טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ל"ד (ירושלים ח"ג - ענדע!) ארויף

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ט"ז און י"ז ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

הערליך הערליך

האב מיר מיטגעהאלטן די מעשה מיט ר' איתמר ווען מיר האבן זיך באטייליגט בי די זעלבע נסיעה און געהערט פון אים, תיכף אחר די מאורע מיטן בעל עגלה.
איך בין אויך געווען דארט יעצט אלול, און נישט געוואוסט אז ער האלט שוין ממש אזוי.

א דאנק נאכאמאל.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
יש מזל
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יב (השגחה פרטית מעשה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש מזל »

לכאורה האט געשריבן:
זיי האבן עס נישט געהערט פון קיינעם, נאר קלאר געליינט דא... צופיל רמזים אריינגעווארפן אז עס קומט פון דא, ממש יעדע קרישקעלע וואס איך האב געשריבן איז געווארן דארט אראפגעלייגט מיט מער ווערטער און א טראפ אנדערש צו קונה זיין בשינוי...

דא האט איר דעם לינק צום היי-וואכיגן ביכל, https://balebusta.com/pdf-books/issue-234/ זוכט אויף עמוד 118 און ווייטער

איך האב נישט קיין טענות צו זיי, אדרבה, איך פריי זיך אז זיי מאכן א פרסום פון די מורא'דיגע מעשה
חתונה היינט נאכט אין וויען
אטעטשמענטס
WhatsApp Image 2022-12-08 at 1.18.57 AM.jpeg
WhatsApp Image 2022-12-08 at 1.18.57 AM.jpeg (54.32 KiB) געזען 2218 מאל
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ט"ז און י"ז ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אה, מזל טוב!

---
סארי פאר'ן נישט שרייבן די וואך דא, ווי געמאלדן האב איך א שטיקל פארנומענע סקעדזשול
שמחה מתוך שמחה
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 4:58 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ט"ז און י"ז ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחה מתוך שמחה »

מיין שטעלונג האט געשריבן:
יישר כוח מנהל, זייער אינטערעסאנט!

--
צוצוגעבן קאנטעקסט צו די מעשה פון ר' איתמר. ער האט שוין אויפגעבויעט דעם הכנסת אורחים אין אוהעל, און דאכציך אויך געווען אינוואלווד אין סיגוט און אין נאך פלעצער. אלזא ווען דער גוי האט אים געגעבן דעם פסק פארוואס "ער" בויעט נישט אויף אן הכנסת אורחים אין לאנצוט, האט ער געשפירט אז דאס איז א דירעקטע מעסעדזש פון הימל צו אים דייקא. פונקט ער, וואס בויעט הכנסת אורחים'ס אלל אווער דארף באקומען דעם מעסעדזש פארוואס מ'בויעט נישט דא קיין הכנסת אורחים?!
אייר פ"א ווען ר' יוסף חיים איז געפארן האט ר' איתמר שטארק געבעטן אז מזאל גיין קיין זידיטשוב באנייען די הכנסת אורחים בנין דארט
אויך האט ער בשעת מעשה באקומען פערמיטן פארן גדר אויפן ביה"ח

און תיכף נאך די נסיעה האט ער אפגעקויפט א שטח אין סאסוב
אוועטאר
ענדשוי
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 04, 2022 3:26 pm
לאקאציע: אינעם מיסט קאסטן

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ט"ז און י"ז ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדשוי »

נו...... די פארנומענע וואך איז אריבער...
ווען די ווילסטעך באדאנקן אויף א ארטיקל וואס איך האב געשריבן, ביטע לאזט דיר הערן דורך א תגובה.

בילד
[email protected]
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ט"ז און י"ז ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ענדשוי האט געשריבן:
נו...... די פארנומענע וואך איז אריבער...
מיינסט אזוי...
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ט"ז און י"ז ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

לכאורה האט געשריבן:
ענדשוי האט געשריבן:
נו...... די פארנומענע וואך איז אריבער...
מיינסט אזוי...
ס'ווערט נאר מער פארנומען מיט יעדע פארנומענע וואך וואס גייט פארביי...
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ט"ז און י"ז ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

יישר כח מנהל!!
אוועטאר
דזיקוב'ער
שר האלף
תגובות: 1340
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 9:14 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ט"ז און י"ז ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזיקוב'ער »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:
יישר כח מנהל!!
כאטש די ישועה איז נאכנישט דא זינגען מיר שירה.....
מיר זינגען שירה פאר וואס וועט זיין......
ארץ אל תכסי דמם ואל יהי מקום לזעקתם
את אלה מזבחות זכור ואלה עקדות תראה
ונקם ישיב לצריו וכפר אדמתו עמו
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ט"ז און י"ז ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

גוט גוט

הלואי וואלט איך געהאט צייט... איך בין שטארק פארנומען מיט ארבעט ב"ה

אפשר ערגעץ אין די חנוכה טעג וועט זיך מאכן אן עפענונג
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ט"ז און י"ז ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

לכאורה האט געשריבן:
גוט גוט

הלואי וואלט איך געהאט צייט... איך בין שטארק פארנומען מיט ארבעט ב"ה

אפשר ערגעץ אין די חנוכה טעג וועט זיך מאכן אן עפענונג
איך האב געמיינט די ביז יעצטיגע וואס כהאב יעצט געליינט
אבער נאך שאדט אוודאי נישט.
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2073
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ט"ז און י"ז ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

נו?
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35252
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ט"ז און י"ז ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

א נייער האט געשריבן:
נו?
נו, נו.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
ענדשוי
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 04, 2022 3:26 pm
לאקאציע: אינעם מיסט קאסטן

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ט"ז און י"ז ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדשוי »

קלאפ! קלאפ! ס'איז שוין חנוכה..
ווען די ווילסטעך באדאנקן אויף א ארטיקל וואס איך האב געשריבן, ביטע לאזט דיר הערן דורך א תגובה.

בילד
[email protected]
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ט"ז און י"ז ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אקעי, אבער יעצט בין איך מיעד...
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2073
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ט"ז און י"ז ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

לכאורה האט געשריבן:
אקעי, אבער יעצט בין איך מיעד...
און ווען ביסטו יא אויסגערוהט?...
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ט"ז און י"ז ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

א נייער האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
אקעי, אבער יעצט בין איך מיעד...
און ווען ביסטו יא אויסגערוהט?...
זעלטן

קענסט דאך דעמאלט'ס שרייבן דעם טאג בוך...
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
מערכות הקודש
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 2:22 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ט"ז און י"ז ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מערכות הקודש »

?
וכל הצרות והמלחמות האיומות שעברו על ישראל שמה הי רק בשביל קיומם של אותה המלוכה ואלו היו מוותרים עלי' לא הי' שם מלחמות וצרות ....א"כ המה הגורמים את המלחמות והצרות, ולא ההצלה.

ספר הק' על הגאולה ועל התמורה
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3645
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ט"ז און י"ז ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

?
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
אוועטאר
פימזען האלץ
רב הצעיר תשפ"ג
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2022 2:29 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ט"ז און י"ז ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פימזען האלץ »

ארויסגעפרינט ס'גאנצע מעשה פרייטאג און דורכגעליינט במשכ'ן שבת.
יישר כח לכאורה!
געווען א עונג שבת.
מיין חברותא איז דא, איך דארף אנטלויפן...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ט"ז און י"ז ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יישר כח אלע באדאנקער

מעגליך וועט היינט ענדליך קומען א פרישע קאפיטל בס"ד
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ט"ז און י"ז ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

קאפיטל י"ח - ליזענסק!

ווי געשריבן זענען מיר אנגעקומען קיין ליזענסק ארום עלף אזייגער ביינאכט. דאס ערשטע זענען מיר צוגעפארן צום בארימטן הכנסת אורחים פון לעלוב, ווען אונטערוועגנס באגעגענען מיר שוין אידישע פנימ'ער, קענטיג אז ליזענסק איז א תל תלפיות שכל פיות פונים שם, פון נאנט און פון ווייט, צו יעדע צייט, קומט מען צום הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע זיך אויסבעטן אלעס גוטס.

אריינקומענדיג אינעם גרויסן הכנסת אורחים געביידע, וואס פארמאגט צווישן אנדערע אויך א מקוה, א שול, צימערן צו עסן און צו שלאפן און בתי כסאות, האבן מיר אנגעהויבן ציילן די אנוועזנדע און פרובירט צוזאמצושטעלן א מנין פאר תפלת מעריב. עס האט נישט געדויערט לאנג און מיר האבן געהאט צען אידן וואס האבן געוואלט דאווענען, און מען האט זיך געשטעלט בדחילו ורחימו דאווענען מעריב און ציילן ספירה. מיין זוהן איז צוגעגאנגען צום עמוד און איך האב זיך געשטעלט ביי די ספרים שענק אויף מערב זייט, וואו איך האב געהאט א גוטע אויסקוק אויפ'ן אינטערעסאנטן ציבור הנאספים... עטליכע פון די אידן האבן זיך נארוואס צוריקגעקערט פון אוקריינע, וואו זיי האבן באזוכט טראץ די מלחמה אומשטענדן. איינער דארט איז א זידיטשובער אייניקל און האט באזוכט ביי די זיידעס (עפעס א יארצייט געווען יענעם טאג). יענער האט מיר גע'טענה'ט אז די גאנצע קריג עקזיסטירט בלויז אויף קול מבשר, און די וואס האלטן זיך צוריק פון אריינרופן, ווייסן נישט פון קיין צרות.

נאך מעריב האבן מיר זיך אוועקגעזעצט אין אן אנדערע צימער אויפ'ן זעלבן אויבערשטן שטאק פון די געביידע, וואו עס איז געווען אויפ'ן טיש עפעס מזונות, נישט מי יודע וואס - אבער דאך עפעס צו טועם זיין. אויך איז דארט געווען צוגעשטעלט א גאנצע סטאנציע צו רעטשארדזשן טעלעפאונען, מיט אלע סארט שטעקערס למיניהם. מיר האבן דארט אויפגעלעבט די בעטעריס היבשות פון אונזערע טעלעפאונען, דערמאנענדיג איינער דעם צווייטן נישט צו פארלאזן דעם ארט אן די טעלעפאונען. וויבאלד מיר זענען נאך געווען פליישיג פון די סעודה אין דינוב, האבן מיר נישט געמאכט קיין קאווע אין דעם עס-צימער דארט. מיר האבן אויך גענוצט די פריוואטע שטיבלעך אויפ'ן שטאק זיך צו גרייטן צום עלי' לציון הקדוש פונעם הייליגן צדיק.

דער בית החיים געפינט זיך הארט נעבן דעם הכנסת אורחים געביידע, האבן מיר אהינשפאצירט צופיס ווען אונזערע מחשבות פלאטערן מיט אלע סארט געדאנקען פון תשובה און תיקון המעשים. עס איז באקאנט אז ווער עס איז זוכה צו זיין ביי דעם ציון הקדוש, איז בטוח אז ער וועט נישט שטארבן אן תשובה, און צומאל קומען שוין די הרהורי תשובה תיכף ומיד. וויבאלד מיר האבן נישט געהערט קיין שום דברי התעוררות בעפאר'ן ארויפגיין צום ציון, און מיר זענען דארט געווען כמעט אליינס - צוזאמען מיט עטליכע ארחי פרחי וואס דרייען זיך דארט - האבן מיר ליידער נישט געהאט דעם ריכטיגן התעוררות און ברען בשעת מעשה, אבער אונזער האפענונג איז שטארק אז דער השפעה פונעם באזוך זאל אונז באגלייטן און מיר זאלן כאטש זוכה זיין צו תשובה שלימה אין אונזערע טעג.

דער אוהל הקדוש געפינט זיך אויף א בערגל, און אונטן פונעם בערגל, ביים וואנט פון די גדר ארום דעם בית החיים, איז צוגעשטעלט אזעלכע אייזערנע פלאטפארמעס צו צינדן ליכט. אפיציעל איז פארבאטן צו צינדן אין אוהל הקדוש, בפרט נאך וואס עס איז מיט עטליכע יאר צוריק דארט ענטשטאנען א שרעקליכע שריפה, אבער מיר האבן בלויז געטון וואס אנדערע פאר אונז האבן געטון, און יא געצינדן אויף פארשידענע בענק וואס געפינען זיך אינעם אוהל הקדוש. דער אוהל איז צעטיילט אין צווייען, מיט א באזונדערע צימער פאר מענער און פאר פרויען. מיר זענען אריין און זיך געשטעלט הונטער די לעגענדארע גאלדענע מציבה וואס שטייט פארצוימט, און אנגעהויבן זאגן מזמורי תהלים - כאטש עס איז געווען בעפאר חצות הלילה.

נאכ'ן זאגן עטליכע קאפיטלעך און פארליינען די קוויטלעך, האבן מיר עטוואס באטראכט דעם פלאץ און די אינטערעסאנטע מענטשן וואס פארוואלגערן זיך דארט, און אויפ'ן וועג ארויס האבן מיר זיך אנגעשטאלפערט אין א גאנצע גרופע ספרדים פון ארץ ישראל וועלכע זענען געקומען מיט זייער ראש הכולל אויף א נסיעה. איינער פון זיי האט זיך אפגעשטעלט און אונז געוואונטשן פון קאפ ביז פיס מיט אלע סארט ברכות והודאות, אזש מסתמא רעדט ער נאך יעצט. פונקט פיר און צוואנציג שעה שפעטער האבן מיר זיך ווידעראמאל באגעגנט מיט אט די זעלבע גרופע, אינעם לופטפעלד אין קראקא ווארטנדיג צו פארן קיין ארץ ישראל. דאן האבן מיר געדאוונט מעריב ביים 'געיט', און מיטגעהאלטן ווי דער זעלבער יונגערמאן או.סי.די'ט אריין אין א מעריב און א ספירת העומר (נעבעך, א רחמנות אויף אים און אויף אלע וואס מוטשען זיך מיט די סארט קאמפליקאציעס).

עס איז געווען נאנט צו צוועלף דרייסיג ביינאכט ווען מיר האבן זיך אריינגעזעצט אין טענדער און זיך ארויסגעלאזט אויף דעם כמעט צוויי-שעה'יגן וועג פון ליזענסק קיין לובלין. אגב, אין ליזענסק האב איך אנגעהויבן באמערקן אז די לייסענס פלעיטס פון די אויטאס זענען פארצייכנט מיט די אותיות LZ (אויב איך געדענק גוט) און נאכדעם אפאר נומערן, איך האב זעלבסט באשלאסן אז דאס איז על שם די שטאט ליזענסק, און אזוי ארומקוקנדיג מער און בעסער, האב איך אנגעהויבן זען אז יעדע קאר האט געוויסע בוכשטאבן וואס פארצייכענען דעם שטאט וואו עס איז רעגיסטרירט. אויסערדעם האט יעדע לייסענס א גרויסע P צו באצייכענען דעם לאנד - פוילן, און אויפ'ן הייוועי האבן מיר אויך באמערקט - בעיקר צומארגנס דאנערשטאג ווען עס איז שוין געווען ליכטיג און מיר זענען געפארן לאנגע שטרעקעס אויפ'ן הייוועי - מערערע טראקס און קארס מיט די אויפשריפט UA פאר אוקריינע, אדער D פאר דייטשלאנד, א.א.וו.

מיר האבן געהאט באשטעלט צוויי צימערן אין די ARCHE האטעל אין לובלין, וואו מיר זענען אנגעקומען פערטל נאך צוויי אזייגער ביינאכט. אויפ'ן וועג האב איך ווייטער געלערנט אביסל חומש רש"י אויפ'ן טעלעפאון, צו משלים זיין די באשטימטע קביעת עתים לתורה שעות. אויך האבן מיר אנגערופן אהיים, און געהערט איבער א מערקווירדיגע זיווג-שני שידוך וואס איז נארוואס צושטאנד געקומען ביי א משפחה מיטגליד, מיר האבן זיך געפרייט פונדערווייטנס און געוואונטשן מזל טוב.

לובלין איז א שיינע שטאט, א געהעריגע היינטיגע אהערגעשטעלטע שטאט, עכ"פ דער געגנט וואו מיר האבן זיך געדרייט. דער האטעל איז געווען זייער פיין צוגעשטעלט, עס האט אפילו פארמאגט א 'ספא' (שוויץ) און א הערליכע באלקאן-דאך וואו מיר האבן פיין פארברענגט און שפעטער געדאוונט שחרית.

מיר האבן צוגעצאלט פאר א דריטע צימער פאר אונזער בעל-עגלה, און ארויפגעשלעפט די רענצלעך מיט'ן עלעוועיטאר צום צווייטן שטאק וואו מיר זענען פלאצירט געווארן. מיר האבן געדארפט אריבערשלעפן די פעקלעך פון איין געביידע צום צווייטן, אדורכגייענדיג דעם שיינעם דערמאנטן דעכל מיט א הערליכע אויסקוק אויפ'ן גאנצן ארום, וואו עס געפינען זיך בענקלעך, טישלעך, און פארשידענע פלאנצונגען פאר שיינקייט.

די צימערן זענען געווען זייער גוט אהערגעשטעלט, פיל בעסער אויסגערישט ווי די צאנזער האטעל די פארלאפענע נאכט/טאג, מען האט באקומען אזעלכע פלאסטישע קארטלעך צו קענען עפענען די טירן, און די זעלבע קארטלעך עפענען אויך דעם שוויץ וכדומה. עס איז שוין געווען האלב דריי פארטאגס און איך האב זיך גאנץ שנעל אויסגערישט, געליינט קריאת שמע שעל המטה, זיך אנגעטון די נאכט בגדים און אריין אין בעט איינזינקענדיג אין א טיפע שלאף, אבער אין די זעלבע צייט זענען דריי-פערטל פון די גרופע ארויס אויפ'ן דאך וואו זיי האבן אנגענעם פארברענגט בסוד שיח א לענגערע צייט - גיי ווייס ווי לאנג.

איך בין אויפגעשטאנען ארום אכט אזייגער, זיך אנגעטון, צורעכט געמאכט און געזאגט ברכת התורה מיט קריאת שמע של שחרית. איך האב אויך אויפגעוועקט מיין זוהן צו ליינען קריאת שמע, אבער זייענדיג שטארק מיעד האט ער זיך תיכף צוריקגעלייגט, בשעת איך זעץ זיך אוועק ביים שיינעם בענקל און טישל פון צימער און נעם ארויס מיינע ספרים צום לערנען. קיין הייסע קאווע האב איך נישט געהאט, האב איך ארויסגענומען פון רענצל דעם דזשעי. דזשעי. קאפאטשינאו וואס איך האב נאך געהאט, און זיך מקיל געווען צו טרינקען דעם גאר זיסן געטראנק פאר'ן דאווענען - שיהא במקום קאווע.

איך האב געלערנט מיין שיעור מוסר, חסידות און אביסל משניות און גמרא, זיך געגרייט צום דאווענען, און ארויס אויפ'ן גרויסן דאך צו דאווענען תחת כיפת השמים.
נעם אין אכט
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל י"ח (ליזענסק!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעם אין אכט »

גיימער ליינען!

א שיינע זאך אזוי אינמיטן די וויזויהייסטעסשוין
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל י"ח (ליזענסק!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

נעם אין אכט האט געשריבן:
גיימער ליינען!

א שיינע זאך אזוי אינמיטן די וויזויהייסטעסשוין
וואט יו טאלקינג אבאוט?
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”