טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ל"ד (ירושלים ח"ג - ענדע!) ארויף

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ט"ו (רימנוב און דינוב) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

פיין געשריבען. שטארק הנאה געהאט.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
יז בתמוז
שר האלפיים
תגובות: 2674
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 13, 2006 1:28 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ט"ו (רימנוב און דינוב) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יז בתמוז »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
פשי געוואלדיג! יישר כח הרב

--
נ.ב. מלאכים גלאצן איז דאכט זיך פון ראפשיצע רב לגבי מזונות אחרון של פסח
גם אני מצטרף בצירופא דרבנן לדברי הרב בברכת פשי ולהוסיף הא, ולברכך בברכת כהן ובברכת יאשר כוח.

בנוגע דיין הערה, דאס איז זיכער געבראכט פון ראפשיצער רב בנוגע די ברכת מזונות אחרון של פסח. אבער עפעס ליגט מיר אין קאפ דאס וואס 'לכאורה' ברענגט ביים זאגן חג גדיא אז דאס איז א לחש וועגן די קנאת המלאכים.
אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ט"ו (רימנוב און דינוב) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעליג »

געשמאק אנצוהייבן די וואך מיט אזא בעטעמט'ן קאפיטל.
די וואך איז אויך די יארצייט פונעם רעבין ר' הערש זי"ע.
אוועטאר
מחצה''ק
שר האלף
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2019 7:28 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יד (די צאנזע תנועה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחצה''ק »

לכאורה האט געשריבן:
בדרך אפשר האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
בדרך אפשר האט געשריבן:
יישר כח מנהל! איר ברענגט ארויף אסאך געפילן!

די שילוב פון די ווערטער ”לימנוב” און ”תנועה” אין איין טאגבוך קאפיטל דערמאנט אונז אלטע זכרונות.

די דערמאנען 8 מאל דאס ווארט ”זיידע” איז אויסגערעכנט ס’זאל שטימען מיט’ן זיין א 8טע דור?
אכטע דור? מאך מיך נישט אזוי ווייט

דער צאנזער רב
זיין זוהן
זיין טאכטער
איר טאכטער
איר זוהן
איר זוהן
איך
דאס איז דאך נאר איינע פון די וועגן וואס איר זענט אן אייניקל ניין?
לכאורה האט געשריבן:
א וויפילטע דור איז דאס?
בד”כ ציילט מען ועד בכלל אבער פון דער הייליגער בעש’’ט האב איך שוין געזען ציילן ולא עד בכלל
איך בין בלויז 2 מאל אן אייניקל, איינמאל מצד אבי און איינמאל מצד אמי (פון איין זייט א דור נענטער ווי פון צווייטן)
מיינע קינדער זענען שוין נאך דריי מאל אייניקלעך
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15320
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ט"ו (רימנוב און דינוב) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

וואף, שעהן שעהן. שכוח פאר די פרייער רייזע, געקאסט דעם רב אן עקסטער אנדערטהאלבן שטונדע און אונז געגעבן א וויילע פון קורות רוח.

דער איז אן עכטער רב... וויל ענדערש מ’זאל בויען אויף קברים, ליבערשטער ווי א מי בראש מלחמה...
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ט"ו (רימנוב און דינוב) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

יז בתמוז האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
פשי געוואלדיג! יישר כח הרב

--
נ.ב. מלאכים גלאצן איז דאכט זיך פון ראפשיצע רב לגבי מזונות אחרון של פסח
גם אני מצטרף בצירופא דרבנן לדברי הרב בברכת פשי ולהוסיף הא, ולברכך בברכת כהן ובברכת יאשר כוח.

בנוגע דיין הערה, דאס איז זיכער געבראכט פון ראפשיצער רב בנוגע די ברכת מזונות אחרון של פסח. אבער עפעס ליגט מיר אין קאפ דאס וואס 'לכאורה' ברענגט ביים זאגן חג גדיא אז דאס איז א לחש וועגן די קנאת המלאכים.
אזוי שטייט אין חמרא טבא (נדנ) בשם זקינו הרה"ק ר' אליעזר'ל דזשיקובער זי"ע וואס איז דערביי געווען.. און בסוגריים שטייט טאקע די לשון 'וואס די מלאכים גלאצען אויף אונז..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל יד (די צאנזע תנועה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

מחצה''ק האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
בדרך אפשר האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
בדרך אפשר האט געשריבן:
יישר כח מנהל! איר ברענגט ארויף אסאך געפילן!

די שילוב פון די ווערטער ”לימנוב” און ”תנועה” אין איין טאגבוך קאפיטל דערמאנט אונז אלטע זכרונות.

די דערמאנען 8 מאל דאס ווארט ”זיידע” איז אויסגערעכנט ס’זאל שטימען מיט’ן זיין א 8טע דור?
אכטע דור? מאך מיך נישט אזוי ווייט

דער צאנזער רב
זיין זוהן
זיין טאכטער
איר טאכטער
איר זוהן
איר זוהן
איך
דאס איז דאך נאר איינע פון די וועגן וואס איר זענט אן אייניקל ניין?
לכאורה האט געשריבן:
א וויפילטע דור איז דאס?
בד”כ ציילט מען ועד בכלל אבער פון דער הייליגער בעש’’ט האב איך שוין געזען ציילן ולא עד בכלל
איך בין בלויז 2 מאל אן אייניקל, איינמאל מצד אבי און איינמאל מצד אמי (פון איין זייט א דור נענטער ווי פון צווייטן)
מיינע קינדער זענען שוין נאך דריי מאל אייניקלעך
איני יודע מה אתה סח, פרש דבריך
אוועטאר
יז בתמוז
שר האלפיים
תגובות: 2674
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 13, 2006 1:28 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ט"ו (רימנוב און דינוב) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יז בתמוז »

אוראייניקל האט געשריבן:
יז בתמוז האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
פשי געוואלדיג! יישר כח הרב

--
נ.ב. מלאכים גלאצן איז דאכט זיך פון ראפשיצע רב לגבי מזונות אחרון של פסח
גם אני מצטרף בצירופא דרבנן לדברי הרב בברכת פשי ולהוסיף הא, ולברכך בברכת כהן ובברכת יאשר כוח.

בנוגע דיין הערה, דאס איז זיכער געבראכט פון ראפשיצער רב בנוגע די ברכת מזונות אחרון של פסח. אבער עפעס ליגט מיר אין קאפ דאס וואס 'לכאורה' ברענגט ביים זאגן חג גדיא אז דאס איז א לחש וועגן די קנאת המלאכים.
אזוי שטייט אין חמרא טבא (נדנ) בשם זקינו הרה"ק ר' אליעזר'ל דזשיקובער זי"ע וואס איז דערביי געווען.. און בסוגריים שטייט טאקע די לשון 'וואס די מלאכים גלאצען אויף אונז..
א דאנק פארן חשוב'ען אחראי פאר'ן נעמען די מי להעמיד הדברים על בוריין.
אוועטאר
מערכות הקודש
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 2:22 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ט"ו (רימנוב און דינוב) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מערכות הקודש »

שכח מנהל
עס איז א געשמאק צו ליינען
וכל הצרות והמלחמות האיומות שעברו על ישראל שמה הי רק בשביל קיומם של אותה המלוכה ואלו היו מוותרים עלי' לא הי' שם מלחמות וצרות ....א"כ המה הגורמים את המלחמות והצרות, ולא ההצלה.

ספר הק' על הגאולה ועל התמורה
אוועטאר
דבר החרדים מירושלים
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 14, 2017 4:50 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ט"ו (רימנוב און דינוב) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דבר החרדים מירושלים »

שכויח איז נישט די ווארט,
ווארום איר נעמט מיר צוריק לעבעדיג מיט יעדע קאפיטל צו מיינע רייזעס אהין
און יעצט מיט די הערליכע פאנרעאמעס אין צאנז געגנט און די התעוררות ביי די אויבנדערמאנטע ציונים...


מתוק
אוועטאר
יז בתמוז
שר האלפיים
תגובות: 2674
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 13, 2006 1:28 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ט"ו (רימנוב און דינוב) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יז בתמוז »

לכאורה האט געשריבן:
קאפיטל ט"ו - רימנוב און דינוב
מיטוואך פרשת אמור (בחו"ל),
האלב זעקס מיטאג - נאך א שעה מיט פופציג מינוט פארן - זענען מיר אנגעקומען קיין רימנוב. יושע מנחם האט אנגערופן דעם שומר פון בית החיים, וועלכער איז תיכף אריבערגעקומען און אונז געעפנט דעם טויער מיט דעם אור אלטן אלטמאדישן גרויסן שליסל, און איך בין תיכף אריין צום ציון פונעם הייליגן רבי ר' מענדעלע זי"ע. א ציטער כאפט אן ביים אריינגיין אין דעם מקום קדוש, וויסנדיג אז אט דא ליגט איינער פון די גאר גרויסע תלמידי בעל שם, פון די פיר גרויסע תלמידים פונעם הייליגן ר"ר אלימלך זי"ע, וואס אויב איך געדענק גוט האט ער אנגעבליך גע'ירש'נט דעם 'מח' פונעם הייליגן רבי'ן. דער הייליגער ר"ר מענדעלע זי"ע האט צוויי און צוואנציג יאר געזאגט תורה אויף "פרשת המן" און דאדורך משפיע געווען פרנסה פאר אידישע קינדער. איינער פון זיינע גרויסע תלמידים איז דער מראה יחזקאל פון קארלסבורג זי"ע (מיין טאטע'ס מאמע'ס טאטע'ס טאטע'ס טאטע'ס טאטע'ס טאטע) וועלכער האט אפגעשריבן א בריוו (סימן ק"ד אין שו"ת מראה יחזקאל) צו זיין חבר וועלכער האט געוואלט הערן פון אים עפעס חידושים ופלפולים פון זיין רבי'ן אין רימנוב, און ער שרייבט אים באריכות איבער די געוואלדיגע מדריגות פון דעם צדיק וקדוש, א בריוו וואס דער הייליגער דברי חיים פלעגט לערנען מיט טרערן אין דעם יארצייט טאג פון רמ"מ - ל"ד לעומר.

נאכ'ן צינדן ליכט [וואס צינדן ליכט פאר דעם צדיק - ר' מנחם מענדל ב"ר יוסף - איז פון דורות אנגענומען אלס א סגולה], זאגן אפאר קאפיטלעך תהלים און פארליינען אלע הזכרות ביים רבי'ן ר' מענדעלע, בין איך ארויס פון הייליגן ציון און געמאכט מיין וועג איינער אליין צום דערנעבנדיגן אוהל פון זיין משמש און תלמיד רבי ר' הערש זי"ע. זייענדיג דארט אליינס, האב איך צוערשט געזינגען עטליכע פון די גאר בארימטע און הארציגע ניגונים פונעם הייליגן רבי'ן ר' הערש, א שטייגער ווי דער טל/גשם ניגון און אויך דער אהבה רבה ניגון וואס מען זינגט אין סאטמאר, און דאן האב איך אנגעהויבן מיט די עבודה פון צינדן ליכט, זאגן תהלים און מזכיר זיין אלע נעמען. ווען די גאנצע שיירא איז אריינגעקומען אינעם אוהל, האט מען נאכאמאל געזינגען די הייליגע ניגונים מיט גרויס התעוררות.

ארויסקומענדיג האבן מיר געגעבן שומר-געלט פאר'ן העפליכן שומר, וועלכער האט אונז צוגעוויזן הכנות שטיבלעך אין די זייט, ביי א קאנסטראקשאן פלאץ פאר א הכנסת אורחים. עס איז גראדע דא דארט אמפערייען און דיני תורה צווישן עטליכע וואס בויען הכנסת אורחים הייזער, ווען טייל טענה'ן אז די אנדערע בויען אויף קברים וכו', כ'האף אז עס איז נישט בלויז א פאליטיק פון מי בראש.
לכבוד די יארצייט ברענג איך עס ארויף, און אין איינוועגס זיך דערמאנט מיינע באזוכן ביים הייליגן ציון, ענליכע מאמענטן געהאט, אונז האבן אויך געזונגען בבואו מאדום ניגון און נאך.
זכותו יגן עלינו.
אגב, די יארצייט איז נאר דא ווען ס'איז דא א ל' חשון.
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6602
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ט"ו (רימנוב און דינוב) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

ווען קען מען טראכטן פון נעקסט?

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ט"ו (רימנוב און דינוב) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

enjoy האט געשריבן:
ווען קען מען טראכטן פון נעקסט?
טראכטן? יעצט!

___

מנהל לעבן, איך האב דורכגעליינט דעם טאגבוך און דיינע אנדערע טאגבוכער און איך באלעק זיך די פינגער...

יעצט א דערמאנונג, מיר ווארטן אויף די קומענדיגע פארעצונג...
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ט"ו (רימנוב און דינוב) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אה, נאך א מזל אז דער עולם ווארט דערויף. איך קלער אז מארגן אי"ה וועט קומען א פרישע קאפיטל
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ט"ו (רימנוב און דינוב) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

לכאורה האט געשריבן:
אה, נאך א מזל אז דער עולם ווארט דערויף. איך קלער אז מארגן אי"ה וועט קומען א פרישע קאפיטל
מיר קוקן ארויס דערויף..
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15320
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ט"ו (רימנוב און דינוב) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

לכאורה האט געשריבן:
אה, נאך א מזל אז דער עולם ווארט דערויף. איך קלער אז מארגן אי"ה וועט קומען א פרישע קאפיטל
איינער ווייסט קראנט ווען מארגן געפאלט, אויף א 12:22 עי עם תגובה?

עסקינג פאר עי פרענד
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6156
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ט"ו (רימנוב און דינוב) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

יאנאש האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
אה, נאך א מזל אז דער עולם ווארט דערויף. איך קלער אז מארגן אי"ה וועט קומען א פרישע קאפיטל
איינער ווייסט קראנט ווען מארגן געפאלט, אויף א 12:22 עי עם תגובה?

עסקינג פאר עי פרענד
געווענליך קומען די מנהל'ס טאג בוך פארזעצונגען אויך נאנט צו די עי עם שעות סאו ס'וועט שטימען...
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35244
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ט"ו (רימנוב און דינוב) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

יאנאש האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
אה, נאך א מזל אז דער עולם ווארט דערויף. איך קלער אז מארגן אי"ה וועט קומען א פרישע קאפיטל
איינער ווייסט קראנט ווען מארגן געפאלט, אויף א 12:22 עי עם תגובה?

עסקינג פאר עי פרענד
ביינונז אין די סביבה איז שוין פון לאנג מארגן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ט"ו (רימנוב און דינוב) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

איך שעם מיר - שוין זייער זייער לאנג נישט געליינט דער הערליכע באשרייבונג פין דער חשובע מנהל....

כ'גיי מיר יעצט אנהייבן פין פריש ליינען אלעס... וויפיל כ'וועל אנקומען פאר היינט.....
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ט"ו (רימנוב און דינוב) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

פיין, מוצא שפתיך תשמור. לאמיר זען ווילאנג דער קאפיטל גייט דויערן.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ט"ו (רימנוב און דינוב) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

קאפיטל ט"ז - אין לאנצוט בליל ההילולא

איידער מיר פארלאזן דינוב, דארף מען נאטירן אז ביים אנקומען אהין האב איך זיך פלוצלונג דערזען אנע סעלפאון סערוויס. איך האב געקלערט אז עס האט צוטון מיט די געגנט, אבער ווען דער טאטע און זוהן באגלייטער האבן איטליכער יא געהאט פיין סערוויס און נאר מיין טעלעפאון האט נישט געארבעט, האב איך געכאפט אז דאס איז מיין פראבלעם. איך האב זיך געפארכט אז דאס האט מעגליך מיט'ן פאקט אז איך זיץ צוגעשמידט צו אמעריקאנער האטליינס און הער געמוטליך שיעורי תורה, א זאך וואס די סעלפאון פירמע שעפט זיכער נישט צופיל נחת דערפון ווען זיי געבן ארויס די טעלעפאון פאר א קארגע אכט דאלער (בערך) א מעת לעת... און איך האב זיך דערמאנט אז זייענדיג אין לאנדאן ווינטער תשע"ו האב איך געהאט די זעלבע פראבלעם. דאן האב איך אנשטאט שיעורי תורה געהערט נארישע האטליינס, עס איז געווען דער פריימערי וואל סעזאן אין אמעריקע און איך האב נישט געקענט לאזן אמעריקע זיך אליין ספראווען מיט דעם טראמפענען... [כ'געדענק ווי אינמיטן די מצוה טאנץ ביי יענע חתונה צו וואס איך בין געפארן, האב איך געהערט פון אונזער חבר ר' אלימלך לאנדא פון לאנדאן אז עטליכע סטעיטס זענען נישט געגאנגען פאר טראמפ - ס'געווען 'סופער טוסדעי' דעמאלטס - און איך האב זיך מער געפרייט צו דעם ווי צו די גאנצע חתונה...]. למעשה ביי יענעם פראבלעם האב איך גלייך אנגערופן קיין וויליאמסבורג - וואו עס איז קוים געווען אכט אזייגער צופרי - און דער איינגעשטעלטער אין סעלפאון געשעפט האט מיר געזאגט ארויסצונעמען די סים-קארד פונעם טעלעפאון און דאס צוריקשטעלן און עס האט זיך גענומען פיין ארבעטן.

ביים יעצטיגן פראבלעם האב איך געבארגט מיין חבר'ס טעלעפאון און אנגערופן אהיים, און די אידענע האט אנגערופן דעם מאנסיער טעלעפאון געשעפט וואו זי האט איינגעהאנדלט מיין אויסלענדישע סעלפאון און געפרעגט וואס דא גייט פאר, און יענער האט געזאגט אז גייענדיג פון לאנד צו לאנד דארף מען צומאל פארלעשן דעם טעלעפאון עס זאל כאפן סערוויס פון די לאקאלע טורעמעס. למעשה האב איך שוין געהאלטן נאכ'ן פארלעשן און אנצינדן, און איך האב געטון די צווייטע עצה וואס יענער האט געזאגט, נעמליך אויפצוזוכן אויפ'ן טעלעפאון א געוויסע סעטינג, דאס פארלעשן און צוריק אנצינדן, און דאן אויסקלויבן די לאקאלע באהעפטונג מיטל, און דאס האט טאקע געהאלפן ב"ה. [אינטערעסאנט אז פונקט אין דינוב האט זיך דער טעלעפאון געכאפט אז ער געפינט זיך אין פוילן און נישט אין אונגארן ווי דעם ערשטן טאג. דאכט זיך מיר אז ביים אנקומען קיין ארץ ישראל האב איך אויך פארלוירן סערוויס ביז איך האב דאס מסדר געווען מיט'ן קוועטשן די פאר קנעפלעך].

הכלל, מיר האלטן מיטוואך אוונט פרשת אמור, און מיר פארן אט אוועק פון דינוב האלטנדיג נאך א פיינע וועטשערע און צווישן מנחה און מעריב. מען צילט אנצוקומען קיין לאנצוט, מקום מנוחת קדשו פון הרה"ק מ'ראפשיץ זי"ע, וועמענ'ס יארצייט איז יעצט ביינאכט - י"א אייר. [מיינע קינדער זענען ראפשיצער אייניקלעך, און איך געדענק אז ביי מיין תנאים - וואס איז פארגעקומען אור ליום י"ב אייר, האט מיין שווער געלאזט איינקריצן אינעם נישט-גאלדענעם טאשן-זייגער דער דאטום פון י"א אייר, וויבאלד דאס איז א גרויסע טאג אין די משפחה].

פון דינוב קיין לאנצוט דויערט אומגעפער א דריי-פערטל שעה, און מיר זענען אנגעקומען אהין עטליכע מינוט בעפאר צען אזייגער ביינאכט. מיר זענען אנגעקומען צום בית החיים, וואו דער שומר איז שוין געשטאנען און געווארט, ווייל פונקט בעפאר אונז איז אנגעקומען אן אנדערע גרופע אידן וועלכע האבן אריינגעכאפט צו זיין אויפ'ן ציון הקדוש בעצם ליל ההילולא. דער שומר האט זיך פאר'עקשנ'ט אז ער ברויך פון יעדן א מתנת יד, אבער מיר האבן זיך גע'טענה'ט אז התינח א גאנץ יאר דארף מען טאקע באצאלן פאר'ן אריינקומען צום רבי'ן, אבער אין א יארצייט טאג דארף ער ערלויבן פרייע צוטריט פאר אלעמען! דער בן נח האט זיך געאייסערט חי וקים אז היינט איז נישט דער יארצייט נאר מארגן... אבער מיר האבן זיך געהאלטן פעסט אז ביי אונז הייבט זיך דער טאג אן פון די נאכט בעפאר, און יעצט איז די יארצייט און ער מוז אונז אריינלאזן! ווען מיר האבן געזען אז ער איז שטערקער פון אונז, האבן מיר גענוצט דעם באקאנטן לחש פון ארויסזאגן דעם נאמען פון דער איד וואס פארוואלטעט אויפ'ן ארטיגן בית עלמין און הכנסת אורחים, און ווי א טאטעלע האט ער זיך געבראכן און אונז אריינגעלאזט [כ'געדענק נישט אויב פאר חנם אין כסף, אדער ער איז באפרידיגט געווארן מיט אפאר גרייצער אנשטאט די 'צענער פער קאפ' וואס ער האט מעיקרא פארלאנגט].

מען איז ארויף די שטיגן אינעם בית החיים צום אוהל הקדוש, און עס איז געווען א דבר בעתו מה טוב זיך צו געפינען אויפ'ן ציון הקדוש בעצם ההילולא. מנין האבן מיר טאקע נישט געהאט, אבער א יארצייט טאג איז דאך אליינס אן עת רצון, האבן מיר געזאגט תהלים און פארגעליינט די קוויטלעך מיט גרויס התעוררות. אינעם זעלבן בית החיים ליגט אויך הרה"ק ר' אלעזר לאנצוטער זי"ע, א זוהן פונעם הייליגן בני יששכר זי"ע, און ווי מאדנע עס הערט זיך האב איך זיך אנגערופן צום צדיק אז איך ברענג אים א גרוס פונעם טאטן אין דינוב, וואו מיר האבן נארוואס באזוכט...

און דא וועל איך זיין א הולך רכיל ומגלה סוד, אז דער קאוד נאמען צו נוצן פאר'ן שומר אין לאנצוט איז: איתמר.

אין קרית יואל איז דא א איד הרב איתמר מייזליש, וועלכער איז מעגליך באקאנט פאר טייל פון אונזערע ליינער, ער איז א איד וועלכער האט צו זיין רעקארד א היבשע צאל אויפטואונגען, אנגעהויבן פון פארוואנדלן דעם חתונה זאל פון אונטער'ן ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל צו א היכל ראזנבערג און פון דארט צום גרינדן נאך היכלי תורה איבער די וועלט, און געגאנגען ווייטער צו בויען מקואות אין פארשידענע פארשטופטע ערטער איבער'ן כדור, און צולעצט ביז'ן אפקויפן בתי עלמין און שטחים דערנעבן און דארט אויפבויען הכנסת אורחים הייזער און דאס גלייכן. ער האט דאס געטון אין אוהעלי, אין פרימישלאן, און טאקע דא אין לאנצוט.

פערצופאל איז ער אן אייניקל פון די אלע צדיקים, אבער דער סיבה וואס האט אים געברענגט צו אפקויפן א געביידע און אהערשטעלן א הכנסת אורחים פאר די באזוכער אין לאנצוט איז גאר אייגנארטיג און אומגלויבליך, ומעשה שהיה כך היה: [אזוי ווי די מעשה איז א חתיכה הראוי להתכבד פאר זיך, וועלן מיר דאס אפטיילן צו א באזונדערע קאפיטל]

קאפיטל י"ז - ויפתח ה' את פי ה...טעקסי דרייווער

מיט עטליכע יאר צוריק איז ר' איתמר מייזליש געפארן קיין אייראפע צוזאמען מיט א גרויסער ציבור אידן, זיי זענען ארומגעפארן א וואך צייט איבער מערערע שטעט און שטעטלעך אין באגלייטונג פון דער באקאנטער מגיד הרב ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א, מיט'ן ציל אויסצובעטן ישועות און רפואות פאר זיך און פאר גאנץ כלל ישראל. [אגב, ר' איתמר האט געשפילט א באדייטנדע ראלע אין די גאנצע 'התגלות' פון ר' יוסף חיים שליט"א. עד שבא איתמר פלעגט ר' יוסף חיים פארלערנען א טעגליכע שיעור אין דעעשער בית המדרש אויף ראסס סטריט מיט עטליכע מקשיבים און די גאס האט נישט געוואוסט פון אים בכלל, ר' איתמר האט אים אנגעהויבן רעקארדירן און פארשפרייטן, און היינט איז ער "רבי יוסף חיים" הידוע].

איינע פון די נעכט האבן זיי איבערגענעכטיגט אין די הייליגע שטאט ליזענסק אין פוילן, וואו עס געפינט זיך דער ציון הקדוש פונעם הייליגן צדיק רבי ר' אלימלך זי"ע. דארט אין ליזענסק איז ווי באקאנט אהערגעשטעלט א שיינע גרויסע הכנסת אורחים הויז, וואו מען קען נעכטיגן און זיך אפרוען אונטערוועגנס, אויך איז דארט צוגעשטעלט עסן, טרינקען און אלע אנדערע באדערפענישן וואס א איד דארף האבן, אריינגערעכנט א בית המדרש, א מקוה און דאס גלייכן.

דער ציבור איז אויפגעשטאנען אינדערפרי, געגאנגען אין מקוה, געזאגט ברכת התורה, און מיט א פיינע קאווע אין די זייט האט מען געלערנט אביסל, זיך צוגעגרייט צום דאווענען, געזאגט דעם "תפלה קודם התפלה" פונעם הייליגן צדיק, און דאן האט מען אראפגעלייגט א ווארעמע דאווענען אין די שול פונעם הכנסת אורחים. נאכ'ן דאווענען האט מען געגעסן פרישטאג, ווען בשעת מעשה הערט מען דברי התעוררות אלס הכנה צום עליה לציון הקדוש.

נאך ברכת המזון האט זיך דער גאנצער ציבור ארויסגעלאזט צום ציון המצויינת פונעם הייליגן ר"ר אלימלך זי"ע וואו מען האט אינאיינעם אויסגעזאגט גאנץ ספר תהלים מיט אן אויסטערלישע התעוררות. די געשרייען און געוויינען האבן געשפאלטן הימלען, און די אידן זענען געווען זיכער אז זיי האבן אויסגע'פועל'ט אלעס גוטס.

מיט פרייליכע געמיטער האט מען זיך צוזאמגעפאקט די פעקלעך און זיך געגרייט פארצוזעצן די נסיעה וואס וועט זיי פירן צו נאך שטעט איבער פוילן. וויסנדיג אז נישט אין יעדע שטאט איז אזוי שיין אהערגעשטעלט אלע צוגעהערן, האט מען זיכער געמאכט אז מען איז זיך געהעריג מסדר בעפאר מען לאזט זיך ארויס אין וועג.

פון דארט האט זיך די שיירא - וואס איז באשטאנען פון עטליכע באסעס אנגעפילט מיט אידעלעך - ארויסגעלאזט אויף א וועג פון ארום פערציג מינוט, צו די שטאט לאנצוט, וואו עס ליגט דער הייליגער ראפשיצער רב זי"ע.

אנקומענדיג קיין לאנצוט, איז דער גאנצער עולם ארויף דעם בערגל צום הייליגן אוהל פונעם ראפשיצער רב, אבער ר' איתמר האט נישט געקענט מיטגיין מיט זיי. ער ווייסט נישט פארוואס, אבער ער האט באקומען א שווערע יסורים-אטאקע אויפ'ן מאגען און ער דארף דרינגענד טרעפן א בית הכבוד. ער לויפט צו צום נאנטסטן גוי'אישן שכן און קלאפט אויף זיין טיר, אבער יענער עפנט נישט אויף. ר' איתמר קלערט ביי זיך: 'אדער איז יענער נישט אינדערהיים, אדער האט ער באמערקט אז דער וואס קלאפט איז א איד, און זייענדיג אן אנטיסעמיט מאכט ער זיך נישט וויסנדיג פון מיר...'

ער לויפט צום נעקסטן שכן און קלאפט אן אין טיר, דער ערל עפנט אויף און ר' איתמר ווייזט אים מיט שטום-שפראך אז זיינע געדערים רייסן זיך פאר יסורים און ער וויל ביטע אריינקומען צו יענעם אין שטוב און נוצן זיין פריוואטע צימערל פאר אפאר מינוט. יענער מאכט זיך אבער ווי ער פארשטייט נישט וואס ער וויל, און קלאפט צו די טיר פארנט פון זיין נאז, איבערלאזנדיג ר' איתמר מיט א פארקלעמט הארץ און א רייסנדע מאגען.

נישט האבנדיג קיין אנדערע ברירה, האט ער שנעל אפגעשטעלט א טעקסי וואס איז אדורכגעפארן, און ער מורמעלט ארויס פון צווישן די ציין פאר'ן דרייווער "גאז סטאנציע"... דער דרייווער הייבט אן פארן צו די נאנטסטע גאזאלין סטאנציע, בשעת ר' איתמר זיצט אויף די הינטערשטע זיץ און רייסט זיך נעבעך פאר יסורים. דער דרייווער קוקט אין זיין שפיגל און זעט אז ר' איתמר איז עפעס נערוועז און אנגעצויגן, רופט ער זיך אן מיט זיין צעבראכענעם ענגליש "מיסטער, וואט יור פראבלעם?" [-וואס איז דיין פראבלעם?]

ר' איתמר האט אפילו נישט געקענט ענטפערן געהעריג צוליב זיינע גרויסע שמערצן, ער האט בלויז געזאגט פאר'ן דרייווער: "פאר פאר... איך וועל שוין רעדן מיט דיר אויפ'ן וועג צוריק... איך קען נישט יעצט רעדן"...

דער דרייווער קוקט אים אן מאדנע, אבער פאלגט אויס וואס ער זאגט... נאך א קורצע וויילע זענען זיי אנגעקומען צו א גאז סטאנציע דארט אין לאנצוט, ר' איתמר איז שנעל אריינגעלאפן אינעם געשעפטל און געבעטן צו נוצן דעם בית הכסא, און ב"ה די יסורים האבן זיך בארואיגט. ער איז צוריק ארויס צום טעקסי און געבעטן ער זאל אים צוריקפירן צו די בית החיים, וואו די גאנצע שיירא האט דערווייל מתפלל געווען אויפ'ן ציון הקדוש.

יעצט האט שוין ר' איתמר געקענט כאפן א שמועס מיט דעם דרייווער, און ער אנטשולדיגט זיך פאר אים אז פריער האט ער ממש נישט געקענט רעדן וויבאלד ער האט געהאט אזעלכע שווערע יסורים אויפ'ן מאגען...

דער ענטפער פונעם טעקסי דרייווער האט אים גענצליך שאקירט. דער פאלנער גוי רופט זיך אן צו ר' איתמר מיט ווערטער וואס האבן זיך געהערט ווי א מעסעדזש פון הימל...

"דו ווייסט פארוואס דיין מאגען האט דיר אזוי וויי געטון ביים אנקומען קיין לאנצוט? איך וועל דיר זאגן פארוואס!... פערציג מינוט אוועק פון דא געפינט זיך די שטאט ליזענסק, און דארט איז צוגעשטעלט א פלאץ פאר אלע רייזנדע אידעלעך וואו זיי קענען עסן, טרינקען און שלאפן א.ד.ג.

"דו מיינסט אז דער צדיק וואס ליגט דא אין לאנצוט וויל נישט מען זאל קומען צו אים??? פארוואס איז דא אין לאנצוט נישט צוגעשטעלט אפילו די מינימאלסטע באדערפענישן?!

"מען האט דיר פון הימל געשיקט יסורים אויפ'ן מאגען, כדי דו זאלסט כאפן אז לאנצוט פארמאגט נישט די נויטיגע געברויכן, און אפשר וועסטו זיך אריינלייגן דערין און דאס צושטעלן פאר דעם צדיק וואס ליגט דא!!!"

ר' איתמר איז געבליבן געפלעפט, אזא קלארע מעסעדזש האט מען אים געשיקט פון הימל דורך דעם גוי'אישן דרייווער. נאך זיצנדיג דארט אין טעקסי האט ער זיך פארגענומען, אז ווי נאר ער קומט אהיים גייט ער זיך נעמען דערצו, מען גייט שאפן געלט און אפקויפן א הויז וואס זאל דינען אלס הכנסת אורחים פאר די אידן וואס קומען צום הייליגן ראפשיצער רב זי"ע אין די שטאט לאנצוט.

אומר ועושה, ווי נאר ער איז צוריקגעקומען קיין אמעריקע, האט ער זיך פארבינדן מיט עטליכע אנדערע ראפשיצער אייניקלעך, און מיט די הילף פון האדמו"ר מ'ראפשיץ שליט"א פון בארא פארק האט ער אפגעקויפט א הייזקע וואס געפינט זיך הארט נעבן דער ארטיגער בית החיים, און היינט צוטאגס איז שוין דער הויז פולקאם אהערגעשטעלט אלס א הכנסת אורחים פאר אידן וואס קומען קיין לאנצוט זיך אויסבעטן אלעס גוטס.

*

עד כאן המעשה וואס איך האב געהערט פאריגן ווינטער פונעם מרא דעובדא אליינס, און איך האב עס שוין זינט דאן אפגעשריבן און פארשפרייט אויך מונדליך. יעצט ביי אונזער נסיעה האבן מיר זיך איבערצייגט מיט די אייגענע אויגן אז דער הכנסת אורחים עקזיסטירט טאקע, און אויפ'ן צוים פונעם בית החיים שטייט א שילד וואס צייגט אן פאר די באזוכער וואו מען קען קומען זאגן אשר יצר און עפעס טועם זיין, ווען בייגעלייגט איז דער נומער פונעם שלאס ביים הויז. איבריג צו זאגן אז מיר האבן געמוזט באטראכטן דעם 'נס' געביידע פונדערנאנט, און מיר האבן אויך געכאפט בילדער דערפון און אריינגעשיקט פאר ר' איתמר'ן צו שעפן נחת פון זיין הארעוואניע. דאס פלאץ איז נאך גראדע נישט געווען פיקס-פארטיג, אבער ארבעטנדע בתי כסאות האט מען געפינען און גענוצט, און אויך איז געווען צוגעשטעלט עטוואס לחיים און תיקון לכבוד די יארצייט.

האלב נאך צען, א קנאפע האלבע שעה נאכ'ן אנקומען אהין, האבן מיר פארלאזט לאנצוט, אויפ'ן וועג קיין ליזענסק - א וועג וואס האט אונז געדויערט פונקט א האלבע שעה, און מיר זענען אנגעקומען אום עלף אזייגער ביינאכט, בעפאר תפלת ערבית.
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3645
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ט"ז און י"ז ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

געליינט און הנאה געהאט, שכח!
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ט"ז און י"ז ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

הפלא ופלא!!
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ט"ז און י"ז ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

הערליך מנהל ווי אלעמאל, א דאנק.
אוועטאר
ענדשוי
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 04, 2022 3:26 pm
לאקאציע: אינעם מיסט קאסטן

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ט"ז און י"ז ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדשוי »

WOW שכח פאר ביידע קאפיטל'ן איינס בעסער פונעם צווייטן..
ווען די ווילסטעך באדאנקן אויף א ארטיקל וואס איך האב געשריבן, ביטע לאזט דיר הערן דורך א תגובה.

בילד
[email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”