איך האב נישט געזוכט צו פארן ערגעץ, און בכלל האב איך נישט גע'חלומ'ט אז איך וועל באטרעטן דעם באדן פון ארצינו הקדושה בעפאר דער אנקום פון משיח צדקינו, אבער השי"ת האט עס אזוי צוגעפירט, און מיר לאזן זיך פירן פון אויבן - בפרט ווען עס האנדלט זיך פון אזא געשמאקע רייזע וואס נעמט אונז איבער לענדער און שטעט וואס מיר האבן קיינמאל באזוכט אין דעם גלגול.
אנגעהויבן האט זיך דער נסיעה ווען מיין זוהן דער חתן ני"ו האט במשך א יאר-צוויי געלערנט יעדן מוצאי שבת אויפ'ן טעלעפאן מיט מיין פאטער שליט"א א סימן-צוויי אין א געוויסע פלפול ספר, און פונקט ווי מיין מחותן שליט"א האט געטון מיט זיינע אייניקלעך מיט עטליכע יאר פריער, אז נאכ'ן ענדיגן דעם ספר איז מען געפארן קיין אייראפע און זיך משתטח געווען אויף קברי אבות ווען אלס טייל פון די נסיעה באזוכט מען אויך ביים קבר פון דער מחבר פונעם ספר, האט אויך מיין פאטער שליט"א פארשפראכן פאר מיין זוהן אז ווען מען פארטיגט אפ דעם ספר באקומט ער א נסיעה קיין אייראפע מיט'ן זיידן.
דער ספר איז געלערנט געווארן פלייסיג, און עס איז טאקע פארפארטיגט געווארן אין די בין הזמנים טעג פון תשרי תשפ"ב, אבער א נסיעה איז נישט צושטאנד געקומען אין יענע טעג, וויבאלד מען איז געווען פארנומען צו טרעפן א פאסיגע ישיבה גדולה און מען האט געדארפט זיין דאהי און גרייט זיך צו שטעלן אויף א פארהער ביי א ישיבה וואס עפנט אירע טירן פאר אים. דער זמן האט זיך אנגעהויבן און די נסיעה איז אפגעשיבט געווארן אויף א שפעטערדיגע צייט.
ערב כ"א אדר האט זיך געמאכט א געלעגנהייט פאר מיין זוהן צו פארן קיין ליזענסק בחנם, נאכדעם וואס ער האט געלערנט בחברותא מיט א זוהן פון איינער פון די בארימטע ארגאניזירער פון אזעלכע נסיעות און יענער האט אים פארשפראכן א זיץ. ער איז שוין געווען צוזאמגעפאקט און גרייט צו פליען, ווען דער מנהל פון זיין ישיבה האט אים געזאגט "לא" מיט א גרויסע אל"ף, און ער איז טאקע געבליבן אין ישיבה.
בערך יענע צייט האט מיר א חבר געפרעגט אויב איך וויל נישט פערצופאל באגלייטן א צווייטן חבר אויף א נסיעה'לע וואס ער נעמט אונטער קיין ארץ ישראל, און מיין נאטורליכע אנטווארט איז געווען אז איך פאר נישט קיין א"י אן א גענוג שטארקע סיבה [ערב ל"ג בעומר תשפ"א האב איך געהאט חשק צו פארן קיין מירון מיט'ן תירוץ פון אפשערן דארט מיין זוהן, וועלכער איז געווארן דריי יאר ז' אב - ווען מען שערט סייווי נישט, און עס איז נישט געפערליך דאס צו מקדים זיין אויף ל"ג בעומר. אבער למעשה האב איך נישט געקענט פארן, און טאקע ג' סיון איז ביי מיר געבוירן געווארן א אינגעלע למזל טוב, וועם איך קען יעצט דמיונ'ען צו אפשערן אין מירון אין שנת תשפ"ד הבעל"ט].
למעשה איז דער חבר נישט געפארן אדר, און ער האט אנגעהויבן וועבן פלענער צו פארן חודש אייר.
דער חבר איז בהשגחה פרטית שטארק בידידות מיט מיין זוהן, ווייל כאטש מיר וואוינען אין צוויי אנדערע שטעט, האט די השגחה עליונה צוגעפירט אז אונזערע בחורים זאלן לערנען אינעם זעלבן ישיבה גדולה, און כאטש זיי זענען נישט אינעם זעלבן יארגאנג האט מען זיי צוזאמגעשטעלט צו לערנען אינאיינעם דעם נאכמיטאג שיעור אין יורה דעה, און אזוי ארום זענען זיי געווארן גוטע חברים, אזש מיין זוהן האט שוין פארברענגט שבתים ביי זיי אין שטוב און אויב מאך איך נישט קיין טעות האט שוין יענעמ'ס זוהן אויך גענעכטיגט אמאל ביי מיר.
אסרו חג פסח האט מיין זוהן גערעדט צו מיין פאטער שליט"א וועגן די פארשפראכענע נסיעה, און מיין טאטע האט קלארגעשטעלט אז לעת עתה קוקט נישט אויס ער זאל זיך קענען אויפהייבן און פארן, צוליב פערזענליכע סיבות און ווי אויך צוליב די מלחמה צושטאנד אין אוקריינע, סמוך ונראה צו פוילן וואס מיין טאטע וואלט געוואלט באזוכן. מיין זוהן האט אבער נישט געוואלט אפשיבן די נסיעה לענגער, און מיר האבן זיך אנגעהויבן אינטערעסירן וואו און מיט וועם ער קען פארן. די יערליכע נסיעות קיין צאנז אדער קערעסטיר האבן נישט גערעדט צו אים, ווייל זיי פארן אויף קארגע צוויי-דריי מעת לעת און ער האט געוואלט עפעס לענגער פון דעם, בפרט האט ער שטארק געוואלט וויילן ערגעץ וואו אויף א שבת קודש און דאס האבן די נסיעות נישט צוגעשטעלט.
דאן האט מען געהערט אז מיין חבר רישט זיך צו ארויספארן מיט זיין זוהן - מיין זוהן'ס חבר - אויף א נסיעה איבער אונגארן, פוילן און ארץ ישראל, און מיין זוהן האט געהאט שטארק חשק צו נעמען א טייל אין יענע נסיעה. איך האב שוקל געווען די זאך, און דאס איבערגעשמועסט מיט מיין חבר, וועלכער האט מיר קלארגעשטעלט אז ער נעמט אים גערן מיט, אבער ער וואלט ליבערשט געוואלט אז אויך דער פאטער - איך - זאל זיך משתתף זיין דערינען. איך האב אים געזאגט אז לויט די דעמאלטיגע פלענער איז מיר אוממעגליך צו אנטיילנעמען צוליב פריערדיגע פליכטן וואס איך האב, און צו מיין שאק האט ער מיר געמאלדן אז ער איז גרייט צו בייטן די פלענער און אויסשטעלן אנדערש די רייזע אבי איך זאל דאס אויך קענען מיטהאלטן.
דא האב איך שוין געשפירט אז דאס מיינט טאקע מיך... עס איז מיר אונטערגעקומען א נסיעה'לע אויף מיינע טערמינען. דער חלק פון מיין זוהן וועט באצאלט ווערן דורך מיין פאטער שליט"א, און איך דארף בלויז צולייגן וואס עס קאסט מיין חלק, און די רעשטע פארלאז איך זיך אויף מיין חבר וועלכער איז א וועטעראן פליער און וועט שוין מסדר זיין אלע פלענער על צד היותר טוב.
למעשה האט מיין חבר געהאט א שטארקע תועלת פון אפשטופן די נסיעה מיט א וואך, א גאנצע השגחה פרטית וואס איך האב נישט באקומען קיין רשות מיטצוטיילן ברבים, און ווען מיר האבן ענדליך באשטעטיגט די פלענער איז עס געווען ממש זה נהנה וזה נהנה, פונקטליך אויסגערעכנט אז עס זאל שטימען און קלאפן מיט יעדנ'ס סדר היום און אלע זענען געווען שטארק צופרידן.
המשך יבא אי"ה