נעמט נישט קיין פרעשור אנצוקומען אהין די נויטיגע צאל שעה פאראויס פונעם אפפלי צייט. איך האב זיך בארואיגט אז דער שותף מיינער איז אליינס א מנהיג, און אויב דער שעה וועט זיין שפעט וועט ער שטערקער אראפדרוקן דעם גאז פעדל און אנקומען צום לופטפעלד מיט קפיצת הדרך. וואס עס איז למעשה געווען, וועט איר דארפן ווארטן צו ליינען אינעם קומענדיגן קאפיטל אי"ה.

אונטערוועגנס האבן די בחורים געכאפט בילדער פון סיי וועלכע אינטערעסאנטע זאך מיר זענען פארבייגעפארן. מיין זוהן איז שוין נישט געפארן אויף א פליגער זינט ער איז אלט געווען איין יאר בערך, און יעדע טריט אויפ'ן וועג צום לופטפעלד איז אים געווען שטארק אינטערעסאנט און בילדער-ווערד. ער האט שווער געארבעט אינדערהיים צו משכנע זיין איינע פון די שוועסטער אים צו ערלויבן מיטצונעמען איר אייגענע קאמערא כדי צו קענען פאראייביגן דעם גאנצן נסיעה אין בילדער, און יעצט האט מען דאס פיין אויסגענוצט און געקנאקט בילדער רעכטס, לינקס און פארנט.

מיר האבן שוין געזען שילדן וואס מעלדן אז מען קומט אט אן צום קענעדי לופטפעלד, און אויך באמערקט פונדערווייטנס גרעסערע און קלענערע עראפלאנען וואס הייבן זיך אדער לאנדן. ווען מען איז שוין אראפגעפארן פונעם הייוועי און אנגעהויבן אריינפארן אינעם שטח פונעם לופטפעלד, האט מיין באגלייטער אריינגערופן זיין זוהן און געבעטן מיר זאלן זיך אפשטעלן אין א גאז סטאנציע און קויפן אפאר מאסקעס אויפ'ן וועג [איך האב מיטגענומען פונדערהיים פאר מיר און מיין זוהן], און דער דרייווער האט ארויסגע'בעק'ט פון דארט און זיך גענומען זוכן א גאז סטאנציע וואס קען דאס פארקויפן. דער אפשטעל ביים גאז סטאנציע האט מיך אביסל געמאכט שפרינגען, ווייל איך האב געוואלט זיין אין לופטפעלד וואס א מינוט פריער - ענדערש זיצן דארט און קלאצן אן איבריגע שעה ווי איידער פארשפעטיגן מיט א האלבע סעקונדע - אבער וואס קען איך טון... איך בין נישט געווען תלוי על דעת עצמי, און ווי איך האב זיך אויסגעדרוקט פאר אלעמען פון ווען דער נסיעה איז אריין אין קראפט ביז עס האט זיך אויפגעלעזט: "איך כאפ זיך אן אין מיין שותף'ס גארטל און פאר מיט אים מיט לכל אורך הדרך".

די חתנים האבן געמאכט א לעבן אינעם געשעפט, און צוריקגעקומען מיט ציגארעטלעך אין צוגאב צו די מאסקעס. ס'מערסטע האט מיך ארויסגענומען פון די כלים ווען דער באגלייטער-חתן האט זיך אנגערופן צו מיר אז ער וויל מיר געבן א חתן-ציגארעטל [וויסנדיג ווי שארף איך בין קעגן רייכערן בכלל, און ביי בחורים/חתנים בפרט]... ווען איך האב זיך אויסגעדרייט און געזאגט אז ער קען דאס תיכף צעברעכן און לייגן אין מיסט קאסטן אנשטאט געבן פאר מיר, האב איך באמערקט אז ער אפפערט מיר גאר א ליידיגע שאכטל אלס א וויץ...

א בליק אויפ'ן זייגער האט געצייגט אז מען דארף זיך שוין געהעריג אונטעראיילן, און דער דרייווער האט זיך געלאזט אויפ'ן וועג צוריק צום לופטפעלד, וואו ער האט אונז אראפגעלייגט ביים עיר-פראנס טערמינאל וואס געפינט זיך אין "טערמינאל 1".
משמש בקודש
שר ששת אלפים
תגובות: 6791
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 2:10 am
לאקאציע: Kollel

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ג' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משמש בקודש »

זאפטיג!

שכח
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6603
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ג' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

שכח פאר די פארזעצונג זייער אינטערעסאנט

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ג' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

ייש"כ פאר די פרישע ווארע

הערליך איז נישט דער ווארט
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ג' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

:roll: זי איז געווארן אן ער..? די ליבעראלע ניו יארק..רח״ל

שפאן מיר מיט ווארטונג אויפן קומעדיגעס קאפיטל..
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2073
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ג' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

פיינע ווארע.
איך ווייס נישט וואס
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”