טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ל"ד (ירושלים ח"ג - ענדע!) ארויף

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6602
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל יא ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

לכאורה האט געשריבן:
די נעקסטע קאפיטל איז שוין אפגעשריבן, יא - דאסמאל האבן מיר דאס פארצייכנט אויף פענע און פאפיר ביים הערן ערשטהאנטיג פון אן עד ראי'

אנדערש ווי געווענליך וועט עס באשרייבן א השגחה פרטית וואס איז ארויסגעקומען אדאנק אונזער טאגבוך

האלט אייך געשפאנט, עס איז א מעשה וואס וועט מאכן כוואליעס און פילייכט גיין וויירעל בלעז

(ווען קומט עס? אדער היינט נאכט, אדער מארגן אי"ה)
wow די כוואליעס האב מיר שוין.. יעצט ווארט מען נאר פאר די מעשה..

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
משמש בקודש
שר ששת אלפים
תגובות: 6791
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 2:10 am
לאקאציע: Kollel

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל יא ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משמש בקודש »

מיר קוקן ארויס מיט שפאנונג.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9180
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל יא ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

אריינגעסיינט
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל יא ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

שוין איבערדערציילט די מעשה פאר עטליכע אידן, מיט די האפענונג עס זאל זיך מיר פליסיג ארויסגליטשן פון פעדערל לעת מצוא... די חברה זאגן אז עס איז א פיינע מעשה ב"ה
אוועטאר
תינוק
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2022 5:44 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל יא ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תינוק »

איך קען קוים ווארטן...!!!
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6602
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל יא ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

לכאורה האט געשריבן:
שוין איבערדערציילט די מעשה פאר עטליכע אידן, מיט די האפענונג עס זאל זיך מיר פליסיג ארויסגליטשן פון פעדערל לעת מצוא... די חברה זאגן אז עס איז א פיינע מעשה ב"ה
יאפ! ס'איז געלונגען! איך בין געווארן מער נייגעריג.

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3645
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל יא ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

נאָאָאָאָ????
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר

נישט שיין צומאכן נייגעריג אזוי סאך אידן…….
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
winner
שר האלף
תגובות: 1231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 9:35 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל יא ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך winner »

לכאורה האט געשריבן:
שוין איבערדערציילט די מעשה פאר עטליכע אידן, מיט די האפענונג עס זאל זיך מיר פליסיג ארויסגליטשן פון פעדערל לעת מצוא... די חברה זאגן אז עס איז א פיינע מעשה ב"ה
עס הייבט שוין אן גיין ווייערל.... ווי מען גייט און שטייט שמועסט מען ווען גייט שוין לכאורה ריליעסן זיין מעשה?......
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל יא ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

קאפיטל יב - ר' ישעי'לע אלס שדכן

הגם דער טאגבוך איז שוין בעצם אוועקגעפארן פון קערעסטיר און געפינט זיך שוין על אדמת פוילן, זענען מיר געצוואונגען איבערצוהאקן מיט א זייטיגע געשיכטע וואס האט נארוואס דערגרייכט אונזערע אויערן און קערט זיך פערזענליך אן מיט דעם טאגבוך. מיר גלייבן אז איר וועט הנאה האבן פון דעם עפיזאד און אונז מוחל זיין פאר'ן אוועקשענקן דערפאר א קאפיטל אין אונזער טאגבוך.

צייט: שבת קודש פרשת ראה תשפ"ב
ארט: קערעסטיר, אונגארן

ווי יעדן ליאדן שבת געפינען זיך אויך יעצט צענדליגער משפחות אין דעם שטאט וואס איז די לעצטע יארן געווארן ווי דער נערוו צענטער פון חרדי'שן אידנטום, ווען אידן פון נאנט און ווייט, פון אלע שטעט און לענדער רעכענען זיך אויס צו פארוויילן אפאר שעה אדער א גאנצן שבת במחיצת הצדיק הקדוש רבי ישעי' ב"ר משה זי"ע.

לויט איינער פון די שובתי שבת האט זיך דער צאל געסט געציילט גאנצע זעכציג פאמיליעס! ווען אין דעם איז אריינגערעכנט גרעסערע און קלענערע גרופעס און אויך איינצלנע רייזנדע, א שטייגער ווי 'שרה' - די העלדין פון אונזער געשיכטע.

דער ציבור איז פארזאמלט אין שול און מען דאוונט קבלת שבת מיט גרויס ברען, ווען גלייכצייטיג קומט אויך פאר א צוזאמקום אין אן אנדערן צימער וואו די נשים צדקניות דאווענען אינאיינעם מיט התרוממות. נאכ'ן דאווענען ווערט אויטאמאטיש א שמועס צווישן אלע אנוועזנדע און ווי דער שטייגער פון אידן און אידענעס ווערט מען גלייך באקאנט איינער מיט'ן צווייטן, אויב מען איז נישט ממש א בלוט קרוב איז מען כאטש א יוגנט פריינט מיט יענעמ'ס שכן טוב וכדומה.

נאכדעם וואס אלע פרויען קענען זיך שוין מער-ווייניגער מיט די נעמען און וואוינערטער, שטעלט זיך ארויס אז פון די צוויי מיידלעך וואס זענען פונקט דארט אויף שבת, איז איינע א גיורת וואס וואוינט אין וויען, עסטרייך. די גיורת - וועמען מיר וועלן רופן 'שרה' - האט שוין די לעצטע צוויי יאר (זינט זי האט זיך מגייר געווען ביי א פראמינענטער רב אין וויען) א פלאן צו רוען אין קערעסטיר אויף א שבת קודש, אבער עס האט זיך עפעס קיינמאל נישט געמאכט (לויט ווי זי זאגט, האט זי זיך פרובירט צו פארבינדן מיט די הכנסת אורחים'ס אין קערעסטיר אבער קיין אנטווארט איז קיינמאל געקומען). דעם ערב שבת האט זי באשלאסן אז זאל זיין וואס זאל זיין, זי הייבט זיך אויף און פארט קיין קערעסטיר. זי זעצט זיך ארויף אויף א באן אין וויען און פארט א וועג פון זעקס שעה קיין קערעסטיר. זי קען זיך ניטאמאל אויס מיט די הכנסת אורחים דארט און באשטעלט זיך א צימערל אין א גוי'אישע האטעל.

הערנדיג איר געשיכטע האט הרבנית רובין - די רעביצין פון ר' ישעי'לעס הויז - איר געלאדנט צו בלייבן עסן די סעודה ביי זיי, ווען זי לייגט צו פאר די ארומיגע אז פערצופאל איז דעם שבת אויך דא 'אברהם' - א לאנגיעריגער גר.

'אברהם' שטאמט פון אונגארן, ער האט זיך שוין מגייר געווען מיט צוועלף יאר צוריק און א גאנץ יאר זיצט ער און לערנט פלייסיג אין ישיבת קרעטשניף אין ארץ ישראל, און בלויז די צוויי וואכן פון בין הזמנים אין אב כאפט ער זיך אריבער קיין אונגארן צו באזוכן זיין היימלאנד. ער וויל ח"ו נישט איבערטרעטן דעם שטוב פון זיינע גוי'אישע עלטערן, ער קען דאך דארט קיין לעק וואסער נישט טרינקען, זיצט ער אפ די צוויי וואכן אין קערעסטיר און דארט אהין קומען זיינע עלטערן אים באזוכן ווען עס פארבענקט זיך זיי צו זען זייער פאראידישטן זוהן.

אז אברהם און שרה זענען ביידע בא בימים, האט מען נישט געדארפט קיין ציין צו אנטראגן איינעם פאר'ן אנדערן... אבער יעדע שידוך ברויך דאך א שדכן, און בפרט א האקעלע און סענסיטיווע צוזאמשטעל ווי דאס - ברויך זיכער א גאר פראפעסיאנאלע שדכן וואס זאל זיך דאס אונטערנעמען.

ברענג אריין אינעם בילד מרת גלאנץ פון בארא פארק.

מרת גלאנץ איז א געלונגענע שדכנ'טע מיט לאנגיעריגע ערפארונג, און איר הויפט ערפארונג איז אין אזויגערופענע 'ספעציעלע' און אומגעווענליכע שידוכים. מר. און מרת גלאנץ האבן זיך ארויסגעלאזט פון אמעריקע צו באזוכן מקומות הקדושים, און אויף שבת פרשת ראה האבן זיי באשטעלט די סעודות אין קראקא וואו זיי האבן געפלאנט צו וויילן [פילייכט אלס דער שבת בעפאר דער יארצייט פונעם תוספות יום טוב וועלכער רוט דארטן]. אויפ'ן וועג קיין קראקא האבן זיי ווי רוב רייזנדע געמאכט זייער וועג דורך קערעסטיר, וואו ליל ששי האבן זיי באזוכט ביי ר' ישעי'לע און זיך אויסגעבעטן אלעס גוטס.

פלוצלונג טרעפט זיך מר. גלאנץ אן מיט א היימיש פנים, ער דערקענט זיין שכן פון שול מר. פישביין! זיי באגריסן זיך העפליך און וואונטשן זיך צו אויסבעטן אלעס גוטס, ווען פלוצלונג געבט מר. פישביין א פרעג: "זאג נאר, דו בלייבסט דא אויף שבת?"

- "ניין", ענטפערט מר. גלאנץ, "מיר האבן רעזערווירט א שבת אין קראקא און מיר לאזן זיך אט ארויס אהין".

- "וואס מאכסטו זיך נאריש?... פון די גאנצע וועלט קומט מען אהער אויף שבת און דו גייסט אוועקפארן פון דא? אין קראקא קענסטו גיין נאך שבת, זיי מוחל בלייב אין קערעסטיר אויף שבת"... ווען ער לייגט אים צו, אז דער סיבה פון זיין יעצטיגע נסיעה איז צו קומען מעלדן א גוטע בשורה, אז ער איז בדרך פלא געהאלפן געווארן אינעם ענין וואס ער האט דא מזכיר געווען דעם פארלאפענעם ג' אייר, ביומא דהילולא קדישא פון הייליגן צדיק.

די ווערטער האבן עפעס אריינגעדרינגען אין מר. גלאנץ'ס מח, און ער רופט אן זיין מרת און מעלדט איר איין דעם טויש אין פלאן... מיר בלייבן אין קערעסטיר ביז איבער שבת!

ווען די ערפארענע שדכנית מרת גלאנץ האט פרייטאג צונאכטס געהערט אז צווישן די געסט געפינען זיך א בחור און א מיידל וועלכע זענען ביידע קינדער פון אברהם ושרה, האט זי זיך גלייך אריינגעלייגט דערין, גערעדט מיט דעם בחור און מיט די מיידל און דאן נאכאמאל מיט'ן בחור און נאכאמאל מיט די מיידל, און ביז דער ליבער שבת איז ארויס האט מען שוין כמעט געהאלטן ביי קריעת ים סוף.

דא האט זיך אבער געשאפן א שטיקל פראבלעם, ווייל בעת דער בחור איז א באקאנטער פנים אין קערעסטיר און משפחת רובין קען אים שוין גוט פון די יארן וואס ער קומט דא אויף בין הזמנים און עסט די סעודות מיט זיי [וכאן המקום צו באשרייבן איין פרט איבער דאס ערליכקייט פון דעם גר צדק: בעפאר מען האט זיך געשטעלט דאווענען, האט ער שטילערהייט געפרעגט זיינע שכנים אין שול אויב זיי פירן זיך צו 'דאווענען' אדער נישט... ווייל ער פערזענליך פירט זיך צו 'דאווענען', און עס קען אים שטערן אויב ארום אים הערשט נישט קיין קול תפלה און ער וועט זיין געצוואונגען צו זוכן אן אנדערע קביעת מקום לתפלה!!], איז די מיידל א פרעמדע דא, אן ערשטמאליגע גאסט, און וויאזוי וועט מען זיך נאכפרעגן אויף איר שטאפל אין אידישקייט, איר פערזענליכקייט און כאראקטער שטריכן?

דא קומט אריין דער טאגבוך... אבער צוערשט וועלן מיר צוריקדרייען דעם זייגער מיט אפאר וואכן.

זיצט זיך א אידעלע אין וויליאמסבורג און טראכט כסדר 'ווען וועט שוין קומען די צייט וואס איך וועל פראווען א נסיעה צו מקומות הקדושים, ווי רוב מנין ובנין פון כלל ישראל?'... יעדע מאל די מחשבה'לע איז אים אויפגעקומען האט ער דאס אפגעשטופט מיט א תירוץ אז אליינס וויל ער נישט פארן, און צוזאמנעמען די גאנצע משפחה איז גארנישט קיין לייכטע זאך - יעדע תקופה האט א צווייטער ברודער א פרישע סיבה נישט צו קענען אנטיילנעמען, און אזוי שטופט זיך דער נסיעה אפ פון חודש צו חודש און אזוי ווייטער.

זונטאג ואתחנן תשפ"ב - תשעה באב נאכמיטאג - באפאלט אים א רוח אז ער מוז טון צו דער זאך און זיך פראסט און פשוט אויפהייבן און פארן... ער רופט אן זיינע עלטערן נאכ'ן אויספאסטן און מעלדט זיי אז ער רישט זיך צו אונטערנעמען א נסיעה'לע און ער שלאגט פאר מיטצונעמען דעם טאטן, זאלן זיי צוויי ארומפארן און אויס'פועל'ן פאר אלעמען. דער טאטע איז מסכים, אבער בתנאי אז אויך די מאמע קומט מיט... נו, אז די עלטערן קומען ביידע מיט, באשליסט דער יונגערמאן אז אויך ער נעמט מיט זיין אידענע, און יעצט דארף מען נאר באשליסן ווען מען לאזט זיך ארויס אין וועג.

דער יונגערמאן האט זיך נאך גע'ישוב'ט אביסל אויב דער שבת אין קערעסטיר זאל זיין פרשת ראה (ר"ח אלול), אדער פרשת שופטים. אבער זיין מאמע האט אים געמאלדן אז זי האט שוין אפגעזאגט דעם דענטיסט אפוינטמענט פון פרשת ראה, און זי רישט זיך ארויסצופליען מיטוואך ראה און וויילן אויף שבת אין קערעסטיר.

אומר ועושה, מ'האט געביכלט בילעטן און אנגעהויבן אויסשטעלן א פונקטליכע פלאן וואו מען וויל אלץ זיין, און באשלאסן האט מען צו לאנדן אין וויען, עסטרייך פון וואו מען וועט תיכף צופארן קיין פרעשבורג, סלאוואקיי צום הייליגן חתם סופר און ממשיך זיין קיין אונגארן. מען האט באשטעלט א גוי וואס זאל זיי אפווארטן ביים לופטפעלד אין וויען מיט א באקוועמע אויטא און ארומפירן די פאר טעג אויף אלע מקומות הקדושים.

מאכט זיך אבער א פראבלעם, אז דער גוי'אישער דרייווער וואוינט אין וויען און האלט נישט ביים זיין אין די געגנט פון קערעסטיר איבער שבת, אבער די פאמיליע וויל דוקא אז דער דרייווער זאל זיין סמוך ונראה, אז זיי זאלן זיך קענען ארויסלאזן אין וועג תיכף נאכ'ן זמן מוצאי שבת און נישט דארפן ווארטן ביז א דרייווער קומט אן אהין זיי אפנעמען [אדער 'בכדי שיעשו'].

דאן ליינט דער יונגערמאן אונזער טאגבוך, און באמערקט אז מיר האבן זיך באנוצט מיט א איד ר' שלמה קורץ פון וויען אלס דרייווער אין אונגארן און מיר זענען געווען זייער צופרידן ב"ה. ער פארבינדט זיך מיט אונז און בעט אונז א קאנטאקט נומער אדער אימעיל פון ר' שלמה'ן. מיטוואך עקב אינדערפרי שרייבן מיר אים דער וואטסעפפ און אימעיל פון ר' שלמה, און ער לאזט אים א מעסעדזש.

נישט לאנג דערויף פארבינדט זיך ר' שלמה מיט אונזער יונגערמאן, ער הערט זייערע פלענער און זאגט אז ער איז גרייט - פאר נאך אפאר הונדערט דאלער - צו וויילן מיט זיי אין קערעסטיר אויף שבת, און דער מקח איז געשלאסן געווארן. מען האט אפגעזאגט דעם גוי, און אויפגענומען ר' שלמה קורץ אלס מנהיג פאר די היימישע משפחה'לע וואס באשטייט פון א מיטליעריגע פארפאלק און זייער זוהן און שניר.

די פיר פאמיליע מיטגלידער האבן זיך געהויבן מיטוואך פ' ראה פון ניו יארק און געלאנדעט דאנערשטאג אין וויען, ר' שלמה האט זיי שוין אפגעווארט און זיי אנגעהויבן ארומפירן אויף די הייליגע ערטער (חת"ס, בודאפעסט, ראצפערט, קאלוב), און ליל ששי זענען זיי אנגעקומען קיין קערעסטיר וואו זיי זענען שוין געבליבן ביז איבער שבת.

ווען די שדכנ'טע מרת גלאנץ האט געוואלט הערן מער איינצלהייטן איבער די חשוב'ע 'שרה', האט זיך ארויסגעשטעלט אז צווישן די זעכציג פאמיליעס אין קערעסטיר איז דא איין איד פון איר היימשטאט וויען, און דער איד איז נישט קיין אנדערער ווי ר' שלמה קורץ.

מען פרעגט ר' שלמה אויב ער וואלט געוואוסט צו זאגן אינפארמאציע אויף די גיורת, און ער רופט זיך אן: "זי? זי עסט דאך ביי מיר אין די שבתים!!!"

ר' שלמה האט געגעבן די בעסטע אינפארמאציע, און מוצאי שבת איז פארגעקומען די ערשטע באשוי צווישן אברהם און שרה.

דאנערשטאג פרשת שופטים האט מען געטרינקען לחיים! מזל טוב - מזל טוב!
אוועטאר
myrtle
שר חמש מאות
תגובות: 506
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 25, 2019 4:42 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יב (השגחה פרטית מעשה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך myrtle »

Wow wow wow wow
צו בארשט דארף מען נישט שטיין אין די ליין
קרעדיט ...
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9180
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יב (השגחה פרטית מעשה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

די מעשה איז געוואלדיג - די פענע און די דעטאלען דאס איז דאך קנאקעדיג!!!…

הערליך און א שיינעם דאנק פארען נעמען די מיה.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
תינוק
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2022 5:44 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יב (השגחה פרטית מעשה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תינוק »

אויסנאם מעשה, אנבעליוועבל. מה רבו מעשיך ה'!

באשריבן אזוי זיס, מ'קען באקושן יעדע ווארט
אוועטאר
כפרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3600
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יב (השגחה פרטית מעשה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

גאר שיין.
עסקת בפרי' ורבי'
שטיצט די געשעפטן וואס לייגן די פרייזן אויף די שעלפ'ס.
#ווייז-די-פרייז
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יב (השגחה פרטית מעשה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

WOW א מורא'דיגע האראויפשטעלנדע געשיכטע און אזוי גוט אראפגעלייגט.

געליינט אין איין אטעם, א דאנק מנהל פארן מיטטיילן.
אוועטאר
יז בתמוז
שר האלפיים
תגובות: 2674
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 13, 2006 1:28 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יב (השגחה פרטית מעשה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יז בתמוז »

איך האב נאכנישט אריינגעטשעקט אין דעם אשכול ביז היינט, אבער נאך דעם קאפיטל, מוז איך מגיב זיין.

מ'קען זאגן אז דאס גאנצע נסיעה האט זיך אויסגעצאלט פאר די מעשה.

מה רבו מעשיך השם, ווער קען פארשטיין דעם באשעפער'ס דרכים.

און אז איך בין שוין דא וועל איך זיך באדאנקן פאר דעם שרייבער פון די קאפיטלעך, זייער שיין און באלערנד. מיר האבן הנאה צו ליינען יעדעס קאפיטל עקסטער.
משמש בקודש
שר ששת אלפים
תגובות: 6791
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 2:10 am
לאקאציע: Kollel

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יב (השגחה פרטית מעשה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משמש בקודש »

אייוועלט ברענגט שידוכים ;l;p-

שטא קיין ווערטער
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יב (השגחה פרטית מעשה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

הפלא ופלא!!!
כ'מיין ווען די מעשה פאסירט ווען מיט אפאר טאגביכער צוריק, וואלט זיך ארחיקה פארשפארט א שפאר ביסל ארבעט.... מ'שטיינס געזאגט.. מ'פארארבעט דאך גרויסע מעשים...
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3645
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יב (השגחה פרטית מעשה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

Wow! השגחה פרטית.

דיין שפראך איז עפעס מוראדיג!
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
אוועטאר
ארבעטסגעבער
שר האלפיים
תגובות: 2364
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 01, 2021 9:59 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יב (השגחה פרטית מעשה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארבעטסגעבער »

Wow דאס איז א מעשה!! ישר כח פארן מיטטיילן!!
עס איז ענדערש צו שווייגן און אויסזעהן ווי א טיפוש,
ווי צו עפענען דאס מויל און איבערצייגן אז ס׳איז ריכטיג.
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יב (השגחה פרטית מעשה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

מטעמים האט געשריבן:
די מעשה איז געוואלדיג - די פענע און די דעטאלען דאס איז דאך קנאקעדיג!!!…

הערליך און א שיינעם דאנק פארען נעמען די מיה.
אין מילים!
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יב (השגחה פרטית מעשה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

מזל טוב!

כאף אז דער מנהל העט פארן צום חתונה, אזוי העמיר פארדינען נאך א טאגבוך און אפשר גאר מיט א באונעס השגחה פרטית מעשה.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
דזיקוב'ער
שר האלף
תגובות: 1339
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 9:14 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יב (השגחה פרטית מעשה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזיקוב'ער »

מנהל טייערע!
אויף אזא מעשה האב איך זיך נישט געראכטן ס'האט מיר ממש געברענגט טרערן אין די אויגן במלא מובן המלה צו זעהן ווי דער הייליגער באשעפער דער כל יכול פירט זיך זיין וועלטל.
ס'איז באקאנט אז דער הייליגער בעל שם טוב האט געזאגט אויפ'ן גרויסן מלחמה וואס איז געווען בשעתו דאכט זיך מיר צווישן רוסלאנד און טערקיי אז די גאנצע מלחמה איז נאר געווען צוזאם צו פארן א אידישע זיווג.

פון די צווייטע זייט דארף זיך די מנהל צויאגן מיט'ן שרייבן ווער ווייסט וואסערע נאך זאכן קען ארויסקומען......
ארץ אל תכסי דמם ואל יהי מקום לזעקתם
את אלה מזבחות זכור ואלה עקדות תראה
ונקם ישיב לצריו וכפר אדמתו עמו
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יב (השגחה פרטית מעשה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

זעהר א שיינע מעשה, און זעהר שיין אראפגעשריבן...

יישר כח
אוועטאר
קאפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5640
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 11:59 pm
לאקאציע: בעדפארד סטייוועסענט נ.י.

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יב (השגחה פרטית מעשה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאפעלע »

Wow! אומגלויבלעך!

א ריזן דאנק פאר די קאפיטלעך ביז אהער און ספעציעל פאר די יעצטיגע באונעס.. צום באלעקן.
לינק?
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”