טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ל"ד (ירושלים ח"ג - ענדע!) ארויף

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יז בתמוז
שר האלפיים
תגובות: 2674
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 13, 2006 1:28 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יג (א שחרית אין צאנז) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יז בתמוז »

לכאורה האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
איך האב נישט קיין בילדער פון די אינערליכע טיילן פונעם האטעל, נאר פון די גאס קעגנאיבער, פון פענסטער ארויס

א גוגעל זוכעניש צייגט אז ס'דא כאטש דריי פאנאראמע האטעל אין נאווי-סאד
איינער האט מיר מעורר געווען אין אישי אז נאווי-סאד איז אין סערביע...

אט איז א גוגעל לינק צו אונזער האטעל: https://www.google.com/travel/hotels/en ... ource=htls
בין איך געווען אין צאנז איצט א שבת פאר סליחות און אויך איינגעשטאנען אין דעם האטעל מיט נאך אסאך אידן.
די פארקינג פונעם האטעל איז אין בעק פונעם האטעל, און מ'דארף אריינפארן צווישן די הייזער דארט צו פארקן, האט זיך דיר געדאכט אז ער פארט אין הינטער געסעלאך.

אגב די a מיט וואס זיי שרייבן נאווי סאדז האט אזא שטרעכל פון אונטן, דאס ליינט מען אין פויליש מיט אן N נאכן a.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יג (א שחרית אין צאנז) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

שמואלי לענעראוויטש האט געשריבן:
א געשמאק געווען צו לעזן, יישר כח מנהל.

איין זאך כאפ איך נישט פארוואס אייער באגלייטער האט פארפירט אויף זיין צימער וואס ער האט פון אנפאנג באקומען. אויב גייט מען סייווי דאווענען 'ברב עם' זאל מען אריינגיין אינעם צווייטן צימער? (איך פארשטיי טאקע אז דער דריטער צימער איז נישט געווען קיין אפציע זינט יושע מנחם האט געדארפט כאפן זיין נאפעץ)
איך קען נישט ענטפערן אין זיין נאמען, אבער מעגליך אז אויך ביים שלאף האט ער געוואלט האבן קלארע לויטערע לופט דורכ'ן פענסטער, נישט וואס גייט דורך א קלויסטער (כידוע האבן צדיקים ביים שלאפן אויפגעטון אפילו מער ווי בהקיץ)
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יג (א שחרית אין צאנז) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יז בתמוז האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
איך האב נישט קיין בילדער פון די אינערליכע טיילן פונעם האטעל, נאר פון די גאס קעגנאיבער, פון פענסטער ארויס

א גוגעל זוכעניש צייגט אז ס'דא כאטש דריי פאנאראמע האטעל אין נאווי-סאד
איינער האט מיר מעורר געווען אין אישי אז נאווי-סאד איז אין סערביע...

אט איז א גוגעל לינק צו אונזער האטעל: https://www.google.com/travel/hotels/en ... ource=htls
בין איך געווען אין צאנז איצט א שבת פאר סליחות און אויך איינגעשטאנען אין דעם האטעל מיט נאך אסאך אידן.
די פארקינג פונעם האטעל איז אין בעק פונעם האטעל, און מ'דארף אריינפארן צווישן די הייזער דארט צו פארקן, האט זיך דיר געדאכט אז ער פארט אין הינטער געסעלאך.

אגב די a מיט וואס זיי שרייבן נאווי סאדז האט אזא שטרעכל פון אונטן, דאס ליינט מען אין פויליש מיט אן N נאכן a.
פשיהא, ס'לוינט מיר די גאנצע טאגבוך צו געוואויר ווערן פרישע חידושים ביי יעדע קאפיטל. יישר כח פאר'ן שרייבן.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יג (א שחרית אין צאנז) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

לכאורה האט געשריבן:
איך קען נישט ענטפערן אין זיין נאמען, אבער מעגליך אז אויך ביים שלאף האט ער געוואלט האבן קלארע לויטערע לופט דורכ'ן פענסטער, נישט וואס גייט דורך א קלויסטער (כידוע האבן צדיקים ביים שלאפן אויפגעטון אפילו מער ווי בהקיץ)
נישט געוואוסט אז דער רב האט די זכי' צו פארן מיט אזעלכע דערהויבענע צדיקים...

-------

ריזן ישר כח פאר דעם נייעם קאפיטל.
אוועטאר
שמואלי לענעראוויטש
שר האלף
תגובות: 1781
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 19, 2021 11:10 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יג (א שחרית אין צאנז) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואלי לענעראוויטש »

צל עובר האט געשריבן:
נישט געוואוסט אז דער רב האט די זכי' צו פארן מיט אזעלכע דערהויבענע צדיקים...
רט

קוקט אויס ווי דער באגלייטער איז גאר דער 'הבאגלייטער' פונעם רב וואס פילע מענטשן האבן מעיד געווען אז ער פלעגט שפייזן און ארומרייזן מיט די ל"ו צדיקים גילוים - נו גילוי...
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9181
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יג (א שחרית אין צאנז) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

געוואלדיג שטארק הנאה געהאט - קיעפ דעם קאמינג.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
דייווער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 295
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 12, 2014 9:36 pm
לאקאציע: ים התלמוד

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יג (א שחרית אין צאנז) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דייווער »

יישר כח פאר די הערליכע קאפיטאל.

וועגן דרייווען לאנג, איך בין געווען אין יוראפ פארגאנגענעם זוממער און געדרייווד 18 שעה און א צי, נאר זיך אפגעשטעלט פאר 20 מינוט אין קאלוב און פאר 20 מינוט אין מאדע, און 2 מאל פאר ביהכ״ס און געז.

אוי בין איך געווען פארמאטערט נאכדעם…

סאיז אזא געוויסע טריל צי האלטן דעם רעדל פאר שעות.
זה נהנה וזה נהנה! ביים קויפן קריפטא

סייינטס אייך אויף מיט מיין לינק אויף Coinebase און באקומט $10 ביטקוין.
קוין בעיס לינק - $10 ביטקוין בחינם
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יג (א שחרית אין צאנז) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

א גרויסן דאנק כבוד המנהל פאר'ן מהנה זיין מיט די שיינע קאפיטל.

יעדעס ווארט איז צום באלעקן זיך, און לאז אונז ביטע נישט לאנג ווארטן ביז צום נעקסט'ן קאפיטל.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יג (א שחרית אין צאנז) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יישר כח אלע באדאנקער

די ימים טובים זענען פארביי און צוריק זענען די געווענליכע ימי המעשה, ווען מען האפט צו טרעפן צייט כאטש וועכנטליך צו שרייבן א קאפיטל
אוועטאר
אחר חצות
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2022 5:31 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יג (א שחרית אין צאנז) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחר חצות »

לכאורה האט געשריבן:
יישר כח אלע באדאנקער

די ימים טובים זענען פארביי און צוריק זענען די געווענליכע ימי המעשה, ווען מען האפט צו טרעפן צייט כאטש וועכנטליך צו שרייבן א קאפיטל

;l;p- ;l;p-
יעס
@פאראויס האט גענאגלט די סיטואציע... כאפט א בליק,

viewtopic.php?p=4637906#p4637906
אוועטאר
דבר החרדים מירושלים
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 14, 2017 4:50 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יג (א שחרית אין צאנז) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דבר החרדים מירושלים »

זיסע שפראך! הערליך,
דערמאנסט מיר אין די שיינע פאנאראמעס ארום צאנז געגנט וואס זענען אויסטערליש!
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יג (א שחרית אין צאנז) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

לכאורה האט געשריבן:
יישר כח אלע באדאנקער

די ימים טובים זענען פארביי און צוריק זענען די געווענליכע ימי המעשה, ווען מען האפט צו טרעפן צייט כאטש וועכנטליך צו שרייבן א קאפיטל
אהא..
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9181
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יג (א שחרית אין צאנז) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

נו טאקע ווען?
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3645
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יג (א שחרית אין צאנז) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

שוין אריבער א וואך זינט.
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יג (א שחרית אין צאנז) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ארחיקה נדד האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
יישר כח אלע באדאנקער

די ימים טובים זענען פארביי און צוריק זענען די געווענליכע ימי המעשה, ווען מען האפט צו טרעפן צייט כאטש וועכנטליך צו שרייבן א קאפיטל
אהא..
אה, דא ביסטו... כ'זוך דיך ארום די לעצטע צוויי וואכן צוליב א חתן-בראשית קידוש, והילד איננו...

פונקט דעם שבת אדער נעקסטע שבת, ווען איך קלער צו זיין אוועק פון שטאט, וועסטו געבן א שטעל אראפ א טעצל קעיק און מיר נאכדעם דערציילן וואס איך האב פארפאסט

---
לענינינו, אויף היינט נאכט איז נאך דא ארבעט, עס ווערט געשאצט אז ערגעץ צווישן מאנטאג און דינסטאג וועט אי"ה קומען א קאפיטל מיט'ן נאמען "דער צאנזער תנועה".
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יג (א שחרית אין צאנז) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

לכאורה האט געשריבן:
ארחיקה נדד האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
יישר כח אלע באדאנקער

די ימים טובים זענען פארביי און צוריק זענען די געווענליכע ימי המעשה, ווען מען האפט צו טרעפן צייט כאטש וועכנטליך צו שרייבן א קאפיטל
אהא..
אה, דא ביסטו... כ'זוך דיך ארום די לעצטע צוויי וואכן צוליב א חתן-בראשית קידוש, והילד איננו...

פונקט דעם שבת אדער נעקסטע שבת, ווען איך קלער צו זיין אוועק פון שטאט, וועסטו געבן א שטעל אראפ א טעצל קעיק און מיר נאכדעם דערציילן וואס איך האב פארפאסט

---
לענינינו, אויף היינט נאכט איז נאך דא ארבעט, עס ווערט געשאצט אז ערגעץ צווישן מאנטאג און דינסטאג וועט אי"ה קומען א קאפיטל מיט'ן נאמען "דער צאנזער תנועה".
זעה נאר צו פארן וירא! אי"ה די וואך שבת לך קומט א קידוש אזש די קעצלעך אין שטעטל וועלן צובאקומען שווערע פונטן בלויז פון די שיריים...
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
טעמטי
פורים רב תשפ"ג
תגובות: 4069
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 04, 2021 12:29 am
לאקאציע: עראונד די אנדערע קארנער
פארבינד זיך:

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יג (א שחרית אין צאנז) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמטי »

לכאורה האט געשריבן:
ארחיקה נדד האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
יישר כח אלע באדאנקער

די ימים טובים זענען פארביי און צוריק זענען די געווענליכע ימי המעשה, ווען מען האפט צו טרעפן צייט כאטש וועכנטליך צו שרייבן א קאפיטל
אהא..
אה, דא ביסטו... כ'זוך דיך ארום די לעצטע צוויי וואכן צוליב א חתן-בראשית קידוש, והילד איננו...

פונקט דעם שבת אדער נעקסטע שבת, ווען איך קלער צו זיין אוועק פון שטאט, וועסטו געבן א שטעל אראפ א טעצל קעיק און מיר נאכדעם דערציילן וואס איך האב פארפאסט
איים אין דע סעים פעין!
א מענטש טראכט, און טעמטי שרייבט.

אני מתנחל, כן

טעמו וראו, כי...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יג (א שחרית אין צאנז) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ארחיקה נדד האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
ארחיקה נדד האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
יישר כח אלע באדאנקער

די ימים טובים זענען פארביי און צוריק זענען די געווענליכע ימי המעשה, ווען מען האפט צו טרעפן צייט כאטש וועכנטליך צו שרייבן א קאפיטל
אהא..
אה, דא ביסטו... כ'זוך דיך ארום די לעצטע צוויי וואכן צוליב א חתן-בראשית קידוש, והילד איננו...

פונקט דעם שבת אדער נעקסטע שבת, ווען איך קלער צו זיין אוועק פון שטאט, וועסטו געבן א שטעל אראפ א טעצל קעיק און מיר נאכדעם דערציילן וואס איך האב פארפאסט

---
לענינינו, אויף היינט נאכט איז נאך דא ארבעט, עס ווערט געשאצט אז ערגעץ צווישן מאנטאג און דינסטאג וועט אי"ה קומען א קאפיטל מיט'ן נאמען "דער צאנזער תנועה".
זעה נאר צו פארן וירא! אי"ה די וואך שבת לך קומט א קידוש אזש די קעצלעך אין שטעטל וועלן צובאקומען שווערע פונטן בלויז פון די שיריים...
וירא זענען מיר אי"ה אין ארמון האטעל אין קאנעטיקוט [שבת רינועל], אויף לך זענען מיר נאך מסופק
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2594
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יג (א שחרית אין צאנז) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

און דעס יאר האף איך קומט א טאגבוך אוך
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יג (א שחרית אין צאנז) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

מוצא שפתיך תשמור, גיימיר זיך נעמען פירקלען
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יג (א שחרית אין צאנז) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

קאפיטל י"ד - די צאנזע תנועה...
דער וועג צווישן די פאנאראמע האטעל און דער בית החיים געדויערט אפאר מינוט, מען פארט אריבער צו אן אנדערע געגנט. ווי מיר הערן פון אונזער באגלייטער (וועלכער איז נישט דאס ערשטע מאל יעצט ביים הייליגן רב - כלשונו) געפינט זיך דער גאנצער בית החיים אונטער די אייגנטומערשאפט פון אן אינדוסטריאלע פירמע וועלכע פארפיגט אויפ'ן גאנצן שטח ארום, און זיי האבן געטון א גאנצע טובה מיט'ן שענקן ערלויבעניש פאר מענטשן צוצוקומען און מתפלל זיין. מען זעט טאקע א שילד אויף עטליכע שפראכן מיט א גאנצע דאנק פאר די פאבריק וואס האט זיך אזוי שיין אהערגעשטעלט אנבאלאנגט דער אידישער בית החיים אין צאנז.

יושע מנחם ווייסט שוין פונקטליך וואו ער דארף צופארן, ער שטעלט אראפ זיין אויטא פארנט פון א הייזקע פונקט קענגאיבער דעם בית החיים, און צייגט אונז אן צו דרוקן דעם קנעפל פונעם 'בעל' (באזזער) ביים צוים, וואס קלינגט צום שטוב פון די שומר'טע וואס וואוינט אין דעם הויז. איינער פון אונז דרוקט דעם גלאק, און ספאנטאן געבט זיך א ריק אוועק די פירהאנג אויפ'ן צווייטן און אויבערשטן שטאק פון די געביידע, און א באבושקע שרייט ארויס פון פענסטער אז זי קומט שוין אראפ צו אונז. מיר האבן געמיינט אז דאס איז א פוילישע פרוי, פונקט ווי אלע אנדערע שומרים פון די בתי חיים וועלכע זענען לאקאלע ערלים, אבער ביים איבערגעבן א גרוס פאר הרב יואל הלברשטאם שליט"א דער מנהל פון בוני צאנז וועמען מיר האבן געטראפן ביי א שמחה מיט עטליכע וואכן שפעטער, האט ער אונז געזאגט אז זי איז גאר א אידענע - הגם ליידער נישט קיין שומרת תורה ומצוות. לויט רבי יואל האלט זי אן די טראדיציע פון די משפחה עטליכע דורות ארויף צו היטן אויף דעם בית החיים.

די שומרת קומט ארויס צו אונז פון איר הויף און פרעגט אונז וואו מיר ווילן גיין, אין בית החיים אדער אין הכנסת אורחים. מיר האבן אויסגעקליבן דאס לעצטע, וויבאלד מיר האבן געוואלט כאפן א מקוה און זיך עטוואס דערכאפן דאס הארץ בעפאר'ן ארויפגיין [ליין: אריינגיין, עס איז א פלאכע ארט] צום ציון הקדוש. זי פירט אונז צום אנדערן זייט בלאק, וואו מיר זעען שוין א גאנצע מערכה פון אידישע צעטלעך מיט אנווייזונגען, אויך א טענט איז דארט געווען אויפגעשטעלט, שיריים פון די צאנזער יארצייט קנאפע צוויי וואכן פריער [כ"ה ניסן; מיר זענען דארט געווען י' אייר]. מיר גייען איר נאך צום הכנסת אורחים, און זי צייגט אונז צוויי באזונדערע הייזער, איינס פארמאגט א מקוה און די אנדערע א שול מיט אן עסזאל און צובייס. דא האט זיך אונזער חבורה צעטיילט, ווען טייל זענען באלד געלאפן אין מקוה [דארט קען מען באצאלן מיט עטליכע סארט וואלוטע, ווי אויך ק"ק דאכט זיך, עס קוקט אויס גאנץ אן אהערגעשטעלטע סיסטעם] און איך בין געגאנגען כאפן א קאווע, נאכדעם וואס די פריערדיגע קאווע מיינע איז געווען אין ראצפערט נאנט צו א קיילעכיגע מעת-לעת פריער.

די עסזאל איז פיין צוגערישט מיט אלע סארט גרייטע מאכלים וואס מען קען פארבייסן, אויך קען מען אנווארעמען פארשידענע מאכלים וואס ליגן שיין פארפאקט פון פאבריק, א רייכע אויסוואל פון מאכלים ומשקאות צוגעשטעלט דורך "בוני צאנז" וואס געבט זיך שיין אפ מיט'ן פלאץ רונדע דעם יאר. די ערשטע זאך האב איך גענומען א קאווע, און דערצו האב איך פארביסן קיכלעך פון א שאכטל וואס איז געווען אויפ'ן טיש. אזוי ווי אברהם אבינו'ס געצעלט האט געהאט א טיר פון יעדע זייט אז די אורחים זאלן קענען אריינקומען פון איבעראל, אזוי איז אין דעם צימער - ווי אויך אינעם מקוה און אינעם בית החיים - דא ביי יעדע ווינקל א ספעציעלע קערבל מיט א צעטל אויפ'ן דרוקסארט [לעטערהעד] פון "צאנזער שטיבל" אויף אידיש און אויף לשון הקודש אז מען זאל ביטע געבן א טיפ פאר די שומרת, וועלכע היט שוין דאס ארט פערציג יאר!

ווי פארשטענדליך האב איך אריינגעשטעלט אפאר דאלער [אדער אן איינצלנע, ששש] אין איינע פון די קיישעלעך, אבער וויבאלד עס איז דא אזויפיל דערפון, איז שווער פאר די שומרת צו האלטן חשבון ווער עס האט שוין געגעבן און ווער נישט, אויך איז גרינגער זיך צו גענצליך ארויסדרייען דערפון (ח"ו) וויבאלד מען געבט עס נישט פאר'ן שומר אין האנט אריין. למעשה, וויבאלד זי איז מסופק אויף יעדן איינעם צי מען האט שוין געגעבן אדער נישט, האט זי זיך איינגעפירט אזא מנהג אז בשעת דער עולם דרייט זיך און פרייט זיך, גייענדיג פון די מקוה צו די הכנות און פון די הכנות צו די קאווע און מזונות, קומט זי שטילערהייט צו איטליכן, און ברומט זיך אונטער מיט א ספעציעלע תנועה "ש-ו-מ-ר ג-ע-ל-ט!!!"... ווי א פריינטליכע דערמאנונג און אויפפאדערונג מען זאל חלילה נישט פארגעסן פון איר. קוקט אויס זי האט אנגענומען א חומרא'דיגע שיטה אין דער שיעור פון זמן שכחה, ווייל אין די קורצע צייט וואס איך האב דארט געוויילט האב איך אזויפיל מאל געהערט פון איר דעם דערמאנונג, אז נאך יעצט געדענק איך דעם אינטערעסאנטן תנועה דערפון [עס גייט אזוי בטעם עליון... מסתמא א תנועה וואס שטאמט נאך פון אירע עלטערן און אור עלטערן, און דערפאר האב איך דאס א נאמען געגעבן 'די צאנזע תנועה'].

די פלא איז געווען אז פון אלע פיר מיטגלידער אין אונזער גרופע, האב נאר איך געהערט דעם תנועה פון איר, און טאקע מערערע מאל, בעת די אנדערע האבן נישט געוואוסט וואס איך וויל פון זיי ווען איך האב די קומענדיגע פאר מעת לעת גע'חזר'ט פאר מיר די נודזשענדע תנועה וואס איך האב זיך דערלערנט אין צאנז... איך גלייב אז זייערע אויערן זענען אזוי אויסגעאיידלט אז מן השמים האט מען זיי פארהיטן פון הערן די קול באשה.

נאכ'ן קומען צו זיך מיט א פיינע הייסע קאווע און א שיינע שיעור מזונות, האב איך געבענטשט און זיך אריבערגעכאפט צום אנדערן בנין צו כאפן א טבילה. דער מקוה איז הערליך שיין, ממש א יופי, א פרישע בנין מיט די נייעסטע טעכנאלאגיעס. א ריזיגע שענקל מיט צענדליגער האנטוכער איז געשטאנען גרייט פאר'ן באנוץ פון סיי ווער עס קומט צום הייליגן מקום, אויך איז דא דארט א הערליכע שאוער צימער [איך ווייס נישט צי מ'האט עקסטערע געדארפט באצאלן פאר זייף וכדומה, איך האב זיך בלויז גע'טובל'ט כדרכי], אבער איין זאך בעט איך אייך... דעם פילטער פון די מקוה זאלט איר לאזן במנוחה! א גרויסע שילד הענגט אויף די וואנט נעבן דעם בור הטבילה, געשריבן אויף לשון הקודש און עקסטער אויף אידיש, אז דער פילטער איז ספעציעל אויסגעארבעט אז די מקוה זאל אויך זיין כשר בשעת עס ארבעט, און קיינער זאל עס ביטע נישט פארלעשן ווייל ער וועט בלויז פאראורזאכן א שאדן פאר'ן ציבור.

דער בור הטבילה איז הערליך שיין, מארבל און שיינע לייטס פון אלע זייטן, בכלל איז די גאנצע מקוה גוט אהערגעשטעלט, מיט הייצונג און קילונג לויט'ן געברויך; בקיצור: א קידוש השם. אינדרויסן פון די מקוה איז דא הכנות צימערן, וואס טייל פון אונזער גרופע האט זיך אהין אריינגעכאפט אלס טייל פון די הכנות צום עלייה לציון.

דאס הארץ איז שוין דערכאפט, דער קערפער גערייניגט און אויפגעפרישט, יעצט איז צייט צו גיין צום זיידן! כמעט ביי יעדע ציון איז אויסגעקומען אז איך בין געווענליך אריין דער ערשטער אינעם אוהל הקדוש און אנגעהויבן דעם סדר התפלה, און אויך אין צאנז איז נישט געווען אנדערש. פארנט פונעם אריינגאנג צום בית החיים שטייט א שילד אז כהנים זאלן אכט געבן וואו זיי שטייען, ווייל אויך א טייל פונעם טראטואר און זאגאר שאסיי פארנט פונעם בית החיים איז אמאל געווען טייל פונעם פעלד און מען טרעט אויף קברים רח"ל. אריינגייענדיג אין בית החיים האב איך געזען מענטשן ארויסקומען, מיר זענען קענטיג נישט געווען די איינציגסטע אידן זיך צו וואלגערן יעצט אין פוילן, זאל יעדער האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס.

מען שפאצירט א לאנגע וועג פונעם טויער פון ביה"ח ביז מען דערגרייכט דעם אוהל הקדוש פונעם צאנזער זיידן זי"ע, און אונטערוועגנס איז אינטערעסאנט צו באטראכטן די אלע אור אלטע מציבות און טיילמאל העכסט אינטערעסאנטע אויפשריפטן. אונטערוועגנס באגעגנט מען זיך למשל מיט א קבר אחים פון קדושי לימנוב וועלכע זענען קאלטבלוטיג ערמארדעט געווארן בשנת תש"ב דורך די נאציס ימ"ש, און זענען עטליכע יאר שפעטער אריבערגעפירט געווארן לקבורה אויפ'ן צאנזער בית עלמין. אויף אן אנדערע ארט איז דא א גרויסע מצבה פאר די נפטרים פון שטאט מעליץ וועלכע מען האט געמוזט מפנה זיין בשנת תשמ"ט, און מיט גרויס השתדלות האט מען זיי אריבערגעברענגט קיין צאנז לקבורה.

אט שטיי איך פארנט פונעם הייליגן אוהל פונעם זיידן זי"ע... א סקרוך לויפט דורך די ביינער וויסנדיג ווי ווייט אפגעריקט ברוחניות מיר שטייען פון דעם מלאך אלקים וועלכער האט געריסן פון זיך שטיקער פאר'ן באשעפער טאג טעגליך, דינענדיג השי"ת מיט מסירת נפש ממש במלוא מובן המילה זייענדיג א מדוכה ביסורים, און דא שטייען מיר - קוים זיבן דורות שפעטער - קל וריק, אויסגעזעקלט פון יעדע זיק. אבער א זיידע בלייבט א זיידע, און ווי פארכטיג עס איז אריינצוגיין, ווייסט מען אז א זיידע נעמט אלעמאל אויף יעדן אייניקל באשר הוא שם. דער אוהל איז געווען ליידיג ווען מיר זענען אריינגעקומען, און אויך ווילאנג מיר האבן געזאגט די פאר קאפיטלעך תהלים וואו מיר האבן געהאלטן אויף די רייע. מיר האבן געכאפט א שפאציר אויף די לענג פון דעם צימער, וואו עס ליגן באהאלטן עטליכע קינדער, אייניקלעך און אור אייניקלעך פונעם הייליגן זיידן. א ספעציעלע צוים איז געבויעט איבער די קבר פונעם צאנזער רב זי"ע, אויך ארום די קבר פון זיין זוהן רבי אהרן זי"ע וואס ליגט צורעכטס פון אים [ווען מען שטייט קעגנאיבער די מציבות], ווען אויף די לינקע זייט טרעפט מען די קברים פון רבי מאיר נתן זצ"ל בן הדברי חיים, רבי משה'לע שינאווער זי"ע און זיין זוהן ר' ארי' לייבוש מרדכי זי"ע.

עס איז דא א גאר שמאלע דורכגאנג ביים עק שטוב צו קענען צוקומען צו די מציבות אליינס, איך האב זיך דארט אריינגעקוועטשט און זיך געשטעלט הארט נעבן דעם זיידנ'ס מצבה וואו איך האב געזאגט תהלים און פארגעליינט אלע קוויטלעך און אויסגעזאגט הויך אלע בקשות. ביים זייט פונעם ציון איז דא נאך אפאר מציבות, דאכט זיך פון א קינד און אייניקל פון קרייזער רב, די וועלכע האבן משמש געווען ברבנות אין שטאט צאנז ביז'ן קריג, און אינדרויסן פונעם אהל געפינט זיך די קבר פון די מומע נחמה'לע רובין ע"ה, א טאכטער פון הייליגן רב זי"ע. ווען איך בין געווען אויפ'ן וועג ארויס פונעם בית החיים, זענען ערשט אריינגעקומען די איבריגע פונעם גרופע, האב איך געוואוסט אז איך האב נאך צייט צו כאפן א לערן א.ד.ג. און איך בין טאקע צוריק צום הכנסת אורחים וואו עס געפינט זיך אויך א שול מיט אלע צוגעהערן, איך האב געלערנט אביסל פון די ספרים וואס איך האב געטראפן דארט, און דאן בין איך אריין אין פריוואטן צימער [געדויערט א וויילע ביז איך האב געטראפן דעם אנצינדער פאר'ן לעקטער, עס איז געווען ערגעץ אינדרויסן...], און ווען איך בין ארויסגעקומען איז שוין דער עולם געווען גרייט צו פארן ווייטער, ויסעו.
אוועטאר
אחר חצות
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2022 5:31 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יג (א שחרית אין צאנז) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחר חצות »

האהאהא זיס און מעכטיג געשריבן, יאפ קען מיר אויך די צאנזע תנועה, אגב די שומרת איז א איבערלעבערין נעבעך לויט ווי כ'האב פארשטאנען פון הרב פוזען, (איר האט אים א געטראפן? אה צוקער זיס...) און זי איז זייער איבערגעגעבן פארן ציון,
אין עי סייד פוינט
הרה''ג ר' יואל באנוצט זיך נישט מיט איר אום שבת...

שכח גדול, זיסער קאפיטל,
@פאראויס האט גענאגלט די סיטואציע... כאפט א בליק,

viewtopic.php?p=4637906#p4637906
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3645
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יג (א שחרית אין צאנז) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

זייער שיין, שכח.
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע: מאנטשעסטער

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יד (די צאנזע תנועה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יד (די צאנזע תנועה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

הערליך שיין מנהל א דאנק פארן זיך האלטן צום צוזאג.

איך זע ס'האט דיר גענומען א שעה צו שרייבן, אבער ס'ליינט זיך געשמאק און געשמירט איינס צוויי דריי. א גרויסן דאנק!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”