טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ל"ד (ירושלים ח"ג - ענדע!) ארויף

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ל"ד (ירושלים ח"ג - ענדע!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

פרק א' - וויאזוי דער נסיעה איז צושטאנד געקומען

איך האב נישט געזוכט צו פארן ערגעץ, און בכלל האב איך נישט גע'חלומ'ט אז איך וועל באטרעטן דעם באדן פון ארצינו הקדושה בעפאר דער אנקום פון משיח צדקינו, אבער השי"ת האט עס אזוי צוגעפירט, און מיר לאזן זיך פירן פון אויבן - בפרט ווען עס האנדלט זיך פון אזא געשמאקע רייזע וואס נעמט אונז איבער לענדער און שטעט וואס מיר האבן קיינמאל באזוכט אין דעם גלגול.

אנגעהויבן האט זיך דער נסיעה ווען מיין זוהן דער חתן ני"ו האט במשך א יאר-צוויי געלערנט יעדן מוצאי שבת אויפ'ן טעלעפאן מיט מיין פאטער שליט"א א סימן-צוויי אין א געוויסע פלפול ספר, און פונקט ווי מיין מחותן שליט"א האט געטון מיט זיינע אייניקלעך מיט עטליכע יאר פריער, אז נאכ'ן ענדיגן דעם ספר איז מען געפארן קיין אייראפע און זיך משתטח געווען אויף קברי אבות ווען אלס טייל פון די נסיעה באזוכט מען אויך ביים קבר פון דער מחבר פונעם ספר, האט אויך מיין פאטער שליט"א פארשפראכן פאר מיין זוהן אז ווען מען פארטיגט אפ דעם ספר באקומט ער א נסיעה קיין אייראפע מיט'ן זיידן.

דער ספר איז געלערנט געווארן פלייסיג, און עס איז טאקע פארפארטיגט געווארן אין די בין הזמנים טעג פון תשרי תשפ"ב, אבער א נסיעה איז נישט צושטאנד געקומען אין יענע טעג, וויבאלד מען איז געווען פארנומען צו טרעפן א פאסיגע ישיבה גדולה און מען האט געדארפט זיין דאהי און גרייט זיך צו שטעלן אויף א פארהער ביי א ישיבה וואס עפנט אירע טירן פאר אים. דער זמן האט זיך אנגעהויבן און די נסיעה איז אפגעשיבט געווארן אויף א שפעטערדיגע צייט.

ערב כ"א אדר האט זיך געמאכט א געלעגנהייט פאר מיין זוהן צו פארן קיין ליזענסק בחנם, נאכדעם וואס ער האט געלערנט בחברותא מיט א זוהן פון איינער פון די בארימטע ארגאניזירער פון אזעלכע נסיעות און יענער האט אים פארשפראכן א זיץ. ער איז שוין געווען צוזאמגעפאקט און גרייט צו פליען, ווען דער מנהל פון זיין ישיבה האט אים געזאגט "לא" מיט א גרויסע אל"ף, און ער איז טאקע געבליבן אין ישיבה.

בערך יענע צייט האט מיר א חבר געפרעגט אויב איך וויל נישט פערצופאל באגלייטן א צווייטן חבר אויף א נסיעה'לע וואס ער נעמט אונטער קיין ארץ ישראל, און מיין נאטורליכע אנטווארט איז געווען אז איך פאר נישט קיין א"י אן א גענוג שטארקע סיבה [ערב ל"ג בעומר תשפ"א האב איך געהאט חשק צו פארן קיין מירון מיט'ן תירוץ פון אפשערן דארט מיין זוהן, וועלכער איז געווארן דריי יאר ז' אב - ווען מען שערט סייווי נישט, און עס איז נישט געפערליך דאס צו מקדים זיין אויף ל"ג בעומר. אבער למעשה האב איך נישט געקענט פארן, און טאקע ג' סיון איז ביי מיר געבוירן געווארן א אינגעלע למזל טוב, וועם איך קען יעצט דמיונ'ען צו אפשערן אין מירון אין שנת תשפ"ד הבעל"ט].

למעשה איז דער חבר נישט געפארן אדר, און ער האט אנגעהויבן וועבן פלענער צו פארן חודש אייר.

דער חבר איז בהשגחה פרטית שטארק בידידות מיט מיין זוהן, ווייל כאטש מיר וואוינען אין צוויי אנדערע שטעט, האט די השגחה עליונה צוגעפירט אז אונזערע בחורים זאלן לערנען אינעם זעלבן ישיבה גדולה, און כאטש זיי זענען נישט אינעם זעלבן יארגאנג האט מען זיי צוזאמגעשטעלט צו לערנען אינאיינעם דעם נאכמיטאג שיעור אין יורה דעה, און אזוי ארום זענען זיי געווארן גוטע חברים, אזש מיין זוהן האט שוין פארברענגט שבתים ביי זיי אין שטוב און אויב מאך איך נישט קיין טעות האט שוין יענעמ'ס זוהן אויך גענעכטיגט אמאל ביי מיר.

אסרו חג פסח האט מיין זוהן גערעדט צו מיין פאטער שליט"א וועגן די פארשפראכענע נסיעה, און מיין טאטע האט קלארגעשטעלט אז לעת עתה קוקט נישט אויס ער זאל זיך קענען אויפהייבן און פארן, צוליב פערזענליכע סיבות און ווי אויך צוליב די מלחמה צושטאנד אין אוקריינע, סמוך ונראה צו פוילן וואס מיין טאטע וואלט געוואלט באזוכן. מיין זוהן האט אבער נישט געוואלט אפשיבן די נסיעה לענגער, און מיר האבן זיך אנגעהויבן אינטערעסירן וואו און מיט וועם ער קען פארן. די יערליכע נסיעות קיין צאנז אדער קערעסטיר האבן נישט גערעדט צו אים, ווייל זיי פארן אויף קארגע צוויי-דריי מעת לעת און ער האט געוואלט עפעס לענגער פון דעם, בפרט האט ער שטארק געוואלט וויילן ערגעץ וואו אויף א שבת קודש און דאס האבן די נסיעות נישט צוגעשטעלט.

דאן האט מען געהערט אז מיין חבר רישט זיך צו ארויספארן מיט זיין זוהן - מיין זוהן'ס חבר - אויף א נסיעה איבער אונגארן, פוילן און ארץ ישראל, און מיין זוהן האט געהאט שטארק חשק צו נעמען א טייל אין יענע נסיעה. איך האב שוקל געווען די זאך, און דאס איבערגעשמועסט מיט מיין חבר, וועלכער האט מיר קלארגעשטעלט אז ער נעמט אים גערן מיט, אבער ער וואלט ליבערשט געוואלט אז אויך דער פאטער - איך - זאל זיך משתתף זיין דערינען. איך האב אים געזאגט אז לויט די דעמאלטיגע פלענער איז מיר אוממעגליך צו אנטיילנעמען צוליב פריערדיגע פליכטן וואס איך האב, און צו מיין שאק האט ער מיר געמאלדן אז ער איז גרייט צו בייטן די פלענער און אויסשטעלן אנדערש די רייזע אבי איך זאל דאס אויך קענען מיטהאלטן.

דא האב איך שוין געשפירט אז דאס מיינט טאקע מיך... עס איז מיר אונטערגעקומען א נסיעה'לע אויף מיינע טערמינען. דער חלק פון מיין זוהן וועט באצאלט ווערן דורך מיין פאטער שליט"א, און איך דארף בלויז צולייגן וואס עס קאסט מיין חלק, און די רעשטע פארלאז איך זיך אויף מיין חבר וועלכער איז א וועטעראן פליער און וועט שוין מסדר זיין אלע פלענער על צד היותר טוב.

למעשה האט מיין חבר געהאט א שטארקע תועלת פון אפשטופן די נסיעה מיט א וואך, א גאנצע השגחה פרטית וואס איך האב נישט באקומען קיין רשות מיטצוטיילן ברבים, און ווען מיר האבן ענדליך באשטעטיגט די פלענער איז עס געווען ממש זה נהנה וזה נהנה, פונקטליך אויסגערעכנט אז עס זאל שטימען און קלאפן מיט יעדנ'ס סדר היום און אלע זענען געווען שטארק צופרידן.

המשך יבא אי"ה
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6153
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

געשמאק און בא'טעמ'ט ווי אייביג, גאו אן!
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
חיים שתקן
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 26, 2022 8:08 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים שתקן »

א קורצע בליק אריין, און שוין זע איך מיך ענדיקן דאס קאפיטל... א פליסיגע שפראך דאס!

(אגב, טוט זיך א חברא חברא צומישעניש, אולי וואלט כדאי געווען צו מאכן פיקיטיווע נעמען.)
חיים איז מיין נאמען, א שתקן בין איך.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24331
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

זייער שיין

זאלסט האבן אויסגעפעולט אלעס גוטס
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

יישר כח!

בוקמארקד
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
מי כעמך
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי כעמך »

Wow דא קומט א ערענסטע טאג בוך. עס וועט מיר זיין גאר אינטרעסאנט צו הערן דיינע אבזערוואציעס ביים באטרעטן ארץ ישראל פאר די ערשטע מאל.

דאס איז לייוו אדער מ'האלט שוין דערנאך?
השתדלו, טו השתדלות אבער והרבו תחינה
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7161
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

Wow!! קוק מיר ארויס בכליון עניים אויף די זאפטיגע רעפוטאזשן
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7161
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

עמיר ווארטן @ארחיקה זאל אריינקומען ווייטער שטופן דעם וואגן...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

מי כעמך האט געשריבן:Wow דא קומט א ערענסטע טאג בוך. עס וועט מיר זיין גאר אינטרעסאנט צו הערן דיינע אבזערוואציעס ביים באטרעטן ארץ ישראל פאר די ערשטע מאל.

דאס איז לייוו אדער מ'האלט שוין דערנאך?

די נסיעה האט זיך אנגעהויבן מאנטאג אמור (בהר בא"י) און געענדיגט דינסטאג בהר (בחקתי בא"י)
מי כעמך
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי כעמך »

לכאורה האט געשריבן:
מי כעמך האט געשריבן:Wow דא קומט א ערענסטע טאג בוך. עס וועט מיר זיין גאר אינטרעסאנט צו הערן דיינע אבזערוואציעס ביים באטרעטן ארץ ישראל פאר די ערשטע מאל.

דאס איז לייוו אדער מ'האלט שוין דערנאך?

די נסיעה האט זיך אנגעהויבן מאנטאג אמור (בהר בא"י) און געענדיגט דינסטאג בהר (בחקתי בא"י)

כ'האב גרויס הנאה אז די זעצט זיך גלייך שרייבן דיין נסיעה טאגבוך. איך האב אסאך צו שרייבן איבער מיינע נסיעות איבער שטעט און לענדער אבער איך קום נישט אן. עפ''י רוב ווען מ'שטופט עס אפ בלייבט עס אפגעשטיפט.
זייענדיג א נסיעות ליבהאבער גלייך איך זייער צו ליינען איבער נסיעות פון אנדערע. ווארטן מיר מיט שפאנונג
השתדלו, טו השתדלות אבער והרבו תחינה
אוועטאר
חאצקיל בעל עגלה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2021 1:03 am
לאקאציע: אויף די וועגן און שטעגן

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקיל בעל עגלה »

לכאורה האט געשריבן:
מי כעמך האט געשריבן:Wow דא קומט א ערענסטע טאג בוך. עס וועט מיר זיין גאר אינטרעסאנט צו הערן דיינע אבזערוואציעס ביים באטרעטן ארץ ישראל פאר די ערשטע מאל.

דאס איז לייוו אדער מ'האלט שוין דערנאך?

די נסיעה האט זיך אנגעהויבן מאנטאג אמור (בהר בא"י) און געענדיגט דינסטאג בהר (בחקתי בא"י)

באקמארק

זאלסט האבן געפעלט אלעס גוטס.
און קענען באשרייבן דעי נסיעה שנעלער ווי די ערשטע נסיעה
פאר א געשמאקע וואקאציע אין אריזאנע
רופט שוין ● 520-251-4459 ●
ספעציעלע וויקענד פרייז פאר אייוועלט באנוצער, פאר בלויז $1000
אוועטאר
וואלד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 4:38 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלד »

סובסקרייבד.

שכוח!
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

ליינט זיך געשמאק און באטעמט.

מיר קוקן ארויס אויף ווייטער
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7161
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

לכאורה האט געשריבן:
מי כעמך האט געשריבן:Wow דא קומט א ערענסטע טאג בוך. עס וועט מיר זיין גאר אינטרעסאנט צו הערן דיינע אבזערוואציעס ביים באטרעטן ארץ ישראל פאר די ערשטע מאל.

דאס איז לייוו אדער מ'האלט שוין דערנאך?

די נסיעה האט זיך אנגעהויבן מאנטאג אמור (בהר בא"י) און געענדיגט דינסטאג בהר (בחקתי בא"י)

קוד האב איך נישט געכאפט.. כ'האב געמיינט דו שרייבסט אז דו ביסט צוויי מאל געווען אין א"י, איינמאל אנהייב נסיעה, א צווייטע מאל ביים סוף.
winner
שר האלף
תגובות: 1231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 9:35 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך winner »

עס געווען טאקע דא אביסל הפקירות זיך דערקענט אז דדי מנהל איז אויף אורלויב נו שוין.
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

הצטרפות!
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

די נסיעה אין ארץ ישראל גייט כאטשיג טראגן אן ענליכע כאראקטער ווי שש'ס טאג בוך
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

wow! דא קומט א גוטס. יישר כוח!
סובסקרייבד, שטייצעך...
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

קרייסלער האט געשריבן:די נסיעה אין ארץ ישראל גייט כאטשיג טראגן אן ענליכע כאראקטער ווי שש'ס טאג בוך

ווארט און זע
איך אליינס קען נישט וויסן וויאזוי זאכן וועלן אריבערקומען אין שריפט

און ווער ווייסט, אפשר גאר האב איך זיך געטראפן מיט שש אליינס...
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

לכאורה האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:די נסיעה אין ארץ ישראל גייט כאטשיג טראגן אן ענליכע כאראקטער ווי שש'ס טאג בוך

ווארט און זע
איך אליינס קען נישט וויסן וויאזוי זאכן וועלן אריבערקומען אין שריפט

און ווער ווייסט, אפשר גאר האב איך זיך געטראפן מיט שש אליינס...


אה דעיס איז שוין נייעס! די מנהל מיט שש וואן אן וואן
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

א ישר כח לכאורה פארן אנהייבן די טאג בוך, און פארן מזכיר זיין גוטע אידן.

איך מיין אויך אז סכדאי א נאמען צו געבן דעם חבר דיינע, זאגסט דאך אז די נסיעה איז געווען געפלאנט אויף אדר, אולי תענית אסתר וואלט געווען א גוטע צונאמען.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

נאכנישט געליינט אבער אז כ'בין שוין יא דא העליך פרעגן, ווען קומט א המשך?
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
ארלאנדא
שר האלף
תגובות: 1804
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 8:47 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארלאנדא »

הערליך שיין און געשמאק.
סטעיאינג טונד!!
הק' אלי' ראובן לאנדא
אוועטאר
ארלאנדא
שר האלף
תגובות: 1804
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 8:47 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארלאנדא »

ארחיקה נדד האט געשריבן:נאכנישט געליינט אבער אז כ'בין שוין יא דא העליך פרעגן, ווען קומט א המשך?

:lol:
כ'מיין אז ווער ס'זאגט אז די קרעדיט פאר די לעצטע טאגבוך קומט זיך מער פאר דיר ווי פאר לכאורה זאגט נישט קיין ליגענט...
קיפיראף!!!
הק' אלי' ראובן לאנדא
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

wow wow לכאורה איז דא צוריק מיט א טאג בוך. יא געפלויגן, נישט געשטויגן, מאכט נישט אויס. דער עיקר אז אונז גיימער פליען...

לויט ווי איך געדענק פון לעצטן טאג בוך, גייט די סדר פון די קומענדיגע פרקים לויפן ווי פאלגנד:

פרק ב: די די טעלעפאן רוף צום מנהל פון מיין זון'ס ישיבה בעטן רשות
פרק ג: די שבת איידער די נסיעה, כולל ליינען די אר"י פרשה, עולה זיין אלס יוצא לדרך, און וישלח מוצ"ש
פרק ד: די הכנות צום נסיעה, אויפשטיין פארטאגס, געזעגענען ביים רב, און די לעצטע מנחה און תפילת הדרך ביי שמע קולנו
פרק ה: דאס איינפאקן די אוצר הלכות, ברכות גמ', און די (מילכיגע) צידה לדרך פון די בני בית
פרק ו: רייזע פיבער, מאגן פראבלעמען, קאוועס און הכנות איידער'ן פארן
פרק ז: געזעגענען פון אבי מורי שליט"א און פון די קינדער
פרק ח: אריינלייגן דאס רענצל אין קאר און די וועג צום לופטפעלד (ארחיקה האט געדרייווד?)
פרק ט: אנקומען צום לופטפעלד, און דאס זיך אראפזעצן אויפ'ן פליגער און צומאכן די סיט בעלטס
פרק י: די שמועס מיטן שכן אויפן פליגער
פרק י"א ביז י"ד: די איבריגע חלק פון די נסיעה...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”