טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ל"ד (ירושלים ח"ג - ענדע!) ארויף

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מי כעמך
שר האלף
תגובות: 1615
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל י"ח (ליזענסק!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי כעמך »

שלמה מולכו האט געשריבן:
שכח מנהל פאר די הערליכע פארזעצונג.

ספעציעל האב איך הנאה געהאט אז דו האסט אזוי שיין אויסגעשמועסט די געפילן אין ליזענסק, אזוי גייט עס, אזעלכע זאכן קענען געשעהן אויף א נסיעה און מדארף זיין גרייט דערפאר.

צוויי הערות.

1- איך בין זייער נייגעריג אויב איינער ווייסט די מקור אז קומען צו רבי ר אלימלךס ציון שטארבט מען נישט אן תשובה.

2- איך בין נישט אזא בקי בהלכה, אבער עפעס ליגט מיר אין קאפ אז לכחחלה דארף מען דאווענען אונטער א דאך, שטימט?

און צום שלוס, מנהל אז מאיז שוין יא אין ליזענסק נו וואזשע האסטע נישט געזאגט די תפלה קודם התפלה?
ווייסעך נישט א דירעקטן מקור אויפן מינוט, אבער כ'האב געהערט פון פשעווארסק'ער רבי זז''ג האט דערציילט לעצטענס א מעשה פון טשעבינער רב, ווען ער איז געווארן רב אין טשעבין האט ער געהאט א גרויסע דין תורה צווישן צוויי צדדים, איין צד איז געווען א גרויסע סוחר אן עושר. טשעבינער רב האט געפסק'נט לטובת דעם אנדערן האט זיך דער עושר מתחצף געווען אויפן טשעבינער רב (דענק נישט פונקטליך די לשון ) אז הלמאי נעכטן א סוחר היינט א רב? (טשעבינע רב האט געהאנדלט מיט סחורה פארן ווערן רב) האט זיך דער רב אויפגעשטעלט אין זיך אויף אים צושריגן אז ער וועט שטארבן אן תשובה. איז דער איד געווען א מחוכם און גלייך געדינגען א פיאקער אדער אוטומאביל אין געפארן קיין ליזענסק צום ציון פון ר' ר' אלימלך וואס איז מקובל אז רבי ר' אלימלך האט צוגעזאגט אז ווער ס'וועט מתפלל זיין אויף זיין ציון וועט נישט אוועקגיין אן תשובה. אויפן וועג אהין האט זיך די פיאקער איבערגעדרייט אין די איד איז תיכף אוועק רח''ל.
השתדלו, טו השתדלות אבער והרבו תחינה
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4214
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל י"ח (ליזענסק!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

מי כעמך האט געשריבן:

זייער אינטרעסאנט, א דאנק אייך.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3646
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל י"ח (ליזענסק!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

מי כעמך האט געשריבן:
שלמה מולכו האט געשריבן:
שכח מנהל פאר די הערליכע פארזעצונג.

ספעציעל האב איך הנאה געהאט אז דו האסט אזוי שיין אויסגעשמועסט די געפילן אין ליזענסק, אזוי גייט עס, אזעלכע זאכן קענען געשעהן אויף א נסיעה און מדארף זיין גרייט דערפאר.

צוויי הערות.

1- איך בין זייער נייגעריג אויב איינער ווייסט די מקור אז קומען צו רבי ר אלימלךס ציון שטארבט מען נישט אן תשובה.

2- איך בין נישט אזא בקי בהלכה, אבער עפעס ליגט מיר אין קאפ אז לכחחלה דארף מען דאווענען אונטער א דאך, שטימט?

און צום שלוס, מנהל אז מאיז שוין יא אין ליזענסק נו וואזשע האסטע נישט געזאגט די תפלה קודם התפלה?
ווייסעך נישט א דירעקטן מקור אויפן מינוט, אבער כ'האב געהערט פון פשעווארסק'ער רבי זז''ג האט דערציילט לעצטענס א מעשה פון טשעבינער רב, ווען ער איז געווארן רב אין טשעבין האט ער געהאט א גרויסע דין תורה צווישן צוויי צדדים, איין צד איז געווען א גרויסע סוחר אן עושר. טשעבינער רב האט געפסק'נט לטובת דעם אנדערן האט זיך דער עושר מתחצף געווען אויפן טשעבינער רב (דענק נישט פונקטליך די לשון ) אז הלמאי נעכטן א סוחר היינט א רב? (טשעבינע רב האט געהאנדלט מיט סחורה פארן ווערן רב) האט זיך דער רב אויפגעשטעלט אין זיך אויף אים צושריגן אז ער וועט שטארבן אן תשובה. איז דער איד געווען א מחוכם און גלייך געדינגען א פיאקער אדער אוטומאביל אין געפארן קיין ליזענסק צום ציון פון ר' ר' אלימלך וואס איז מקובל אז רבי ר' אלימלך האט צוגעזאגט אז ווער ס'וועט מתפלל זיין אויף זיין ציון וועט נישט אוועקגיין אן תשובה. אויפן וועג אהין האט זיך די פיאקער איבערגעדרייט אין די איד איז תיכף אוועק רח''ל.
Wow
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל י"ט (לובלין) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

קאפיטל כ' - דזשעי דזשעי קאפאטשינאו

יא יא, דאס איז דער קעפל פונעם קומענדיגן ארטיקל, כאטש בעצם האפן מיר דא צו באשרייבן דער המשך פונעם נסיעה יענעם דאנערשטאג פרשת אמור, ווען נאך לובלין זענען מיר געפארן קיין קאזניץ, ראדישיץ און שפעטער קראקא, אבער דער פאקטאר וואס האט דאס מערסטע ארויסגעשטארט איז געווען דער קליינער ארום עלף אונסיגער פלעשל קאפאטשינאו וואס איך האב פארנוצט יענעם אינדערפרי אין די ארטשי האטעל אין לובלין, און די קאנסעקווענצן דערפון האבן מיך געטריבן און אויפגעהייטערט און געמאכט רעדעוודיג און שמועסנדיג לאנגע שעות דערויף.

איך ווייס נישט אויב עס איז דער צוקער דערפון אדער די קאפיען, אדער גאר עפעס א באהאלטענע באשטאנדטייל וואס זיי שרייבן ניטאמאל ארויס, אבער יעדע מאל איך כאפ זיך צו צו אזא פלעשעלע געטראנק, סטימיולירט עס מיך אויף שעות ארוכות. אמאל פלעג איך זיך דאס אפטער ערלויבן, אבער זינט איך האב געכאפט אז דאס איז מיר ווי א נארקאטיק, נוץ איך עס בלויז אין צייטן פון נויט, אדער טאקע ווען איך בין אונטערוועגנס און דאס איז די איינציגע כשר'ע קאווע וואס איך האב מיט זיך.

זענען מיר אזוי געזיצן אינעם טענדער, ווען איך זיץ אויבנאן נעבן דעם דרייווער [מיט א ליידיגע זיץ צווישן אונז, וואס איך האב פון צייט צו צייט אנגעפילט מיט פארשידענע עסנווארג, ווען איך בין מכבד יושע מנחם צו הנאה האבן דערפון - כאטש איך זע נישט ער זאל מאכן א ברכה. צווישן די גוטע זאכן וואס מיר האבן אזוי פארניכטעט יענעם טאג, איז געווען א פעקל געהאניגטע מאנדלען, א פעקל דבש קרעקערלעך, פרעצלס און נאך], הינטער מיר זיצן די צוויי חתנימ'לעך [היינט שוין ביידע יונגעלייט... אזוי לאנג נעמט ביז דער טאגבוך ווערט געשריבן] און אויף די דריטע באנק זיצט מיין חבר און איז עוסק אין זיינע זאכן; ווען דער אפיס אין ניו יארק עפנט זיך, איז ער פארנומען מיט זיין סעקרעטאר צו ערלעדיגן דאס און יענץ, און ווען נישט - קען ער זיך פארטיפן אין א שטיקל אייוועלט אויפ'ן קלוגן טעלעפאון. בלויז איינמאל אינמיטן די נסיעה האב איך זיך שוין נישט געקענט איינהאלטן דעם נייגער און אים א פרעג געטון וואס עס טוט זיך עפעס אויפ'ן פראנט אין אוקריינע, ווייל דער קריג איז דאן אנגעגאנגען בתוקפו און איך האב שוין נישט געהערט קיין שום נייעס דערוועגן גאנצע דריי-פיר מעת לעת. ער האט מיר דאן באוויליגט פארצוליינען עטליכע נקדימון תגובות פון די קריג אשכול, און נאר נאכדעם וואס איך בין געווען געהעריג אינפארמירט איבער אלעס און אלעמען, האט פרעזידענט זעלענסקי געקענט ווייטער אנפירן דעם קריג...

לאמיר אבער צוריקגיין צום מילכיגן קאווע און אירע רעזולטאטן. נאכ'ן זיצן מיט די עירפאונס אין די אויערן א וויילע און צוהערן צו חומש-רש"י האטליינס פון ניו יארק [אגב, ממש פאריגע וואך האט מיר איינער געזאגט אז די "תורה שבכתב" האטליין האט צוגעלייגט די חומש רש"י שיעורים וואס ליגן אויף די "מפעל החק" האטליין, יעצט קען איך שוין אנרופן בלויז איין נומער און הערן אלע מיינע באליבטע חורש"י שיעורים], און בלויז אויסשרייען די באקאנטע נעמען פון שטעט וואס איך ליין אזוי אויף די הייוועי שילדן [א שטייגער ווי כעלם... ראדום, ווארשא, ריישא, ביאליסטאק וכו'], האב איך באשלאסן צו פארפירן א שמועס מיט די חברה פון הינטן.

וואס פונקטליך מיר האבן גערעדט, איז רעקארדירט און ליגט ביי מיין חבר'ס זוהן אויפ'ן טעלעפאון [אפשר וועל איך עס נאך אמאל באקומען, אינאיינעם מיט די הויפן בילדער וואס ליגן אויף מיין חבר'ס קלוגע טעלעפאון], אבער בתוך הדברים האט מען זיך אריינגעלאזט אין מיין חיבור "לשון ערומים" וואס איז נאכנישט ערשינען און וועט מסתמא קיינמאל ערשיינען. איך האב זיי דערציילט אז איך האב אין מיין שנה-ראשונה יאר אנגעהויבן א פראיעקט פון פארצייכענען אויף פאפיר און עווענטועל א בוך, אלע אינטערעסאנטע זאכן וואס איך האב געטראפן ביים לערנען ספרי קודש, און היינט זיץ איך אויף א זאמלונג פון טויזנטער אזעלכע אינטערעסאנטע ענינים, שיין מסודר און אויסגעשטעלט לויט די אל"ף בי"ת.

אנגעהויבן האט זיך עס אויף א דאנערשטאג נאכט פרשת בהר, ווען איך האב געשפירט א ליידיגקייט און געזוכט מיט וואס אנצופולן די צייט. איך האב געעפנט א מקראות גדולות חומש און זיך גענומען דורכלערנען די רייד פון די מפרשים אנהייב סדרה. די ערשטע איינטראגע אינעם גראנדיעזן פראיעקט איז טאקע געווען איבער די מצוה פון שמיטה, און דער טבע פון די ערד אז מען לאזט איר געווענליך רוען איינמאל אין יעדע פאר יאר און אזוי געבט זי ארויס פיינע פירות. יענעם זומער האב איך געטראגן מיט זיך א קליינע בלויע המאור חומש, מיט א ליידיגע לוס-ליעף פאפיר איינגעקנייטשט אין פיר אריינגעלייגט דארט וואו איך האלט, און יעדע מאל איך האב געשפירט אז געוויסע ווערטער זענען ווערד צום פארצייכענען אין מיין זאמלונג, האט עס דארט קונה שביתה געווען.

איך האב אנגעהאלטן דעם פראיעקט ביז איך האב דורכגעאקערט דעם גאנצן מקראות גדולות מיט אלע אירע מפרשים, פון פארנט און פון הינטן, און דאן האט מען זיך גענומען לערנען נ"ך מיט די מפרשים און טון דאס זעלביגע. איך בין קיינמאל אנגעקומען ווייטער ווי טיף אין ישעיהו, אבער דאס זעלבע האב איך אויך געטון אין ש"ס, און אין סיי וועלכע מוסר אדער חסיד'יש ספר איך האב געלערנט במשך לאנגע יארן; יעדע שיינע ענין וואס איז מיר געפאלן געווארן, האב איך פארשריבן אויף פאפיר אונטער א געוויסע 'ערך', און יארן שפעטער האב איך דאס אלעס אפגעטייפט אין איין פייל וואו איך קען היינט אויפזוכן זייער שנעל וואס איך וויל.

טייל פון דעם פראיעקט איז אויך באזירט אויף דער באדייט פון ווערטער, און דער דיפערענץ צווישן געוויסע ענליכע לשון הקודש ווערטער, און אזוי שפרעכנדיג מיט מיין זוהן און זיין חבר, האט מען פרובירט אויף אויסנווייניג צו אריינגיין אין געוויסע טערמינען און באגריפן און דאס אויסשמועסן, ווען דער ציל איז פשוט אז דער וועג זאל קורצער ווערן אין אונזערע אויגן און מיר זאלן נישט זיין לאנגווייליג אויף אונזער נסיעה וואס האלט שוין אינעם פערטן מעת לעת.

אינמיטן וועג איז דער הייוועי געקומען צו א שטילשטאנד, עס האט זיך געמאכט אן אינצידענט אביסל פאראויס אויפ'ן שטראז און אויפגעהאלטן דעם גאנצן ציבור, וואס איז באשטאנען פון פריוואטע קארס אבער אויך אסאך טראקס און טרעילארס, זינט מיר זענען געפארן אויף עפעס א הויפט שאסיי וואס פירט פון לובלין קיין קאזניץ. נאך א וויילע זענען מיר אנגעקומען צום ארט פונעם צוזאמשטויס, געזען די ברוכווארג פון איין קאר, ווען דער צווייטער קאר געפינט זיך אויף א בערגל אפגעריקט פונעם הייוועי. מיר האבן גענומען בילדער און ווייטער געפארן.

פון אזויפיל פארן איז דער אויטא געווארן דורשטיג און מיר האבן זיך אפגעשטעלט ביי א גאז סטאנציע. זעענדיג דארט מערערע אויטאס מיט אוקריינישע לייסענס פלאטעס [מערקבאר דורך די בוכשטאבן יו. עי. אויף א ליכטיג בלוי און געלע הונטערגרונד - די קאלירן פונעם פאן], האבן מיר באשלאסן צו צייגן סימפאטיע פאר די פארטריבענע פלטים און מיר האבן טייל פון זיי באגריסט מיט א 'סלאווא אוקרייאיני', צו וואס רוב האבן זיך געפרייט. בכלל איז דער שטימונג אין פוילן גאר שטארק לטובת אוקריינע, און אויף עטליכע פלעצער האבן מיר געזען ריזיגע שילדן אויף די הייוועיס און גאסן וואס טוען באגריסן און אפלאדירן די אוקריינער און זייער פירער.

שפעטער נאכמיטאג, ווען אונזערע שמועסן צווישן זיך זענען שוין אויך געווארן אויסגעוועפט און לאנגווייליג, האט מען אריינגעקלינגען צו א געוויסער בחור וואס האט געלערנט מיט אונזערע חתנים און איז בארימט צו האבן א מיינונג אדער דריי אויף יעדע זאך... יענע שמועס איז צוגעגאנגען גאר לייכט, מען האט בלויז געדארפט ארויסזאגן א שליסל-ווארט, דער בחור אין אמעריקע האט קלארגעשטעלט זיין מיינונג דערויף, און דאס איבערגעזאגט מיט משלים און אנדערע ווערטער, און ווען מיין חבר - וועלכער קען זיך שוין מיט יענעם פון בעפאר - האט געוואלט ציען ווייטער דעם שמועס, האט ער בלויז געדארפט פרובירן זאגן 'און אפשר פארקערט'... דאכט זיך אז יענע שמועס האט אנגעהאלטן א גאנצע האלבע שעה, ווען אלע אין ווען זענען זיך מחיה ביים צוהערן דערצו אויף ספיקער-פאון. צו מאכן די זאך אביסל מער קאלירפול, האט מען צוגערופן נאך א בחור-צוויי צום פובליק טעלעפאון פון ישיבה, און דער וועג איז געפארן געשמאק און געמוטליך ווען מען שפירט נישט ווי דער זייגער ריקט זיך.

ווען דער דזשי. פי. עס. און די שילדן אויפ'ן ראוד האבן מודיע געווען אז מען דערנענטערט זיך שוין קיין קאזניץ, האב איך ארויסגענומען מיין עבודת ישראל און געבעטן רשות פארצולערנען א שטיקל וואס האט מיר אמאל געגעבן א שטארקע התעוררות און חיזוק. דער הייליגער שטיקל תורה געפינט זיך אין סוף פרשת מצורע, דיבור המתחיל "ואשה כי יזוב זוב דמה ימים רבים בלא עת נדתה". איך וועל פארצייכענען אין קורצן עטליכע ווערטער וואס האבן מיר בשעתו געגעבן גענזן-בערגלעך:

"והנה נראה לכאורה על פי סברא, שלכן ארך זמן החורבן בלא נודע הקץ, כדי שתהיה הגאולה העתידה גאולה ושמחה לעומתה בלי ערך ובלי קץ... לכן כל השיהוי' לעת עתה ואנחנו מחכים לאור יום יום ואין מגיד לנו, זה מחסדי הבורא, כי לפי ערך כובד החורבן וצערינו תגדל השמחה כפלי כפלים עד אין סוף ואין קץ. והגם שיש לנו צער... עכ"ז יש לנו לשמוח בשעת התורה והעבודה כי בוודאי כל זה היה גלוי וידוע לפני בורא כל ברגע שברא עולמו שהביט מראשיתו עד אחריתו, ואף על פי כן לא היה שמחה לפני הקב"ה כיום שנבראו בו השמים והארץ..." [ער איז נאך מער מאריך דערין, עיין שם].

מיט א רגש קודש האב איך פארגעלערנט דעם לענגערן שטיקל תורה און איבערגעטייטשט פאר די צוהערער, וועלכע האבן אלע צוגעשטימט אז דאס איז א געוואלדיגע שמועס און גאר גוטע הכנה פאר'ן מתפלל זיין ביים ציון הקדוש פון דעם קאזניצער מגיד זי"ע. ווען מיר זענען אנגעקומען קיין קאזניץ (3:16 נאכמיטאג) האבן מיר נאך געדארפט צואווארטן עטליכע מינוט פאר'ן שומר, און דאן באצאלט 'שומר געלט' און ער האט אונז אויפגעשפארט דעם טויער. מיר האבן ארויפשפאצירט דעם לאנגן וועג ביז'ן אוהל הקדוש, וואו עס ליגן אויך די קינדער, אייניקלעך און אור אייניקלעך פונעם הייליגן מגיד. אויך איז דארט אויסגערעכנט אויף טאוולעך די נעמען פון זיינע הייליגע תלמידים, און מיר האבן טאקע דארט געטראפן עטליכע פון אונזערע זיידעס וואס האבן זיך דא געווייקט.

דאס תהלים זאגן איז געווען מיט א התעוררות, כי המקום אשר אתה עומד עליה אדמת קודש היא. איך בין נישט קיין אייניקל פונעם מגיד, אבער זיין הייליגן ספר האב איך שוין אלס בחור דורכגעלערנט מיט גרויס געשמאק און אינטערעסע, און פאראיאר איז דאס געווען צווישן די פיר ספרי חסידות וואס איך האב דורכגעלערנט יעדע וואך און טאקע מסיים געווען ענדע יאר. איך האב מזכיר געווען אלע נעמען, און געלערנט דארט אין אוהל נאך א שטיקל פונעם הייליגן ספר - עס זאל זיין שפתותיו דובבות בקבר ואתדבקות רוחא ברוחא.

נעבן דעם מגיד ליגט זיין גרויסער זוהן ר' משה אליקים בריעה זי"ע בעל באר משה ודעת משה ועוד, ספרים וואס האבן זיך נישט אפגעטון פון די טיש ביי מיין זיידן זצ"ל, וועלכער פלעגט דאס אפט ערווענען אין זיינע תורות [כמדומה אז אויך אדמו"ר מסקווירא שליט"א זאגט אפט נאך פון דיזע ספרים]. דאכט זיך אז די ספרים זענען נישט געהעריג בנמצא [ממש די וואך געזען אין די לאקאלע צעטלעך אז איינער זוכט זיי אפצוקויפן].

אויפ'ן וועג ארויס האבן מיר באגעגנט א הינטל וואס לעבט אויפ'ן ארטיגן בית עולם, ב"ה ער האט אונז נישט באדראעט, אבער מיר האבן זיך עטוואס צוגעאיילט ארויסצוגיין מיט שנעלערע טריט. דער שומר האט אונז צוגעגרייט וואסער זיך צו וואשן די הענט, און מיר זענען צוריק אריין אין אויטא אום 3:42.

באמת האבן מיר געהאט פלענער צו באזוכן נאך עטליכע מקומות הקדושים אין פוילן, אבער דער צייט האט זיך פאראויסגעריקט שנעלער ווי מיר האבן געמיינט און מיר האבן געדארפט פאסן שנעלע באשלוסן וואו מען גייט יא און וואס מען לאזט אויס. קאזניץ האב איך שטארק געבעטן צו באזוכן, וויבאלד איך לערן דעם ספר הקדוש, און ב"ה מיין חבר האט אויך געהאט דעם געפיל און מיר זענען דארט געווען. אנדערע פלעצער האט מען עווענטועל איבערגעהיפט (צווישן זיי - דאכט זיך - מאגלעניצא, אפשר נאך אנדערע אויך, וואס איך געדענק נישט, זינט נישט איך האב אויספלאנירט די רייזע, איך האב זיך נאר אנגעכאפט אין מיין חבר'ס גארטל - ווי געשמועסט), אבער האפנטליך וועט מען נאך איין טאג אנקומען דערצו - משיח זאל אודאי פריער קומען און מיר זאלן זיך טרעפן מיט די צדיקים בהקיץ.

אויף ראדישיץ איז געווען א דיון, און למעשה איז געבליבן אז מען פארט יא אהין. דער וועג פון קאזניץ קיין ראדישיץ האט געדויערט אביסל מער ווי צוויי שעה, און מיר זענען אנגעקומען עטליכע מינוט בעפאר זעקס אזייגער מיטאג. דארט איז אינטערעסאנט, אז מען ווייסט נישט וואו אינעם אהל הקדוש דער קבר איז, און מען קען מתפלל זיין סיי וואו אימער אינעם גרויסן שטוב און קלערן אז אט שטייט מען פונקט העכער דעם מקום הקבורה. דער אוהל הק' איז הערליך שיין און ניי געבויעט, און נישט ווייט געפינט זיך א פראוויזארישע קאראוואן וואס דינט אלס הכנסת אורחים פאר די באזוכער, ביז די גרויסע בנין דערנעבן וועט זיין פארטיג און גרייט צום באנוץ. מיר האבן פיין אויסגענוצט דעם מאביל, מיר האבן זיך געמאכט קאווע, געגעסן מזונות און מיטגענומען עטוואס צידה לדרך, אויך האבן מיר גענוצט די פריוואטע שטיבלעך דארט, און למרבית הפלא האט דער שומר ניטאמאל געבעטן פון אונז געלט! ווייזט אויס אז די פארוואלטער פונעם בית החיים געבן זיך פיין אפ מיט אים, און ער דארף נישט אויסזעקלען די רייזנדע פון זייערע דאלארן. יישר כח הנהלת הכנסת אורחים ראדאשיץ!

לויט די גוגעל טיימליין וואס מיין חבר האט מיר צוגעשיקט, זענען מיר אוועקגעפארן פון ראדישיץ פינף מינוט נאך זעקס, אבער עס לייגט זיך מיר נישט אויפ'ן שכל, זינט מיר זענען דארט אנגעקומען - לויט'ן זעלבן טיימליין - קארגע 12 מינוט פריער. איך גלייב נישט אז אין קארגע צוועלף מינוט האבן מיר סיי געזאגט תהלים, געצינדן ליכט און פארגעליינט די קוויטלעך, און סיי באזוכט דעם קאראוואן און זיך דארט עטוואס מסדר געווען. אדער האבן מיר זיך טאקע אזוי שטארק צוגעיאגט וויבאלד מיר האבן נאך געהאט א לאנגע וועג קיין קראקא, וואו מיר האבן אפגעשמועסט צו עסן נאכטמאל, און מיר האבן נאך געדארפט דאווענען מנחה-מעריב און כאפן א פליגער שפעטער ביינאכט קיין ארץ ישראל.

[השמטה: יעצט קוק איך איבער די בילדער פאולדער, און איך טרעף א בטעות-געכאפטע ריקעוודיגע מעשה פון אכצן מינוט... צווישן אנדערע זעט מען דארט ווי מיין חבר זאגט יא דעם "תפלה קודם התפלה" אויפ'ן ציון הקדוש אין ליזענסק.]
burich mechel
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2016 2:10 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ' (J&J Cappuccino) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך burich mechel »

זייער שיין א גרויסן שכח פאר'ן ממשיך זיין
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6316
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ' (J&J Cappuccino) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

ישר כח בעל לשון ערומים.
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
אוועטאר
דבר החרדים מירושלים
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 14, 2017 4:50 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ' (J&J Cappuccino) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דבר החרדים מירושלים »

ענדליך...

מ'שמעק שוין ארץ ישראל...
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4214
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ' (J&J Cappuccino) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

הערליך.

שכח מנהל.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2074
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ' (J&J Cappuccino) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

מנהל, עס גיסט זיך.
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ' (J&J Cappuccino) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

יש כחכם, נהניתי.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1858
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ' (J&J Cappuccino) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

שכח, זייער שיין באשריבן ווי אייביג.
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
ניין דו
שר האלף
תגובות: 1447
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 3:51 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ' (J&J Cappuccino) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין דו »

wow
שכח מנהל, הערליך שיין.
ווען קומט מען שוין אן קיין א"י?
ערשינען!!! די סוכות שרייבער אויסגאבע איז שוין ארויס לאור עולם.
זייטס אייך מהנה, און זייטס מהנה אייערע חברים וידידים.

שרייבער אלול-סליחות שרייבער ראש השנה - יום כיפור שרייבער סוכות + ביילאגע
אוועטאר
דייווער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 12, 2014 9:36 pm
לאקאציע: ים התלמוד

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ' (J&J Cappuccino) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דייווער »

גאר גוט!

איך וואלט נאך אלס נישט גערופען די קאפיטל JJ, ענדערשט ׳א שמועס צום ישיבה׳ אדער ׳לשון ערומים׳

יישר כח פארן צילייגען די פרט פונעם תפילה קודם התפילה. הדא דכתיב עין רואה…
זה נהנה וזה נהנה! ביים קויפן קריפטא

סייינטס אייך אויף מיט מיין לינק אויף Coinebase און באקומט $10 ביטקוין.
קוין בעיס לינק - $10 ביטקוין בחינם
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ' (J&J Cappuccino) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

דייווער האט געשריבן:
גאר גוט!

איך וואלט נאך אלס נישט גערופען די קאפיטל JJ, ענדערשט ׳א שמועס צום ישיבה׳ אדער ׳לשון ערומים׳

יישר כח פארן צילייגען די פרט פונעם תפילה קודם התפילה. הדא דכתיב עין רואה…
דער קאפיטל נאמען דארף יא זיין דאס, נאר עס איז מעגליך אז אינעם קאפיטל גופא האב איך נישט גענוג ארויסגעברענגט ווי אנדערש דער דאנערשטאג מיטאג איז געווען פון אלע אנדערע טעג פון די נסיעה אלס רעזולטאט פון די ח&ח [ווי מ'פלעגט עס אמאל רופן דאהי]
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5912
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ' (J&J Cappuccino) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

יישר כח מנהל! דערפרישענד און ציענד!
כבוד המנהל, ווען פאהר מיר?
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6224
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ' (J&J Cappuccino) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

ישר כח מנהל. געשמאק געשריבן.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ' (J&J Cappuccino) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

קום אריין קלארער איבער דיין חיבור. וואו האלט עס? און וואס קען מען טון סזאל טאקי יא ערשינען לאור עולם?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ' (J&J Cappuccino) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

איינס האט געשריבן:
קום אריין קלארער איבער דיין חיבור. וואו האלט עס? און וואס קען מען טון סזאל טאקי יא ערשינען לאור עולם?
נישט פאר דיר געמאכט... מער פאר אזעלכע פלאטשיגע ווי מיר
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ' (J&J Cappuccino) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

לכאורה האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:
קום אריין קלארער איבער דיין חיבור. וואו האלט עס? און וואס קען מען טון סזאל טאקי יא ערשינען לאור עולם?
נישט פאר דיר געמאכט... מער פאר אזעלכע פלאטשיגע ווי מיר
הייסט עס דו ווייסט ווי פלאטשיק איך בין.. כככ׳הער…

לייג איין גוט שטיקל וועמיר זעען…
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

שיין, געשמאק, פריש און הערליך! טענקס.

[פארוואס האט נישט אייער חבר אויפגעמערקט א וויילע צוריק ווען מען האט דא פארפירט אויף דעם תפלה קודם התפלה אז ער האט דאס יא געזאגט?]
משמש בקודש
שר ששת אלפים
תגובות: 6791
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 2:10 am
לאקאציע: Kollel

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ' (J&J Cappuccino) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משמש בקודש »

זאפטיג!

זייער הנאה געהאט, ווי וואנט מאר...
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ' (J&J Cappuccino) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

יישר כחכם! נהנתי מאוד!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17148
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ' (J&J Cappuccino) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

פיין געשריבן..

מיר דערמאנט.. געווען א צדיק וואס האט געדאוונט מיט התלהבות.. ברוב ענוותנותו האט ער עס תולה געווען אינעם גלעזל בראנפן וואס ער האט געטרינקען פארן דאווענען (קוקט אויס געווען מנחה אדער מעריב(.. זאגנדיג.. דער גלעזל בראנפן האט ווארעם געדאוונט..

וה"ה לעניננו.. דער י'י' האט פיין פארברענגט אויפן וועג..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
מערכות הקודש
שר האלף
תגובות: 1469
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 2:22 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ' (J&J Cappuccino) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מערכות הקודש »

we want more please
וכל הצרות והמלחמות האיומות שעברו על ישראל שמה הי רק בשביל קיומם של אותה המלוכה ואלו היו מוותרים עלי' לא הי' שם מלחמות וצרות ....א"כ המה הגורמים את המלחמות והצרות, ולא ההצלה.

ספר הק' על הגאולה ועל התמורה
אוועטאר
דייווער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 12, 2014 9:36 pm
לאקאציע: ים התלמוד

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ' (J&J Cappuccino) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דייווער »

לכאורה איז לכאורה פארנומען מיטן וועבזייטעל געמופאכטס, דעריבער ווערט די טריפ רעפארט נישט געאפדעיט.
זה נהנה וזה נהנה! ביים קויפן קריפטא

סייינטס אייך אויף מיט מיין לינק אויף Coinebase און באקומט $10 ביטקוין.
קוין בעיס לינק - $10 ביטקוין בחינם
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”